בלאט 1 פון 2

היים טעלעפאון Ooma Genie 4G

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 7:37 pm
דורך פומפדותא
שוין א שטיק צייט וואס איך קוק אריין אין טוישן מיין היים טעלעפאון סערוויס צו Ooma. ביז ממש לעצטענס האט מען געדארפט האבן א אינטערנעט ליין זיך צו קענען באנוצען מיט זייער Voip טעלעפאון סערוויס, דאס יאר האבן זיי געמאכט א שותפות מיט ספרינט און זיי זענען ארויסגעקומען מיט א דיווייס וואס קאנעקט זיך צו די ספרינט נעטווארק.


זיי האבן צוויי פלענס, $11.99 א חודש, אדער $19.99 א חודש (בעפאר טעקס).

$11.99 א חודש באקומט אנלימעטעד קאלן אין אמעריקא, און נומבער קאלער איי די.

$19.99 א חודש באקומט מען אנלימעטעד טאלק צו אמעריקא קאנאדע און מעקסיקאו, אזוי אויך באקומט מען די נאמען פון די רופער אויף די קאלער איי די.

$29.99 א חודש באקומט מען אנלימעטעד קאלן צו זעכציג לענדער

איין חסרון, מען מוז אויפסעטן די טעלעפאון פון א מאביל עפפ (עפל אנדראוד), די עפפ האט זייער גוטע פיטשערס צו קאנטראלירן די טעלעפאון, מען קען דארט אויך הערן די וואויסמעילס

מען קען קויפן די דיווייס ביי וואלמארט פאר $50 http://www.walmart.com/ip/Ooma-Phone-Ge ... /273985689

Ooma 4G.jpeg
Ooma 4G.jpeg (8.59 KiB) געזעהן 1492 מאל


ווער עס האט די סערוויס, און קען צוהעלפען מיט אינפערמאציע, איז מכובד.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 8:59 am
דורך ברוינע באנאנע
פומפדותא האט געשריבן:
איין חסרון, מען מוז אויפסעטן די טעלעפאון פון א מאביל עפפ (עפל אנדראוד), די עפפ האט זייער גוטע פיטשערס צו קאנטראלירן די טעלעפאון, מען קען דארט אויך הערן די וואויסמעילס


מ'מוז האבן א סמארטפון אדער נאר די ערשטע מאל מ'סעט עס אויף?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:06 am
דורך פומפדותא
וואו איך האב פארשטאנען דארף מען נאר האבן א סמארטפאון ווען מען סעט עס אויף

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:00 pm
דורך בסד
אויף זייער וועבזייטל איז דא א פלען אומזיסט, בלויז א טעקס פי, בערך 6 דאללאר.

פשט? ווי מאכן זיי געלט?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:13 pm
דורך רצון טוב
אין וועלכע געגנטער זענען זיי גיט ??

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:47 am
דורך פומפדותא
רצון טוב האט געשריבן:אין וועלכע געגנטער זענען זיי גיט ??

דארט וואו עס איז דא ספרינט סערוויס דארף עס צו ארבעטן.

דא קען מען נאך קוקן אויף א ספעציפישע געגענט אויב עס ארבעט.
https://www.ooma.com/smart-home-devices ... e-map-usa/

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 8:31 am
דורך ברוינע באנאנע
פומפדותא האט געשריבן:וואו איך האב פארשטאנען דארף מען נאר האבן א סמארטפאון ווען מען סעט עס אויף

אויב די לייגסט עס אריין און דיין הויז לאז מיך וויסן

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 8:57 am
דורך אביונה
וואס איז די גדולה מיט די קאמפאני און דעווייז
עס זענען פארהאן ענליכ'ס פון ווערייזאן און AT&T
א שטייגער ווי דאס:
https://www.amazon.com/mf279-Wireless-I ... 563RS3W9YR

אדרבא, ווער ס'ווייסט מער זאל זיך לאזן הערן

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 9:14 am
דורך פומפדותא
די מעלות פון Ooma איבער ווערייזען.

• מען דארף נישט סיינען א קאנטקראק פאר צוויי יאר.
• די דיווייס קאסט $50 אנשטאט ווערייזען $100.
• נאמען קאלער איידי.
• פעקס
• די $11 חודש'ליכע פלען איז היבש ביליגער פון ווערייזען at&t.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 10:33 am
דורך בסד
אביונה האט געשריבן:וואס איז די גדולה מיט די קאמפאני און דעווייז
עס זענען פארהאן ענליכ'ס פון ווערייזאן און AT&T
א שטייגער ווי דאס:
https://www.amazon.com/mf279-Wireless-I ... 563RS3W9YR

אדרבא, ווער ס'ווייסט מער זאל זיך לאזן הערן

דאס איז א ווייפיי ראוטער. די אנדערע איז א ראוטער בלויז פאר טעלעפאן.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:19 pm
דורך אביונה
בסד האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:וואס איז די גדולה מיט די קאמפאני און דעווייז
עס זענען פארהאן ענליכ'ס פון ווערייזאן און AT&T
א שטייגער ווי דאס:
https://www.amazon.com/mf279-Wireless-I ... 563RS3W9YR

אדרבא, ווער ס'ווייסט מער זאל זיך לאזן הערן

דאס איז א ווייפיי ראוטער. די אנדערע איז א ראוטער בלויז פאר טעלעפאן.

אז מען קויפט נישט קיין דאטא פלאן, נאר TALK איז דאך עס פונקט אזוי גוט, עס האט נישט קיין אינטערנעט
נישט אזוי? [אזוי האב איך פארשטאנען פון א AT&T קאסטומער סערוויס אגענט]

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 12:31 am
דורך פומפדותא
At&t קאסט $32 א חודש (בעפאר טעקס) פאר טאלק, מיט א באנדל געבן זיי א דיסקאונט.
נאמען קאלער איידי איז נישט דא.
פעקס על פי פשטות אויך נישט

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:59 pm
דורך פומפדותא
איך פלאן צו קויפן דעם טעלעפאון, איך וויל וויסן אויב איינער דא האט שוין די סערוויס און קען אנצייגן געוויסע מעלות אדער חסרונות וואס איך האב פארזעהן.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 3:31 pm
דורך lemon
פומפדותא האט געשריבן:איך פלאן צו קויפן דעם טעלעפאון, איך וויל וויסן אויב איינער דא האט שוין די סערוויס און קען אנצייגן געוויסע מעלות אדער חסרונות וואס איך האב פארזעהן.

.I had issues in the past porting out my number, would not port in my primary number to them

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 4:08 pm
דורך רצון טוב
פומפדותא האט געשריבן:די מעלות פון Ooma איבער ווערייזען.

• מען דארף נישט סיינען א קאנטקראק פאר צוויי יאר.
• די דיווייס קאסט $50 אנשטאט ווערייזען $100.
• נאמען קאלער איידי.
• פעקס
• די $11 חודש'ליכע פלען איז היבש ביליגער פון ווערייזען at&t.


ביי ווערייזען דארף מען נישט האבן א אינטערנעט דזשעק
ביי די פירמע דארף מען יא האבן.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 4:18 pm
דורך פומפדותא
די נייע דיווייס וואס מיר רעדן דא דארף אויך נישט קיין אינטערנעט זשעק פאר סערוויס.

(טימאביל איז די איינציגע וואס פארלאנגט פון א 4g דיוויס צו האבן א אינטערנעט זשעק)

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 4:46 pm
דורך רצון טוב
עס ארבעט געהעריג אין אלע אידישע געגנטער?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 5:06 pm
דורך בשבילי נברא
lemon האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:איך פלאן צו קויפן דעם טעלעפאון, איך וויל וויסן אויב איינער דא האט שוין די סערוויס און קען אנצייגן געוויסע מעלות אדער חסרונות וואס איך האב פארזעהן.

.I had issues in the past porting out my number, would not port in my primary number to them


איך האב נישט קיין ידיעה איבער זייער נייע דעווייס, אבער לגבי זייער אלטע דעווייס, די Ooma Telo ווייס איך פון איינעם וואס האט זיין מעין פאון נומבער מיט זיי, און ער איז זייער צופרידן דערפון סיי פון די קאסטומער סערוויס און בעיקר ווי קלאר און גוט די סערוויס איז.

און אויך זענען זיי נישט קיין נייע קאמפאני נאר זענען שוין אין ביזנעס א שיינע פאר יאר.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 5:29 pm
דורך צייט שטיפער
פומפדותא האט געשריבן:די מעלות פון Ooma איבער ווערייזען.

• מען דארף נישט סיינען א קאנטקראק פאר צוויי יאר. - די איינציגסטע עכטע מעלה (פאר איינער וואס זוכט צו סוויטשן חודשליך צו די ביליגסטע וואס איז יעצט אויף די מארקעט...)
• די דיווייס קאסט $50 אנשטאט ווערייזען $100. - איך האב פון ווערייזן פאר בלויז $40 (4G סופער קלאר)
• נאמען קאלער איידי. - איך האב פון ווערייזן פאר א 1.99 אפצאל
• פעקס - איך האב פון ווערייזן מיט פעקס
• די $11 חודש'ליכע פלען איז היבש ביליגער פון ווערייזען at&t. - עס לוינט די איבריגע 9 דאלער (פאר מיר עכ"פ), פאר ווערייזן קאסטומער סערוויס פלאס זייער סערוויס איז היבש בעסער פון ספרינט און רוב פלעצער

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 5:37 pm
דורך אביונה
אפשר לינק'סטו צו די ווערייזאן דעווייס און סערוויס, פון וואס איר רעדט
שכוח

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:06 pm
דורך צייט שטיפער

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:21 pm
דורך nmi
צייט שטיפער האט געשריבן:https://www.verizonwireless.com/home-office-solutions/wireless-home-phone-t2000/

דעס הערט זיך ווי א געהערעיגע לענדליין אדער ווי א סעל פאון?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:12 pm
דורך בענקעל
צייט שטיפער האט געשריבן: - פלאס זייער סערוויס איז היבש בעסער פון ספרינט און רוב פלעצער

דאס איז נישט קיין סעלפאון וואס מען טראגט ארום. אויב האט איינער א שטארקע סיגנאל פון ספרינט ביי זיין אדרעס דאן איז ער גוט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:25 am
דורך צייט שטיפער
nmi האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:https://www.verizonwireless.com/home-office-solutions/wireless-home-phone-t2000/

דעס הערט זיך ווי א געהערעיגע לענדליין אדער ווי א סעל פאון?

קלארער ווי א לענדליין! (פראנטיער)
איך האב צוגעטשעפעט דערציה אן אטענע ארויס צו די גאס (פאר 10 דאלער) זיך נישט צו קענען אפי' איינרעדן אז ס'איז נישט קלאר.
ווי אויך האב איך עס קאנעקטעט צום הויז (דורכן קאנעקטן דעם דזשעק אריין צום וואנט אינעם מעסטער בעדרום אנשטאט צו א טעלעפאון) און אלע אנדערע דזשעק'ס אינעם הויז ארבעטן דורך דעם.
איך האב עס געטוהן נאכן צאלן 63 דאלער א חודש פאר פראנטיער פאר א נארישע לענדליין מיט שרעקליכע קאסטומער סערוויס.
איך ניץ שוין דעם ווערייזען פאר אריבער א האלב יאר און איך בין מורא'דיג צופרידן.
(ווי אויך האבן זיי אסאך גרינגערע וועגן צו באצאלן דורך'ן טעלעפאון)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:57 pm
דורך יואלפריעדמאן
אין ברוקלין ניצט עס איינער?