ווער דארף צאלן די רענטעלס אגענטן rentals agent?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג יולי 14, 2019 2:13 pm

farshlufen האט געשריבן:ידענא אז אין די אלגעמיינע מארקעט אין ניו יארק סיטי איז דאס די נארם, דער בראוקער קריגט א חודש אדער 15% פון א יאר, אבער: 1) זיי זענען לייסענסד און האלטן זיך צו די פארשריפטן. 2) איינער וואס האט בלויז איינמאל אין לעבן מתפלל גוועזן מעומק לבבו "הט לבי אל עדותיך ואל אל בצע" קען דאס נישט טאן פאר אחינו בשרינו.

דאס איז אלעס איז אין נעווי יארק סיטי, אין אנדערע גענגנטן איז דאס נישט נארמאל אין די דרויסענדע מארקעט.

1) למאי נפק"מ צו ער איז לייסענסד צו נישט, די שאלה איז דא צו ס'איז עטיש, און צו דער בראוקער האט ערליך געהאנדלט, צו ער איז לייסענס צו נישט איז מיר נוגע פונקט ווי ס'איז מיר נוגע אויב ער פאלגט אויס די טרעפיק רעגולאציעס
2) מיט דעם ביזטו עטוואס גערעכט, און דאס איז די סיבה פארוואס רובא דרובא ריעל עסטעיט אינוועסטירער זוכן צו מאכן זייער געלט אין גויאישע מארקעט, אבער דאס האט ווייטער נישט קיין שייכות צו די עטישקייט פונעם בראוקער, פונקט ווי דער גראסערימאן דארף נישט פיהלן שולדיג פארן רעכענען אזוי טייער פאר מילך פונעם עניים ואביונים.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3778
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג יולי 14, 2019 2:25 pm

לויט ווי איך פארשטיי האבן די רענטעל בראוקערס זיך דערזעהן אין אן ערענסטע פראבלעם נעמליך אז די לענדלארדס האבן נישט געהאלטן ביים נוצן זייער סערוויס און זיי באצאלן א חודש רענט ווייל עס איז דא גענוג א גרויסע נאכפראגע פאר דירות און עס איז געווען גרינג אליינס צו טרעפן א טענענט,

זענען די בראוקערס אויפגעקומען מיט א נייע איידיע מען גייט בעטן א חודש רענט פונעם טענענט, איי וויאזוי קומען זיי אריין אין בילד? די לענדלארד האט דאך אים נישט געהייערט, אה זייער פשוט מען גייט צום לענדלארד און מען זאגט אים צו, צו ברענגען די העכסטע רענט פלאס דער טענענט באצאלט בראקערידזש ומה יעשה הבן שלא יחטא דער לענדלארד גייט איין דערויף

דאס איז א בחינה פון הרצחת וגם ירשת

אין מיין לעקסיקען איז דאס א פשוטע סקעם אזוי ווי איינער זאל גיין צו אלע חתונה זאלן און זיי צוזאגן הונדערט דאלער מער פער חתונה און נאכדעם טשארדזשען בראקערידזש טויזענט דאלער פונעם מחותן

דאס הייסט געמאכט א ביזנעס פון גארנישט, די טענענט מיטן לענדלארד וואלטן זייער רואיג געקענט ענדיגן דעם מקח אליינס קומט אריין א בראוקער אינמיטען און סאקט אויס דעם טענענט מיט בראקערידזש פי פלאס ער העכערט די מאנאטליכע רענט.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יולי 14, 2019 3:06 pm

די וואך איז דא אין די עמי א שמועס מיט דיינים איבער די נושא פון רענטעלס, זייער אינפארמאטיוו פאר ווער עס וויל באמת פארשטיין די הלכהדיגע חלק, ווי עס זעהט מיר אויס איז שייך מנהג המקום אויף אלע ענינים פון ריעל עסטעיט.

ניו יארק איז א שטאט וואס רוב ריעל עסטעיט רענטאלס זענען די לענדלארדס וואס מען לויפט נאך אשר על כן איז נישט מער ווי נארמאל אז זיי זאלען מסכום זיין צו געבן די דירות פאר א בראוקער אזוי דארף ער ניטאמאל זיין פארנומען מיט די דיטעילס.

דאס וואס יונגעלייטלעך בראוקערס לויפען נאך לענדלארדס זעהט אויס צו זיין זייער א לעגיטימע ביזנעס, דאס איז די ביזנעס נארמע אין די פארנומענע סיטי, והא ראי אין קרית טאהש, נייטרא אדער קאשוי ווי עס איז נישט דא קיין דימעינד איז נישט דא די סערוויס.

ווען איך זיך א דירה אין ניו יארק סיטי און איך רוף די בראוקער זאל מיר עס ווייזען און אויב בין איך צופרידען דארף איך בעטן די בראוקער זאל קאנווינסען די לענדלארד זאל מיר עס געבן ווי איידער פאר א צווייטען.

מען וויל דענייען די דימעינד שרייט מען אויף די בראוקער.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » זונטאג יולי 14, 2019 5:35 pm

מטעמים האט געשריבן:די וואך איז דא אין די עמי א שמועס מיט דיינים איבער די נושא פון רענטעלס, זייער אינפארמאטיוו פאר ווער עס וויל באמת פארשטיין די הלכהדיגע חלק, ווי עס זעהט מיר אויס איז שייך מנהג המקום אויף אלע ענינים פון ריעל עסטעיט.

ניו יארק איז א שטאט וואס רוב ריעל עסטעיט רענטאלס זענען די לענדלארדס וואס מען לויפט נאך אשר על כן איז נישט מער ווי נארמאל אז זיי זאלען מסכום זיין צו געבן די דירות פאר א בראוקער אזוי דארף ער ניטאמאל זיין פארנומען מיט די דיטעילס.

דאס וואס יונגעלייטלעך בראוקערס לויפען נאך לענדלארדס זעהט אויס צו זיין זייער א לעגיטימע ביזנעס, דאס איז די ביזנעס נארמע אין די פארנומענע סיטי, והא ראי אין קרית טאהש, נייטרא אדער קאשוי ווי עס איז נישט דא קיין דימעינד איז נישט דא די סערוויס.

ווען איך זיך א דירה אין ניו יארק סיטי און איך רוף די בראוקער זאל מיר עס ווייזען און אויב בין איך צופרידען דארף איך בעטן די בראוקער זאל קאנווינסען די לענדלארד זאל מיר עס געבן ווי איידער פאר א צווייטען.

מען וויל דענייען די דימעינד שרייט מען אויף די בראוקער.

פון ווי נעמט איר אז אין קרית יואל איז נישט דא אזא סערוויס? עס איז גראדע יא דא
Liberalism is a mental disorder

השמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » זונטאג יולי 14, 2019 8:43 pm

מטעמים האט געשריבן:די וואך איז דא אין די עמי א שמועס מיט דיינים איבער די נושא פון רענטעלס, זייער אינפארמאטיוו פאר ווער עס וויל באמת פארשטיין די הלכהדיגע חלק, ווי עס זעהט מיר אויס איז שייך מנהג המקום אויף אלע ענינים פון ריעל עסטעיט.

ניו יארק איז א שטאט וואס רוב ריעל עסטעיט רענטאלס זענען די לענדלארדס וואס מען לויפט נאך אשר על כן איז נישט מער ווי נארמאל אז זיי זאלען מסכום זיין צו געבן די דירות פאר א בראוקער אזוי דארף ער ניטאמאל זיין פארנומען מיט די דיטעילס.

דאס וואס יונגעלייטלעך בראוקערס לויפען נאך לענדלארדס זעהט אויס צו זיין זייער א לעגיטימע ביזנעס, דאס איז די ביזנעס נארמע אין די פארנומענע סיטי, והא ראי אין קרית טאהש, נייטרא אדער קאשוי ווי עס איז נישט דא קיין דימעינד איז נישט דא די סערוויס.

ווען איך זיך א דירה אין ניו יארק סיטי און איך רוף די בראוקער זאל מיר עס ווייזען און אויב בין איך צופרידען דארף איך בעטן די בראוקער זאל קאנווינסען די לענדלארד זאל מיר עס געבן ווי איידער פאר א צווייטען.

מען וויל דענייען די דימעינד שרייט מען אויף די בראוקער.

סא בעסיקלי וויבאלד עס איז דא זייער ווייניג דירות צו רענטן כאפן זיי אלעס אויס, זיי געבען די לענדלאר די סערוויס פון "טרעפן" א טענענט (300$ value(
אין זיי בעטען פון די טענענט 3,500$
זייער א לעגעטימע מאפיא ביזנעס
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 3:28 pm

זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

מימוני
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:19 pm

תגובהדורך מימוני » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 7:05 pm

פון אייגענע ערפארונג: ווען איר נעמט אין באצאלט דעם בראקער ארבייט ער פאר אייך, ווען די לענדלארד נעמט אין באצאלט דעם בראקער ארבייט ער פאר איהם.
די ערשטע קאמבינעישן איז ווען די לענדלארד נעמט די בראקער אין איהר דארפט נאך באצאלן פארן אייך אראפ ריפן.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג פאברואר 10, 2020 4:51 pm

איך קען נישט פונקטליך די הלכות אבער אויב דער בראוקער זאגט נישט פארדעם דעםַ פרייז , מעג ער נאר בעטן א נארמאלע פרייז על פי הלכה, די שאלה איז וואס עס מיינט א נארמאלע פרייז, אויב ברענגט ער א דיעל וואס מען וואלט גרינגערהייט געקענט טרעפן אליינס, און דער לענדלארד איז מסכים צו גיין אן א בראוקער טאר ער לכאורה נישט בעטן די זעלבע פרייז ווי ער בעט פאר א גוטע דיעל.

אין ריעל עסטעיט, און רוב אנדערע אינדוסטריעס, איז נישטא קיין סעט פרייז פאר א בראוקער, אלס א בעסערע דיעל דו ברענגסט אלס מער באקומסטו, פארוואס זאל דא זיין פארקערט, אלס מער די רענט איז באקומט דער בראוקער מער?

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2642
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מאנטאג פאברואר 10, 2020 4:57 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
אין ריעל עסטעיט, און רוב אנדערע אינדוסטריעס, איז נישטא קיין סעט פרייז פאר א בראוקער, אלס א בעסערע דיעל דו ברענגסט אלס מער באקומסטו, פארוואס זאל דא זיין פארקערט, אלס מער די רענט איז באקומט דער בראוקער מער?

צ"ל אלץ מער איז דער קונה/מוכר אינטערסירט צו גיין פאראויס דערמיט.

האט גארנישט מיט גוטע/נישט גוטע דיעל, אטס אלל עבאוט סופליי ענד דימענד
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג פאברואר 10, 2020 5:28 pm

סמארט גאי האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אין ריעל עסטעיט, און רוב אנדערע אינדוסטריעס, איז נישטא קיין סעט פרייז פאר א בראוקער, אלס א בעסערע דיעל דו ברענגסט אלס מער באקומסטו, פארוואס זאל דא זיין פארקערט, אלס מער די רענט איז באקומט דער בראוקער מער?

צ"ל אלץ מער איז דער קונה/מוכר אינטערסירט צו גיין פאראויס דערמיט.

האט גארנישט מיט גוטע/נישט גוטע דיעל, אטס אלל עבאוט סופליי ענד דימענד


איך רעד נישט יעצט פון סופליי ענד דימענד, איך רעד אויב דו קענסט אויסלאזן דעם בראוקער, דער לענדלארד איז גרייט דיר עס צו געבן, און דער שאלה איז וואס דער נארמאלער פרייז פאר אזא ארבעט איז.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט