קורץ און שארף!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מיקא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

קורץ און שארף!

תגובהדורך מיקא » מאנטאג מאי 20, 2019 3:35 pm

כ'וויל דא ברענגן קלוגע אויסדרוקן, פון גרויסע און באקאנטע פיגורן - אין די וועלט; בבחינת חכמה בגוים תאמין, וואס זענען אויסגעהאלטן און נוצבארע מעסעדזשעס אין לעבן.
[כ'האב פראבירט, נישט צו נעמען פון אויסגעשפראכענע יודען קעגנער]

אָדער וועל איך געפֿונען אַ וועג, אָדער וועל איך אויסטרעטן א וועג - פּיליפּ סידני

פחד איז ווייטאג וואס קומט פון ערווארטן שלעכטס - אריסטאו

דער הייַנט איז דער תּלמיד פון נעכטן - טאמעס פולער

ווערטער זענען הענג-נאגלן צו הענגען דערויף געדאנקען - הענרי וואַרד בילכער

ווער ס'האט זיך געפונען, וועט זיך שוין נישט פארלירן, און ווער ס'האט פארשטאנען דאס מענטשעלע אין זיך, וועט פארשטיין אסאך אנדערע - סטעפאַן צווייג

דער געוואגטער, הייסט א א ווילדער, ביים פחדן - אריסטאו

זעלבסטמארד איז געזעצליך פארבאטן, דאך, וואס וועט די רעגירונג טון אויב איינער פארלעצט דעם געזעץ.. - דאַמאָן רוניאָן

דאס לעבן איז א מילשטיין, אדער צעגראדזשעט עס דיר, אדער שלייפט עס דיר אויס, ס'ווענדט זיך וויאזוי ס'איז צוזאמגעשטעלט - דזשאַקאָבאָוו עם בראַוד

ליבהאבן מיינט פארליידן, און דאס צו דערטראגן ברויכסטו ליבהאבן, אבער דאן ליידטסו פון ווייניג ליבע; קומט אויס, ליבן איז ליידן, נישט ליבן איז אויך ליידן, צוזיין גליקליך מיינט ליב האבן, קומט אויס אז צוזיין גליקליך דארף מען ליידן, אבער דאס מאכט דיך אומגליקליך. וועגן דעם, צו טרעפן גליק, דארפסטו ליב האבן אדער ליבהאבן צו ליידן, אדער ליידן צוזיין גליקליך.. וואודי אלען

אינעם לעבן-קראָם, קענט איר אלעס קויפן, אבער אלעס האט א פרייז; ביסטו צו קלוג, ביסטו איינזאם. ביסטו זייער אמת'דיג, האסטו פיינט. ליבשאפט קומט מיט נאכגעבן. צוזיין א אקטיוויסט, דארף מען אסאך איינשטעלן; יעדער קויפט זיך איין, כאטש נישט יעדער זעט באלד די הויעכע פרייז - טאַמאַר טור-יאַירי

פאנטאזיע איז חשובער פון וויסנשאפט, ווייל וויסנשאפט איז באגרעניצט, און פאנטאזיע נעמט אריין א וועלט.. - אלבערט איינשטיין

יעדעס ביכל איז נאך א נוסח פונעם וועלט, אויב דו גלייכסט עס נישט, שרייב דיר א צווייטער נוסח - סאַלמאַן רושדיע

דאס אמת קומט פון קרעדיט, ווייטער אונזערע מחשבות און שיטות, זענען גענוי ווי פאפירענע געלט, וואס איז בחינם נעמט יעדער גערן - וויליאמס דזשעימס

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג מאי 20, 2019 3:45 pm

זייער שיין
כשמ"ו כן הוא

samuel
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 12:22 pm

תגובהדורך samuel » מיטוואך מאי 29, 2019 12:58 pm

פאנטאזיע איז חשובער פון וויסנשאפט, ווייל וויסנשאפט איז באגרעניצט, און פאנטאזיע נעמט אריין א וועלט.. - אלבערט איינשטיין


פאר'ן ד'זענעראל לעבן.
.(אז איינער הימל פליהט ביים דאווענען, אויך?)
לעצט פאראכטן דורך samuel אום מיטוואך יוני 12, 2019 11:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דער "נארמאל" איז שוין "אַבְּיָאזְט" געווארן

מיקא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג יוני 06, 2019 1:50 pm

כ'האב געהערט היינט א אויסדרוק פונעם הייליגער ראפשיצער זיין גרויסע זכות זאל אויף אונז אלע מגין זיין.

די גאר קלוגע זענען כופרים, די גאר פיינע ליגן אין זנות, און די גאר פרומע זענען רשעים; דער וואס איז קלוג פיין און פרום, אה, דאס איז א צדיק!

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג יוני 07, 2019 2:47 pm

זייער שיין. יישר כחכם

מיקא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:57 pm

מוזיק איז פון די איינציגע זאכן, וואס זעצט און טוט נישט וויי - בּאָבּ מאַרלי

ווער ס'האט ליב רעגן, אבער ווען ס'רעגנט עפענט ער א שירעם; מ'האט ליב זין שטראלן, אבער אלץ זעצט מען זיך אינעם שאטן; מ'האט ליב לופט, אבער ווען ס'בלאזט אריין, קלאפט מען צו דעם פענסטער; ממילא, אז איינער זאגט, כ'האב דיך ליב, וויפיל אמת ליגט דערין? - בּאָבּ מאַרלי

ס'דא אזעלכע וואס ווייסן צו טאנצן אין די רעגן, אנדערע ווערן איינפאך אדורכגעווייקט.. - בּאָבּ מאַרלי


א מענטש ווייסט נישט ווי שטארק ער איז, ביז אין א מצב, ווען צוזיין שטארק איז דאס איינציגסטע עצה - בּאָבּ מאַרלי

Haklal
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:23 pm

very good Miko

Thank u


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מזל מידיע, סארקאזי און 14 געסט