בלאט 2 פון 2

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 6:40 pm
דורך לעכטל
איר דארפט צו סעיוון זייער אסאך! וויפיל יאר סעיפט איר שוין אזוי?!

געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2019 11:07 am
דורך לעכטל
:roll:
איינס האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז די עווריזש איז ביי מיר בערך $5 א וואך,
למעשה איז דא אלע מינע סעווינג'ס אבער ביי דע סארט, פילט מען נישט, ד. מ. מען דארף נישט אוועק רייסן געלט 'ספעשל' פאר די סעווינג, נאר די איבריגע טשענש פונעם טאג, און ס'ווערט עפעס פון דעם שפעטער!

ביז די בר מצוה פון דיין זון וועסטו האבן 3500
אבער נאר ביי די ערשטע קינד

יא! דאס איז אבער נאך א סעפרייז וואס איך דארף נאך יעצט נישט וויסן...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 6:08 pm
דורך לעכטל
טוב ויפה האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איך לייג שוין אוועק עטליכע יאר (3-4) אין א גרויסע באטעל אלע מיינע קליינגעלט וואס ליגט אין מיין טאש.
וואס זאגט דער עולם, איז עס א זאכליכע זאך, אדער אן אנרעדענישט?..

איז עס א זאכליכע זאך?? זאג מיר וויפיל געלט ליגט שוין דארט עלעך דיר ענטפערן!

איך ווייס עכט נישט וויפיל ס'איז דא דארט, אבער הכל ריווח...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:34 pm
דורך צייט שטיפער
איך בין איינמאל געווען בי א הכנסת ס"ת, האט דער אריינגעבער געזאגט בייי זין דרשה,אז יארן צוריק איז אים בייגעפאלן אריינצוגעבן א ס"ת, אבער אזוי ווי דאס קאסט דאך, האט ער אריינגענומען א 5 גאלאן וואסער באטל (וואס מען ניצט פאר די קאלער'ס) די ב"ב האט פארשטייט זיך געקוקט מיט בייז בליק'ן אנא יכנס הפשתן הזה, אבער ער מיט א פעסטקייט איז מזביר די מטרה דערפון.

נאך א שטיק צייט זאגט אים די אשת חיל, דער באטל שטייט מיר אין וועג, דו וועסט דארפן אפאר מאל מגולגל ווערן נאר אנצוקומען האלב פון דער סכום, נעם עס ארויס פון דא...

למעשה האט ער באצאלט פארן ספר תבלין ותרקלין

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 10:35 pm
דורך nmi
וויזוי הייסט ער נאר? הערשי??? פון ק"י פלעגט יארן גיין נאך געלט מיט א זעקעלע און געשריבן א ספר דערמיט

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 10:40 pm
דורך ראש חדשים
nmi האט געשריבן:וויזוי הייסט ער נאר? הערשי??? פון ק"י פלעגט יארן גיין נאך געלט מיט א זעקעלע און געשריבן א ספר דערמיט

און אויך האט ער געארבייט און געפאנדרעיזט, דרך אגב ער איז געגאנגן נאך געלט פאר זיין חבר גערשי, און ווען ער האט געזעהן אז מען קען אנקומען צו דעם ציל האט ער אליינס געשריבן א ספר תורה!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 10:41 pm
דורך צו געזונט
האסט עטליכע. גרשי, שלומי, שכי

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 10:46 pm
דורך ראש חדשים
צו געזונט האט געשריבן:האסט עטליכע. גרשי, שלומי, שכי

שכי גייט טאקע נאך געלט אבער ער איז נאכנישט אנגעקומען צום ציל,

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 5:21 pm
דורך לעכטל
צייט שטיפער האט געשריבן:איך בין איינמאל געווען בי א הכנסת ס"ת, האט דער אריינגעבער געזאגט בייי זין דרשה,אז יארן צוריק איז אים בייגעפאלן אריינצוגעבן א ס"ת, אבער אזוי ווי דאס קאסט דאך, האט ער אריינגענומען א 5 גאלאן וואסער באטל (וואס מען ניצט פאר די קאלער'ס) די ב"ב האט פארשטייט זיך געקוקט מיט בייז בליק'ן אנא יכנס הפשתן הזה, אבער ער מיט א פעסטקייט איז מזביר די מטרה דערפון.

נאך א שטיק צייט זאגט אים די אשת חיל, דער באטל שטייט מיר אין וועג, דו וועסט דארפן אפאר מאל מגולגל ווערן נאר אנצוקומען האלב פון דער סכום, נעם עס ארויס פון דא...

למעשה האט ער באצאלט פארן ספר תבלין ותרקלין

איך האב אמאל געטראכט צו ניצן די געלט טאקע פאר מצוות למשל: א שיינע אתרוג! וכדו' - אגב איך קען צאלן ווי א מענטש אן סעיוון געלט דערפאר ב"ה, אבער ס'איז א עקסטערע חשובות אז מען איז פארנומען דערמיט א גאנץ יאר! [ווי אמאליגע צייטן ווי דער איד האט זיך אוועק געלייגט פרוטה לפרוטה צו קענען קויפן דעם אתרוג!] :smile: :smile:

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:49 am
דורך לעכטל
געדענק איך ווען איך בין געווען קליין בין איך אמאל געווען אין מנהעטן און עס איז געווען דארט א גלאזענע באקס אנגעפילט מיט 'פעניס' עס איז געשטאנען דארט א סיין אז עס איז דא דארט א מיליאן דולר!!! (פון פעניס) עס רען זיין ס'איז דארט אויך געשטאנען פון ווי זיי האבן עס ציזאמגעשטעלט...
יא! פרוטה לפרוטה מצטרפת!