מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » זונטאג פאברואר 09, 2020 1:18 pm

איך האב א חבר וואס איז געווארן א כתה ט' מלמד און סאטמאר מהריי און וויליאמסבורג אפאר יאר צירוק, און ער האט אנגעהויבן מיט $850 א וואך, דעס איז נאך פאר די העכערונג וואס מען האט געגעבן פאריאר.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6645
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג פאברואר 09, 2020 1:45 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:איך ווייס יא פאר א פאקט ווי גרינג אדמיניסטראטארן גיסן נכסי ציבור אויף שטותים.

כ'בין געווען אינוואלווד אין א געוויסע מוסד פראיעקט, און איך האב נישט געקענט גלייבן ווי גרינג מ'מאכט החלטות אין די ווערד פון צענדליגער טויזנטער דאלארן פון מענטשן'ס אויסגעהארעוועטע געלט.

--
האקט

איך האב לעצטענס געהערט פון איינעם וואס איז אינוואלווד אין א מוסד האט ער מיר געזאגט אויפן אנדמיניסטראטאר, ער שפארט קוואדער'ס, ביי אזעלכע קליינע הוצאות מאכט מען א פעדעראל קעיס צו ס'איז וויכטיג צו נישט, און לעומת זה גיסט זיך טויזענטערס אויף אנדערע אומנויטיגע הוצאות

אפילו אויב האסט עפעס געהערט, פארט נוץ דיין שכל אז עס מאכט נישט קיין סענס אז אדמיניסטראטארן פון מוסדות וואס זעען ווי שווער עס קומט אן צו זעען געלט זאלן זיך דערנאך לייכטזיניג גיסען דערמיט, פאר א דרויסענדיגער וואס זעעט נישט די טאג טעגליכע ווירטשאפט, החלטות, ספיקות, נויט, פאר אזא איינעם איז גרינג צו קומען צו שנעלע החלטות אז און זאגען אז מען שפילט זיך מיט געלט.

איך וועל זאגן אביסל מער דיטעילד, כ'האב עס געהערט פון איינעם וואס ארבעט ביי א געוויסע אפטיילונג, און ער שטייט און קוקט זיך צו ווי ביי זיין אפטיילונג - וואס ער ווייסט נאך אזוי גוט וואס דארט טוט זיך ווי דער אדמיניסטראטאר - געבט מען אויס גרויסע געלטער פאר גארנישט, און לעומת זה אויף שטותים אויף קוואדערס שפארט מען
פרעגסטו פארוואס ער זאגט נישט, ער זאגט יא, פארוואס הערט מען נישט אויס, האט אויף דעם "יואלי קאכט" גוט געענטפערט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2492
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג פאברואר 09, 2020 1:58 pm

דריידל האט געשריבן:באמת איז א חוצפה צו בכלל אריינרעדן אין די נושא. אלע מוסדות ווערן געפירט בנשיאות גדולי ומנהיגי העדה און טאמער וואלטן זיי געהאלטן אז ס'פעלט אויס צו העכערן די געהאלט וואלטן זיי ארויסגעקומען מיט א רוף דער עולם זאל גיבן געלט, און ס'וואלט געווען געלט. דורכן יאר זענען דא אסאך צוועקן פאר וואס מ'מאכט געלט אקציעס און מ'קומט ארויס מיט א חוב קדוש דער עולם זאל זיך משתתף זיין למשל ראטעווען בתי חיים אדער גיוס א.א.וו. איך גלייב נישט אז איינער האלט דאס איז חשוב'ער ווי די חינוך פון אונזער אייגענע קינדער. אלא מאי, די מנהיגים פארשטייען אז די פראבלעם איז נישט אזוי גרויס און זיכער נישט קיין קריזיס. איך האב א חשד אז @קאנסילמאן, די פותח האשכול, איז א מלמד וואס זיכט צו באקומען א העכערע געהאלט.

ענדיג צו, און די גדולי העדה האבן איינגעזעהן אז פאר דעם פותח האשכול פעלט נישט אויס די העכערונג, ממילא קומען זיי נישט ארויס מיט די גרויסארטיגע רוף. :wink:

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » זונטאג פאברואר 09, 2020 1:59 pm

דריידל האט געשריבן:באמת איז א חוצפה צו בכלל אריינרעדן אין די נושא. אלע מוסדות ווערן געפירט בנשיאות גדולי ומנהיגי העדה און טאמער וואלטן זיי געהאלטן אז ס'פעלט אויס צו העכערן די געהאלט וואלטן זיי ארויסגעקומען מיט א רוף דער עולם זאל גיבן געלט, און ס'וואלט געווען געלט. דורכן יאר זענען דא אסאך צוועקן פאר וואס מ'מאכט געלט אקציעס און מ'קומט ארויס מיט א חוב קדוש דער עולם זאל זיך משתתף זיין למשל ראטעווען בתי חיים אדער גיוס א.א.וו. איך גלייב נישט אז איינער האלט דאס איז חשוב'ער ווי די חינוך פון אונזער אייגענע קינדער. אלא מאי, די מנהיגים פארשטייען אז די פראבלעם איז נישט אזוי גרויס און זיכער נישט קיין קריזיס. איך האב א חשד אז @קאנסילמאן, די פותח האשכול, איז א מלמד וואס זיכט צו באקומען א העכערע געהאלט.

בת היענה!

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג פאברואר 09, 2020 2:26 pm

איך ווייס נישט צו אדמיניסטראטארן ווארפן זיך מיט געלט אבער דאס איז זיכער אז פאר זיך נעמען זיי שיינע וועידזשעס, לכאורה אויף די העכערע זייט פון די עווערעדזש וואס מענטשן מיט ענליכע פאזיציעס אין פריוואטע ביזנעסער פארדינען, אבער פאר מלמדים צאלט מען היבש נידריגער ווי א נארמאלער ארבעטער מיט אן ענליכן דזשאב.

יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:28 am

תגובהדורך יואלי קאכט » זונטאג פאברואר 09, 2020 2:30 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:איך ווייס נישט צו אדמיניסטראטארן ווארפן זיך מיט געלט אבער דאס איז זיכער אז פאר זיך נעמען זיי שיינע וועידזשעס, לכאורה אויף די העכערע זייט פון די עווערעדזש וואס מענטשן מיט ענליכע פאזיציעס אין פריוואטע ביזנעסער פארדינען, אבער פאר מלמדים צאלט מען היבש נידריגער ווי א נארמאלער ארבעטער מיט אן ענליכן דזשאב.

כאב טאקע פארגעסן די נקודה , די אדמעניסטראטערן זאלן נעמען גאר שיינע אדער רייכע וועיזשעס געהעריג ווי א געהאלט, אבער בחוץ מי זה זאל יעדע דאלאר האבן א וועד פון 5 ערענסטע בעלי בתים וואס זאל עפפראווען יעדען דאלאר, דאכט זיך ווען אשר אלימלך מייזעלס האט איבערגענומען 82 איז אזוי געווען , און ער האט דעמאלס געשטעלט די מוסדות אויף די פיס , יעצט ווייס איך נישט די ווערטשאפט דארט

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3829
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 09, 2020 2:41 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:איך ווייס נישט צו אדמיניסטראטארן ווארפן זיך מיט געלט אבער דאס איז זיכער אז פאר זיך נעמען זיי שיינע וועידזשעס, לכאורה אויף די העכערע זייט פון די עווערעדזש וואס מענטשן מיט ענליכע פאזיציעס אין פריוואטע ביזנעסער פארדינען, אבער פאר מלמדים צאלט מען היבש נידריגער ווי א נארמאלער ארבעטער מיט אן ענליכן דזשאב.

א אדמענסטראטער איז איינער וואס ארבעט פארן מוסד און טוט ארבעט וואס נישט דו און נישט איך זענען גרייט צו טון פאר דעם פרייז. און אן אים וואלט די מוסד שוין לאנג נישטא געווען.

לאומת זה האט מיר א מוסד (אין וויליאמסבורג וואס מיטשעט זיך היבש) מיר געבעטן אמאל עפעס א סערוויס און מיר גראד אנגעטראגן א שיינע מטבע.... ויהי לפלא.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6649
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג פאברואר 09, 2020 2:43 pm

דריידל האט געשריבן:באמת איז א חוצפה צו בכלל אריינרעדן אין די נושא. אלע מוסדות ווערן געפירט בנשיאות גדולי ומנהיגי העדה און טאמער וואלטן זיי געהאלטן אז ס'פעלט אויס צו העכערן די געהאלט וואלטן זיי ארויסגעקומען מיט א רוף דער עולם זאל גיבן געלט, און ס'וואלט געווען געלט. דורכן יאר זענען דא אסאך צוועקן פאר וואס מ'מאכט געלט אקציעס און מ'קומט ארויס מיט א חוב קדוש דער עולם זאל זיך משתתף זיין למשל ראטעווען בתי חיים אדער גיוס א.א.וו. איך גלייב נישט אז איינער האלט דאס איז חשוב'ער ווי די חינוך פון אונזער אייגענע קינדער. אלא מאי, די מנהיגים פארשטייען אז די פראבלעם איז נישט אזוי גרויס און זיכער נישט קיין קריזיס. איך האב א חשד אז @קאנסילמאן, די פותח האשכול, איז א מלמד וואס זיכט צו באקומען א העכערע געהאלט.

דו ווייסט וואס "בנשיאות" טייטשט?
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג פאברואר 09, 2020 2:46 pm

דער עולם נעמט ערנסט דריידל'ס ווערטער, פארוואס נאר איך זעה איך אין דעם א הומאר???

יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:28 am

תגובהדורך יואלי קאכט » זונטאג פאברואר 09, 2020 3:01 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:דער עולם נעמט ערנסט דריידל'ס ווערטער, פארוואס נאר איך זעה איך אין דעם א הומאר???

איך האב אויך אזוי געטראכט , אבער היות עס איז נישט געמעקט געווארן , מיינט ער עס אמת'דיג , וועגן טאמער איז עס הומער גרעניצט זיך עס מיט תקנות המקום פון אראפרייסן כל הקדוש לנו..

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג פאברואר 09, 2020 3:34 pm

nmi האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:איך ווייס נישט צו אדמיניסטראטארן ווארפן זיך מיט געלט אבער דאס איז זיכער אז פאר זיך נעמען זיי שיינע וועידזשעס, לכאורה אויף די העכערע זייט פון די עווערעדזש וואס מענטשן מיט ענליכע פאזיציעס אין פריוואטע ביזנעסער פארדינען, אבער פאר מלמדים צאלט מען היבש נידריגער ווי א נארמאלער ארבעטער מיט אן ענליכן דזשאב.

א אדמענסטראטער איז איינער וואס ארבעט פארן מוסד און טוט ארבעט וואס נישט דו און נישט איך זענען גרייט צו טון פאר דעם פרייז. און אן אים וואלט די מוסד שוין לאנג נישטא געווען.

לאומת זה האט מיר א מוסד (אין וויליאמסבורג וואס מיטשעט זיך היבש) מיר געבעטן אמאל עפעס א סערוויס און מיר גראד אנגעטראגן א שיינע מטבע.... ויהי לפלא.

דער אדמיניסטראטאר טוט אן ארבעט וואס נאך אסאך מענטשן טוען פאר פריוואטע ביזנעסער, און לויט ווי די גאס שמועסט, זענען זייערע וועידזשעס העכער ווי ענליכע פאזיציעס אין די פריוואטע סעקטאר, פארשטייט זיך איך האב נישט קיין קראנטע נומערן, איך רעד לויט וואס מען שמועסט.

יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:28 am

תגובהדורך יואלי קאכט » זונטאג פאברואר 09, 2020 3:44 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:

און די חילוק איז אז א ארבעטער אין א ביזנעס, אז עס גייט שלעכט פליט ער פון זיין פאזישען, משא"כ ביי א מוסד זאגט מען אין לי , און די באן פארט ווייטער , די פראבלעם איז נישט די אדמינעסטראטער נאר די הנהלה, רובא דרובא מוסודות האבן נישט קיין עכטע הנהלה! די הנהלה איז סתם אויפן פעיפער און נאר איינער איז בעל הבית כמעט ביי יעדע מוסד

אוועטאר
לעכטל
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » זונטאג פאברואר 09, 2020 3:53 pm

עס איז דא געלט פארוואס מען האלט אז עס איז וויכטיג. פינטל.
וועגן דעם איז מיר זייער א גרויסע ווינדער, פארוואס דא איז מען געבליבן סטאק, מען צאלט זיי כאילו זיי טוען א ביליגע ארבעט, (און וועגן דעם באקומט מען אסאך מאל טאקע א ביליגע ארבעט... זאל נישט אויסגערעדט זיין)
די געלונגענע גייען זיך טרעפן א בעסערע דשאב, און עס קוקט אויס ווי מיר זענען ציפרידן מיט שוואכערע.
עס איז גוט אזוי.

?What do you say to that
מען זאל צאלן מער געלט וועט אטאמאטיש זיין בעסערע מלמדים, (און אז איינער טוט נישט זיין דשאב בנאמנות וועט מען אים קענען פארשוקן, און עס וועט זיין צו טרעפן אנדערע) און אז מען צאלט מער, און מען האט וועגן דעם בעסערע מלמדים וואס לייגן אריין חיות אין די קינדער וכדו' וועט הפינטלעך זיין ווייניגער קינדער וואס וועלן דארפן ארויסגיין פאר הילף...
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג פאברואר 09, 2020 4:13 pm

לעמעלע האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:יעדער רעדט פון מלמדים
ליהוי ידוע, מיט טיטשער'ס איז די מצב פי כמה גרוע.....
און דארט ווארפט מען זיך מיט מענטשן [ווייל ס'יז דא גענוג], און מען צאלט פעניס ווי פאר פאלנע שפחות.....

די מלמדים זענען געווענליך די פרנסה ברענגער אין שטוב, וועגן דעים רעדט מען פון זיי.

מיין ווייב איז גראדע געווען א ענגליש טיטשער, נאך 5 יאר האט זי געמאכט ארום $300 א וואך. טאקע פעניס, אבער זי האט געארבעט קארגע 3 שעה א טאג, 4 טאג א וואך + בעביסיטינג, אז די ציטיילסט עס אויף די שעות איז עס נישט אזוי ווייניג

רוב פארהייראטע טיטשערס, זענען די עיקר פרנסה ברענגערינ'ס אין שטוב, בעת ווען דער מאן ברענגט סך הכל א כולל טשעקל, נישט מער.... דוק ותשכח כי נכון הוא
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג פאברואר 09, 2020 4:16 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:באמת איז א חוצפה צו בכלל אריינרעדן אין די נושא. אלע מוסדות ווערן געפירט בנשיאות גדולי ומנהיגי העדה און טאמער וואלטן זיי געהאלטן אז ס'פעלט אויס צו העכערן די געהאלט וואלטן זיי ארויסגעקומען מיט א רוף דער עולם זאל גיבן געלט, און ס'וואלט געווען געלט. דורכן יאר זענען דא אסאך צוועקן פאר וואס מ'מאכט געלט אקציעס און מ'קומט ארויס מיט א חוב קדוש דער עולם זאל זיך משתתף זיין למשל ראטעווען בתי חיים אדער גיוס א.א.וו. איך גלייב נישט אז איינער האלט דאס איז חשוב'ער ווי די חינוך פון אונזער אייגענע קינדער. אלא מאי, די מנהיגים פארשטייען אז די פראבלעם איז נישט אזוי גרויס און זיכער נישט קיין קריזיס. איך האב א חשד אז @קאנסילמאן, די פותח האשכול, איז א מלמד וואס זיכט צו באקומען א העכערע געהאלט.

דו ווייסט וואס "בנשיאות" טייטשט?

געווענליך שטייט נישט קיין נאמען נאכן 'בנשיאות'... סאו, איך לייען אלס 'כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א איז ר"ת אדמו"ר א'ד'מ'ינסטראטאר ור'אש הקהל שליט"א
אז איר וועט אנפרעגן דעם רבי'ן זעלבסט, ווער ער דיר אויך אזוי צישטימען.....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6649
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג פאברואר 09, 2020 4:17 pm

אביונה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:באמת איז א חוצפה צו בכלל אריינרעדן אין די נושא. אלע מוסדות ווערן געפירט בנשיאות גדולי ומנהיגי העדה און טאמער וואלטן זיי געהאלטן אז ס'פעלט אויס צו העכערן די געהאלט וואלטן זיי ארויסגעקומען מיט א רוף דער עולם זאל גיבן געלט, און ס'וואלט געווען געלט. דורכן יאר זענען דא אסאך צוועקן פאר וואס מ'מאכט געלט אקציעס און מ'קומט ארויס מיט א חוב קדוש דער עולם זאל זיך משתתף זיין למשל ראטעווען בתי חיים אדער גיוס א.א.וו. איך גלייב נישט אז איינער האלט דאס איז חשוב'ער ווי די חינוך פון אונזער אייגענע קינדער. אלא מאי, די מנהיגים פארשטייען אז די פראבלעם איז נישט אזוי גרויס און זיכער נישט קיין קריזיס. איך האב א חשד אז @קאנסילמאן, די פותח האשכול, איז א מלמד וואס זיכט צו באקומען א העכערע געהאלט.

דו ווייסט וואס "בנשיאות" טייטשט?

געווענליך שטייט נישט קיין נאמען נאכן 'בנשיאות'... סאו, איך לייען אלס 'כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א איז ר"ת אדמו"ר א'ד'מ'ינסטראטאר ור'אש הקהל שליט"א
אז איר וועט אנפרעגן דעם רבי'ן זעלבסט, ווער ער דיר אויך אזוי זאגן.....

;l;p- ;l;p-
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6649
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג פאברואר 09, 2020 4:18 pm

אביונה האט געשריבן:
לעמעלע האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:יעדער רעדט פון מלמדים
ליהוי ידוע, מיט טיטשער'ס איז די מצב פי כמה גרוע.....
און דארט ווארפט מען זיך מיט מענטשן [ווייל ס'יז דא גענוג], און מען צאלט פעניס ווי פאר פאלנע שפחות.....

די מלמדים זענען געווענליך די פרנסה ברענגער אין שטוב, וועגן דעים רעדט מען פון זיי.

מיין ווייב איז גראדע געווען א ענגליש טיטשער, נאך 5 יאר האט זי געמאכט ארום $300 א וואך. טאקע פעניס, אבער זי האט געארבעט קארגע 3 שעה א טאג, 4 טאג א וואך + בעביסיטינג, אז די ציטיילסט עס אויף די שעות איז עס נישט אזוי ווייניג

רוב פארהייראטע טיטשערס, זענען די עיקר פרנסה ברענגערינ'ס אין שטוב, בעת ווען דער מאן ברענגט סך הכל א כולל טשעקל, נישט מער.... דוק ותשכח כי נכון הוא

הונדערט פראצענט! עס איז בושות וואס מען באצאלט פאר טיטשערס.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג פאברואר 09, 2020 4:44 pm

א כלליות'דיגע קשיא פאר די ציבור דא, וויפיל פראצענט פון די שכר לימוד דארף גיין צו די מלמדים טיטשערס?

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » זונטאג פאברואר 09, 2020 4:49 pm

גיט האט געשריבן:איך האב א חבר וואס איז געווארן א כתה ט' מלמד און סאטמאר מהריי און וויליאמסבורג אפאר יאר צירוק, און ער האט אנגעהויבן מיט $850 א וואך, דעס איז נאך פאר די העכערונג וואס מען האט געגעבן פאריאר.

א כתה ט' מלמד מאכט היינט צוטאגס 980 א וואך ער ארבעט 10 שעה א טאג פון 7 ביז 5
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:28 am

תגובהדורך יואלי קאכט » זונטאג פאברואר 09, 2020 5:11 pm

גלגלשלג האט געשריבן:
גיט האט געשריבן:איך האב א חבר וואס איז געווארן א כתה ט' מלמד און סאטמאר מהריי און וויליאמסבורג אפאר יאר צירוק, און ער האט אנגעהויבן מיט $850 א וואך, דעס איז נאך פאר די העכערונג וואס מען האט געגעבן פאריאר.

א כתה ט' מלמד מאכט היינט צוטאגס 980 א וואך ער ארבעט 10 שעה א טאג פון 7 ביז 5

עס איז נישט קיין 10 שעות ווי א ארבעטער אין עני זשאב , ער דאווענט אויפן זשאב און א שעה פרישטאג , לאנגע שעה לאנטש(באצאלטע פרישטאג און לאנטש איז אפותיקי היינט צוטאגס, וואס יעדע ארבעטער בייצאלט, קען אויסקומען א 2 אדער 3 אלפים פאר א פשוטע ארבייטער א יאר) , ריסעס , און לאנגע קאפי ברעיקס... ער ארבעט אפשר 6 אדער 7 שעה
נישט אז איך מאך אוועק זייער חשוב'ע ארבעט , אבער פעלט נישט אויס איבערצוטרייבן

איך קען דיר אויסרעכענען הונדערטע אידן מלמדים פון די לעצטע 30 יאר וואס האבן הייזער אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק , אדער דירות , כמעט יעדע מלמד פון די לעצטע 30 יאר האט א שיינע דירה אין קרית יואל , קען דיר אזוי בלינדערהייט אויסרעכענען יעצט אפאר מנינים מלמדים וואס האבן דירות,הייזער,ריעל עסטעיט אדער אנדערע אינוועסטמענטס אדער ביזנעסער שוין יארן לאנג , שטילערהייט נגידים ממש , די חילוק איז זייער שטארק, וואס כאב שוין יארן באמערקט, די פאקט איז א מלמד איז ג'לעיבעילד אלס "מלמד" סיי זיי זענען מער ערליכע אידן און סיי זיי דארפן זיך ווייניגער צושטעלן צו די גאס , לעבן זיי מער א שפארזאמע לעבן און קענען טין קלוגע אינוועסטמענטס והעולה על כולנה , אז זיי האבן מער ליידיגע צייט און ווייניגער דאגות ווי סתם א ארבעטס אינגערמאן , און קענען טראכטען פון פיוטשער און טין זייטיגע געשעפטען , די פאקט איז אז היינט צוטאגס סתם א ארבעטס אינגערמאן וואס האט נישט קיין מעיזשאר פאזישען אדער פאך, אפגערעדט טאמער אז ער איז 100 פארצענט אויף די ביכער , איז ער א עני ואביון מגוזלו, און איבער 50 פארצענט אינגעלייט זענען היינט אין די מצב , די מלמדים מאכן אסאך מער ווי זיי , זיי קענען גרינגערהייט האבן אלע שטאטישע פראגראמען א.א.וו.
דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפעל , אבער טאטעל איז למעשה סתם א ארבעטס אינגערמאן איז ממש א קללה היינט צוטאגס ליידער

א מלמד
צאלט נישט שכר לימוד
ארבעט ווייניג שעות
זיין זשאב איז נישט אנגעוויזען צו ער דעליווערט צו נישט א גוטע ארבעט
באקומט קמחא דפיסחא
ביליגער מצות
פרי קאנטרי מיט עסן
טיפס
קרן מלמדים חתונה צומאכן
האט צייט און מח און כח צו טין זייטיגע אנדערע געשעפטן
און ועולה על כולנה אז ער איז א כלי קודש :lol:

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג פאברואר 09, 2020 5:15 pm

ביטע ביטע,
נישט שרייבן קיין דמיונות אויף יענעמע'ס חשבון!
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

גפת
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 02, 2019 4:41 pm

תגובהדורך גפת » זונטאג פאברואר 09, 2020 5:28 pm

א מלמד היינט איז נישט מעגליך צו קויפן א דירה
די רעדסט פין איינער וואס איז שוין 30 יאהר א מלמד אין דעמאלטץ האט מען געצאלט די זעלבע ווי א מלמד היינט אין דעמאלץ האט מען געצאלט פאר א דירה א פערטל די פרייז
איך קען טאקע אסאך עלטערע מלמדים וואס האבן אייגענע דירות
דעמאלטץ האט מען טאקע געצאלט 600 וואס איז אזוי ווי היינט 2000
אבער היינט איז נישט מעגליך פאר א מלמד צו קויפן, רעכן פשוט 1 פלאס1

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג פאברואר 09, 2020 5:36 pm

די קאפיברעיקס ווענט זיך אינעם מנהל, פונקט ווי עס ווענדט זיך אין א אנדערע ארבעט אינעם מענעדזשער, לאנטש באקום איך אויך, ריסעס טאקע נישט, און מלמדים דארפן היינט דעליווערן מער ווי ביי רוב דזשאבס, קען זיין אמאל איז געווען אנדערש.

פראוגרעמס קען מען אויך טרעפן גענוג דזשאבס ווי מען קען עס האבן.

קמחא דפיסחא מיט קופאנס? דאס איז טאקע א גליק, איך לויף שוין ווערן א מלמד.

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » זונטאג פאברואר 09, 2020 5:37 pm

א כתה ט' מלמד צאלט אוועק 3 וואכן וועדזעס פאר די רענט
ווער רעדט נאך פון א מלמד און די אינגערע כתה'ס ער צאלט אוועק 5 וואכן וועדזעס פאר א חודש רענט
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » זונטאג פאברואר 09, 2020 5:38 pm

און וויפיל צאלט די סתם ארבעטער אוועק פאר רענט?

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט