G&G Cashmere coat

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פרייליכען
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

G&G Cashmere coat

תגובהדורך פרייליכען » מיטוואך ינואר 15, 2020 3:49 pm

איך וויל קויפן די G&G קעשמר מאנטל (איך ווייס אז עס האט מיט קעשמיר גארנישט)
איז מיר אנגעפאלן אז ווער זאגט מאנטלעך מיז מען קויפן ביי G&G?
קען איך נישט דען קויפן מאנטלעך ביי א גוי'שע קאמפעני פאר אסאך ביליגער?, און מן הסתם בעסערע סחורה
רעקלעך מיז מען גיין צו זיי, וויבאלד עס איז יודישע מלביש, אבער א מאנטל גייט דאך דעם גוי אויך.

האט איר עפעס עקספיריענס מיט'ן קויפ'ן אזא סארט מאנטל ביי א גוי,שע געשעפט אדער אנליין?

ביטע ענטפערן ווי שנעלער, וויבאלד די G&G סעיל ענדיגט זיך היינט

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 15, 2020 3:53 pm

פרייליכען האט געשריבן:ביטע ענטפערן ווי שנעלער, וויבאלד די G&G סעיל ענדיגט זיך היינט

זיי האבן עקסטענד די סעיל...

לגופו של דבר, ביים גוי וועסטו נאר טרעפן לינקס אויף רעכטס געקנעפלט
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

פרייליכען
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

תגובהדורך פרייליכען » מיטוואך ינואר 15, 2020 4:04 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
פרייליכען האט געשריבן:ביטע ענטפערן ווי שנעלער, וויבאלד די G&G סעיל ענדיגט זיך היינט

זיי האבן עקסטענד די סעיל...

לגופו של דבר, ביים גוי וועסטו נאר טרעפן לינקס אויף רעכטס געקנעפלט

זאגסט עפעס....
ווער איז בעסער G&G אדער GB?
(GB האלט שוין נאכ'ן סעיל)

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 15, 2020 4:08 pm

מיינסט אוודאי צו פרעגן ווער ס'איז ערגער :wink:
ביידע בערך אייניג (מיין עקספיריענס)
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

אביונה
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך ינואר 15, 2020 4:12 pm

כשקונים מגוי, צריך לבדוק משעטנז
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » מיטוואך ינואר 15, 2020 6:57 pm

וואו טרעפט מען אזוינע לאנגע מאנטלען וואס פיטן ארויף אויפן סוט ביים גוי?

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך ינואר 15, 2020 7:16 pm

אביונה האט געשריבן:כשקונים מגוי, צריך לבדוק משעטנז

אויב איז עס 100 קאשמיר לכאורה אין צריך בדיקה. ווייל עס איז נישט קיין צמר רחלים
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:45 pm

לאנג מאנטל

דאס איז נישט קיין קעש-מיער אבער א לאנג מאנטל פון א גויאישע פירמע און יא עס איז פון לינקס אויף רעכטס און מ'קען מסתם טרעפן קעשמיער אויך בפרט און די יודישע נישט היימישע געשעפטן וואו עס ווערט גערופן א שבת מאנטל (קוי''ט בלע''ז) כ'האב עס אמאל געזעהן אויף סעיל פאר $80 און חרטה פארן נישט קויפן דאן

צדיק בן צדיק
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:59 pm

איך האב מיר איינגעהאנדעלט א פאר יאר צוריק אן אזוי געריפענע ׳קעש-מיר׳ מאנטל טאקע פון G&G ווען זיי האבן געהאט א סעיל, און ב״ה זייער צופרידן, עס זעיט אויס באלעבאטיש און דער עיקר עס איז זייער ווארעם.

פארגעס נישט מזכיר צו זיין ווער האט אייך געשיקט, צדיק בן צדיק, ווער ווייסט איך קאן נאך באקומן א שטיקל קאמישאן... :lol: :lol:
״יחי אדוננו מורנו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד״

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך ינואר 15, 2020 11:25 pm

אביונה האט געשריבן:כשקונים מגוי, צריך לבדוק משעטנז


און ביים איד נישט?...

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך ינואר 15, 2020 11:28 pm

איך האב געקויפט און נאך דריי יאהר איז געווען אינגאצן אפגעריבן געשטיפט נאך א יאהר און שוין געהאט לעכער.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך ינואר 15, 2020 11:35 pm

נא_שכל האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:כשקונים מגוי, צריך לבדוק משעטנז

אויב איז עס 100 קאשמיר לכאורה אין צריך בדיקה. ווייל עס איז נישט קיין צמר רחלים

האמיר נאכגעזוכט און איר האט רעכט טאקע
http://www.jerusalemkoshernews.com/2010 ... rt-1-of-3/
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

איבערגעדרייטע בענקל
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:26 pm

איך האב צוויי אזעלעכע קאשמיר מאנטלען איינס פון דזשע ענד דזשי און די צווייטע פון גלויבערס. מיין עקספריענס איז אז עס לוינט זיך נאר צו קויפן אויב ווייסטו פאר דיר אליין אז די קענסט עס וואטשען, יא עס איז גאר א האקעלע קויט און איז נישט געמאכט צו גיין אין א רעגן ,שניי אדער אפילו אויב עס דריזעלט נאר.
עס איז גאר א שיינע שטיקעל און זייער באקוועם און ווארעם.עס לוימט זיך צו קויפן אויב די קענסט עס וואטשען.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

פרייליכען
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

תגובהדורך פרייליכען » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 11:30 pm

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:איך האב צוויי אזעלעכע קאשמיר מאנטלען איינס פון דזשע ענד דזשי און די צווייטע פון גלויבערס. מיין עקספריענס איז אז עס לוינט זיך נאר צו קויפן אויב ווייסטו פאר דיר אליין אז די קענסט עס וואטשען, יא עס איז גאר א האקעלע קויט און איז נישט געמאכט צו גיין אין א רעגן ,שניי אדער אפילו אויב עס דריזעלט נאר.
עס איז גאר א שיינע שטיקעל און זייער באקוועם און ווארעם.עס לוימט זיך צו קויפן אויב די קענסט עס וואטשען.

וועלכע פון די צוויי איז בעסער?

איבערגעדרייטע בענקל
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:22 am

די דזשי ענדזשי איז מער א דיקערע און שווערער מאטריאל. די גלויבערס איז דינער און לייכטער צו טראגן (ביידע וועגן בערך די זעלבע) ווי אויך האט גלויבערס אוועילעבעל אפאר מיני דיזיינס אריינגערעכנט אין גרעי
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט