בלאט 1 פון 2

א מתנה פאר א ישיבה קטנה בחור?!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:42 am
דורך המלאך הגואל
א מתנה פאר א ישיבה קטנה בחור?!
געלויבט דער פון אויבן האט זיך מיין חשובע׳ר בחור היניק והחכים כמר ....... ני״ו זיך פארהערט א גאנצע מסכת, קניינע הארע, כן יעזור להלאה.

האב איך געוואלט אים ארויסצייגן מיין הכרה און חיזוק להלאה, איך האב געראכט פון א סעט ספרים, אבער מיינע קאלעגעס שרייען עס גייט זאמלען שטויב עד שיבא אליהו.

בציקער ס׳טוהט זיך א וויכוח, איינער קען זיי מוחל אריינקומען מיט א גוטע רעיון.


(היות לע׳׳ע 2019 האט ער שוין אסאך וואס איך האב נישט גע׳חלום׳ט צו פארמאגן, ברויך מען עפעס אפירקומען א גוטע געדאנק).

יישר כח למפרע

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:47 am
דורך ברעטל
א כשר'ע MP3 האט ער שוין?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:48 am
דורך נעגלוואסער
אויב ער אינדזויט וועלטליכע זאכן קענסטו קויפן די ווינדערליך ביכער סאיז מורא'דיג אינטערסאנט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:50 am
דורך המלאך הגואל
ברעטל האט געשריבן:א כשר'ע MP3 האט ער שוין?

יא

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:58 am
דורך יישר כח
א שיינע צמלייג שטענדער קען זייו א געדאנק עס איז דא פשוטע אין זילבער פלעיט.
א חלה דעקעל אויב ער האט נאך נישט, (עס איז דא אלע מינע פרייזן.)

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:18 pm
דורך זעקסער
א טייערע מתנה אבער עס איז פארן לעבן, עס מאכט א נאנטערן קשר - טאטען מיטן קינד
נעם אים אויף א שבת קיין מעזיבוש

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:28 pm
דורך Shuli
א Ticket צו די סיום הש''ס אויב עס שטימט מיט אייערע השקפות

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:31 pm
דורך ניס קראכער
זאלסט אסאך נחת זען פון דיין צדיק'ל געזינטערהייט

דארפסט שרייבן אביסל מער וואס דיין צדיק'ל האט ליב,
האט ער א געשמאק אין לערנען/ליינען/שפילן/וכו' וכו'
מיט מער אינפערמאציע קען מען אייך גרינגער העלפן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:50 pm
דורך המלאך הגואל
ער קען אביסל שפילן אויף א kewboard און דאס האט ער שוין. ליינען נישט ספעציעל

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:58 pm
דורך ווישוואש
א גיפט סערטיפיקאט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:18 pm
דורך fiena nieas
ספרים אדער קויפן אן עליה

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:18 pm
דורך חוח בין השושנים
המלאך הגואל האט געשריבן:ער קען אביסל שפילן אויף א kewboard און דאס האט ער שוין. ליינען נישט ספעציעל

פיענאו לעסאנס.
כ'קען עכטע וואוילע בחורים וואס גייען צו קלארינעט/ פיענאו / הארפ / ווייאלין לעסאנס, נאכן ענדיגן א פולע טאג אין ישיבה.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:23 pm
דורך יישר כח
חוח בין השושנים האט געשריבן:
המלאך הגואל האט געשריבן:ער קען אביסל שפילן אויף א kewboard און דאס האט ער שוין. ליינען נישט ספעציעל

פיענאו לעסאנס.
כ'קען עכטע וואוילע בחורים וואס גייען צו קלארינעט/ פיענאו / הארפ / ווייאלין לעסאנס, נאכן ענדיגן א פולע טאג אין ישיבה.

קען זיין א גיטע איידיע אבער אויב ווילסטו עס רעד עס קודם דורך מיט זיין מגיד שיעור וכד'.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:32 pm
דורך נעגלוואסער
ארינלייגן א בחור'ל און מוזיק הרג'סטע אים אוועק בידיים

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:12 pm
דורך שמחה ונחת
ספרים קענען טאקע אמאל זאמלען שטויב...
אבער אמאל עפעס "פערסאנעל" קען זיין זייער גוט.
אנטיק לעדער תהילים/סידור מיט זיין נאמען אריינגעקריצט.
חלה דעקל/בעכער מיט זיין נאמען.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:21 pm
דורך גראף פאטאצקי
שיינע לעדערנע פרשת הקטורת מיט זיין נאמען אריינגעקריצט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:24 pm
דורך נשמה
נעגלוואסער האט געשריבן:ארינלייגן א בחור'ל און מוזיק הרג'סטע אים אוועק בידיים

די היינטיגע "גויאישע" ניגונים האבן א שטארקע השפעה. מיר דארפן קוקן אויף די השפעה וואס אזאך האט אויף א בחור'ל. אפילו אזא קליינע זאך ווי מוזיק, האט למעשה א שטארקע השפעה. ווען ווע(ר)לט וואלט געווען ווע(ר)לט, וואלט ער זיך אריינגעלייגט אין הארציגע ניגונים פון אמאל - אויב זיין קאפ ליגט נישט עפעס אזוי ביים לערנען, און מ'האט מורא ער זאל נישט אריינפאלן אין יצר'ס הענט. איז עס שוין ווי מ'זאגט א בדיעבד. אבי ער זאל געראטעוועט ווערן פון יצר. אבער היינט, מיט די היינטיגע ניגונים. מלא "תוכן", וכו'. עס האט אן השפעה. ס'איז משפיע אויף אים. וויאזוי קען מען זיך הייבן מיט א תורה לערנען, ווען די קאפ ווערט נשפע פון היינטיגע מוזיק. לאמיר עס אנקוקען מיט סייענס, פיזיקס. די היינטיגע ניגונים שלעפן אראפ, ס'איז א פאקט. די אמאליגע ניגונים הייבן. וויאזוי איז מעגליך אז דער בחור'ל זאל ציען צו העכערקייט, ווען די זאך פון וואס ער ווערט נשפע שלעפט אים אראפ דייקא. פשוט קאמאן סענס.

והשם הטוב יעזור.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:27 pm
דורך המלאך הגואל
גראף פאטאצקי האט געשריבן:שיינע לעדערנע פרשת הקטורת מיט זיין נאמען אריינגעקריצט

געפעלט מיר זייער די געדאנק, ישר כח פאר אלע מגיבים, דער עולם איז באמת קריעטיוו... זייטס ממשיך!!!!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:35 pm
דורך ברוינע באנאנע
זעקסער האט געשריבן:א טייערע מתנה אבער עס איז פארן לעבן, עס מאכט א נאנטערן קשר - טאטען מיטן קינד
נעם אים אויף א שבת קיין מעזיבוש

אדער אומן אויב עס שטימט מיט אייערע השקפות

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:37 pm
דורך נעגלוואסער
נשמה האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:ארינלייגן א בחור'ל און מוזיק הרג'סטע אים אוועק בידיים

די היינטיגע "גויאישע" ניגונים האבן א שטארקע השפעה. מיר דארפן קוקן אויף די השפעה וואס אזאך האט אויף א בחור'ל. אפילו אזא קליינע זאך ווי מוזיק, האט למעשה א שטארקע השפעה. ווען ווע(ר)לט וואלט געווען ווע(ר)לט, וואלט ער זיך אריינגעלייגט אין הארציגע ניגונים פון אמאל - אויב זיין קאפ ליגט נישט עפעס אזוי ביים לערנען, און מ'האט מורא ער זאל נישט אריינפאלן אין יצר'ס הענט. איז עס שוין ווי מ'זאגט א בדיעבד. אבי ער זאל געראטעוועט ווערן פון יצר. אבער היינט, מיט די היינטיגע ניגונים. מלא "תוכן", וכו'. עס האט אן השפעה. ס'איז משפיע אויף אים. וויאזוי קען מען זיך הייבן מיט א תורה לערנען, ווען די קאפ ווערט נשפע פון היינטיגע מוזיק. לאמיר עס אנקוקען מיט סייענס, פיזיקס. די היינטיגע ניגונים שלעפן אראפ, ס'איז א פאקט. די אמאליגע ניגונים הייבן. וויאזוי איז מעגליך אז דער בחור'ל זאל ציען צו העכערקייט, ווען די זאך פון וואס ער ווערט נשפע שלעפט אים אראפ דייקא. פשוט קאמאן סענס.

והשם הטוב יעזור.

וי איך פארשטיי זאגסטו די זעלבע ווי מיר. איז וואר?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:50 pm
דורך איינס
נעגלוואסער האט געשריבן:ארינלייגן א בחור'ל און מוזיק הרג'סטע אים אוועק בידיים

אפאלטן א בחור פון מיוזיק הרג'סטע אים אוועק בידיים וברגלים

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:15 pm
דורך א נייע מעשה
נעגלוואסער האט געשריבן:ארינלייגן א בחור'ל און מוזיק הרג'סטע אים אוועק בידיים

ריכטיג, מוזיק אין תש19 פאר א בחור איז סם המוות.

אנטשולדיגט פאר מיין שארפקייט, אבער וואס זאל איך טוען אז איך האב שוין צופיל קעיסעס מיטגעהאלטן.

כ'ווייס אז עס קען זיין אן אויסנאם, אבער עס איז ממש אחד בעיר.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:20 pm
דורך nmi
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
זעקסער האט געשריבן:א טייערע מתנה אבער עס איז פארן לעבן, עס מאכט א נאנטערן קשר - טאטען מיטן קינד
נעם אים אויף א שבת קיין מעזיבוש

אדער אומן אויב עס שטימט מיט אייערע השקפות

ממה נפשך. אויב שטומט עס מיט זיין השקפה איז ער שוין זיכער דארט געווען, אויב שטומט עס נישט מיט זיין השקפה וואס זוכט ער אין אומאן? :oops:

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:24 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
זייטיגע נאטיץ
סיי וואס ביסט מחליט אים צו געבן איז די עיקר די נחת צעטעלע אין די זייט ...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:25 pm
דורך פעיק נוז
איינס האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:ארינלייגן א בחור'ל און מוזיק הרג'סטע אים אוועק בידיים

אפאלטן א בחור פון מיוזיק הרג'סטע אים אוועק בידיים וברגלים

ווער רעדט פון 'אפהאלטן'? מען רעדט פון 'אריינלייגן'.