בלאט 1 פון 1

הילף מיט Tongue-tie

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 12:06 am
דורך הרב_שלום
אין ליכט פון די תגובה וואס מען שרייבט אז 50 פערצענט קינדער זענען Tongue-tie עפען איך א באזונדער אשכול איבער די נושא
viewtopic.php?f=6&t=38206&start=1625

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 12:10 am
דורך הרב_שלום
מיין קינד איז Tongue-tie מען האט מיר געשיקט קיין אלבעני, די דאקטאר האט געמאכט לעזער אבער 3 וואכען שפעטער איז עס צוריק געוואקסען, נאכאמאל געמאכט לעזער און עס איז ווידער צוריק געוואקסען, אצינד וואס איז מיין נעקסטע טריט?

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 1:26 am
דורך בסד
הרב_שלום האט געשריבן:אין ליכט פון די תגובה וואס מען שרייבט אז 50 פערצענט קינדער זענען Tongue-tie עפען איך א באזונדער אשכול איבער די נושא
viewtopic.php?f=6&t=38206&start=1625

מנהלים. ביטע אהערברענגען די שמועס.

שיינעם דאנק.

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 5:33 am
דורך nmi
הרב_שלום האט געשריבן:מיין קינד איז Tongue-tie מען האט מיר געשיקט קיין אלבעני, די דאקטאר האט געמאכט לעזער אבער 3 וואכען שפעטער איז עס צוריק געוואקסען, נאכאמאל געמאכט לעזער און עס איז ווידער צוריק געוואקסען, אצינד וואס איז מיין נעקסטע טריט?

איך האב עס אן קיין לעזער פאר א קינד (קען זיין פאר מער פון איין קינד, געדענק איך שוין נישט) און ס'איז קיינמאל נישט צוריק געקומען. און אויך ווייס איך פון א בחור וואס האט עס געמאכט אן קיין לעזער און ס'איז אויך קיינמאל נישט צוריק געקומען.

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 9:15 am
דורך צוקער וואסער
הרב_שלום האט געשריבן:מיין קינד איז Tongue-tie מען האט מיר געשיקט קיין אלבעני, די דאקטאר האט געמאכט לעזער אבער 3 וואכען שפעטער איז עס צוריק געוואקסען, נאכאמאל געמאכט לעזער און עס איז ווידער צוריק געוואקסען, אצינד וואס איז מיין נעקסטע טריט?

האסט געמאכט עקסעסייז מיט די צונג נאך די אפעראציע?

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 11:20 am
דורך אשר בחר בנו
הרב_שלום האט געשריבן:מיין קינד איז Tongue-tie מען האט מיר געשיקט קיין אלבעני, די דאקטאר האט געמאכט לעזער אבער 3 וואכען שפעטער איז עס צוריק געוואקסען, נאכאמאל געמאכט לעזער און עס איז ווידער צוריק געוואקסען, אצינד וואס איז מיין נעקסטע טריט?

עס איז גאר וויכטיג צו מאכן די עקסערסייז, אויב מאכט מען עס נישט איז מען ווי פארזיכערעט אז עס וועט צוריקוואקסען. אזויווי א שניט אויף די האנט פארהיילט זיך.

אויב איז עס צוריקגעוואקסען וואלט איך ג'עצה'ט צו גיין צו דר' סקאט סיגעל פון מאנהעטן. ער איז פון די גרעסטע ספעציליסטען און דעם פיעלד. און ער זאגט אז עס האט אינגאנצען 2 מאל פארסירט אז עס זאל צוריקוואקסען ביי זיינע פאציענטען. ער האט א רייע מיט אויסצייכענען וואס קיין שום אנדערע דאקטער און דעם פיעלד פארמאגט.

ער נעמט נישט קיין אינשורענס, ער נעמט נאר קעש אדער א קרעדיט קארד. עס קאסט בערך 800 דאלער, ער ארבעט נאר מיט לעזער. זיין אפיס איז גאר פראפעשעניל, איינמאל מען ווערט זיין פאציענט באקומט זיין פריוואטע סעל פאן און מען קען עם טעקסטען סיי וועליכע קשיא מען האט. ער זאגט מען זאל עם שיקען פיקטשורס וועכנטליך ער זאל קענען זעהן ווי אזוי עס פארהיילט זיך.

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 11:22 am
דורך אשר בחר בנו
אשר בחר בנו האט געשריבן:

https://www.drscottsiegel.com

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 12:37 pm
דורך nmi
כ'פארשטיי נישט איין זאך. ביי אונז אין די משפחה האט מען עס שוין געמאכט ביי אפאר קינדער און קיינער האט נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט צוריק וואקסן אן קיין שום עקסערסייז. קען זיין אז לעזער מאכט אז ס'זאל צוריק וואקסן צו וואס?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 12:45 am
דורך הרב_שלום
יא מיר האבן געמאכט די עקסערסייז (געווען א שווערע דורכגאנג, פאר עלטערן איז עס גאר שווער צו זעהן ווי די קינד ווערט געפייניגט און מיר עלטערן דארפן זיין דער וואס פייניגט איהם)
מיר האבן עס געמאכט ביי 6 וואכען אלט, אויב מאכט מען עס נאכאמאל שפעטער וועט עס זיין גרינגער?
אויב מאכט מען נישט די לעזער דארף מען אויך מאכן די עקסערסייז?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 12:54 am
דורך משהלע
nmi האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט איין זאך. ביי אונז אין די משפחה האט מען עס שוין געמאכט ביי אפאר קינדער און קיינער האט נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט צוריק וואקסן אן קיין שום עקסערסייז.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 12:58 am
דורך בסד
געמאכט ביים געבורט, אין שפיטאל. אן קיין עקסערסייז. זייער שיין, און קיינמאל צוריקגעקומען ב"ה.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 6:57 am
דורך nmi
הרב_שלום האט געשריבן:יא מיר האבן געמאכט די עקסערסייז (געווען א שווערע דורכגאנג, פאר עלטערן איז עס גאר שווער צו זעהן ווי די קינד ווערט געפייניגט און מיר עלטערן דארפן זיין דער וואס פייניגט איהם)
מיר האבן עס געמאכט ביי 6 וואכען אלט, אויב מאכט מען עס נאכאמאל שפעטער וועט עס זיין גרינגער?
אויב מאכט מען נישט די לעזער דארף מען אויך מאכן די עקסערסייז?

איך האב ביזדערווייל נישט געהערט פון די עקסערסייז און ב"ה ס'איז קיינמאל נישט צוריק געקומען נאכן ערשטן שניט.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 6:59 am
דורך nmi
וואס זאגט דאקטער ווערצביגער ווען איינער קומט מיט Tongue-tie?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 6:59 pm
דורך השמש