יוסי גאלדבערגער גראפיסט "כח היחיד" קאמפיין קעגן טייערע חתונות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 9:06 am

.
צוגעלייגטע
887E341A-DB08-4FCB-9939-769B32828CCC.jpeg
887E341A-DB08-4FCB-9939-769B32828CCC.jpeg (402.53 KiB) געזעהן 1132 מאל
לאור המצב..

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 9:07 am

.
צוגעלייגטע
89720E6F-3B37-4870-B260-9C6DDE5A2B44.jpeg
89720E6F-3B37-4870-B260-9C6DDE5A2B44.jpeg (464.39 KiB) געזעהן 1132 מאל
לאור המצב..

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 9:08 am

אויב באשליסן די אחריאים אז עס גייט טאקע קעגן די תקנות המקום, ביטע פארמעקן און ארויסשרייבן אז גמליאל׳טע איז נישט ווילקאמירט אויפן וועלטל!
לאור המצב..

אוועטאר
קונדיטון
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 9:16 am

;l;p- ;l;p- פאר די צווייטע גמליאל'טע, געהיט אן איטס העד.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 9:23 am

אויב האט איר פראבלעמען מיט גמליאל'טע, דאן איז עס א פערזענליכער פראבלעם. גארנישט מיט חסידות וקדושה.

איינזייטיג
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 12:25 am

כח היחיד אדער א נייע סטאנדארט

תגובהדורך איינזייטיג » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 11:14 am

די כח היחיד קאמפיין לופט שוין א פֿאַר וואכן און מאכט חוזק פון טייערע חתונות, א שטריימל מאכט א הארץ אטאקע, פאר א דימענט רינג גייט מען אין תפיסה, יעצט מאכט ער חוזק פון פרויען מיט א גמליאל'טע, וואס וויל ער דא מען זאל נישט קויפן קיין שטריימל, מען זאל נישט מאכן קיין באווארפן,

חוזק מאכן אז נישט קיין זאך ווען איינער מאכט חוזק פון עפעס וויל ער עפעס,
איך טריי צו פארשטיין וואס די קאמפיין וויל

וויל ער טאקע כח היחיד, א יעדער זאל חתונה מאַכן ווי אזוי ער וויל לויט וויפיל געלט ער האט (אזויווי היכל הקודש ברעסלב) ווער ס'האט א ביסעל געלט וועט חתונה מאַכן אין א זאל ווער עס האט נישט זאל טרעפן א בית מדרש חתונה צו מאכן, א עושר וועט חתונה מאַכן אויף א שיף, אויב וויל ער טאקע כח היחיד פאר וואס קען ער נישט זאגן וואס ער וויל?

אדער ארבעט ער פאר עפעס א נייע סטאנדארט א חתונה מאל, ס'איז דא נאך א שאלה ווער באצאלט פֿאַר די אלע עטס ?
אלץ איד בין איך איינזייטיגע

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 11:25 am

ער אטאקירט דעם מחלה ביים קאפ, סימפל. זייער אסאך מענטשן וואס טוען סיי וואס נאר עבאוו סטאנדארט, [אדער אפילו נישט עבאוו סטאנדארט..] טוען עס נאר משום מה יאמרו הבריות. פארפאלן, אבער א שיינע צודרייטע חתונה איז מעכטיג, און א כנור דוד חתונה איז א לאצי חתונה. א קראנקע וועלט!

קומט יוסי גאלדבערגער און דרייט איבער דעם טעלער! ניין, נישט קיין תקנות.. אז אנדערע קענען זיך נישט ערלויבן.. אשע״כ מיזטי אויך זיך צושטעלן.. ניין. דו מעגסט טוהן וואס ס׳שמעקט דיר, דו ביסט אבער דער געלעכטער פון שטאט! גמליאל!

ער איז א גרעפיקער, ער מאכט אלעס אויף די אייגענע האנט.. ס׳גייט ארויף אויף סטעטוס.. און פון דארט גייט עס סטרעיט צו משפחת גמליאל..
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג דעצמבער 17, 2019 11:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
לאור המצב..

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 11:29 am

מרת גמליאל'טע שתחי'
וועט לדעתי מאכן אסאך א גרעסערע רעוועלוציע ווי די גמליאל

פיינע שריט, ברויך עס נאר מאכן בעסער צוגעפאסט פאר א אויסגאבע אריינצולייגן
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 12:10 pm

ער וויל דיליטען אויסמעקען די כח הרבים ווען עס קומט חתונה צי מאכען
יעדער זאל אליינס באשליסען וואס ער וויל
אין נישט זיין אינטערגעווארפען אינטער די רבים רעזשים
אין פאר דעם ניצט ער פארשידענע אנדערע מהלכים ציגעפאסט פאר יעדעם אנדערש

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 12:31 pm

משהלע האט געשריבן:אויב האט איר פראבלעמען מיט גמליאל'טע, דאן איז עס א פערזענליכער פראבלעם. גארנישט מיט חסידות וקדושה.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 12:33 pm

ניס קראכער האט געשריבן:מרת גמליאל'טע שתחי'
וועט לדעתי מאכן אסאך א גרעסערע רעוועלוציע ווי די גמליאל

פיינע שריט, ברויך עס נאר מאכן בעסער צוגעפאסט פאר א אויסגאבע אריינצולייגן

וואס איז שלעכט מיט דעם? א קארטאן פון א פרוי שוין אויך א פראבלעם?
(ווי זאגט מיר מיין חבר, ס'איז טאקע נאר א קארטאן, אבער דער קארטאן דערמאנט מיך פון מיין שוועגערן וואס הייסט אלס די משפחה ספענדן ווען מ'שטעלט צו א שבע ברכות ווייל ס'פאסט....)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 12:43 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:איך קוק זיך צו מיט וואספארא באגייסטערניש דער עולם נעמט אויף דעם געדאנק פון כח היחיד.
גייט מיר דורך א סקרוך אין מיינע ביינער לאן הגענו...
בעצם איז א כח הרבים פיל פיל שטערקער ווי א כח היחיד. נישט אזוי? זאכען וועס דער יחיד קען נישט אליינס מיט כח הרבים קען מען אויספירען אומצאליגע זאכען. א רבים האט אומבאגרעניצטע כוחות

אבער רבותי....קוקטס ווי סאסייעטי האט אונז געפוטשט. אז אונזערע פראבלעמען קומט גאר פון כח הרבים און די איינציגסטע ישועה איז. צוריק צושטעלן דעם מענטש מיט זיינע כוחות אויפן פלאץ ווי דער בורא עולם האט אים באשאפען.
א רבים איז נאר א הילף ווען סע זענען דא דארט געזונטע יחידים
בעצם דער קאמפיין וויל ראטעווען די חתונה פראבלעם. אבער די סלאגאן כח היחיד גייט שלאגען ווארצלען אסאך טיפער. ומסתפינא ווי סגייט אנקומען

א דעת פון א ''יחיד''

איך פארשטיי דיר נישט,

מיט וואס איז די "כוח היחיד" קאמפיין יחידיש מער ווי די נאמען?

די קאמפיין ווערט געפירט דורוך א רבים, געצילט פאר'ן רבים, געטריבען דורוכ'ן רבים, חתנה תקנות בכלליות קומט פונעם רבים, אא"וו אלעס דא ארום די נושא איז א רבים געפירטע זאך וואס דער רבים וויל אויסלערנען דעם יחיד זאל נישט ווערן פארבלענט פון א צווייטע יחיד, נאר ער זאל גייט מיטען רבים קויפן א ביליגע שטריימעל.

דער יחיד הייבט די סטאנדערט, די רבים שלעפט עס צירוק אראפ.

מען האט א נאמען געגעבן די קאמפיין כוח היחיד דשאסט פאר מארקעטינג סיבות, גארנישט מער פון דעם.

דאן רוף עס כח הרבים......
איך ווייס נישט וואס דיך שטערט פונעם מעסעדש כח היחיד. אבער סאיז קלאר נישט דער זעלבע מעסעדש ווי תקנות.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 12:52 pm

אמר ר' גמליאל
צוגעלייגטע
Gamliel-190.jpg
Gamliel-190.jpg (76.33 KiB) געזעהן 804 מאל

איינזייטיג
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 12:25 am

תגובהדורך איינזייטיג » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 1:18 pm

יוסי גאלדבערגער ארבעט נישט פאר פרי, די עטס און די צייטונגען קאסטן אויך געלט, איינער באצאלט דא געלט!

צו וועמען רעדט מען דא צו 50% מענטשן וואס מאכן חתונה פאר א מינימום מען גייט מיט די תקנות מען מאכט חתונה און כנור דוד אדער אנדערע ביליגע זאלן (וואס זיי קענען נישט באצאלן) פאר זיי איז די כח היחיד אז זיי זאלן חתונה מאַכן אין א בית מדרש נישט קויפן קיין furniture and real jewelry ? פאר זיי דארפסטו נישט חוזק מאכן זיי ווייסן זיי זענען חוזק מען דארף זיי צוזאמען שטעלן געלט, ווען זייערע רב'ס וואלטן ווען געזאגט מען זאל חתונה מאַכן אין בית מדרש וואלטן זיי זיך זייער געפרייעט, ווילסט זיי העלפן קום אויף מיט א ביליגער אפשען,

די עושר גייט ווייטער זיך אויף ראסען מיט א חתונה ער דערשרעק זיך נישט פון קיין לוצונס, ער האט א כח היחידי

פאר ווער ס'וויל זיין א עושר און געלט גייט חוזק מאכן נישט העלפן, וואל און זיינע אויגן איז ער סאך א גרעסער חוזק ווען ער מאכט חתונה ווי די עבריטש
אלץ איד בין איך איינזייטיגע

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 1:25 pm

איינזייטיג האט געשריבן:יוסי גאלדבערגער ארבעט נישט פאר פרי, די עטס און די צייטונגען קאסטן אויך געלט, איינער באצאלט דא געלט!

האסט א טעות
30 פראצענט מאכן חתונה די מינימום
20 פראצענט רייסן זיך אויף
50 פראצענט ליידן אויף די מחלה וואס רופט זיך "יעדער"

און צו די 50 פראצענט רעדט מען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 1:31 pm

לכאו' נישט ממש פאר די אשכול, איך לייג עס דאך דא אריין...
image003.png
image003.png (55.83 KiB) געזעהן 706 מאל

היינטיגע קול הציבור...
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 1:34 pm

ביסט טאקע איינזייטיג, אבער איך מיין אז דא וועסטו יא פארשטיין...

די סיבה פארוואס 90% מאכן חתונה פאר מער ווי זייער טאש ערלויבט, איז ווייל די רבים 'עקספעקט' פון זיי אזוי חתונה צו מאכן. פאר צען יאר צוריק האט קיינער נישט געחלומ'ט פון קויפן א קאוטש, ווייל עס איז נישט געווען עקספעקטעד, איין חתונה מאל האט עס אנגעפאנגן עס 'מיטגעבן' מיט די פעקעדזש (פאר פרי...), און היינט איז עס שוין מער ווייניגער עקספעקטעד אזוי צו טוהן.

עס פאדערט זיך אייזערנע כוחות צו טיהן אנדערש ווי די ציבור עקספעקט. די ציל פון די קאמפיין איז צוויי פאכיג, איינס צו אריינלייגן פייגלעך אין קאפ פון מענטשן אז אפשר דארף איך טאקע נישט עקספעקטן אז 'מען קויפט' דאס און יענץ, און צווייטענס, צו חוזק מאכן פון זיך אליין כדי צו נעמען די כוחות זיך קעגן שטעלן די עקספעקטעישנס פונעם ציבור.

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 1:39 pm

איינזייטיג האט געשריבן:יוסי גאלדבערגער ארבעט נישט פאר פרי, די עטס און די צייטונגען קאסטן אויך געלט, איינער באצאלט דא געלט!

יאסי מאכט נישט דא קיין גרייצער, בנוגע די צייטונגען, געוויסע לייגן אומזינסט און געוויסע האט עמיצער מנדב געווען צוליב די נחיצות הענין.

דאך שאצער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:26 pm

תגובהדורך דאך שאצער » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 1:44 pm

איך קוק עס אן אז פינקט ווי א וואך נאכט קען יעדער טוען וואס ער וויל געבן פיש אדער קיגעל אדער בהמה פליייש
פארוואס ביי חתונה מאכן איז דא א וועג וואס נאר אזוי הייסט חתונה און אויב נישט איז עס נישט קיין חתונה

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 1:57 pm

דאך שאצער האט געשריבן:איך קוק עס אן אז פינקט ווי א וואך נאכט קען יעדער טוען וואס ער וויל געבן פיש אדער קיגעל אדער בהמה פליייש
פארוואס ביי חתונה מאכן איז דא א וועג וואס נאר אזוי הייסט חתונה און אויב נישט איז עס נישט קיין חתונה

ווייל ביי א וואך נאכט ביסטו דער איינציגסטער בעה"ב (דאס ווייב איז דאך א חולה שיש בה סכנה....)
משא"כ ביי א חתונה זענען דא 6 בעלי בתים
1) אבי החתן
2) אם החתן
3) אבי הכלה
4) אם הכלה
5) חתן
6) כלה
אין אזא פאל פעלט זיך אויס צו גיין פון אלע פראנטן אז יעדער זאל טראכטן אויף איין וועג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

איינזייטיג
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 12:25 am

תגובהדורך איינזייטיג » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 2:25 pm

שטיגליץ האט געשריבן:
איינזייטיג האט געשריבן:יוסי גאלדבערגער ארבעט נישט פאר פרי, די עטס און די צייטונגען קאסטן אויך געלט, איינער באצאלט דא געלט!

יאסי מאכט נישט דא קיין גרייצער, בנוגע די צייטונגען, געוויסע לייגן אומזינסט און געוויסע האט עמיצער מנדב געווען צוליב די נחיצות הענין.

איך קען יאסי ער ארבעט נישט 3 וואכן און באצאלט, אײנער באצאלט קען זיין ס'איז דא א מנדב אדער א ביזנעס א חתונה מאל ס'איז זיכער נישט ווי אײנער זאגט דא יאסי לייג אויף סטעטעס און פון דארט גייט עס ווייטער פון זיך אליינס, און וואדע נישט יאסי אויף געשטאנען צופרי און געלייגט סטעטעס
אלץ איד בין איך איינזייטיגע

איינזייטיג
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 12:25 am

תגובהדורך איינזייטיג » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 2:32 pm

מי יודע האט געשריבן:
דאך שאצער האט געשריבן:איך קוק עס אן אז פינקט ווי א וואך נאכט קען יעדער טוען וואס ער וויל געבן פיש אדער קיגעל אדער בהמה פליייש
פארוואס ביי חתונה מאכן איז דא א וועג וואס נאר אזוי הייסט חתונה און אויב נישט איז עס נישט קיין חתונה

ווייל ביי א וואך נאכט ביסטו דער איינציגסטער בעה"ב (דאס ווייב איז דאך א חולה שיש בה סכנה....)
משא"כ ביי א חתונה זענען דא 6 בעלי בתים
1) אבי החתן
2) אם החתן
3) אבי הכלה
4) אם הכלה
5) חתן
6) כלה
אין אזא פאל פעלט זיך אויס צו גיין פון אלע פראנטן אז יעדער זאל טראכטן אויף איין וועג

וואס די ענטפער, חתונה מאַכן מיז האבען א סטענדערט?
אלץ איד בין איך איינזייטיגע

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 2:42 pm

מי יודע האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:מרת גמליאל'טע שתחי'
וועט לדעתי מאכן אסאך א גרעסערע רעוועלוציע ווי די גמליאל

פיינע שריט, ברויך עס נאר מאכן בעסער צוגעפאסט פאר א אויסגאבע אריינצולייגן

וואס איז שלעכט מיט דעם? א קארטאן פון א פרוי שוין אויך א פראבלעם?
(ווי זאגט מיר מיין חבר, ס'איז טאקע נאר א קארטאן, אבער דער קארטאן דערמאנט מיך פון מיין שוועגערן וואס הייסט אלס די משפחה ספענדן ווען מ'שטעלט צו א שבע ברכות ווייל ס'פאסט....)

אין די ״פאליטישע קארטון״ אשכול האבן די מנהלים קלארגעשטעלט אז א קארטון פון א פרוי איז נישט ערלויבט. יענע בילדער באציען זיך און איז פאקטיש א בילד פון א פלונית. גמליאל׳טע איז עפעס וואס איז נישט...

האסט שוין געזעהן ***** פראטעסטירן אויף די פירצה אז ספרים געשעפטן פארקויפן די מלכי יוסעלע בוקס?
לאור המצב..

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

קאמפיין פאר כח היחיד

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 2:45 pm

כח היחיד מעטשינג קאמפיין
עס איז זיכער דא ביים היימישן ציבור א חשבון פון נאנט צו "10 מיליאן דאלער" וואס ווערט געזאמעלט פאר היימישע חתונות
אויב זאל דאס כח היחיד אויפטרייבן מיט א מעטשינג קאמפיין יעצט ווען דער ציבור איז שטארק ווארעם דערפאר, קען לויפן טייער באצאלטע פראפעסיאנאלע עד'ס אין אלע אויסגאבעס ווי בית יעקב אלו הנשים ליינען דאס וואלט געגעבן גאר א שטארקער שטופ פאראויס פאר די הצלחה פינעם כח היחיד קאמפיין

ווער נעמט זיך דערצו?

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 2:48 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:מרת גמליאל'טע שתחי'
וועט לדעתי מאכן אסאך א גרעסערע רעוועלוציע ווי די גמליאל

פיינע שריט, ברויך עס נאר מאכן בעסער צוגעפאסט פאר א אויסגאבע אריינצולייגן

וואס איז שלעכט מיט דעם? א קארטאן פון א פרוי שוין אויך א פראבלעם?
(ווי זאגט מיר מיין חבר, ס'איז טאקע נאר א קארטאן, אבער דער קארטאן דערמאנט מיך פון מיין שוועגערן וואס הייסט אלס די משפחה ספענדן ווען מ'שטעלט צו א שבע ברכות ווייל ס'פאסט....)

אין די ״פאליטישע קארטון״ אשכול האבן די מנהלים קלארגעשטעלט אז א קארטון פון א פרוי איז נישט ערלויבט. יענע בילדער באציען זיך און איז פאקטיש א בילד פון א פלונית. גמליאל׳טע איז עפעס וואס איז נישט...

האסט שוין געזעהן ******** פראטעסטירן אויף די פירצה אז ספרים געשעפטן פארקויפן די מלכי יוסעלע בוקס?

כ'האף ער דרייט זיך נישט דא.....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט