בלאט 1 פון 2

גענוג איז גענוג - מיינע קנעפלעך פאלן אראפ!!

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:47 pm
דורך לעכטל
יא אזוי ווי איר ליינט די וואך שבת האבן צוויי פון מיינע קנעפלעך אראפגעפאלן, און ניין איך בין בכלל נישט 'פעש' (ווי מען רופט עס...) און איך האב געקויפט די בעקיטשע פאר קוים 2 - 3 חדשים צוריק.
די קנעפלעך זענען ממש לָאז ציגענייט דורכ'ן סטאר (G&G) און דאס איז די רעזאלטס...
וואס איז אס מען קויפט עס ביי א סעיל נייען זיי עס צו לאזער?!
בין איך די איינציגסטע מיט דעם פראבלעם?

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:51 pm
דורך למעלה משבעים
נאופ, איר זענט נישט די איינציגסטע, יאך האב דאס מיט יעדן בעקיטשע, און די חידוש איז אז ס'איז נאר ביי די קנעפלעך וואס מען דארף פארמאכן. בכל אופן כ'האב געקויפט אזא באטן-לאק, און פארטיג, געענדיגט מיט די צונייען קנעפלעך. כ'ווייס נישט די ריכטיגע נאמען דערפאר עס צו זיכן אויף גוגל...

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:56 pm
דורך וואס עפעס?
כבין געווען זיכער אז דאס איז נאך א דייעט אשכול..
בה ניטש ערגערס

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:57 pm
דורך חוח בין השושנים
מיט GB האב איך שוין לאנג נישט געהאט די פראבלעם. אבער כ'געדענק עס גוט פון אמאל.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:20 am
דורך נאו נעים
ס'נישט קיין נפק"מ פון וועלכע סטאר מ' קויט עס, אלע זענען די זעלבע. ווען מ'זעט אז די קנעפלעך פאלן אראפ מיינט אז מ' האש שוין גענוצט די בעקיטשע. ס'איז מיר נאר א חידוש אז ס' האט זיך געהאלטן פאר 2-3 חדשים איו נישט 2-3 וואכן (אפשר איז עס א טייפא?)
בקיצור, דאס איז עפעס וואס יעדע חסידישע יונגערמאן גייט נעבעך דורך נאכן ספענדען $200 פאר עפעס וואס וואלט ווען געדארפט זיין האלב פרייז.
די גוטע נייעס איז, ב"ה די פארשער זענען אויפגעקומען מיט א געניאלן געדאנק, נעמליך מ'קען עס צונייען! נאך מער זאגן די זאך-קענער א אין 2019 איז שוין דא אזא מין פאדעם וואס רופט זיך button thread וואס איז שטערקער און עס רייסט זיך נישט אפ אזוי שנעל.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:23 am
דורך משהלע
די מאמע זז"ג פלעגט אלע מאל איבערנייען די קנעפלעך גלייך נאכן קויפן.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:23 am
דורך אבי.גערעדט
למעלה משבעים האט געשריבן:נאופ, איר זענט נישט די איינציגסטע, יאך האב דאס מיט יעדן בעקיטשע, און די חידוש איז אז ס'איז נאר ביי די קנעפלעך וואס מען דארף פארמאכן. בכל אופן כ'האב געקויפט אזא באטן-לאק, און פארטיג, געענדיגט מיט די צונייען קנעפלעך. כ'ווייס נישט די ריכטיגע נאמען דערפאר עס צו זיכן אויף גוגל...


רעדענדיג פון באטן לאַק, זאגט מיר מיין לאקאלע געשעפט אז דער לאַק איז מער נישטא צו באקומען, שלעכטע נייעס אויב עס איז אמת, איינער ווייסט עפעס צו זאגן דערוועגן?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:40 am
דורך yid
אבי.גערעדט האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:נאופ, איר זענט נישט די איינציגסטע, יאך האב דאס מיט יעדן בעקיטשע, און די חידוש איז אז ס'איז נאר ביי די קנעפלעך וואס מען דארף פארמאכן. בכל אופן כ'האב געקויפט אזא באטן-לאק, און פארטיג, געענדיגט מיט די צונייען קנעפלעך. כ'ווייס נישט די ריכטיגע נאמען דערפאר עס צו זיכן אויף גוגל...


רעדענדיג פון באטן לאַק, זאגט מיר מיין לאקאלע געשעפט אז דער לאַק איז מער נישטא צו באקומען, שלעכטע נייעס אויב עס איז אמת, איינער ווייסט עפעס צו זאגן דערוועגן?

look around by all drygoods in your area you should find it somewhere

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:59 am
דורך שטיגליץ
אין בארא פארק אינעם זעלבן בנין פון G&G איז פארהאן א דריי גוד סטאר וואס פארקויפט די באטטאן לאקס, פארגעסן די נאמען פונעם געשעפט.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:58 am
דורך Kollel
שטיגליץ האט געשריבן:אין בארא פארק אינעם זעלבן בנין פון G&G איז פארהאן א דריי גוד סטאר וואס פארקויפט די באטטאן לאקס, פארגעסן די נאמען פונעם געשעפט.

Mens Collection

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:58 am
דורך לעכטל
משהלע האט געשריבן:די מאמע זז"ג פלעגט אלע מאל איבערנייען די קנעפלעך גלייך נאכן קויפן.

איר שוקט עס צום מאמען?!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:00 am
דורך אביונה
א ענליכע פראבלעם, די הויזן רייסט זיך אויף פון אינטן, ביים ערשטן כורעים ...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:01 am
דורך נאו נעים
אבי.גערעדט האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:נאופ, איר זענט נישט די איינציגסטע, יאך האב דאס מיט יעדן בעקיטשע, און די חידוש איז אז ס'איז נאר ביי די קנעפלעך וואס מען דארף פארמאכן. בכל אופן כ'האב געקויפט אזא באטן-לאק, און פארטיג, געענדיגט מיט די צונייען קנעפלעך. כ'ווייס נישט די ריכטיגע נאמען דערפאר עס צו זיכן אויף גוגל...


רעדענדיג פון באטן לאַק, זאגט מיר מיין לאקאלע געשעפט אז דער לאַק איז מער נישטא צו באקומען, שלעכטע נייעס אויב עס איז אמת, איינער ווייסט עפעס צו זאגן דערוועגן?

GB פלעגט עס האבן אין פראנט ביי די רעדזיסטער.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:01 am
דורך משהלע
לעכטל האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:די מאמע זז"ג פלעגט אלע מאל איבערנייען די קנעפלעך גלייך נאכן קויפן.

איר שוקט עס צום מאמען?!


ביז די חתונה...

און פון נאכדעם, נו לאמיר נישט רעדן....

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:09 am
דורך לעכטל
משהלע האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:די מאמע זז"ג פלעגט אלע מאל איבערנייען די קנעפלעך גלייך נאכן קויפן.

איר שוקט עס צום מאמען?!


ביז די חתונה...

און פון נאכדעם, נו לאמיר נישט רעדן....

ניין פון דען טאקע רעדט איך, מיין מאמע פלעגט עס אויך צונייען...
וואס טוה איך היינט אבער....

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:50 pm
דורך לעכטל
אפשר קומט מען ארויס מיט א קאמפיין מען זאל נייען דע קנעפלעך אביסל שטערקער?!?!?!
עס קומט זיך נאכן צאלן די געשוואלענע פרייז!!!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:54 pm
דורך programmer
אפשר זאל מען עפענען א פעטישן צו די קלאודינג סטארס

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:56 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
די פראבלעם איז נישט די שוואכע גענייעכץ, נאר די קנעפל אליין, די דינע שארפע אייזן שניידט דורך די פאדים נישט קיין חילוק ווי שטארק מען נייעט עס צו. דער אייצע דערצו איז זיך צו איינהאנדלען קנעפלעך מיט א ברייטע אייזן [כ'האף דערוילעם כאפט וואס איך מיין] און אלע קנעפלעך וועלן בלייבן אויפן פלאץ נישט קיין נפק"מ וויפיל איר וועט עסן וכו'.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 2:01 pm
דורך לעכטל
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:די פראבלעם איז נישט די שוואכע גענייעכץ, נאר די קנעפל אליין, די דינע שארפע אייזן שניידט דורך די פאדים נישט קיין חילוק ווי שטארק מען נייעט עס צו. דער אייצע דערצו איז זיך צו איינהאנדלען קנעפלעך מיט א ברייטע אייזן [כ'האף דערוילעם כאפט וואס איך מיין] און אלע קנעפלעך וועלן בלייבן אויפן פלאץ נישט קיין נפק"מ וויפיל איר וועט עסן וכו'.

זאל זיין ברייטע אייזן, זאל זיין שטערקערע פאדעם,
עפעס זאלן זיי טוהן, עס איז נישט מענטשליך ארויסצוגעבן אזעלעכע בעקיטשע'ס פאר א קאסטימער.
איך האב נישט געהערט אזא זאך ביי אנדערע קליידער,
פשוט מענטשליכקייט!!!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:12 pm
דורך יש בו
חוח בין השושנים האט געשריבן:מיט GB האב איך שוין לאנג נישט געהאט די פראבלעם. אבער כ'געדענק עס גוט פון אמאל.

גא״מ

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:16 pm
דורך נעגלוואסער
דאנק דעם פון אויבן אז ממאכט די קנעפלעך לויז ווייל טאמער קען נישט דער בעקיטשע דערהייבן דעם בייג זאל א קנעפל פליען און נישט די בעקיטשע צורייסן

#כשם_שמברך_על_הטוב

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:23 pm
דורך yoel2124441100
אביונה האט געשריבן:א ענליכע פראבלעם, די הויזן רייסט זיך אויף פון אינטן, ביים ערשטן כורעים ...


געהאט די זעלבּע בּײ GB אז ס׳פלעגט זיך עפענען אלע זײטן,געגאנגען צו Glaubels ,געװען בּעסער אנפאנג ,װערט ערגער די סחורה יעדן טאג

GG- Glauber garbage
GB-Gornisht besser

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:36 pm
דורך א מחי'

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 5:01 pm
דורך nmi
נעגלוואסער האט געשריבן:דאנק דעם פון אויבן אז ממאכט די קנעפלעך לויז ווייל טאמער קען נישט דער בעקיטשע דערהייבן דעם בייג זאל א קנעפל פליען און נישט די בעקיטשע צורייסן

#כשם_שמברך_על_הטוב

אז די בעקיטשע חורייסט זיך איז עס בלויז עגמת נפש מיט אביסל בושות, אבער אז א קנעפל פלאצט קען עס זיין דענדזשרעס, יו נעווער ק'נאו ווי ס'וועט לאנדן. איר פארשטעיט?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:23 pm
דורך יש בו
יש בו האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:מיט GB האב איך שוין לאנג נישט געהאט די פראבלעם. אבער כ'געדענק עס גוט פון אמאל.

גא״מ

כ׳טראכט יעצט ס׳קען זיין פשט, אז ס״ה זייט מיין חתונה קויף איך ביי GB
ממילא פון דעמאלטס נייט דאס ס׳ווייב צו,