A2 מילעך

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

A2 מילעך

תגובהדורך ויתן לך » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:07 pm

עס ווערט לעצטענס עדווערטייטז (אויף אביסל א פאוני וועג) A2 מילעך פון דבש קאמפעני
איז דאס וואס ר' מייזליש פלעגט רעדן וועגן דעם, איז דאס עפראווד ביי אים, וואס זענען די מעלות פון דעם?
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:14 pm

ווען דו ליינסט אדורך זייער עד (די פאוני וועג בלע"ז כלשונך) וועסטו פינקטליך פארשטיין!!!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:27 pm

עס איז נישט זייער קלאר דער עד.

איז עס אויך פאר מענטשן וואס זענען "עלערדזשיק" צו מילך, אדער בלויז פאר אזאנע וואס מילעך איז זיי "נישט אזוי גוט" (אינטאלערענט)?
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

ב שולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:30 pm

Screenshot_1.png
Screenshot_1.png (740.8 KiB) געזעהן 2024 מאל

ב שולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:32 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:עס איז נישט זייער קלאר דער עד.

איז עס אויך פאר מענטשן וואס זענען "עלערדזשיק" צו מילך, אדער בלויז פאר אזאנע וואס מילעך איז זיי "נישט אזוי גוט" (אינטאלערענט)?

אפשר פאר ווער סאיז עלערדזשיק אויך צו אלמענד מילך....

אור
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 1:01 pm

סי לכאורה צווישן די רויטע און בלויע
עפעס אזוי
די עד איז חלשות. פארשטיי נישט קיין ווארט

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 1:22 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:ווען דו ליינסט אדורך זייער עד (די פאוני וועג בלע"ז כלשונך) וועסטו פינקטליך פארשטיין!!!

אדרבה! זיי מסביר די עד, ווי ס'זעהט אויס אז רוב נערנים דא פארשטייען נישט קיין איין ווארט.
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 1:36 pm

ס'מעגלעך אז די ווערטער זענען פארדרייט?
מעגלעך ברויך זיך עס ליינען אזוי: נאכן געבן פאר יעדע מעטשינג קאמפיין...

אין נאכן עס פארדרייען, וואס פארשטייסטו בעסער?
#גם אני נער...
איי איי,-וועלט

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 1:38 pm

אין די קאנעקשנס האבן זייא עד עפעס וועגן ספענדן $230 אויף העד בענדס.
זיי טרייען מסתמא עפעס א טאקטיק אבער ביי אונז זאגט מען "ווערי בעד עקזעקיושען".
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:15 pm

אכטונג דבש: איר האט גענומען א טריט אין גוטן ריכטונג, ביטע גייט א טריט ווייטער און שטעלט עס צו אין גרעס פעד פול פעט.
א דאנק

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:16 pm

פארשער האט געשריבן:אכטונג דבש: איר האט גענומען א טריט אין גוטן ריכטונג, ביטע גייט א טריט ווייטער און שטעלט עס צו אין גרעס פעד פול פעט.
א דאנק

גם אני מצטרף!
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:44 pm

איך האב עס געקויפט פאר א אינטאלערענט קיד, למעשה אדאנק די אומקלארקייט האב איך עס מורא צו געבן..

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:49 pm

די עד'ס זענען חלשות. כהאב היינט מיטגעהאלטן ווי א איד שטייט אין קאווע שטיבל מיט אזא באטל און קיינער האט נישט געוויסט וואס דאס איז... ביז איינער האט געשריגן "דאס איז קיין מילך.. מסתם פון מאנדלען געמאכט".. בקיצור זיי זאלן אריינקומען קלארער..

אוועטאר
מוזיק מבין
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 10:47 am

תגובהדורך מוזיק מבין » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:51 pm

מיין טעאריע:
זיי גייען נאך נוצען די צעמישעניש פונעם עולם פאר די ענגילטיגע פאנטש ליין.

programmer
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:34 am

תגובהדורך programmer » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:57 pm

איך ווייס נישט וועגן די דבש מילך אבער אין דזשענעראל A2 מילך איז אויך פאר ווער ס'איז עלערדזשיק צו מילך. עס איז געמאלקן פון ספעציעלע A2 קיען. איך ווייס פערזענליך פון איינער וואס איז עלערדזשיק צו מילך און האט נישט קיין שום פראבלעם מיט A2 מילך אבער פרעג דיין דאקטער

ב שולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » זונטאג אוגוסט 25, 2019 3:12 pm

איין זאך וואס איך פארשטיי נישט, פארוואס זיי מאכן עס 2% פעט? די מענטשן וואס טריקען נאר בלויע (1%) וועלן עס נישט טרינקען ווייל ס'איז צו פעט, און דעי וואס טרינקען נאר רויטע וועלן עס אוודע נישט טרינקען, ס'איז דאך וואסער......

ב שולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » זונטאג אוגוסט 25, 2019 3:16 pm

ויתן לך האט געשריבן:עס ווערט לעצטענס עדווערטייטז (אויף אביסל א פאוני וועג) A2 מילעך פון דבש קאמפעני
איז דאס וואס ר' מייזליש פלעגט רעדן וועגן דעם, איז דאס עפראווד ביי אים, וואס זענען די מעלות פון דעם?

פאריגע וואך האט דבש געהאט א עד וואס האט מסביר געווען וואס דאס איז, (איך האב עס געזען און "די צייטונג")
קען עס איינער ביטע ברענגען?

עושר אדיר
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

תגובהדורך עושר אדיר » זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:33 pm

אכטונג!!!
חמירא סכנתא מאיסורא
אין די עד פון דבש איז געווארן ארויסגעברענגט אז סקען זיין אז אויב איר זענט ארלעדזשיק צו מילך, זענט איר נישט ארלעדזשיק צו די סארט מילך.
נעמט אין אכט אז ביי די ציגעלע מילך איז אויך אזוי געווען געשריבן, און אסאך מענטשען האבן זיך זייער אפגעבריהט דערפון.
אויב זענט איר ארלעדזשיק דאן פרעגט אן אייער דאקטער בעפאהר איר נעמט אריין אין מויל סיי וועלכע מילך פון א בהמה אדער כשרע חי'.

מקען זיך נישט פארלאזן אויף א קאמפעני אדער גרעפיקער ווען עס קען זיך האנדלען אין א שאלה פון פיקוח נפש

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:58 pm

עושר אדיר האט געשריבן:אכטונג!!!
חמירא סכנתא וכו'

מקען זיך נישט פארלאזן אויף א קאמפעני אדער גרעפיקער ווען עס קען זיך האנדלען אין א שאלה פון פיקוח נפש

אין יענעם עד (וואס כ'האב נישט קיין אנונג פארוואס זיי האבן עס נאר איינמאל ארויסגעלייגט און עס איז מער נישט צום באקומען) שרייבן זיי ארויס קלאר די אלע ווארענונגען, ברחל בתך הקטנה, זיי שטעלן עס צו צו ציגעלע מילך נאר אן דעם גערוך דערפון, און זיי שרייבן קלאר ארויס אז ס'דא אסאך מענטשן וואס די A1 פראוטין פון די קוען איז דאס וואס שטערט זיי, און עס מאכט אז זיי זאלן נישט קענען פארדייען די מילך, וואס פאר זיי וועט די יעצטיגע מילך יא זיין גוט. אבער ווער עס ווייסט אז ער איז טאקע שטארק ארלערדזשיק צו מילך דאן איז די מילך אויך נישט פאר אים.

די שאלה איז נאר פארוואס זיי לייגן מער נישט ארויס יענעם עד, נאר אנשטאט דעם פארשידענע אומפארשטענדליכע זאצן
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

ציפקע
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » זונטאג אוגוסט 25, 2019 5:48 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ס'מעגלעך אז די ווערטער זענען פארדרייט?
מעגלעך ברויך זיך עס ליינען אזוי: נאכן געבן פאר יעדע מעטשינג קאמפיין...

אין נאכן עס פארדרייען, וואס פארשטייסטו בעסער?
#גם אני נער...


יא, די ווערטער זענען פארדרייט. איר האט צו געטראפן גענוי צו די אריגינעלע ווערטער.
סאיז א מאדערנע סארט קאמפיין באזירט אויף די קאנצעפט agrees with you מיט לאזונגען וואס יעדער איז מסכים דערצו.

אוועטאר
די דיזיינער
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 28, 2015 10:36 pm
לאקאציע: Boro Park

תגובהדורך די דיזיינער » זונטאג אוגוסט 25, 2019 6:39 pm

E372AE25-B2E1-4C59-8093-04B3AB452A6A.jpeg
E372AE25-B2E1-4C59-8093-04B3AB452A6A.jpeg (217.63 KiB) געזעהן 1147 מאל

געוואלטיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » זונטאג אוגוסט 25, 2019 7:05 pm

הודו להשם האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:אכטונג דבש: איר האט גענומען א טריט אין גוטן ריכטונג, ביטע גייט א טריט ווייטער און שטעלט עס צו אין גרעס פעד פול פעט.
א דאנק

גם אני מצטרף!

מה זאת פעד פול פעט

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוגוסט 25, 2019 7:54 pm

ציפקע האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:ס'מעגלעך אז די ווערטער זענען פארדרייט?
מעגלעך ברויך זיך עס ליינען אזוי: נאכן געבן פאר יעדע מעטשינג קאמפיין...

אין נאכן עס פארדרייען, וואס פארשטייסטו בעסער?
#גם אני נער...


יא, די ווערטער זענען פארדרייט. איר האט צו געטראפן גענוי צו די אריגינעלע ווערטער.
סאיז א מאדערנע סארט קאמפיין באזירט אויף די קאנצעפט agrees with you מיט לאזונגען וואס יעדער איז מסכים דערצו.

שיינט צו זיין איבערגעטייטשט דורך גוגל איבערזעצן..
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

ציפקע
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » זונטאג אוגוסט 25, 2019 8:50 pm

נישט ריכטיג, דער גראפיקער האט געמאכט א טעות.

אוועטאר
פארפרוירן
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

תגובהדורך פארפרוירן » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 9:05 am

צו מאכן אביסל קלארער:

איך האב גערעדט מיט דעם סעילס מאן פון דבש, און לפי דבריו איז די מילך טאקע פון אן אנדערן סארט קו וועלכע פארמאגט א געזונטערע פראטין. די סארט מילך איז שוין דא אין אמעריקא זייט יאר 2000 און איז נארוואס געווארן ערצייגט דורך "דבש" מיט א היימישע השגחה.

די מעלה דערפון איז בעיקר פאר די וועלכע זענען נישט אזוי גוט אויסגעקומען מיט געהעריגע מילך אבער מיט ציגן מילך האבן זיי נישט געהאט קיין פראבלעם. די סארט מענטשן זענען בדרך כלל נישט אלערגיש צו מילך, נאר עס מאכט זיי פשוט אומבאקוועם, און זיי ווערן אנגעלייגט, אדער האבן פארדייאונגס פראבלעמען, וכדו', אבער ציגן מילך וואס איז געזונטער, און גרינגער אויפ'ן מאגן, מאכט זיי נישט קיין פראבלעמען. אצינד איז געקומען די רעוואלוציע פון די A2 מילך, וועלכע פארמאגט געזונטערע פראטין, און ווי עס הייסט האט עס נישט די פראבלעמען וואס געווענליכע מילך האט, און דערצו איז עס בערך א דריטל די פרייז פון ציגן מילך. אבער די וועלכע זענען באמת אלערגיש צו מילך, ספעציעל די פאר וועלכע עס איז א סכנה, וועלן לכאורה נישט געהאלפן ווערן מיט די נייע מילך.

נ.ב. איך בין נישט פערזענליך באקאנט מיט די פרטים, איך זאג נאר נאך וואס "דבש" פארקויפט
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט