בלאט 1 פון 1

ויסעו ויחנו - מיין עקספיריענס

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 3:43 pm
דורך בערל קראקאווער
בס"ד
ויסעו ויחנו – מיין עקספיריענס



ויסע ויחנו מברוקלין ויחנו באפסטעיט – פשוט כשמו כן הוא, נישט קיין עקספאו, נישט קיינע פלענער אדער הוילע פאנטאזיעס פון לופטיגע אילוזיעס מיט זיסע חלומות, ניין! איך רעדט שוין אחרי ככלות הכל, איך זיץ שוין דא מיט די פוס אויסגעשפרייט אונטערן שאטן פון מיין געשמאקע הייזקע גרינע ביימער און פריש געשניטענע גראזיגע לאנקעס, אהה איך צי אריין א טיפע אטעם פון די געשמאקע לויטערע לופט, ווען די ווארעמע זון באקט פון אויבן אויף אלע מיינע גלידער, אז א זעלטענע רואיגקייט באנעמט מיין גאנצע וועזן.

שוין גענוג, לאמיך ענק נישט אזוי פיל אנציען נאר אנהייבן טוהן צו די זאך ענק אריינפירן אין מיין איבערלעבעניש וועלכער ענהאלט אין איר די אריבערגאנג פון די רוישיגע שטאטישע גאסן ביז די שטילע רואיגע געסלעך און אפסטעיט ניו יארק.

פרילינג תשע"ט ברוקלין ניו יארק – א תקופה וואס ווייניג האבן זיך געגלייבט אז אזאנ'ס וועט זיך נאך אפשפילן דא אין אמעריקע פאר'ן ביאת הגואל, דהיינו: ישובים בליען און וואקסן פון אלע זייטן, פון אלע קאלירן און פון אלע מאסן, פון ניו דזשערסי ביז ניו יארק, א הערליכע אויסוואל פאר יעדן סארט אינווידיועל, מיט סיי וואס פאר א בודזשעט, און איבער אלעס, אין וויליאמסבורג גופא - ירושלים דאמעריקע זאלן וויליאמסבורגע אידן זיך צוזאמקומען אין גרויסן עדן פאלאס פשוט זעהן און הערן 'ווי קען מען גיין'?... היסטאריע!
די אמאליגע פארשעמטע אקט פון אפילו גיין טראכטן זיך ארויס צו זעהן פון די אלט באזעסענע עיר ואם בישראל איז היינט א ווירקליכקייט אויפן שענסטן פראכט, מיט א הערליכן אויסוואל וואס מען פיטערט אריין פאר די באקוועמע שטאטישע אידן אויפן גאלדענעם טאץ, אה ווער האט זיך אזאנ'ס געגלייבט.

מצד שני, שווער צו גלייבן וואס וואלט געווען ווען דאס זאל נישט פאסירן, און נאך שווערער איז צו טראכטן ווען דאס וואלט שוין געשעהן מיט א צען יאר צוריק כאטשיג, וואלט שוין די צפון בערג פון ניו יארק געווען באוואוינט און באזעצט מיט הונדערטער קינדער געבענטשטע משפחות שפרודלנדיג מיט הערליכע חסידישע ישובים פון יראים ושלמים על דרך הסלולה מיט הרחבת הדעת און מנוחת הנפש.

לאמיר זיך צוריק ארויף כאפן אויף די גראדע רעלסן און אנהייבן רעדן צו די זאך, אביסל אראפ געבן מיין עקספיריענס נאכן אדורך לערנען די מסכת פון מופן, אויף מיינע אייגענע גלידער און זיך לערנען אויף מיין אייגן בערדל.

מיין ציל מיט דעם דאזיגן ארטיקל איז אביסל צו ערפילן דעם חלל אין געשריבענע מאטריאל פון אידן וואס האבן שוין אליין אפגעלערנט די מסכת וואס - אדרבה זאל מען מער זיך לאזן הערן, פשוט צו גרינגער מאכן פאר אנדערע זעהן און הערן וואס זענען די שוועריקייטן אין וואס מען שטויסט זיך אן, וואס איז גרינגער ווי מען מיינט און וואס איז שווערער, און אביסל וויל איך בלויז אויסגיסן מיינע געפילן איבער די דאזיגע טעמא, וועלכע וועט שוין אגב אפשר ארויס העלפן אנדערע אחים לדעה בדרך אשר אנכי הולך.

דיסקלעימער: די ארטיקל איז בכלל נישט געווידמעט צו אויפקלערן אדער שטופן מענטשן צו נעמען די שריט, בלויז פאר אזעלכע וואס האבן שוין באשלאסן צו טוהן צו די זאך, און קענען ניצן הילף, ידיעות און טיפ'ס לטובת הענין.

הכלל ווער עס וויל / קען - זאל זיך לאזן הערן מיט וואס עס איז אים גרינגער אדער שווערער געווען. וואס קען מאכן גרינגער וכדומה, עס זאל זיין א נחלת הכלל לטובת אחינו בני ישראל.

המשך יבוא בל"נ.

געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2019 11:38 am
דורך נישט פשוט
המממ... אקעי, לאמיר זעהן וואס די המשך וועט פארלייגען.

ויסעו ויחנו - מיין עקספיריענס

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 4:45 pm
דורך בערל קראקאווער
כצאתי את העיר אפרש את כפי – יעדער קען די רש"י בתוך העיר לא התפלל, לפי שהיתה מלאה גילולים, ח"ו צו זאגן אזוי אויף א עיר ואם בישראל ווי אידישקייט בליעט קע"ה ווי קיינמאל בעפאר. וואס יא מען קען זאגן אז די 'ואת הלחץ זו הדחק' וואס ווי באקאנט מיינט דאס אויך די געוואלדיגע צמצום אין דירות וואס האט געהערשט דארט אין מצרים ביי אידישע קינדער ווי אידן האבן זיך פארמערט אן א צאל. קען זיין אז אין שטאט האט משה רבינו פשוט נישט געקענט האבן די הרחבת הדעת, די רואיג ווינקל צו מתפלל זיין כדבעי', האט ער געמוזט ארויס גיין פון שטאט פשוט צו קענען מתפלל זיין מיט די ריכטיגע הרחבת הדעת.

דאס קען מען שוין יא זאגן מיט א פיל מויל אז 'ואת הלחץ זו הדחק' איז ב"ה דא אויף א גרויסע פארנעם, אז עס ברוך נישט קיין גרויסע הסברים צו מסביר זיין פארוואס א יונגערמאן מיט א משפחה מיט קינדער - מוז נישט זיין גרויסע, און ווילדע, - צו באשליסן אז מיין אפציע איז 'כצאתי את העיר' - וועט קענען זיין 'אפרש את כפי' ווי עס דארף צו זיין, און קענען אויפשטעלן א געזונטע רואיגע אידישע שטוב מיט הרחבת הדעת בע"ה.

חז״ל זאגט אונז אז מ'דארף צינדן לעכט שבת, אז ס׳זאל שיין שלום בית, ווייל ווען ס׳איז טונקל קען מען נישט זעהן ווי צו גיין, האקט מען און זעצט מען אריין אין זאכן, און שטייצעך אז צו פרייליך קען נישט אזוי זיין, איז ווען ס׳לעכטיג און ס׳איז נישט דא ווי צו גיין איז פונקט אזוי א חורבן, און א לעכטיגע אנגעצויגנקייט איז גארנישט בעסער.

אזוי איז מיין באשלוס געקומען נאך וואס מיין קליינטשיגע דירה איז מיר ב״ה אויסגעוואקסן און ענג געווארן פון אלע זייטן, פון די איין פיס דיקע אור אלטע פעינט, און א רעדיעטער וואס דינט ווי א מאסיווע נויז מעקער, און שטייצעך אז גארנישט ווערט געפיקסט ווייל... און תפיסה איז מען אויך נישט מקפיד צו די באלב איז איינס געל און איינס ווייס, די דירה איז דאך נאר א כאטקע ווי צו גיין ווען ס׳רעגנט אדער לייגן די שמוץ וועש - אוי וויי דערמאן מיר נישט די דעזעגנירטע אפטיילונג אין מיין ריזן קעכל וואס האט ענהאלטן אפי׳ א לאנדרי עיריע ...

ענג מיינט נישט אז מען קען נישט לייגן שלאפן קינדער, אזוי ווי יענער איז מיר געקומען דערציילן מיט גרויס שמחה איבער זיין קאסטום סייז באָנק בעט וואס ער האט זיך איינגעהאנדעלט, ווייל א דירה איז נישט קיין באראק וואס מען לייגט שלאפן מענטשן און שוין, נאר אז מען דארף ארויס שיקן די קינדער שפילן אין האָל וכדו׳,

די אלל און וואן סטאָוו, וואס איין זייט איז עס פארווע איין זייט פליישיג און די אנדערע זייט מילכיג, האַ דו וואונדערסט זיך זיך וועלכע דריי זייטן? איך אויך, (אמאל!) און אז מען טרעפט זיך פרייטאג פארן זמן מיט עטליכע חפצים אין די הענט זוכענדיג א ליידיגע ספאט פאר א ישועה, דאס הייסט אז די בני בית קען נישט געהעריג מסדר זיין אלע שטוב חפצים אז יעדע זאך זאל האבן א מסודר׳דיגע פלאץ איז נישט דא קיין הרחת הדעת.

העניוועי נאכ׳ן האלטן דארטן, ברויך מען דאך זיך אומקוקן איבער עפעס וואס זאל זיין מער פאסיג צו דינען אלץ דירה, הייבט מען אן אוודאי דא אין שטאט זוכן, זוכן זוכן און קריכן, די פושקע האט שוין נישט געהאט קיין פלאץ פאר נאך הבטחות. איך זיך נישט אראפצורייסן די דירה סיטואציע יעצט, ס׳קומט מיר פשוט ארויף די עסיד און צוזאם רעגעניש און מיינע שווערע האריוואנע זיך צו האלטן קיל און יענע ענגע מצבים, ווען ווילי וואלט געווען און די צייטן פון מצרים וואלט געשטאנען קשה מציאות דירה כקריעת ים סוף.

איבעריג צו דערציילן וואס פאר א גליקן עס איז מיר אנטקעגן געקומען אזעלכע הערליכע אפציעס איינ׳ס שענער פונעם צווייטן, בדרך כלל א דריי בעדרום האט געמיינט אז די דריטע בעדרום איז פאסיג פאר א שיינע לאנדרי רום מיט א לעכל אין די זייט הנקרא פענסטער ארויס צו א פארשטיקטע עלי, און אויב איז די פרייז אונטער 3 אלפים, האט עס געמוזט האבן נאך עטליכע חסרונות ווי נאר איין ביה״כ, אדער יא אריינגעשטעקט אין א פיצעלע קלאזעט ויקרא שמו ביה״כ, נאך א שויער? עה מאן דכר שמיה.

בקיצור איך האב נישט געזעהן עס זאל זיין ווערד פאר מיר זיך אריינצושטופן אין אזא לעכל פאר די פרייז וואס מען פארלאנגט, בנוסף וואס דאס וואלט געמיינט אז צו דעקן אזא בודזשעט דארף איך און די בני בית ארבעטן א גאנץ לעבן. דעם אכטער האב איך טראץ מיין השתדלות ב״ה נישט באקומען, קיין מיליאנער בין איך איבער נאכט אויך נישט געווארן. נו גייט מען צו די נעקסטע אפציע, טאקע שווער, און געטראכט הונדערט מאל יא ניין? אבער אפי' א חלום האט א ענדע, און יא מ׳גייט גיין מחוץ לעיר!

*
בודזשעט – ניין און נאכאמאל ניין, מיין בודזשעט איז בכלל נישט געווארן בעסער נאכן מופן און עס איז בכלל נישט געווען אין פלאן, היות איך האב געהאט א קליינע דירה און נישט געצאלט אזוי טייער, און איך און מיין ב"ב האבן ביידע געהאט א גוטע דזשאב. נאר פרובירנדיג זיך אריינצושטעלן אין דעם חכם'ס הויזן הרואה את הנולד, בין איך געקומען צו די מסקנא אז בעסער ווי פריער.
כאטש מען קען אפשר נעמען אביסל א גרעסער דירה ווי יעצט און דורכשטופן נאך אפאר יאר, איז קודם כל ווי יונגער די קינדער זענען איז דאס גרינגער פאר זיי, און יעדע יאר שפעטער שטייגט די פרייזן איבעראל, איז איך וועל עס סייווי מוזן טוהן, פארוואס זאל איך דארפן צאלן פארן מופן צוויי מאל, און אזוי וועט מען בע״ה אפשפארן אפאר גרייצער און יבא יומו וועל מיר זיך ערלויבן אן אייגן געצעלט בשעטו״מ.

*
אין שמחה כהתרת הספיקות – האב איך אנגעהויב אריינקוקן אין יעדן אידישן ישוב איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערסי, כמעט יעדע ישוב בין איך אראפגעגאנגען קוקן און אפילו פראווען א שבת, איך האב אלעס גענומען אין באטראכט, אזוי אז יעדע שטיק צייט איז עפעס אנדערש געווען הייס אויפן טיש, ביז עס איז קלאר געווארן אז ניין דאס איז נישט פאר מיר משום איזה סיבה שהוא, אזוי צוביסלעך האבן מיר אנגעהויבן אויסזיפן דעם אויסוואל, ביז נאכ'ן זיך שואל עצה זיין מיט א גוטער איד זענען מיר געקומען צום באשלוס וואס איז די מערסטע פאסיג פאר אונז, און אז מען האלט שוין דא איז דאך אין שמחה כהתרת הספיקות, האלט מען שוין א טריט נענטער.

הייבט מען אן אריינקוקן אין די צעטלעך, רעדן מיט בראוקער'ס הערן וואס איז דא אויף די מארקעט, פארשטייט זיך אז פון צייט צו צייט אז עס איז געווען עפעס אדווערטייזט דא אין שטאט עפעס וואס קען זיין אינטערסאנט האט מען נאך אלץ אריינגעקוקט אפשר דאך, אבער זיך גאנץ שנעל איבערצייגט אז ניין, מיין באשלוס איז נאך יא רעלעווענט.

עס האט זיך אנגעזאמעלט עטליכע דירות צו גיין קוקן, - פארשטייט זיך אז מען ברויך זיך נאפרעגן אויף די ארטיגע פרייזן, צו דער לענדלארד פרובירט נישט צו רייטן אויף דעם אומוויסנדן שטאטישן יונגערמאן, - אזוי איז מען אראפגעפארן אויף א זונטאג זיך אומגעקוקן. ביזדערווייל האב איך שוין אנגעהויבן איינשרייבן די קינדער אין די מוסדות, וואס איז גוט צונויץ געקומען שפעטער, אז ווען איך בין געקומען צו גיין איז שוין געווען די זאך מסודר, ענדליך האט זיך געמאכט עפעס פאסיג ב"ה א שיינע פרישע דירה אין א גוטן געגענט, איבערגעשלאפן און איבערגעקלערט און נאך עטליכע טעג געסיינט ליעס בשעטו"מ.

היות די דירה האט נאך געדארפט פארטיג ווערן האט מען נאך געהאט צייט זיך אביסל צו מסדר זיין, עס איז גוט צו לאזן וויסן פאר די מלמדים און טיטשער'ס פון די קינדער פון פריער זיי זאלן קענען פארברייטן די קינדער זאלן זיך רואיג אפגעזעגענען פון זייער חברים.

איינמאל מען האט געוויסט אז די דירה איז גרייט האט מען באשטימט אויף א יום שנכפל בו כי טוב, באשטעלט מאווערס, און אנגעהויבן טוהן צו די זאך, איך האב באשטעלט עקסלענט מאווערס, נאכן הערן פון א חבר וואס איז געווען זייער צופרידן פון זיי, אויף זייער וועבזייטל קען מען אויספילן פונקטליך יעדע שטיק מעבל וואס מען האט, אזוי באקומט מען פון פאראויס א פונקטליכע פרייז, אינקלודעט אינשורענס, טיפ'ס, און נישט פלוצלונג קומען צו גיין נאך א צאל עקסטער טשארדזשעס, די חברה געבן עטליכע פאפירן מיט גאנץ גוטע טיפס, וויאזוי צו פאקן, און געגאנגען צו די מלאכה.

ספרים איז זייער פראקטיש איינצופאקן אין ראל'ס פלעסטיג, ס'איז דא צו באקומען אין אלע הויז-ווארג געשעפטן, - אפילו פאר גלאז און זילבער איז עס אויך זייער גוט - און מען קען שוין אפילו עטליכע וואכן פאר דעם אזוי איינפאקן א הויפן ספרים און צוריק שטעלן אין שאנק עס זאל נישט שטיין און וועג.

שאץ נישט אונטער דאס פאקן, עס נעמט מער צייט און כח ווי מען מיינט, ולכן זאכן וואס מען ניצט נאר זומער אדער ווינטער, פסח זאכן, אדער נוי סוכה וכו' קען מען שוין פאקן, אזוי איז גוט וואס מען קען פון פריער אנהייבן.

עס איז גוט צו באשטימען א נאמבער אויף יעדע צימער, למשל די קאך נומ' 1, דייניג רום נומ׳ 2, און אלע באקסעס פון קאך ווערן אנגעצייכענט מיט א גרויסן 1 און אזוי ווייטער, אז די מאווערס זאל וויסן ווי צו פלאצירן אין די נייע דירה אלע באקסעס והכל על מקומו יבא בשלום.

מופן קאסט געלט און נאכאמאל געלט מער ווי מען מיינט, סיי א אלטע דירה ברויך מען דאך איבערפרישן, פעינטן, סקרעיפן, און אוודאי א נייע דירה, יעדע קלייניקייט קאסט, לייגן שלעסער, ווינדא שעיד'ס, שעלווס, אלץ ברויך מען צו קויפן עפעס מעבל חפצים וכו', דאס איז אלעס חוץ די עצם מאווינג טראק. דעריבער איז גוט צו באשליסן פאר דעם וואס איז וויכטיגע פאר יעצט, און וואס וועט מיט די צייט אונטערקומען. אז נישט קען מען זיך פלוצלונג טרעפן מיט גאר א גרויסן לאך, און שרייען וואס האט מיר אויסגעפעלט דאס גאנצע מופן פאר א שווארץ קאפל.

דעריבער איז גוט צו מאכן א חשבון בעפאר וויפיל בין איך גרייט און וויפיל קען איך יעצט ספענדן, און ס'איבעריג'ס וועט מען בע"ה מיט די צייט זיך ערלויבן.

די לעצטע שבת האט מען זיך איינקוואטירט ביי די עלטערן, אזוי האט מען שוין געקענט איינפאקן אלע שבת'דיגע געצייג פון א מוצאי שבת בעפאר, און בכלל איז דאס געווען א שיינע געזעגענונג'ס אקט.

עס איז אנגעקומען די גרויסע טאג, עס איז גוט אויב מען קען צו צוטיילן די קינדער פאר א טאג אדער צוויי, זיי זאלן נישט שטיין אין וועג, און והנה מען שפירט ווי מען ווערט אויסגעלייזט, בפרט נאך וואס מען וואוינט די לעצטע טעג אדער וואך ממש אין א ווערהאוז צווישן באקסעס על באקסעס, כ'האב מיר געשפירט ווי יענע פאלקס מעשה וואס די רבי האט געהייסן דעם דארפסמאן וואס האט זיך אפגערעדט אויף זיין קליינטשיגע דירה, ער זאל אריינעמען א ציג אין שטוב, איינמאל די ציג איז ארויס האט ער שוין געשפירט גאר רחבות'דיג, - אבער חברה לאזט אייך נישט ס'איז מעשה יצר, ס'איז דאך אלעס מה' מצעדי גבר כוננו.

די טרעגער האבן זיך גענומען צו די מלאכה, מען האט זיך בעפאר שיין אפגעזעגנט פון גוטע פריינד און שכנים, עטליכע האבן זיך זייער שיין וויסענדיג געמאכט אריינשיקענדיג עפעס א טשאטשקע פאר די נייע דירה.

אגב א טאג בעפאר איז נאך איינער געקומען מייעץ זיין צו עס לוינט זיך טאקע, ווייל שכר לימוד און גראסערי איז דארט טייערער...
איז רעב איד, איך האב שוין דאס לאנג גענומען און חשבון, און יא! פאר די לאנג ראן לוינט זיך עס מיר, היות איך וועל בע"ה נישט גיין אין קאנטרי און אין קעמפ ועוד ועוד, אבער א טאג בעפארן מופן מאכט עס שוין קיין סאך נישט אויס, סא נעקסט טיים קום אביסל פריער. און אויב עפעס זיי יענעם מחזק אויף זיין קלוגן שריט און פרעג שאלות וואס ווייזט אינטערעס און שטיצע, נישט פארדריי דעם קאפ מיט דיינע נייגעריגע אויסגעדראשענע שאלות.

וואס יענער האט אוודאי געמיינט מיין טובה, (ביידוועי ווען די גייסט צו איינעם יענעם מאכן בארפלייס, ווייל דיר קוועטשט עפעס, אדער מאָנט פון דיר, זייט וויסן אז יענער שפירט אייער ציל אפי' מ׳זאגט עס נישט אפן און גראב און פנים…) .

עס נעמט עטליכע שעה ביז די חברה טראגן ארויס אלע מעבל און חפצים, דאן איז מען אזוי ריכטיג אין גלות, און היות די מאווערס קומען גאנץ פרי איז צייט פאר קיין פרישטאג אדער לאנטש נישט דא, איז ברם יזכר לטובה עטליכע גוטע פריינט וואס האבן אריבערגעשיקט פון 'געשמאק' א בראנטש אזאנ'ס און אזעלכע'ס, מיט וואס מען האט זיך דערהאלטן דאס חיות פאר דעם גלות'דיגן פארמיטאג.

זילבערווארג אדער אנדערע טייערע ארטיקלן איז וויכטיג צו נעמען מיט זיך אין קאר, אפילו גלאז אויב וויל מען ווייניגער שברים קען מען זיי הייסן עס פלאצירן אינעם קאר עס זאל בס"ד אנקומען גאנץ.

ארום חצות היום ויפן כה וכה אלעס איז געגאנגען, ווען די טראק האט ארויסגעלאזט זיינע לעצטע רויעך קנוילן פונעם אונטערשטן מאפלער, איז מען זיך געגאנגען אפגעזעגענען פון די שוויגער / עלטערן, ויחבוש את החמור און מען געבט א כאפ א בליק אויף צוריק צום לעצטן מאל אלץ תושב אין דעם רוישיגן שטאט און היידע געגאנגען צום בריק.

המשך יבוא בל"נ

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 5:28 pm
דורך הר גריזים
יא מופן נישט מופן, קודם האמיר א גוטן ארטיקל צו ליינען! זייער הנאה געהאט, ווארט מיר אויף די פארזעצונג.

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 5:37 pm
דורך לכאורה
WOW
הערליכע ארטיקל!
נאך א שענערע אקט געטאן!
יהי רצון שיהיה בהצלחה - משנה מקום משנה מזל לטובה

--
פונקט דעם שבת בין איך גערופן געווארן אויף 'קידוש' ביי א נאנטע קרוב וואס האט זיך יעצט אהערגעצויגן פון וומ"ס, איך האב באמערקט אז דער דיינונג רום טיש איז נאכנישט גענצליך אויסגעצויגן, האב איך געקלערט צו מיר אז מסתמא וויל ער נישט צוקומען צו 'הוללות'... האט ער דערווייל בלויז אריינגעשטעלט איין 'ליעף', און מיט די צייט וועט מען אי"ה צולייגן דאס צווייטע.

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 1:16 pm
דורך קלאָצקאָפּ
שיין און אינטערעסאנט!

מיר ווארטן אויפ'ן המשך.

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 2:01 pm
דורך א גוטע ניק
שוין געפרינטען. ווארטמער אויפן המשך (נוי 99 פליס)

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 4:17 pm
דורך בערל קראקאווער
ויסעו ויחנו.pdf
ויסעו ויחנו
(54.64 KiB) דאונלאודעד 51 מאל

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 4:45 pm
דורך אדער יא
א דאנק פארן פידיעף.
(אגב, מז"ט!)

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 4:54 pm
דורך אדער יא
אגב דאגב, כ'האב געדארפט אדורכבלעטערן דעם גאנצע אשכול פון דיין חתימה אנצוקומען אהער
https://docs.wixstatic.com/ugd/9de8d1_8 ... 01ad3a.pdf

געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2019 4:51 pm
דורך בלעכענער פנים
אדער יא האט געשריבן:אגב דאגב, כ'האב געדארפט אדורכבלעטערן דעם גאנצע אשכול פון דיין חתימה אנצוקומען אהער
https://docs.wixstatic.com/ugd/9de8d1_8 ... 01ad3a.pdf

אוי איז דאס גיט ... דורכגעליינט די גאנצע מעשה מיט א אפענעם מויל..(דאנט ווארי סשוין פארמאכט..)
ווי קען מען דא טרעפן נאך אזאנע?

געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2019 5:35 pm
דורך אדער יא
הייב נישט אן, מען דארף דאך ארבעטן...