א חינוך שאלה וואס מאכט זיך גאר אפט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

א חינוך שאלה וואס מאכט זיך גאר אפט

תגובהדורך ראש הקהל » דינסטאג מאי 14, 2019 2:49 pm

דער קעשיר פון מיין גראסערי פרעגט מיר היינט, איר לאזט אייער יונגעל אויפשרייבען כל מיני נאשעריי?
מיין יונגעל? זעכער?
דיין נאמבער איז דעיס......?
יא, דאס איז דער רעסיטס פון דו לעצטע פאר טעג...

יעדען טאג זיך איינגעקויפט טייערע טשאקליט נאש מיט נאך אנדערע מטעמים, און ווערט פון בערך 25 דאללער.

קוקענדיג אויפן צייט, זעה איך אז ער וואלט שוין געדארפט זיין אויפן באס, רוף איך אן דער דרייווער זאגט ער מיר אז ניין, לעצטענס איז ער נישט אויפן באס.

א כתה ה' יונגעל צווישען 9 און 10, יעצט זיך אויסגעלערנט קראסן א סטריט אבער נישט קיין עוועניו. כדי ער זאל אליין וואקן און אנקומען צו חדר, דארף ער קראסן עטליכע סטריטס מיט עוועניוס.

פון דער פאזיטיווע זייט, הודו לה' אז ער א קלוג יונגעל, און ער נוצט זיין קאפ..

אבער פארן עובר זיין כמה חטאים, ארויפשרייבען 25 דאללער א טאג, בלי רשות, פארפאסען זיין באס, וואקן אליינס צו חדר בלי רשות.

איך וויל עס שטארק פארדאמען, למען ישמעו וייראו, ער זאלן באקומען א הארבע עונש, אבער וואס? וואס איז דער בעסטע מהלך צו טוען, ס'זאל איהם נישט שאטן פיזיש און גייסטיש און דו לאנג ראן? וואס איז דער בעסטע זאך צוטוען ער זאל זיך לערנען א לעקציע?

שכויח פארן ענטפערן.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 14, 2019 2:55 pm

ראש הקהל האט געשריבן:דער קעשיר פון מיין גראסערי פרעגט מיר היינט, איר לאזט אייער יונגעל אויפשרייבען כל מיני נאשעריי?
מיין יונגעל? זעכער?
דיין נאמבער איז דעיס......?
יא, דאס איז דער רעסיטס פון דו לעצטע פאר טעג...

יעדען טאג זיך איינגעקויפט טייערע טשאקליט נאש מיט נאך אנדערע מטעמים, און ווערט פון בערך 25 דאללער.

קוקענדיג אויפן צייט, זעה איך אז ער וואלט שוין געדארפט זיין אויפן באס, רוף איך אן דער דרייווער זאגט ער מיר אז ניין, לעצטענס איז ער נישט אויפן באס.

א כתה ה' יונגעל צווישען 9 און 10, יעצט זיך אויסגעלערנט קראסן א סטריט אבער נישט קיין עוועניו. כדי ער זאל אליין וואקן און אנקומען צו חדר, דארף ער קראסן עטליכע סטריטס מיט עוועניוס.

פון דער פאזיטיווע זייט, הודו לה' אז ער א קלוג יונגעל, און ער נוצט זיין קאפ..

אבער פארן עובר זיין כמה חטאים, ארויפשרייבען 25 דאללער א טאג, בלי רשות, פארפאסען זיין באס, וואקן אליינס צו חדר בלי רשות.

איך וויל עס שטארק פארדאמען, למען ישמעו וייראו, ער זאלן באקומען א הארבע עונש, אבער וואס? וואס איז דער בעסטע מהלך צו טוען, ס'זאל איהם נישט שאטן פיזיש און גייסטיש און דו לאנג ראן? וואס איז דער בעסטע זאך צוטוען ער זאל זיך לערנען א לעקציע?

שכויח פארן ענטפערן.

דעתי העני', פרוביר אז ס'זאל קומען מצד די חדר, דהיינו אז ער פארט נישט מיטן באס קומט ער מן הסתם אן שפעט, אדער אויב קומט ער אין חדר מיט צופיל נאשעריי קען עס דער מלמד "פונקט" באמערקן און כאפן א שמועס, און אים מעורר זיין אויף דעם אויף אלע נקודות, אויב האט ער א גוטן מלמד אדער מנהל קען עס מער אויפטון דעם וועג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג מאי 14, 2019 3:15 pm

Tell the child that you see on the account that he bought the kandy's and tell him that you have no problem with him eating this just he should not go and buy witout asking you and you will give him the money to buy every time he needs Also tell him that to go before chider is not good because he can miss the bus... (sorry for my english)
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג מאי 14, 2019 3:26 pm

1 פראסק אויפן רעכטן באק
2טע פראסק אויפן לינקע באק

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17329
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 14, 2019 3:33 pm

אז די שאלה מאכט זיך אזוי אפט דארף מען זען אפשר די פראבלעם פאנגט זיך אן ביי די עלטערן...

טישא באקס
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 6:16 pm

תגובהדורך טישא באקס » דינסטאג מאי 14, 2019 3:38 pm

פראסק ? חס ושלום! נעם נישט אריין די מנהל , פארוואס איבערדרייען די גאנצע שטאט. לערן דיך אויס רעדען צי דיין קינד דאס איז די בעסטע וועג

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » דינסטאג מאי 14, 2019 3:42 pm

את חטאי אני מזכיר היום, אלס קינד האב איך געטון די זעלבע זאך פאר א שיינע פאר חדשים, אין די צייט וואס מיינע עלטערן זענען געווען אין א שווערע פינאנציעלע מצב. ווי אזוי האט זיך עס אפגעשטעלט? מיין מאמע האט מיר איינמאל געזאגט בדרך אגב.

דו מיינסט כ'ווייס נישט אז דו קויפסט זיך איין נאשערייען אן רשות יעדן טאג? מיינסט מ'באמערקט נישט?! און נישט היינט נאר שוין די לעצטע פיר חדשים. האסט שוין אמאל געבעטן א נאש און נישט באקומען? ס'איז געהעריג גניבה!

פון יענע טאג און ווייטער האב איך מער אין לעבן נישט גענומען גארנישט.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

יונה ישראל
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:36 pm

תגובהדורך יונה ישראל » דינסטאג מאי 14, 2019 3:44 pm

וואס דארפסטו אלעס באמערקן ???? (קענסט ווערן זאלציג...)

veltsman
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » דינסטאג מאי 14, 2019 3:53 pm

א הארבע עונש? פארן רעדן אפילו?
זעץ זיך אוועק מיט אים, כאפ א ליבליכן שמועס (וויפיל מאל האסטו דאס שוין געטאן?) און אויף א פאזיטיווע וועג זיי אים מחנך וואס איז ריכטיג צו טוהן און וואס נישט,

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג מאי 14, 2019 3:59 pm

veltsman האט געשריבן:א הארבע עונש? פארן רעדן אפילו?
זעץ זיך אוועק מיט אים, כאפ א ליבליכן שמועס (וויפיל מאל האסטו דאס שוין געטאן?) און אויף א פאזיטיווע וועג זיי אים מחנך וואס איז ריכטיג צו טוהן און וואס נישט,

דערווייל איז דער ענטפער די מערסטע צו די זאך.
זיך אוועקזעצן רואיג, כאפן א שמועס, קענסט אים זאגן, אז דער דרייווער האט דיר "פונקט" געזאגט אין ביהמ"ד אז דיין יונגל קומט מער נישט אויף דער באס... ער האט געוואלט וויסן צו אונז האמיר אוועקגעמופט.. אדער וואס..?

אבער דאס איז זיכער, אז דו דארפסט אים געבן דעם וועג ארויס, און זאגן רואיג אבער שטארק: איך וויל נישט מער בשו"א אז דאס זאל פארסירן.
און אוודאי האלטן די אויגן אפן אויב ס'געשעהט נאכאמאל, און אויך כמובן מאכן זיכער אז ער באקומט גענוג אין שטוב אויף א געזונטן אויפן.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג מאי 14, 2019 4:16 pm

דו רעדסט מיט דיין קינד אפט? דו האסט א פאזיטיווע שייכות מיט אים? אויב יא זעה איך נישט וואס דער פראבלעם איז. קענסט אים שיינערהייט אויסלערנען אז ס'איז נישט קיין שיינע זאך. אן עונש קומט זיך בלויז פאר חוצפה.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג מאי 14, 2019 4:21 pm

רצון טוב האט געשריבן:1 פראסק אויפן רעכטן באק
2טע פראסק אויפן לינקע באק

;l;p- אט אזוי!!! און דערנאך נאך ניין און דרייסיג.
לעצט פאראכטן דורך געריבענער סוחר אום דינסטאג מאי 14, 2019 4:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג מאי 14, 2019 4:23 pm

טישא באקס האט געשריבן:פראסק ? חס ושלום! נעם נישט אריין די מנהל , פארוואס איבערדרייען די גאנצע שטאט. לערן דיך אויס רעדען צי דיין קינד דאס איז די בעסטע וועג

די שאלה איז וויאזוי רעדט מען

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דינסטאג מאי 14, 2019 4:27 pm

veltsman האט געשריבן:א הארבע עונש? פארן רעדן אפילו?
זעץ זיך אוועק מיט אים, כאפ א ליבליכן שמועס (וויפיל מאל האסטו דאס שוין געטאן?) און אויף א פאזיטיווע וועג זיי אים מחנך וואס איז ריכטיג צו טוהן און וואס נישט,

אויף ווען דען איז געמאכט געווארן די פסוק פון שלמה המלך חוסך שבטו מבנו?
איז שוין טאקע נישט דא היינט צוטאגס אזיין זאך פון געבן א פאטש?
ס'איז קלאר אז די יונגעל האט געטוהן א אויסטערלישע עוולה! לאמיר זיך פארשטעלן ווען די יונגעל גייט בכלל נישט אין חדר נאר ער גייט קיין KIDS AN ACTION שפילען יעדו טאג, אדער ער גייט דרייוון א קאר למשל, דאס מיינט אז די קינד האט א מאס גאטס און חוצפה צו טוהן אזאך וואס 95% קינדער פאלט נישט איין צו טוהן, לענ"ד צו קויפן יעדו טאג פאר 25 דאללער און עס אויפעסן איז איבערגעצויגן די נארמאלע שטריק און ער דארף כאפן געזונטע פעטש זאל איהם אריינגיין אין די ביינער אז מען טוט נישט וואס מען וויל.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג מאי 14, 2019 4:30 pm

דברים אלו האט געשריבן:
טישא באקס האט געשריבן:פראסק ? חס ושלום! נעם נישט אריין די מנהל , פארוואס איבערדרייען די גאנצע שטאט. לערן דיך אויס רעדען צי דיין קינד דאס איז די בעסטע וועג

די שאלה איז וויאזוי רעדט מען

כ'גלייב שווער אז דא אויף אייוועלט דרייען זיך די עכטע גרויסע מחנכים, און אויב יא ווייסיך נישט צו זיי וועלן יעצט דיר זעצן שרייבן א זאפטיגער ארטיקל/ענטפער דערויף, אבער קוק די פריעדיגע תגבות וועסטו עטוואס זען וואס און וויאזוי בערך די שמועס דארף צוגיין, חוץ אויב דו ווילסט אננעמען די דעה פון טיילן פראסקעס דארפסטו גארנישט רעדן.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 14, 2019 4:32 pm

דברים אלו האט געשריבן:
טישא באקס האט געשריבן:פראסק ? חס ושלום! נעם נישט אריין די מנהל , פארוואס איבערדרייען די גאנצע שטאט. לערן דיך אויס רעדען צי דיין קינד דאס איז די בעסטע וועג

די שאלה איז וויאזוי רעדט מען

אט דאס איז מיין פראגע, און דערפאר האב איך געשריבן וואס איך האב געשריבן
ווען דער טאטע דארף רעדן, קען אריינקומען זייטיגע נגיעות חוץ חינוך, ס'קען באדערן פינאנציעל וכדו', און בעיקר ער דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן נישט צוצוקלאפן דעם קינד, און נישט דאס קינד זאל טרעפן א צווייטע וועג, ולא יצא שכרו בהפסדו. ממילא אויב ווייסט מען אז דאס קינד האט א מנהל אדער מלמד וואס פארשטייט גוט, קען עס צומאל זיין א בעסערע אפציע

אגב ארייננעמען די מנהל איז נישט איבערדרייען די שטאט, דער מנהל/מלמד איז א שותף אינעם חינוך, און ס'שאדט נישט אויב זיי ווייסן אזא מעשה, קענען רעדן דערפון אין חדר (נישט פונעם פרט, נאר פונעם כלל)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 14, 2019 4:35 pm

קאכעדיגע האט געשריבן:
veltsman האט געשריבן:א הארבע עונש? פארן רעדן אפילו?
זעץ זיך אוועק מיט אים, כאפ א ליבליכן שמועס (וויפיל מאל האסטו דאס שוין געטאן?) און אויף א פאזיטיווע וועג זיי אים מחנך וואס איז ריכטיג צו טוהן און וואס נישט,

אויף ווען דען איז געמאכט געווארן די פסוק פון שלמה המלך חוסך שבטו מבנו?
איז שוין טאקע נישט דא היינט צוטאגס אזיין זאך פון געבן א פאטש?
ס'איז קלאר אז די יונגעל האט געטוהן א אויסטערלישע עוולה! לאמיר זיך פארשטעלן ווען די יונגעל גייט בכלל נישט אין חדר נאר ער גייט קיין KIDS AN ACTION שפילען יעדו טאג, אדער ער גייט דרייוון א קאר למשל, דאס מיינט אז די קינד האט א מאס גאטס און חוצפה צו טוהן אזאך וואס 95% קינדער פאלט נישט איין צו טוהן, לענ"ד צו קויפן יעדו טאג פאר 25 דאללער און עס אויפעסן איז איבערגעצויגן די נארמאלע שטריק און ער דארף כאפן געזונטע פעטש זאל איהם אריינגיין אין די ביינער אז מען טוט נישט וואס מען וויל.

אונזערע רבי'ס האבן געטייטשט חושך שבטו שונא בנו, צו טיילן פעטש אפילו ס'קומט זיך נישט
אבער דער אמת'ער פשט איז חושך שבטו שונא בנו, ווען ס'קומט זיך אים, און ווען א קינד טוט א עולה אן קיין התראה קומט נאכנישט קיין פעטש, וואס האט די תורה געזאגט ביי עונש פון בי"ד? באקומט מען א עונש אן עדים והתראה?
פעטש איז קיינמאל נישט סטעפ 1
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג מאי 14, 2019 4:36 pm

קאכעדיגע האט געשריבן:
veltsman האט געשריבן:א הארבע עונש? פארן רעדן אפילו?
זעץ זיך אוועק מיט אים, כאפ א ליבליכן שמועס (וויפיל מאל האסטו דאס שוין געטאן?) און אויף א פאזיטיווע וועג זיי אים מחנך וואס איז ריכטיג צו טוהן און וואס נישט,

אויף ווען דען איז געמאכט געווארן די פסוק פון שלמה המלך חוסך שבטו מבנו?
איז שוין טאקע נישט דא היינט צוטאגס אזיין זאך פון געבן א פאטש?
ס'איז קלאר אז די יונגעל האט געטוהן א אויסטערלישע עוולה! לאמיר זיך פארשטעלן ווען די יונגעל גייט בכלל נישט אין חדר נאר ער גייט קיין KIDS AN ACTION שפילען יעדו טאג, אדער ער גייט דרייוון א קאר למשל, דאס מיינט אז די קינד האט א מאס גאטס און חוצפה צו טוהן אזאך וואס 95% קינדער פאלט נישט איין צו טוהן, לענ"ד צו קויפן יעדו טאג פאר 25 דאללער און עס אויפעסן איז איבערגעצויגן די נארמאלע שטריק און ער דארף כאפן געזונטע פעטש זאל איהם אריינגיין אין די ביינער אז מען טוט נישט וואס מען וויל.

דאס קינד האט אפילו אן אנונג פאר וויפיל געלט ער קויפט? ער קויפט נאש ווייל ער האט עס ליב, נישט ווייל ער וויל קויפן טייערע נאש
אין ער האט נישט קיין פראבלעם צו קויפן ווייל ס'איז דא אן אפען אקאונט אין גראסערי, סאו פאר דעם קימט אים נאכנישט אזא שארפע שטראף, דאס קען מען סאלוון מיט אפאר ווערטער

וואס יא, דאס אז ער איז געגאנגען אין חדר אן דעם באס קומט אים שוין יא עפעס מער, באט מוז נאך אויך נישט זיין אז פעטש איז די זאך

אגב, קען זיין א געדאנק. די ערשטע זאך שפאר אפ דעם גראסערי אקאונט פון די קינדער
איי איי,-וועלט

אוועטאר
קלמן הלוי
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

תגובהדורך קלמן הלוי » דינסטאג מאי 14, 2019 4:43 pm

איך בעט דיר!
איך האב געהאט מיט מיין טאטע אזא מעשה אלץ ינגעל
ער האט מיר געפרעגט כאילי ער ווייסט נישט, און ער האט מיר זיך געלאזט ארויסדרייען.
און מיר האבן קיינמאל נישט געהאט קיין אפנהארציגע שמיעס דערוועגן, עס האט פארהאקט אלע קשרים צווישן מיר און אים.....
אויב עפנסטי די שמיעס מיט דיין ינגעל דערוועגן ענדיג צי עס מיז נישט זיין יענע תקיפה אבער פארגעס נישט צריקציקימען און זאגן אז די פארשטייסט זיין נסין און ער איז נישט אפגעפרעגט.......
איך פרעג נאר!

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג מאי 14, 2019 4:44 pm

ווער קען אויסרעכנען וועלכע עוולות די קינד האט דא געטוהן. איינמאל מ'וועט דאס וויסן קען מען באטראכטן יעדעס עוולה באזונדער ווי אזוי מ'דארף רעגירן.

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » דינסטאג מאי 14, 2019 4:46 pm

אויב ס'איז יעדן טאג פארוואס זאלסטו אים נישט אפווארטן און גראסערי?
גיי אהין די צייט וואס ער איז דארט יעדן טאג טרעף אים אזוי פערצופאל און פרעג אים דארט דיין באס איז נאכנישט געקומען? אזוי זאג אים וועסט אים באגלייטן און חדר דעמאלטס רעד ליבליך צום קינד
איז דאס די ערשטע מאל די טוסט עס?
אזוי פאר אריין און א שמיעס אויף א שיינע וועג ווען קומסט אן און חדר זאג אים א שיינע א גוטן טאג איך וויל נישט ס'זאל מער פאסירן
טאמער לייקנט ער זאג אים מיינסט איך זעה נישט אז סאיז יעדן טאג?
אזוי ווייטער מיט אסאך הצלחה
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג מאי 14, 2019 4:49 pm

ווארט עם אפ אין גראסערי אין א סופרייז, אבער ער זאל חלילה נישט האבן קיין בושות, נאר געב עם א פרעג צו מאמי האט געהייסן קויפן די זאכן, אויב ער ווערט רויט אדער ער לייקענט זאג עם אז זייער גוט, יעצט וועסטו וויסן אז ער האט ליב מער נאש ווי א געווענדליכע אינגל די וועסט טרייען עם צו קויפן איין מאל א וואך א גוטע נאש ספעציעל פאר עם, אבער נאר אויב ער וועט שרייבן 200 מאל לא תגנוב(דאס ווערט אריין געקירצט אין קאפ).

שפאציר אהיים מיט עם אבער זייער ליבלעך, מאך שאר אז ער צווויינט זיך אינדעמיט, אבער זיי עם מסביר אז די שרעקעדיגע פאליס קאר'ס זענען געמאכט פאר מענטשן ווי עם.... ווען זיי זענען גרויס.

מאך שאר אז דאס וועט אריין געקריצט איז זיין זכרון אז אין די שטוב איז דא א "ליבליכע שטרענגע טאטע" ו

קענסט אויך זאגן אז די פארשטייסט די תאוה פון גניבה, אבער יעצט איז די צייט צו ארבעטן די וועסט עם העלפן, אזוי וועט ער וויסן אז דא איז דא א טאטע וואס העלפט א קינד ווען מע איז געשלאגן מיט א תאוה, ער וויל אויך נישט גנבענען.

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג מאי 14, 2019 4:50 pm

אויב ער רעגירט קאלט ווי כאילו מע מיינט נישט עם, דענמאלץ פרעג א עכטע פראפעשענל וואס צו טאן.

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » דינסטאג מאי 14, 2019 4:54 pm

אינטעראסאנטע שמועס, און עס איז מיר מער אינטערעסאנט צו זען אז רוב עולם דא האלט אז מען טאר נישט געבן פעטש און איינער האט אפילו געזאגט אז בכלל עונשים טאר מען נישט געבן נאר פאר חוצפה (ליין סעלף דיפענס)

די פסיכאלאגן האבן אונז גוט מסדר געווען, יעדן טאג פרישע שיעורים מיט מהלכים שונים און די קינדער וואלטן לכאורה געדארפט ווערן בעסער און בעסער, דערווייל געשעט די פארקערטע, די חדרים און ישיבות זעהען נישט אויס צו ווערן בעסער

א קינד גייט נישט צוגרינד פון אפאר פעטש, נישט געבן פעטש ווען עס פעלט אויס מאכט יא שטארקע שאדן,

לגבי די שאלה דא פון די קינד וואס גנבט איז נישט קיין שום פראבלעם צו געבן א געזונטע פראסק די קינד ווייסט אז עס קומט אים און ער וועט פילן דערנאך אסאך רואיגער אז ער האט באקומען זיינס און קעיס קלאוזט. כנלענד. אזוי האט מען געטוען אלעמאל ביז די אמעריקאנע סאושל ווארקערס זענען אויפגעקומען מיט זייערע שטותיים און אינטערגעמינעוועט די אוטאריטעט פון עלטערן, מלמדים, ומחנכים
חביבי

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » דינסטאג מאי 14, 2019 4:55 pm

נעגלוואסער האט געשריבן:אויב ס'איז יעדן טאג פארוואס זאלסטו אים נישט אפווארטן און גראסערי?
גיי אהין די צייט וואס ער איז דארט יעדן טאג טרעף אים אזוי פערצופאל און פרעג אים דארט דיין באס איז נאכנישט געקומען? אזוי זאג אים וועסט אים באגלייטן און חדר דעמאלטס רעד ליבליך צום קינד
איז דאס די ערשטע מאל די טוסט עס?
אזוי פאר אריין און א שמיעס אויף א שיינע וועג ווען קומסט אן און חדר זאג אים א שיינע א גוטן טאג איך וויל נישט ס'זאל מער פאסירן
טאמער לייקנט ער זאג אים מיינסט איך זעה נישט אז סאיז יעדן טאג?
אזוי ווייטער מיט אסאך הצלחה

ווארט אים נישט אפ און גראסערי אליין דארט קען ער זיך זייער פארשעמען פון די ארומיגע ווארט אים אפ ווען ער וואקט ארויס שוין מיט די פילע בעג
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: סארקאזי, שמארטיקל און 11 געסט