היים רענאוואציעס - טוה עס אליינס

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

cravenwalk
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 4:12 pm

היים רענאוואציעס - טוה עס אליינס

תגובהדורך cravenwalk » זונטאג יולי 28, 2019 7:01 pm


איך האב ב'ה זוכה געווען לחסדי השי''ת און געקויפט א הויז פאר פסח.
עס איז אייביג דא ארבעט צו טין.
איך וויל דא איבערגיין/אויסרעכענן זאכן וואס מ'קען אליין טוען און מ'דארף נישט קיין ספעשיל בעל מלאכה פאר דעם.
מ'קען זיך דינגען אבער מיין כלל איז אויב ביסטו נישט פויל ציצונעמן א תוספת יענמאלט מיט אביסל צולייגן קאפ קענסטו אסאך אנדערע זאכן אויך טוען.
אלא מאי......


ארויף לייגן/טוישן טיר הענטלך./שבת שלאס
טוישן שבת שלאס נומער
אויפהענגן פיקסטשערס
אינסטאללן סוויטש
אנשטעלן א שבת סוויטש
קאנעקטן א סינק
אינסטאללן א אנדער סינק פילטער.

קויפן די טאלס אויפצושטאפן א סינק אדער ביהכ'ס
ווינדאו שעדס
קאנעקטן א וואש מאשים/טריקענער אדער א אווען

איך האב געטוישט די דאקט אין די בוידם פון מיין סענטרל.
ס'גווען ג'לעכרט פון סקווירלס.
די ביליגסטע בעל מלאכה האט געוואלט 600 ס'האט מיר געקאסט אונטער א פופציגער מיט א שעה און א האלב ארבעט.



ביטע לייג צו נאך
דער וואס האט עקספיריענס.



לוינט זיך אריין צולייגן אן ערקאנדישן און א קאך ? אדער וואספארא אנדערע עצה איז דא?

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג יולי 28, 2019 8:17 pm

cravenwalk האט געשריבן:לוינט זיך אריין צולייגן אן ערקאנדישן און א קאך ? אדער וואספארא אנדערע עצה איז דא?

קודם ווילעך דיר אפלעדירן...! און נאט אייך א גרינעם ;l;p-

איך האב אויך געמאפט נישט לאנג צוריק און כ׳האב אסאך זאכן אליינס אינסטאלד, מסדר געווען און פאראכטן. מ׳שפארטסעך א געוואלד!

בנוגע אפציקיהלן א קאך ווייסעך נישט קיין אנדערע עצה, נאר א גאר גוטע עיר-קאנדישן...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2843
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג יולי 28, 2019 8:23 pm

כ'האב איינמאל בלית ברירה אליינס איבערגעבויט א חתן כלה דירה און איינע פון די זאכן איז געווען אז כ'האב אליינס באשטעלט און ארויף געלייגט ביוטעפאל ווינדאו שעידס פאר זייער ביליג, עכ"פ א קעגן די היזיגע וואס טיען דעראין https://www.blinds.com/?&utm_campaign=a ... A6EALw_wcB
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג יולי 28, 2019 11:08 pm

וכן אנו נוהגים.

איך האב אריינגעמופט און א נייע דירה ב"ה, אבער אויך אלע זאכען וואס פאלן שוין נישט אריין אונטער דער קאנטראקט פונעם בילדער שארט מען אליינס ארויף די ארבל און מען נעמט זיך צי דער מלאכה.

איך קען נישט זאגן אז אלעס ווערט געטוהן די זעלבע שנעל, פשוט מחוסר זמן , אבער צעביסלעך זאך ביי זאך הייבט אן צי ווערן גענדיגט

cravenwalk
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 4:12 pm

תגובהדורך cravenwalk » מאנטאג יולי 29, 2019 8:52 am

א גיט מארגן
איך זיך נאך בעטן פאר א מיידל/געסט צומער.
עני אפפער עקסעפטעד.

יישר כח
אויך א שיינער סינק וואס פאסט אריין אין א דייניג רום
א דאנק

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21730
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 29, 2019 9:00 am

נאר אזוי, זאלט איר זען הצלחה אין אייער ארבייט.

דאס האט אן עקסטערע פלאס אז מ'איז יארן שפעטער שטאלץ מיט די שטיקל ארבייט וואס מ'האט אדורכגעפירט.

אמאל האב מיר געהאט כח און צייט פלעג מיר טאקע אליין טאן, היינט לערנט אויס ב"ה דאס געזונדל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יולי 29, 2019 9:25 am

וכן אנו נוהגים. אסאך געלט זיך שוין געשפארט אבער מ'דארף האבן צייט. די אמת איז אבער אז ווען מ'נעמט א בעל מלאכה געדויערט עס אויך צייט צו טרעפן איינעם דערנאך דארף איינער דארט זיין ווען יענער קומט אראפ און מאכן זיכער ער טיט טאקע וויאזוי מ'האט געוואלט.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג יולי 29, 2019 9:42 am

קען איינער געבן אינסראקשנס וויאזוי מקען אליין קויפן אין אינסטאלן א פסח קאך

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג יולי 29, 2019 10:10 am

הני מילי ווען מקען. אבער אויב האט מען צוויי לינקע הענט. דאן רופט מען א בעל מלאכה. אדער ווארט עס ביז איך וועל נישט האבען קיין ברירה און עס טוהן. ( יא צונעמען א תוספות קען איך. ווייל די מוח האט א רעכטע און א לינקע זייט כידוע. אבער מיינע ביידע הענט זענען לינקע)
מיין אידענע טענה'ט אז מדארף אויסלערנען אין ישיבה'ס די מינימום הענדי געברויכען וואס מדארף אין א אידישע שטוב. אז נישט ווערט די ווייב מעשיגע. ביז אזאך ווערט פאראכטען.
נישט יעדער פארשטייט סארקאזים
אבער סארקאזי פארשטייט יעדעם איינעם
(חוץ איינער וואס טראכט אנדערש ווי מיר)

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג יולי 29, 2019 10:18 am

farshlufen האט געשריבן:נאר אזוי, זאלט איר זען הצלחה אין אייער ארבייט.

דאס האט אן עקסטערע פלאס אז מ'איז יארן שפעטער שטאלץ מיט די שטיקל ארבייט וואס מ'האט אדורכגעפירט.

אמאל האב מיר געהאט כח און צייט פלעג מיר טאקע אליין טאן, היינט לערנט אויס ב"ה דאס געזונדל.

אין מיין אלטע דירה האב איך אליינס אינסטאלט מיין Hot water tank,
די גיטע געפיהל יעדעס מאל כ'האב געניצט די הייס וואסער, קאן מען נישט קויפן פאר די וועלטס געלט
דאס איז חוץ די דריי מאות וואס כ'האב זיך דאן אפגעשפארט.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2843
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג יולי 29, 2019 10:22 am

cravenwalk האט געשריבן:א גיט מארגן
איך זיך נאך בעטן פאר א מיידל/געסט צומער.
עני אפפער עקסעפטעד.

יישר כח
אויך א שיינער סינק וואס פאסט אריין אין א דייניג רום
א דאנק

פאר א שיינע סינק אין די דיינינג רום גיי ארויף אויף homedepot.com זיי האבן יעצט דיע זאכן אויף סעיל מיין איך
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » מאנטאג יולי 29, 2019 10:25 am

די מערסטע וועראיך ברוגז ווען נעם איך שוין יא א בעל מלאכה און ער מאכט אזא חסידישע ארבעט, דעמאלטס ברויכן מיר זיך שטארק איינהאלטן פון פלאצען......
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

ביללער
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » מאנטאג יולי 29, 2019 10:45 am

פיינע אשכול.
יא ממוז זיך ארויפשארן די ארבל אז מ'וויל זיך שפארן טויזנטערס
א נארישע פארט אין האום דיפאו פאר אפאר טאלער האט מיר געהאלפן פיקסן דעם סטאפער אין סינק.

וואס טוט זיך מיט א פרידזש-פריזער וואס מאכט נישט גענוג קאלט. עני טשענס?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יולי 29, 2019 11:02 am

nmi האט געשריבן:
cravenwalk האט געשריבן:א גיט מארגן
איך זיך נאך בעטן פאר א מיידל/געסט צומער.
עני אפפער עקסעפטעד.

יישר כח
אויך א שיינער סינק וואס פאסט אריין אין א דייניג רום
א דאנק

פאר א שיינע סינק אין די דיינינג רום גיי ארויף אויף homedepot.com זיי האבן יעצט דיע זאכן אויף סעיל מיין איך


גא"מ, איך האב אויך געקויפט פון זיי זייער א שיינע דיינונג רום סינק, א שיין געשניצט שטיקל שטיין (עפעס אזוי), און גענוג ברייט, מיט א הויכע ראם ארום אז עס זאל נישט ארויסרינען דורך די קינדער, עס האט געקאסט בערך 150 מיין איך.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2843
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג יולי 29, 2019 11:27 am

סארקאזי האט געשריבן:הני מילי ווען מקען. אבער אויב האט מען צוויי לינקע הענט. דאן רופט מען א בעל מלאכה. אדער ווארט עס ביז איך וועל נישט האבען קיין ברירה און עס טוהן. ( יא צונעמען א תוספות קען איך. ווייל די מוח האט א רעכטע און א לינקע זייט כידוע. אבער מיינע ביידע הענט זענען לינקע)
מיין אידענע טענה'ט אז מדארף אויסלערנען אין ישיבה'ס די מינימום הענדי געברויכען וואס מדארף אין א אידישע שטוב. אז נישט ווערט די ווייב מעשיגע. ביז אזאך ווערט פאראכטען.

זאג דיין יודענע אז די מענער וואס האבן צוויי רעכטע הענט ווארטן זייערע ווייבער לענגער אז זאכן זאלן ווערן געטון....
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג יולי 29, 2019 11:47 am

גם אני בחלומי, איך טו כמעט יעדע סארט בוי ארבעט אינדערהיים אליינס. אנגעהויבן ביי די שבת סוויטשעס, פלאר אין די גאראדש, ווענישן בליינדס, נייע פאוסעטס, קלאזעטס ועוד. (נישט אלעס געלונגט טאקע צום ערשטן מאל, אבער מען לערנט זיך. די געשמאק דערפון איז ווערד אלע געלטער)

צוקער וואסער האט געשריבן:קען איינער געבן אינסראקשנס וויאזוי מקען אליין קויפן אין אינסטאלן א פסח קאך

אויף די ספעציפישע זאך האב איך געמאכט אסאך ריסערטש. געזיצן און גערעכנט ביי 'האום-דיפאוט' און 'לאויס'. ביי ביידע איז אויסגעקומען א קאך דעליווערט אהיים אן אויפשטעלן בערך $1200, און ווען איך האב געקאלט א איד קאמפעני האבן אלע געפרייזד $12-1300 מיט אויפשטעלן

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג יולי 29, 2019 11:54 am

בענאק האט געשריבן:גם אני בחלומי, איך טו כמעט יעדע סארט בוי ארבעט אינדערהיים אליינס. אנגעהויבן ביי די שבת סוויטשעס, פלאר אין די גאראדש, ווענישן בליינדס, נייע פאוסעטס, קלאזעטס ועוד. (נישט אלעס געלונגט טאקע צום ערשטן מאל, אבער מען לערנט זיך. די געשמאק דערפון איז ווערד אלע געלטער)

צוקער וואסער האט געשריבן:קען איינער געבן אינסראקשנס וויאזוי מקען אליין קויפן אין אינסטאלן א פסח קאך

אויף די ספעציפישע זאך האב איך געמאכט אסאך ריסערטש. געזיצן און גערעכנט ביי 'האום-דיפאוט' און 'לאויס'. ביי ביידע איז אויסגעקומען א קאך דעליווערט אהיים אן אויפשטעלן בערך $1200, און ווען איך האב געקאלט א איד קאמפעני האבן אלע געפרייזד $12-1300 מיט אויפשטעלן

איר קענט מיר געבן א נומבער פליז

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יולי 29, 2019 12:07 pm

סארקאזי האט געשריבן:הני מילי ווען מקען. אבער אויב האט מען צוויי לינקע הענט. דאן רופט מען א בעל מלאכה. אדער ווארט עס ביז איך וועל נישט האבען קיין ברירה און עס טוהן. ( יא צונעמען א תוספות קען איך. ווייל די מוח האט א רעכטע און א לינקע זייט כידוע. אבער מיינע ביידע הענט זענען לינקע)
מיין אידענע טענה'ט אז מדארף אויסלערנען אין ישיבה'ס די מינימום הענדי געברויכען וואס מדארף אין א אידישע שטוב. אז נישט ווערט די ווייב מעשיגע. ביז אזאך ווערט פאראכטען.

דיין אידענע האט רעכט.
איך שטוין אסאך מאל ווען איך זעה מענטשן צאלן געלט פאר אויפשטעלן א סוכה, און נאכדערצו ווען יענער האט בחורים אין שטוב. פארוואס זאלן בחורים נישט האבן סעטיספעקשן פון עפעס זאכליך - איך רעדט נישט פון בחורים וואס לערנען 18 שעה א מעסלעס. בחורים גייען ליידיג גענוג צייט און עלטערן רעדן זיך איין אז זיי וועלן זיין גוטע טאטעס און מאמעס דורך נישט בעטן קיין הילף. פונקט פארקערט, דער בחור שפירט זיך אויסגעטריקענט אפ'בטל'ענדיג גאנצטע וואכן און ווען ער זאל ניצן אביסול די הענט וואלט עס געגעבן זייער א גוטע פילינג פון מעשי ידי להתפאר.

איך האב מיך איינגעקויפט עטליכע גוטע טולס און ס'האט זיך שוין לאנג אויסגעצאלט און איך האלט מיך אין איין שפארן געלט האבענדיג די געצייג. האום דיפא און אנדערע סייטס האבן אסאך ווידעאס וויאזוי צו טון געוויסע זאכן אליין. דער וואס האט יוטוב (נישט רעקאמענדירט) קען זיך אויסלערנען צו טון אליין כמעט יעדע זאך.

אור
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג יולי 29, 2019 12:10 pm

איך האב שוין געטוישט ביי מיר טוילעטס, קאנעקטעט וואש מאשין דרייער געז רענטש, געלייגט לייט פיקטשערס וכו...
רוב זאכן איז דא קלארע אינסטראקשןס
חוץ וואס מען שפארט זיך פשוט די געלט איז עס א גוטע פילינג ווען מען ארלעדיגט אליין זאכן

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג יולי 29, 2019 12:56 pm

ווי אזוי שטאפ איך אויף מיין קיטשען סינק?

cravenwalk
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 4:12 pm

תגובהדורך cravenwalk » מאנטאג יולי 29, 2019 1:02 pm

Drain Cleaner, Line Cap. Up to 1-1/4"
RIDGID
| Zoro #: G6540079
| Mfr #: 57043

cravenwalk
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 4:12 pm

תגובהדורך cravenwalk » מאנטאג יולי 29, 2019 1:13 pm

נעם א פלייער עפען אויף אונטער די סינק און היטב אן אריינצודרייען.
זיין גרייט ס'קען זיך מאכן אז פין אלטקייט וועט זיך די פייפ לעכערן.
האט מיר דער געשעפטס מאן געזאגט ס'איז בעסער און ביליגער צו טוישן צי פלאסטיק



how do i attach a picture ?

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג יולי 29, 2019 1:25 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:קען איינער געבן אינסראקשנס וויאזוי מקען אליין קויפן אין אינסטאלן א פסח קאך

Home Depot און Lowe's האבן ביליגע קיטשענס. זיי העלפן דיר מיט די אויסשטעל און אלעס ארום.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג יולי 29, 2019 1:40 pm

שוין אסאך געלט געשפארט מיטן טוהן זאכן אליינס. די בעסטע איז געווען ווען מיין וואש מאשין האט געדארפט א נייע פארט און די אפלייענס ריפעיר האט געזאגט אז די פארט אליין קאסט $375 פלאס לעיבאר. איך האב אויפגעפיקט די פארט אויף עמעזאן פאר 'בלויז' $90 און אליינס געטון די דזשאב. עס האט געדויערט 2 שעה אבער די געפיל און די בערזל זענען געווען הויעך.

**עס איז כדאי צו באוואראנען אז ווען מען שפילט זיך מיט היי וואלטעדזש עלעקטריק ווי למשל טוישן א סוויטש וכדו' זאל מען זייער אכטונג געבן און מען זאל וויסן וואס מ'טוט. איין קליינע טעות און די גאנצע ארבעט האט זיך נישט געלוינט. חוץ פון די סכנה וואס איז זעלבסט פארשטענדליך**
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 29, 2019 1:43 pm

א טיימער מיט א טרי סוויטש וואו קען איך זעהן ווי אזוי מלייגט דאס אריין
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט