בלאט 5 פון 5

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 12:06 am
דורך הרב_שלום
אין קרית יואל האט מען פאר א יאר צוריק יעדען געהעכערט די שכ"ל

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 11:14 am
דורך סארקאזי
ביי מיר העכערט מען שכר לימוד אויף צוויי אופנים
ווען א קינד פארלאזט די מוסדות אנטשטוט עס זאל אראפגיין דעס קינד פונעם באלאנס. בלייבט עס די זעלבע.
נאכדעם העכערט מען סתם אזוי יעדע שטיק צייט.

האב איך פונקט נעכטען געהערט א שיינע מעשה. פון א מקור מוסמך

איינער (נאמען אוועיליבל אין אישי) האט אמאל געפערעגט דעם סאטמארען רבי''ו ז''ל.
פארוואס מלמדים צאלען נישט קיין שכ''ל. עס שטייט דאך אין די גמרא אז וויפיל מאיז מוסיף אויף דעם. איז מען אים מוסיף משמים. איז פשט אז סאיז אן עקסטערע אקאונט. סהאט נישט צוטוהן וויפיל מפארדינט.

האט אים דער רבי ז''ל גענטפערט. יא יא מדארף אבער לעבן מיט דעם.

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 3:26 pm
דורך עס וועט זיין גיט
אזוי גייט עס

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:17 am
דורך לעכטל
וואס איר האלט באמת אז די מלמדים און טיטשער'ס וואלטן געדארפט צאלן שכ"ל?!
ווי אזוי דארפן זיי לעבן?!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:21 am
דורך לעכטל
מחשבהטובה האט געשריבן:דאס געהאלט פאנעם אנשי חינוך איז א פארוויטאגטע נושא, זאל איינער פון אונז פרובירן זיצן מיט זיינע אייגענע קינדער פאר 3 שעה און א צוה, איינמאל א וואך, לאמיר זעהן ווער ס'וועט דאס אויסהאלטן.
אונזער מלמדים זיצן מיט 25-30 קינדער אגאנצע טאג, יעדען טאג, פארשטייט זיך אז אין די מיקס זיצן כל מיני קינדער מיט אלע מינע קאנדישענ"ס, צו ס'איז adhd צו יעדע אנדערע נאמן אדער ראשי תיבות.
זיי האבן דעם תפקיד צו מחנך זיין אונזער קינדער, ערציהען די קומענדיגע דור זאל ליב האבן די אייבישטער און זיין תורה, אנע וועהרען נערוועז און באהאנדלן יעדע מצב מיט זיידענע הענטשוך.
כ'מיין אז סאיז דא א שטארקע אונטערשאצונג פון עלטערן און הנהלות וואס ס'מיינט זיין א מלמד אין 2019.
די נושא ווערט מער פארוויטאגט ווען ס'שטייען טאטעס אויפ'ן פארטש פון בית המדרש, 10 אזייגר פארטאגס מיט א קאווע און ציגערעטל, און שיסען מיינונגן און דעות אויף די ארבייט פון די מלמדים, אפגרעדט ווען די גרויסע מויל מאכער ווארפט אריין ווי ווייניג שעות די מלמדים ארבייטן. בשעת ווען די מלמד זיצט שוין צוויי שעה און מוטשעט זיך מיט דיין זוהן!
קטונתי צו פארשטיין די קעפ פון די הנהלה, ווען סאיז דא געלט פאר אלע מיני שטותים, ווי פלאקאטן און סיינס, נייע באסעס, און א מנין סעקרעטעריס גרינגער צו מאכן זייער ארבייט, אפיס דעסקס און די מאדערנסטע אינטערקום סיסטעמ"ס, אבער ווען מ'רעדט צו אויפהייבן די וועידזע"ס פון די מלמדים מיט א פאר דאלער האבן זיי מליון סיבות פארוואס ס'נישט מעגליך.
דא אין די שטעטל ווי איך וואוין האבען מלמדים שוין נישט באקומען קיין אינקרי"ס פאר קרוב צו 15 יאהר זייער ווידזע"ס דריידט זיך ארים 700.00-750.00 דולר א וואך. סאיז נארמאל??
א וואונדער אז סאיז א אפקומעניש פון מנהלים רוחניים צו טרעפען קוואליפיצירטע מלמדים? זיי מוזען זיך באגיין מיט די יונגע אומערפארענע יונגעלייט, וואס דאס איז בס"ה א טרענזישע"ן פון כולל צום ארבייטס פעלד, און כתוצאה מכך מוז מען האלטען און איין טרעינען נייע מלמדים, ומה יעשה הבן וכו.
כמיין אז אנשטאט זיין פארנומען 24 שעה מיט זיכען נייע וועגען און נייע שיטות און חינוך, דארף מען טראכטען ערענסט פון ראדיקאליש טוישן אונזער צוגאנג צו די מלמדים.
אז מוועט זיי צאהלן שיין, וועלען מיר האבן רוהיגערער, מער ערפארענער, מער פראפיסיאנאלע מלמדים, וועלען אונזער קינדער זיין מער צופרידן רוהיג פריילאך, זיי וועלען אנקוקען די חדר מער גונסטיג, גיין און חדר מיט א שמייכעל און בסופו של יום ליב האבן די אייבישטער מיט די תורה אויף א העכערע שטאפל, און בלייבן ערליכע יודען ממשיך צו זיין די מסורה לדורות הבאים.
מה דעתכם?

דורך דברים אלו
לעכטל האט געשריבן:וואס איר האלט באמת אז די מלמדים און טיטשער'ס וואלטן געדארפט צאלן שכ"ל?!
ווי אזוי דארפן זיי לעבן?!

אזוי ווי אנדערע שוואכע פארדינער לעבן

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:27 am
דורך התבונני
סארקאזי האט געשריבן:איינער (נאמען אוועיליבל אין אישי) האט אמאל געפערעגט דעם סאטמארען רבי''ו ז''ל.
פארוואס מלמדים צאלען נישט קיין שכ''ל. עס שטייט דאך אין די גמרא אז וויפיל מאיז מוסיף אויף דעם. איז מען אים מוסיף משמים. איז פשט אז סאיז אן עקסטערע אקאונט. סהאט נישט צוטוהן וויפיל מפארדינט.
האט אים דער רבי ז''ל גענטפערט. יא יא מדארף אבער לעבן מיט דעם.

דאכט זיך מיר אז די מעשה איז געדריקט איז זכר צדיק לברכה ח"ד

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:34 am
דורך איינס
דברים אלו האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:וואס איר האלט באמת אז די מלמדים און טיטשער'ס וואלטן געדארפט צאלן שכ"ל?!
ווי אזוי דארפן זיי לעבן?!

אזוי ווי אנדערע שוואכע פארדינער לעבן

אמת און ווען סוואלט געווען א מהלך פאר אנדערע שוואכע פארדינערס וואלט מען דאס געדארפט טוען

די חילוק איז לאמיר זאגן א איינער וואס ארבעט אין גראסערי, אויב זיין בעל הבית וועט איהם לאזן אהיים נעמען ארדערס פאר פרי מיינט דאס אז ער דערלייגט געלט.

ביי שכר לימוד ווען דער מלמד באקומט פרי שכר לימוד קאסט דאס נישט פארן מוסדות, ווייל די מוסדות ראנט עני וועי
פארשטייט זיך אז אויב יעדער וועט דאס זאגן און נישט צאלן שכר לימוד וועט די מוסדות אינטערגיין, אבער דא מאכט מען א אויסנאם אז ער וויבאלד ער איז א מלמד זאל ער נישט צאלן
מאכט דען אויס פארן מוסדות צו א כתה האט 20 אדער 21 קינדער,?
די באס טראנספארטעישן קאסט דען מער אויב ממאכט נאך א סטאפ?
די פעיפער וואס מדארף פרינטן די שאלות און צעטליך סוף וואך קאסט דען עקסטער די פאר פעיפערס?
די לאנטש קאסט דען מער.. (אופס דא קען מען שוין יא זאגן אז סקאסט עפעס מער, און בפרט אויב נעמט מען צוזאם אלע מלמדים׳ס קינדער, אבער די ביסל מעג מען דאך געבן פאר אונזער כלי קודש)

איך וואלט דאס צוגעגלייכט צו די בעקעריס וואס סוף טאג לאזן זיי זייערע ארבעטערס אהיים נעמען פאר פרי די איבריגע געבעקסן וואס בלייבט איבער.

און נאכאמל ס׳איז נישט ממש דומה אבער קרוב לזה, און ווען מרעדש פון א מלמד וואס איז א כלי קודש, און ניין זיי מאכן נישט קיין מעלאנעס, די ביסל מעג מען זיך רעכענען מיט זיי

(בד״ו איך מיין אז טראנספארטעישן בעט מען יא פון מלמדים)

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 1:27 pm
דורך לעכטל
איינס האט געשריבן:

איינס שליט"א זאגט זייער גוט!
אבער נאך עפעס: דו וואלסט געוואלט שוקן דיינע קינדער אינטער די הענט פון א 'שוואכע פארדינער' אזא נעבעכדיגע מענטש? אפשר פארשטיי אז עס וועט אים מאכן 'אביסל' טאקע 'נאר אביסל' גרינגער?! און מסתמא וועט עס אזוי אויך בעסער זיין פאר אונזער אייגענע קינדער?!
שווער צו פארשטיין?!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 1:51 pm
דורך לעכטל
מחשבהטובה האט געשריבן:דאס געהאלט פאנעם אנשי חינוך איז א פארוויטאגטע נושא, זאל איינער פון אונז פרובירן זיצן מיט זיינע אייגענע קינדער פאר 3 שעה און א צוה, איינמאל א וואך, לאמיר זעהן ווער ס'וועט דאס אויסהאלטן.
אונזער מלמדים זיצן מיט 25-30 קינדער אגאנצע טאג, יעדען טאג, פארשטייט זיך אז אין די מיקס זיצן כל מיני קינדער מיט אלע מינע קאנדישענ"ס, צו ס'איז adhd צו יעדע אנדערע נאמן אדער ראשי תיבות.
זיי האבן דעם תפקיד צו מחנך זיין אונזער קינדער, ערציהען די קומענדיגע דור זאל ליב האבן די אייבישטער און זיין תורה, אנע וועהרען נערוועז און באהאנדלן יעדע מצב מיט זיידענע הענטשוך.
כ'מיין אז סאיז דא א שטארקע אונטערשאצונג פון עלטערן און הנהלות וואס ס'מיינט זיין א מלמד אין 2019.
די נושא ווערט מער פארוויטאגט ווען ס'שטייען טאטעס אויפ'ן פארטש פון בית המדרש, 10 אזייגר פארטאגס מיט א קאווע און ציגערעטל, און שיסען מיינונגן און דעות אויף די ארבייט פון די מלמדים, אפגרעדט ווען די גרויסע מויל מאכער ווארפט אריין ווי ווייניג שעות די מלמדים ארבייטן. בשעת ווען די מלמד זיצט שוין צוויי שעה און מוטשעט זיך מיט דיין זוהן!
קטונתי צו פארשטיין די קעפ פון די הנהלה, ווען סאיז דא געלט פאר אלע מיני שטותים, ווי פלאקאטן און סיינס, נייע באסעס, און א מנין סעקרעטעריס גרינגער צו מאכן זייער ארבייט, אפיס דעסקס און די מאדערנסטע אינטערקום סיסטעמ"ס, אבער ווען מ'רעדט צו אויפהייבן די וועידזע"ס פון די מלמדים מיט א פאר דאלער האבן זיי מליון סיבות פארוואס ס'נישט מעגליך.
דא אין די שטעטל ווי איך וואוין האבען מלמדים שוין נישט באקומען קיין אינקרי"ס פאר קרוב צו 15 יאהר זייער ווידזע"ס דריידט זיך ארים 700.00-750.00 דולר א וואך. סאיז נארמאל??
א וואונדער אז סאיז א אפקומעניש פון מנהלים רוחניים צו טרעפען קוואליפיצירטע מלמדים? זיי מוזען זיך באגיין מיט די יונגע אומערפארענע יונגעלייט, וואס דאס איז בס"ה א טרענזישע"ן פון כולל צום ארבייטס פעלד, און כתוצאה מכך מוז מען האלטען און איין טרעינען נייע מלמדים, ומה יעשה הבן וכו.
כמיין אז אנשטאט זיין פארנומען 24 שעה מיט זיכען נייע וועגען און נייע שיטות און חינוך, דארף מען טראכטען ערענסט פון ראדיקאליש טוישן אונזער צוגאנג צו די מלמדים.
אז מוועט זיי צאהלן שיין, וועלען מיר האבן רוהיגערער, מער ערפארענער, מער פראפיסיאנאלע מלמדים, וועלען אונזער קינדער זיין מער צופרידן רוהיג פריילאך, זיי וועלען אנקוקען די חדר מער גונסטיג, גיין און חדר מיט א שמייכעל און בסופו של יום ליב האבן די אייבישטער מיט די תורה אויף א העכערע שטאפל, און בלייבן ערליכע יודען ממשיך צו זיין די מסורה לדורות הבאים.
מה דעתכם?

גערעכט! 100%

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 2:13 pm
דורך דברים אלו
פון ווי זאל א דורכשניטליכער פארדינער נעמען 400 דולר פאר יעדן קינד שכר לימוד רבש"ע

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:34 pm
דורך אחד הרבנים
.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:47 pm
דורך איינס
אחד הרבנים האט געשריבן:.

זייער גוט אריוס געברענגט פארוואס זיי זאלן נישט צאלן שכ״ל

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:07 pm
דורך לעכטל
דברים אלו האט געשריבן:פון ווי זאל א דורכשניטליכער פארדינער נעמען 400 דולר פאר יעדן קינד שכר לימוד רבש"ע

גערעכט! פון ווי אבער דארף דע מוסד נעמען די געלט?!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:30 pm
דורך Goodmorning
מאכט סענס אז מיין קינד'ס מלמד מאכט נאך ווייניגער פון 600 א וואך ווען ער געט אוועק זיין הארץ און נשמה? טאקע שווער צו צאלן שכר לימוד, אבער למעשה ווער עס וויל נישט קען זיך דינגען א אינגערמאן צו לערנען מיט זיינע קינדער פריוואט און נישט שיקן אין חדר. יא, מען דארף זיך רעכענען מיט שווערע אומשטענדן, אבער מען דארף אויך פארשטיין אז צאלן דעם מלמד איז יעדן טאטן'ס עול.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:32 pm
דורך Goodmorning
ביי די וועי בין איך אויך נישט א גביר און איך האב אויך נישט ליב ווען מען גייט ארויף שכר לימוד. אבער די קאלטקייט ביי טייל, די קאמף, די געפיל אז די מוסד איז מיר שולדיג, איז אינטערעסאנט.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:25 pm
דורך פראצעדור
Goodmorning האט געשריבן:ביי די וועי בין איך אויך נישט א גביר און איך האב אויך נישט ליב ווען מען גייט ארויף שכר לימוד. אבער די קאלטקייט ביי טייל, די קאמף, די געפיל אז די מוסד איז מיר שולדיג, איז אינטערעסאנט.

איך מיין אז עס קומט פון דעם אז נאכן קריג האט מען זיך געפרייט מיט יעדעס קינד וואס איז אריינגעשיקט געווארן און א ערליכע מוסד
און טאטעס האבן אויך געפילט אזוי ווי זאג שכויח אז איך שיק צו דיר ממילא איז עס שוין אריבער בירושה

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:26 am
דורך קונדיטון
דברים אלו האט געשריבן:פון ווי זאל א דורכשניטליכער פארדינער נעמען 400 דולר פאר יעדן קינד שכר לימוד רבש"ע

א גוטע קשיא. אלא מאי?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:36 am
דורך קונדיטון
Goodmorning האט געשריבן:מאכט סענס אז מיין קינד'ס מלמד מאכט נאך ווייניגער פון 600 א וואך ווען ער געט אוועק זיין הארץ און נשמה? טאקע שווער צו צאלן שכר לימוד, אבער למעשה ווער עס וויל נישט קען זיך דינגען א אינגערמאן צו לערנען מיט זיינע קינדער פריוואט און נישט שיקן אין חדר. יא, מען דארף זיך רעכענען מיט שווערע אומשטענדן, אבער מען דארף אויך פארשטיין אז צאלן דעם מלמד איז יעדן טאטן'ס עול.

זייער ריכטיגע ווערטער, נישט ווי דיע וואס פארשטייען מיט א פשטות אז די וואלענטירן, עוסקים בצרכי ציבור באמונה, קומען זיי אלעס און דארפן נאך מער צופלאצט ווערן, ווייניגער נעכט שלאפן, וכו׳.

טייערע איד, איר האט א שטוב מיט קינדער, איר האט ווייניג פרנסה? איר זענט טאקע א גרויסער רחמנות, נעמט א תהילים און בעהט זיך אויס אלעס גוטס, אבער געדענקט קיינער איז אייך גארנישט שולדיג, ערווארטס נישט אז איינער זאל קומען באצאלן אייער מלמדים, זיכער עס זענען דא פיינע אידן מיט גוטע הערצער וואס וועלן ארום לויפן נאך געלד אייך צו העלפן, אבער די עול און אחריות דארף נאך אלס בלייבן דיינס.