"זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

להתקשר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:00 am

"זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך להתקשר » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:55 am

קרית טאהש. די באוויסטע חסידישע שטאט, דער תל תלפיות מיט אירע העכער 600 איינוואוינער, און די מוסדות הקדושים, תלמוד תורה, בית חינוך לבנות, ישיבה קטנה, ישיבה גדולה, מתיבתא גבוה, כוללי אברכים וכו' וועלכע שמ'ן אין די גאנצע וועלט מיט אירע הערליכע חסידישע פירות, כולם יעידון שזרע ברך ה' המה להפליא.

לבנות ולכונן. באלד נאכן קריג ווען דער הייליגער רבי זי"ע איז אנגעקומען קיין מאנטריאל תשי"א, האט ער זיך אריינגעווארפן איבערצופלאנצן דאס אידישקייט וואס ער האט געזעהן ביי אבותיו הקדושים זי"ע, אז עס זאל אויפוואקסן ווייטער דורות ישראל וועלכע זאלן אויפשטעלן בתים נאמנים לה' ולתורתו. די ערשטע זאך איז געווען רצון קדשו מייסד צו זיין א שטעטל און ישיבה פאר בחורים.

זכור ימות עולם. מיט נאסטאלגיע געדענקען נאך די עלטערע חסידים, די בראשית יארן פונעם הייליגן שטעטעלע, וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט מיט זיין בלוט און שווייס אויפגעשטעלט. אין א וויסטן מדבר שממה, האט ער אויסגעהאקט א כלי מחזיק ברכה, מייסד געווען א יש מאין, געקלעטערט אויף גראדע ווענט מיט אן אויסטערלישע מסירת נפש אויפצובויען א הערליכע אימפעריע פון תורה און חסידות נאמנים לה' ולתורתו, צו באלייכטן די וועלט מיט איר לויטערקייט.

רחוק מפנינים מכרה. רביה"ק זי"ע האט גענומען דעם שטיינדעלע און איר בקדושה וטהרה געשלייפט פאר איבער 50 יאר בכל נימי נפשו! זיין גאנץ לעבן האט ער אין דעם אריינגעלייגט, דאס איז געווען זיין שווארץ אפל פון אויג! ער האט נישט מסיח דעת געווען פון בויען דעם הייליגן פעסטונג פון תורה וחסידות כל ימי חייו.

שלח לפניהם איש. ברבות הימים, האט דער הייליגער רבי זי"ע איבערגעגעבן דעם טייערן פקדון פאר בנו יקירו ומ"מ להבחל"ח כ"ק רבינו שליט"א, מיט א הייליגער שליחות אז ער זאל איבער נעמען די הנהגה פון צאן עדת מרעיתו און היטן אויף דעם הייליגן פקדון, ער זאל נושא בעול זיין, אז די מוסדות זאלן ווייטער שיינען און בליען ברוחניות ובגשמיות.

כי נח נפשי' דרבי – האט רבינו שליט"א זיך אריין געלייגט אין די הייליגע שליחות פון ממשיך זיין דעם הערליכן שלשלת המוסדות, אלס רועה נאמן לעדת מרעיתו, האט רבינו שליט"א בכל מאמצי נפשו זיכער געמאכט אז די הייליגע מוסדות האבן אלעס וואס עס פעלט זיך אויס צו קענען ווייטער לייכטן און שיינען, ער האט נישט געשפאָרט קיין שום כח און מיה, ער איז ארויסגעפארן אין די וועלט בטירחא דגברא רבא שאפן די אסטראנאמישע סכומים, ווי אויך האט ער געשאפן געוואלדיגע סכומים פון נדבת לבם פון די טויזענטער געסט וועלכע זענען געקומען זיך פראווען במשך די יארן, און אזוי האט ער מצליח געווען צו ערפילן דעם הייליגן שליחות פון כ"ק רביה"ק זי"ע, און קרית טאהש מיט אירע מוסדות הקדושים בליען לשם לתפארת ולתהלה לנחת רוח פונעם מייסד רביה"ק זי"ע.

ויהי בשנה החמישית. דאס יאר, בשעת מען גרייט זיך צום פינפטן יומא דהילולא קדישא, איז דער הייליגער פקדון אין געפאר. די גרעניצן זענען הערמאטיש געשפארט שוין פאר לאנגע חדשים צוליב דעם קאראנע וויירוס, אין יוצא ואין נכנס, די געסט קענען נישט קומען צו פארן, ווי אויך קען רבינו שליט"א נישט ארום פארן אין די וועלט, די הענט זענען געבינדן און עס איז געשאפן געווארן א ריזיגן דעפיציט פון מיליאנען!

וכאן הקריאה יוצאת! רבינו שליט"א האט נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט אויסרופן צו אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר, ווי אויך כלל ישראל רודפי צדקה וחסד, מיט א הארציגע בקשה:

לאזט נישט דעם פקדון פון רביה"ק זי"ע גיין לאיבוד!

לאזט נישט פאלן זיין הייליגע עבודה פון אזוי פיל יאר!

זייט זיך משתתף אין מיין הייליגע שליחות, און ווערט אליין שליחים פון רביה"ק זי"ע!


ידידי ומוקירי טאהש פון איבער די וועלט האבן דערהערט דעם בקשה, און זיך פאראייניגט מיט א געוואלדיגן אחדות צו ברענגען א נחת רוח לנשמתו הטהורה פונעם עמוד צלותהון דישראל רביה"ק זי"ע, צו שאפן די נויטיגע סכומים צו ראטעווען זיין פקדון!

דעריבער טוען מיר דא אפעלירן צו כלל ישראל! טייערע אידן!

נעמט א חלק אין די הייליגע עבוד"ת עבוד"ה פון רביה"ק זי"ע.


דאס איז קיין שום שאלה נישט, אז מה כאן עומד ומשמש, אף שם עומד ומשמש. פונקט אזוי ווי בחיים חיותו איז רבינו הקדוש זי"ע געווען נודע בשערים אין די געוואלדיגע אויסטערלישע עבודת הלוי במסירת נפש למעלה מדרך הטבע, איז עס א דבר פשוט אז ער איז ווייטער חונן ומלוה משמי מעל, און ער וועט זיכער מכיר טובה זיין במדה גדושה פאר די אלע וועלכע וועלן ברענגען א נחת רוח פאר נשמתו הזכה והבהירה, דורכן ארויסהעלפן זיינע מוסדות צו קענען ווייטער אנגיין.

לאמיר נישט דערלייגן דעם איינמאליגן געלעגנהייט.

מיר וועלן זיך אין די יעצטיגע שווערע צייט אנכאפן אין די קלאמקע, און אויסנוצן די מפורש'ע הבטחה וועלכער רביה"ק פלעגט שטענדיג צו חזר'ן פון זקינו הסב"ק זי"ע: כ'האב גע'פועל'ט אין הימל, ווער עס איז אונז מהנה, מוז ביי אונז געהאלפן ווערן".

לאמיר מיט אלע כוחות א טובה טוהן פאר נשמתו הטהורה. און בעזהשי"ת וועט זיין יד שליח כיד משלחו, למען יברכך ה' אלקיך בכל משלח ידיך, וברך את לחמך ואת מימיך והסירותי מחלה מקרבך, און מיר זאלן פועל'ן ישועות ורפואות ביומא דהילולא, וימלא ה' כל משאלות לבנו בזכות הצדיק רבינו משולם פייש בן רבי מרדכי הלוי וצירל זכותו יגן עלינו, אמן

בילד
בילד
בילד

https://www.charidy.com/tosh

צו איבערגעבן הזכרות וואס וועט אי"ה ווערן פארגעליינט ביים ציון קדוש ביומא דהילולא קענט איר רופן:
1-929-529-0222

פועלט אלעס גוטס!

קאנאדישע קאריספעדאנט
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

$5,000,000 טאהשע חסידים וועלן דאס באווייזן

תגובהדורך קאנאדישע קאריספעדאנט » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:53 pm

טאהשע חסידים גרייטן זיך פאר א 36 שעה קאמפיין לטובת די מוסדות.
אידן פון איבער דער גארער וועלט האבן שטענדיג געוויסט ווי זיך צו ווענדן אין צייט פון נויט, טאהשע רבי זי"ע האט פארטיילט שווערע שווערע מיליאנען, ער פלעגט געבן 40/50 טויזענט דאלער פאר סתם צדקה גייער, א מושג וואס איז קיינמאל בעפאר דערהערט געווארן.
ווען מען רעדט פון טאהש צינדט דאס אהן א ווארימקייט ביי סיי וועם
טאהשע חסידים האבן גרויסע שאנסן דאס צו מאכן
צוגעלייגטע
Screenshot_20200812-234655_WhatsAppBusiness.jpg
Screenshot_20200812-234655_WhatsAppBusiness.jpg (660.06 KiB) געזעהן 1807 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24642
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 10:57 am

אידישע קינדער לייגסט צו א פלייצע, יעדער כפי יכלתו.

זכותו הגדול יעמוד לנו ולכל ישראל, ברוחניות ובגשמיות.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
קענדי'ס
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך קענדי'ס » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 4:12 pm

farshlufan האט געשריבן:אידישע קינדער לייגסט צו א פלייצע, יעדער כפי יכלתו.

זכותו הגדול יעמוד לנו ולכל ישראל, ברוחניות ובגשמיות.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 11:36 am

farshlufen האט געשריבן:אידישע קינדער לייגסט צו א פלייצע, יעדער כפי יכלתו.

זכותו הגדול יעמוד לנו ולכל ישראל, ברוחניות ובגשמיות.
צוגעלייגטע
IMG-20200814-WA0010.jpg
IMG-20200814-WA0010.jpg (210.46 KiB) געזעהן 1306 מאל

Car Rental Expert
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:19 pm

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך Car Rental Expert » זונטאג אוגוסט 16, 2020 12:07 am

ווען פאנגט זיך אן די 36 שעה ?

להתקשר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:00 am

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך להתקשר » זונטאג אוגוסט 16, 2020 1:02 am

Car Rental Expert האט געשריבן:ווען פאנגט זיך אן די 36 שעה ?

IMG-20200815-WA0001.jpg
IMG-20200815-WA0001.jpg (109.26 KiB) געזעהן 1219 מאל

מ'קען שוין יעצט ביישטייערן.

איינע פון די חברים דא האט דאס באשריבן צווישן זיינע זכרונות אין דעם פארום פון די פטירה פון רביה"ק מטאהש זי"ע מיטן קעפל ״ביטחון״ איין שטיק ״ביטחון״

קאוד: וועל אויס אלע

[quote="איצל פיצל"]אסאך ווערט גערעדט אז די רבי האט אויפגעשטעלט די שטעטל מיט מסירת נפש. איך וויל דא ארויסברענגן די ענין פון אביסל א אנדערע קוק ווינקל

״ביטחון״ איין שטיק ״ביטחון״

ווי מיר פשוטע מענטשען ניצן דעם ווארט/מיטל בטחון איז געווענליך אין א מצב פון שב ואל תעשה. ד.ה. מ׳איז אין א קלעם אדער סתם א שווערע מצב. איז מען זיך מחזק מיט ״בטחון״ מען פארזיכערט זיך אינעם טאטע׳ן אין הימל און מ׳גלייבט און מ׳טראסט אים אז אלעס איז לטובה אפילו מ׳זעהט נישט אלעמאל די גוט׳ס אין א זאך.

ווי אויך איז דא מענטשען וואס האבן אביסל א גרעסערע דאזע פון בטחון. זיי וועלן עס שוין ניצן אויף למעשה. ווי למשל זיך איינקויפן פאר שבת און יו״ט מיט א רואיג הארץ. אדער ארויסגיין פון וועג צו העלפן א צווייטען יוד. ווייל פארן העלפן א יוד דערלייגט מען נישט. א.א.וו.

לאמיר אבער אריינקלערן וואס האט דא די הייליגע רבי זי״ע געטוהן?!
ווען ער האט אנגעהויבן טוהן פאר די ישיבה.

* איז ער נאך נישט געווען קיין פערציג יאר!!
* ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ישיבה פארדעם. נישט ער, נישט זיין טאטע, נישט זיין זיידע, און נישט זיין עלטער זיידע. אז ער זאל פילען אז ער מיז עפעס איבערפלאנצן!

מ׳זאל זיך נישט טועה זיין. ער האט נישט געוואלט בויען קיין שטעטל!! ער האט נאר געוואלט א ישיבה און אכטצען הייזער פאר די איינגעשטעלטע.

עס איז שפעטער געווארן. - נאכדעם וואס עס איז שוין געווען א ישיבה.  - אז מען דארף זיך פארברייטערן און מ׳דארף מאכן א שטעטל. די רבי האט קודם נישט מסכים געווען. מ׳האט זיך געמוז׳ט מיט אים איינ׳טענה׳ן. ביז ער האט נאכגעגעבן. און דעמאלטס ווי באקאנט האט ער געשיקט ר׳ שלמה יעקב זילבער ע״ה צום מניסטער - וואס ביי אים האט מען געקענט באקומען די רשות - אז ער זאל אים זאגן אז ער דארף עס פאר תורה! האט ר׳ שלמה יעקב זיך פראבירט צו טענה׳ן אז ער וועט קיינמאל נישט לאזען אזוי. מ׳דארף אים זאגן אז מ׳וועט אויך לערנען למודי חול. האט אים די רבי געזאגט ״אויב זאגטסטו דאס, ביסטו נישט מיין שליח!!״ ר׳ שלמה יעקב האט געפאלגט אין דער מניסטער האט נישט נאר געגעבן רשות, נאר באצאלט א גרויס חלק ( אויב נישט די גאנצע) פון די אלע הייזער וואס מ׳האט דעמאלטס געבויעט!!

בקיצור די רבי האט סך הכל געוואלט א ישיבה ווי יודישע קינדער זאלן קענען לערנען תורה מתוך קדישה וטהרה אפגעטיילט פון די שמוציגע גאס.

לאמיר גיין ווייטער:

* ער האט נישט געהאט קיין קאנעקשענס, פארטעקציעס.
* ער האט נישט געהאט קיין סאך חסידים אויף וועם צו פארלאזן זיך.
* ער האט נישט געוואוינט אין א געגנט ווי יודישקייט איז שוין געווען פעסט אראפגעשטעלט ווי ניו יארק. וואס על פי שכל וואלט ער געקענט רואיג גלייבן אז מ׳גייט קומען אפשר צו זיין ישיבה.
* און די עיקר. ער האט נישט געהאט קיין פעני.

וואס האט ער יא געהאט?! וועל איך ענק זאגן!!

״אסאך חובות!!
מיט אסאך מער ״בטחון״
א ריין הארץ פארן הייליגן באשעפער. וואס האט נישט געוואוסט פון עפעס אנדערש. נאר צו טוהן ״אנדערש ווי זיין גוף וויל!!!״

ווען מען וואלט ווען גערעדט פון א ערליכע יוד אבער א גרויסע - גאר א גרויסע - נאר! וואלט די זאך געהאט א פשוטע הסבר.
אבער די רבי איז געווען א חכם מחוכם.  א יוד וואס האט געהאנדעלט זיינע זאכען וואס ער האט געוואלט ערלעדיגן מיט א געוואלדיגע אויסגערעכענטקייט. און אלע ענינים צו זאל עס טאקע זיין די צדקות צו ליגעל פראבלעמען. צו שלום בית וכו׳ וכו׳

ער האט אבער גענומען זיין גאנצע חכמה אין עס אוועקגעלייגט און א זייט.  און זיך געפרעגט. 
״וועט דער אייבירשטער הנאה האבן?״ נו איז געגאנגען!! מאך מער א ישיבה.

מען האט אים אמאל געטראגן צום סקווירא רבי׳ן זי״ע אז ער זאל אים פרובירן אפצורעדן פון בויען דעם שטעטל. האט אים דער סקווירא רבי מסביר געווען מיט וואספארא שוועריקייטן דאס איז פארבינדן. האט ער געפרעגט דעם סקווירא רבי׳ן אינמיטן דעם שמועס, למעשה יעצט אז ער האט שוין דעם שטעטל, צו דער אייבירשטער האט הנאה האט אים די סקווירא רבי געזאגט אז יא. אבער האט ווייטער מסביר געווען אז ווען ער ווייסט ווען מיט וואס דאס איז פארבינדן ווער ווייסט צו ער וואלט זיך אריינגעלאזט דערינען וכו׳ וכו׳ . ווען מען איז פין דארט ארויס האבן די גבאים געפרעגט דעם רבי׳ן צו ער האט געהערט וואס די סקווירא רבי האט געזאגט. האט ער געענפערט אודאי! ״אז דער אייבירשטער האט הנאה!!״ דאס אלעס איז וואס ער האט ארויס גענומען פון דעם שמועס. עס איז אפילו נישט געווען וואס צו רעדן. ער האט נאר באקומען מער חיזוק אנצוגיין מיט די פלענער.

נו שוין גיימער א טריט ווייטער.
לאמיר שוין זאגן אז ער האט יא געהאט עפעס א גשמיות׳דיגע חשבון אז זיין ישיבה וועט זיך יא אויסארבייטן. און אויף דעם האט ער געבויעט זיין גאנצע חלום.

שטעלט אייך פאר לייגט אייך אריין אין דעם מצב. וואספארא בילדונג בויעט אזא מענטש. א נארמאלע מענטש בויעט קודם א קליינע זאך און טאמער וועט זיך עס טאקע אויסארבייטן וועט מען אי״ה בויען אזוי ווי עס דארף צו זיין.
יא יא. דאס איז אלעס ווען מען מאכט גשמיות׳דיגע חשבונות. אבער נישט ווען די גאנצע חלום/מציאות שטייט אויף א משונה׳דיגע אווערדאז פון ביטחון. פון א יוד וואס, וואס שווערער עס קומט אן איז עס א סימן אז מען צוקלאפט יעצט די יצר הרע אין די אייבערשטער האט מער א נחת רוח!!

די רבי האט געבויעט א בילדונג וואס איך בין זיכער אז די שכינים דארט יענע צייט, די פארמער׳ס, האבן געמיינט אז מען בויעט א עירפארט... עס האט געהאט פלאץ פאר באלד 340 בחורים צו שלאפן!
די ביהמ״ד אליין איז געווען 3000 סקווער פיס!
פארגעסט נישט.  מיט גשמיות׳דיגע אויגן האט ער געבויעט פאר א חלום!! עס האט נישט געהאט קיין בעקינג פון קיין שום מציאות!! ווי אויבן דערמאנט. סיי נישט קיין געלט און אפילו עס וועט זיך בויען ווער זאגט אז ער וועט האבן וועם אריינצולייגן דארט.

ער האט נישט געבויעט א פשוטע בנין פון האלץ. עס איז געווען א פראכט פון א זאך. ספעציעל אז מען רעדט פון באלד 55 יאר צוריק.

אלע זיינע מענטשען ארום אים, זיינע געטרייעסטע משמשים האבן זיך געבעטן ביי אים ער זאל עס נישט טוהן. מען האט אבער גערעדט צו די וואנט. ווייל זיי האבן גערעדט פון א דרך הטבע׳דיגע קוק ווינקל. די רבי האט געהאט אנדערע ברילן אינגאנצן. ער האט נאר געזעהן ״רצון ה׳״
ווען מען האט אים פארגעהאלטן פארוואס ער בויעט אזוי גרויס, האט ער געענפערט. ״עס וועט נאך זיין קליין״ אויך האט ער דעמאלטס געזאגט. ״ווען עס וועט זיין פיל וועל איך אפשר האבן א מנין פון מיינע מענטשען״ ווער עס האט אים געקענט. ער האט נישט געמיינט ״זיינע חסידים״ ער האט געמיינט ״די וואס דינען דעם אייבערשטן אזויווי ער פארלאנגט״.

עס איז נישט מעגליך צו באגרייפן וויפיל שוועריקייטן און שטרויכלינגען ער איז אריבער געגאנגען. אבער גארנישט האט אים נישט אפגעהאלטן! ווייל דער אייבירשטער גייט הנאה האבן!

צו פארשטיין אביסל וויאזוי דער המון עם האט עס אנגעקוקט, וועל איך פארציילן וואס כ׳האב אמאל געהערט. (איך ווייס נישט צו ס׳איז אמת. אבער אז מען פארציילט עס ווארפט עס א ליכט וויאזוי דער עולם האט עס אנגעקוקט. )
פארציילט יענער אזוי:
עס איז דא א יוד אין מאנטריאל וואס טרעט נישט איבער די שוועל פון טאהש. פארוואס? ווייל ווען עס האט געהאנגען מודעות אז עס גייט זיין אן אבן הפינה. טאהש׳ער רבי בויעט א ישיבה איז דער יוד ארום געגאנגען און אזוי געטריבען לצנות פון די גאנצע זאך. אז ווען עס איז געווארן א ריעליטי. קען ער זיך נישט נעמען די מוט אהין צוגיין.

בקיצור. ווען די זאך איז שוין געווען טאקע פארטיג. איז די רבי געגאנגען און צוזאמגעשלעפט די בעסטע סטעף וואס שייך. ער האט געצאלט דריי מאל די פרייז צו ברענגען תלמידי חכמים פון ארץ ישראל אלס מגידי שיעורים.
ווען א מענטש מאכט א נייע ישיבה דארף ער דאך האבן עפעס א באקאנטע נאמען וואס זאל פוגורירען. אז מענטשען זאלן שיקן זייערע קינדער. אבער נישט די רבי. ער האט געזיכט אזעלעכע מגידי שעורים וואס וואס וועלן זיין די מערסטע איבערגעגעבן פאר די בחורים וואס שייך.
וואלט מען געקענט טראכטן אז זיין ציל איז געווען זיך מאכן חסידים.
ער האט כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט די ישיבה ער האט נישט גענומען פאר זיך קיין ראלע אין די ישיבה.
(חוץ איין זמן ווען איין מגיד שיעור האט נישט געקענט קומען פאר א זמן. האט ער זיך אפ גערעדט פאר׳ן רבי׳ן אז ער האט מורא אז ער וועט פארלירן זיין פאסטען ווייל מען וועט נעמען א צווייטען אויף זיין פלאץ. האט דעמאלטס די רבי גענומען אויף זיך צו זיין מגיד שיעור אויף יענעם זמן. ער פלעגט קענען פאר לערנען פאר שעות אריכות.)

מיט דעם וואס די רבי האט אויפגעבויעט די ישיבה איז ער געווארן א ״משל״ פאר בטחון. ווען איינער וויל דעסקרייבען פאר איינעם וואס עס מיינט ביטחון קען מען אנווייזען אויפ׳ן הייליגן רבי׳ן זי״ע.

ער איז אמאל אריין צו הייליגן סאטמאר רב זי״ע און די סאטמאר רבי האט אים געפרעגט וויאזוי ער האט באוויזען צו בויען דעם שטעטל. - ער האט דאך אויך זייער שטארק געוואלט בויען א שטעטל - האט אים די רבי געענפערט מיט ״בטחון!! ״  עס האט זייער פארדראסן פאר סאטמאר רבי זי״ע פארוואס די רבי ענפערט אים נישט געהעריג. ווען די רבי איז ארויס האט מען ערקלערט פאר׳ן סאטמאר רבי׳ן אז ער מיינט עס אמת׳דיג. אין ר׳ שמואל קרויס זז״ג פון ק״י וואס איז אנוועזענד געווען האט פארגעהאלטן דעם רבי׳ן פארוואס ער האט נישט געהעריג געענפערט פאר׳ן סאטמאר רבי׳ן. האט ער געענפערט מיט א פלאקער ״ איך זאג דיר צו! איך האב נישט געהאט קיין אנדערע פלאן!! ״

אין תשל״ז איז די ישיבה געווען אין זייער א שווערע מצב און עס האט שוין געהאלטן ביי דעם אז די באנק איז שוין דארט געווען מיט די טראקס אויסצוליידיגן דאס פלאץ. די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט ר׳ יצחק שטערן (די מנהל און וויזניץ גיבערס. ער איז דעמאלטס געווען מנהל אין טאהש) און די רבי האט אים געזאגט. ״זיי וועלען עס קיינמאל נישט קענען אוועק נעמען!! איך האב עס געבויעט פארן אייבירשטען!!
און ווען למעשה איז די ישועה טאקע געקומען איינער האט באצאלט. איז מען געקומען לויפן פארציילן מיט איין שמחה פארן רבין.  - האב איך געהערט פון מער ווי איינעם וואס איז דארט געווען - מ׳האט נישט אנגעזעהן אויפן רבין קיין שום עקסטערע עקסייטמענט. ווי כאילו עס קומט אזוי. ער איז בכלל נישט געווארן איבערגענומען!

טייערע יודן. דאס איז נישט קיין מופת אדער אן עובדה. דאס,  און טאקע דאס. איז געווען דער הייליגן רבי!!
איין שטיק בטחון!! איין שטיק רצון ה׳!! און טאקע מיט א משונה׳דיגע מסירת נפש!![/quote]
לעצט פאראכטן דורך להתקשר אום זונטאג אוגוסט 16, 2020 1:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך קאץ און מויז » זונטאג אוגוסט 16, 2020 1:08 am

איז אמת אז די גאול איז 5 מיליאן?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24642
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:25 am

די גאול איז לעשות רצון ה' א ווי דער צדיק האט שטענדיג פארלאנגט פון אונז.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:45 am

קאץ און מויז האט געשריבן:איז אמת אז די גאול איז 5 מיליאן?

קליין געלט פאר טאהש, מען ווישט און מען וואשט און מען האלט ביי די נאמבער'ס... אויב איז נאך דא דארט די עשירים וואס פלעגן אזוי געבן בחיוו פינעם רעבין...
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » זונטאג אוגוסט 16, 2020 12:13 pm

דערפרייט דאס הארץ, אז ס'דא א געלעגנהייט, עפעס צוריק צו געבן פארן צדיק, עפעס וואס ער וועט שטענדיג מכיר טובה זיין, כידוע על מה שמסרו נפשם בחייהם, ממשיכים לעשות אחר פטירתם, ורביה"ק זיע"א מסר נפשו על המוסדות הק' בכל מאודו (תרתי משמע), ובוודאי יגן ויתפלל בעד כל התורמים להצלת המוסדות.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

קאנאדישע קאריספעדאנט
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך קאנאדישע קאריספעדאנט » זונטאג אוגוסט 16, 2020 6:50 pm

קאמפיין איז לעבעדיג

http://Charidy.com/Tosh

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:02 pm

לאור פונעם קאמפיין ברענג איך דא וואס כ׳האב געשריבן אפאר יאר צוריק ווען די רבי איז נסתלק געווארן.
להתקשר האט עס געברענגט אבער אזוי וועט מען עס קענען בעסער ליינען
איצל פיצל האט געשריבן:אסאך ווערט גערעדט אז די רבי האט אויפגעשטעלט די שטעטל מיט מסירת נפש. איך וויל דא ארויסברענגן די ענין פון אביסל א אנדערע קוק ווינקל

״ביטחון״ איין שטיק ״ביטחון״

ווי מיר פשוטע מענטשען ניצן דעם ווארט/מיטל בטחון איז געווענליך אין א מצב פון שב ואל תעשה. ד.ה. מ׳איז אין א קלעם אדער סתם א שווערע מצב. איז מען זיך מחזק מיט ״בטחון״ מען פארזיכערט זיך אינעם טאטע׳ן אין הימל און מ׳גלייבט און מ׳טראסט אים אז אלעס איז לטובה אפילו מ׳זעהט נישט אלעמאל די גוט׳ס אין א זאך.

ווי אויך איז דא מענטשען וואס האבן אביסל א גרעסערע דאזע פון בטחון. זיי וועלן עס שוין ניצן אויף למעשה. ווי למשל זיך איינקויפן פאר שבת און יו״ט מיט א רואיג הארץ. אדער ארויסגיין פון וועג צו העלפן א צווייטען יוד. ווייל פארן העלפן א יוד דערלייגט מען נישט. א.א.וו.

לאמיר אבער אריינקלערן וואס האט דא די הייליגע רבי זי״ע געטוהן?!
ווען ער האט אנגעהויבן טוהן פאר די ישיבה.

* איז ער נאך נישט געווען קיין פערציג יאר!!
* ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ישיבה פארדעם. נישט ער, נישט זיין טאטע, נישט זיין זיידע, און נישט זיין עלטער זיידע. אז ער זאל פילען אז ער מיז עפעס איבערפלאנצן!

מ׳זאל זיך נישט טועה זיין. ער האט נישט געוואלט בויען קיין שטעטל!! ער האט נאר געוואלט א ישיבה און אכטצען הייזער פאר די איינגעשטעלטע.

עס איז שפעטער געווארן. - נאכדעם וואס עס איז שוין געווען א ישיבה. - אז מען דארף זיך פארברייטערן און מ׳דארף מאכן א שטעטל. די רבי האט קודם נישט מסכים געווען. מ׳האט זיך געמוז׳ט מיט אים איינ׳טענה׳ן. ביז ער האט נאכגעגעבן. און דעמאלטס ווי באקאנט האט ער געשיקט ר׳ שלמה יעקב זילבער ע״ה צום מניסטער - וואס ביי אים האט מען געקענט באקומען די רשות - אז ער זאל אים זאגן אז ער דארף עס פאר תורה! האט ר׳ שלמה יעקב זיך פראבירט צו טענה׳ן אז ער וועט קיינמאל נישט לאזען אזוי. מ׳דארף אים זאגן אז מ׳וועט אויך לערנען למודי חול. האט אים די רבי געזאגט ״אויב זאגטסטו דאס, ביסטו נישט מיין שליח!!״ ר׳ שלמה יעקב האט געפאלגט אין דער מניסטער האט נישט נאר געגעבן רשות, נאר באצאלט א גרויס חלק ( אויב נישט די גאנצע) פון די אלע הייזער וואס מ׳האט דעמאלטס געבויעט!!

בקיצור די רבי האט סך הכל געוואלט א ישיבה ווי יודישע קינדער זאלן קענען לערנען תורה מתוך קדישה וטהרה אפגעטיילט פון די שמוציגע גאס.

לאמיר גיין ווייטער:

* ער האט נישט געהאט קיין קאנעקשענס, פארטעקציעס.
* ער האט נישט געהאט קיין סאך חסידים אויף וועם צו פארלאזן זיך.
* ער האט נישט געוואוינט אין א געגנט ווי יודישקייט איז שוין געווען פעסט אראפגעשטעלט ווי ניו יארק. וואס על פי שכל וואלט ער געקענט רואיג גלייבן אז מ׳גייט קומען אפשר צו זיין ישיבה.
* און די עיקר. ער האט נישט געהאט קיין פעני.

וואס האט ער יא געהאט?! וועל איך ענק זאגן!!

״אסאך חובות!!
מיט אסאך מער ״בטחון״
א ריין הארץ פארן הייליגן באשעפער. וואס האט נישט געוואוסט פון עפעס אנדערש. נאר צו טוהן ״אנדערש ווי זיין גוף וויל!!!״

ווען מען וואלט ווען גערעדט פון א ערליכע יוד אבער א גרויסע - גאר א גרויסע - נאר! וואלט די זאך געהאט א פשוטע הסבר.
אבער די רבי איז געווען א חכם מחוכם. א יוד וואס האט געהאנדעלט זיינע זאכען וואס ער האט געוואלט ערלעדיגן מיט א געוואלדיגע אויסגערעכענטקייט. און אלע ענינים צו זאל עס טאקע זיין די צדקות צו ליגעל פראבלעמען. צו שלום בית וכו׳ וכו׳

ער האט אבער גענומען זיין גאנצע חכמה אין עס אוועקגעלייגט און א זייט. און זיך געפרעגט.
״וועט דער אייבירשטער הנאה האבן?״ נו איז געגאנגען!! מאך מער א ישיבה.

מען האט אים אמאל געטראגן צום סקווירא רבי׳ן זי״ע אז ער זאל אים פרובירן אפצורעדן פון בויען דעם שטעטל. האט אים דער סקווירא רבי מסביר געווען מיט וואספארא שוועריקייטן דאס איז פארבינדן. האט ער געפרעגט דעם סקווירא רבי׳ן אינמיטן דעם שמועס, למעשה יעצט אז ער האט שוין דעם שטעטל, צו דער אייבירשטער האט הנאה האט אים די סקווירא רבי געזאגט אז יא. אבער האט ווייטער מסביר געווען אז ווען ער ווייסט ווען מיט וואס דאס איז פארבינדן ווער ווייסט צו ער וואלט זיך אריינגעלאזט דערינען וכו׳ וכו׳ . ווען מען איז פין דארט ארויס האבן די גבאים געפרעגט דעם רבי׳ן צו ער האט געהערט וואס די סקווירא רבי האט געזאגט. האט ער געענפערט אודאי! ״אז דער אייבירשטער האט הנאה!!״ דאס אלעס איז וואס ער האט ארויס גענומען פון דעם שמועס. עס איז אפילו נישט געווען וואס צו רעדן. ער האט נאר באקומען מער חיזוק אנצוגיין מיט די פלענער.

נו שוין גיימער א טריט ווייטער.
לאמיר שוין זאגן אז ער האט יא געהאט עפעס א גשמיות׳דיגע חשבון אז זיין ישיבה וועט זיך יא אויסארבייטן. און אויף דעם האט ער געבויעט זיין גאנצע חלום.

שטעלט אייך פאר לייגט אייך אריין אין דעם מצב. וואספארא בילדונג בויעט אזא מענטש. א נארמאלע מענטש בויעט קודם א קליינע זאך און טאמער וועט זיך עס טאקע אויסארבייטן וועט מען אי״ה בויען אזוי ווי עס דארף צו זיין.
יא יא. דאס איז אלעס ווען מען מאכט גשמיות׳דיגע חשבונות. אבער נישט ווען די גאנצע חלום/מציאות שטייט אויף א משונה׳דיגע אווערדאז פון ביטחון. פון א יוד וואס, וואס שווערער עס קומט אן איז עס א סימן אז מען צוקלאפט יעצט די יצר הרע אין די אייבערשטער האט מער א נחת רוח!!

די רבי האט געבויעט א בילדונג וואס איך בין זיכער אז די שכינים דארט יענע צייט, די פארמער׳ס, האבן געמיינט אז מען בויעט א עירפארט... עס האט געהאט פלאץ פאר באלד 340 בחורים צו שלאפן!
די ביהמ״ד אליין איז געווען 3000 סקווער פיס!
פארגעסט נישט. מיט גשמיות׳דיגע אויגן האט ער געבויעט פאר א חלום!! עס האט נישט געהאט קיין בעקינג פון קיין שום מציאות!! ווי אויבן דערמאנט. סיי נישט קיין געלט און אפילו עס וועט זיך בויען ווער זאגט אז ער וועט האבן וועם אריינצולייגן דארט.

ער האט נישט געבויעט א פשוטע בנין פון האלץ. עס איז געווען א פראכט פון א זאך. ספעציעל אז מען רעדט פון באלד 55 יאר צוריק.

אלע זיינע מענטשען ארום אים, זיינע געטרייעסטע משמשים האבן זיך געבעטן ביי אים ער זאל עס נישט טוהן. מען האט אבער גערעדט צו די וואנט. ווייל זיי האבן גערעדט פון א דרך הטבע׳דיגע קוק ווינקל. די רבי האט געהאט אנדערע ברילן אינגאנצן. ער האט נאר געזעהן ״רצון ה׳״
ווען מען האט אים פארגעהאלטן פארוואס ער בויעט אזוי גרויס, האט ער געענפערט. ״עס וועט נאך זיין קליין״ אויך האט ער דעמאלטס געזאגט. ״ווען עס וועט זיין פיל וועל איך אפשר האבן א מנין פון מיינע מענטשען״ ווער עס האט אים געקענט. ער האט נישט געמיינט ״זיינע חסידים״ ער האט געמיינט ״די וואס דינען דעם אייבערשטן אזויווי ער פארלאנגט״.

עס איז נישט מעגליך צו באגרייפן וויפיל שוועריקייטן און שטרויכלינגען ער איז אריבער געגאנגען. אבער גארנישט האט אים נישט אפגעהאלטן! ווייל דער אייבירשטער גייט הנאה האבן!

צו פארשטיין אביסל וויאזוי דער המון עם האט עס אנגעקוקט, וועל איך פארציילן וואס כ׳האב אמאל געהערט. (איך ווייס נישט צו ס׳איז אמת. אבער אז מען פארציילט עס ווארפט עס א ליכט וויאזוי דער עולם האט עס אנגעקוקט. )
פארציילט יענער אזוי:
עס איז דא א יוד אין מאנטריאל וואס טרעט נישט איבער די שוועל פון טאהש. פארוואס? ווייל ווען עס האט געהאנגען מודעות אז עס גייט זיין אן אבן הפינה. טאהש׳ער רבי בויעט א ישיבה איז דער יוד ארום געגאנגען און אזוי געטריבען לצנות פון די גאנצע זאך. אז ווען עס איז געווארן א ריעליטי. קען ער זיך נישט נעמען די מוט אהין צוגיין.

בקיצור. ווען די זאך איז שוין געווען טאקע פארטיג. איז די רבי געגאנגען און צוזאמגעשלעפט די בעסטע סטעף וואס שייך. ער האט געצאלט דריי מאל די פרייז צו ברענגען תלמידי חכמים פון ארץ ישראל אלס מגידי שיעורים.
ווען א מענטש מאכט א נייע ישיבה דארף ער דאך האבן עפעס א באקאנטע נאמען וואס זאל פוגורירען. אז מענטשען זאלן שיקן זייערע קינדער. אבער נישט די רבי. ער האט געזיכט אזעלעכע מגידי שעורים וואס וואס וועלן זיין די מערסטע איבערגעגעבן פאר די בחורים וואס שייך.
וואלט מען געקענט טראכטן אז זיין ציל איז געווען זיך מאכן חסידים.
ער האט כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט די ישיבה ער האט נישט גענומען פאר זיך קיין ראלע אין די ישיבה.
(חוץ איין זמן ווען איין מגיד שיעור האט נישט געקענט קומען פאר א זמן. האט ער זיך אפ גערעדט פאר׳ן רבי׳ן אז ער האט מורא אז ער וועט פארלירן זיין פאסטען ווייל מען וועט נעמען א צווייטען אויף זיין פלאץ. האט דעמאלטס די רבי גענומען אויף זיך צו זיין מגיד שיעור אויף יענעם זמן. ער פלעגט קענען פאר לערנען פאר שעות אריכות.)

מיט דעם וואס די רבי האט אויפגעבויעט די ישיבה איז ער געווארן א ״משל״ פאר בטחון. ווען איינער וויל דעסקרייבען פאר איינעם וואס עס מיינט ביטחון קען מען אנווייזען אויפ׳ן הייליגן רבי׳ן זי״ע.

ער איז אמאל אריין צו הייליגן סאטמאר רב זי״ע און די סאטמאר רבי האט אים געפרעגט וויאזוי ער האט באוויזען צו בויען דעם שטעטל. - ער האט דאך אויך זייער שטארק געוואלט בויען א שטעטל - האט אים די רבי געענפערט מיט ״בטחון!! ״ עס האט זייער פארדראסן פאר סאטמאר רבי זי״ע פארוואס די רבי ענפערט אים נישט געהעריג. ווען די רבי איז ארויס האט מען ערקלערט פאר׳ן סאטמאר רבי׳ן אז ער מיינט עס אמת׳דיג. אין ר׳ שמואל קרויס זז״ג פון ק״י וואס איז אנוועזענד געווען האט פארגעהאלטן דעם רבי׳ן פארוואס ער האט נישט געהעריג געענפערט פאר׳ן סאטמאר רבי׳ן. האט ער געענפערט מיט א פלאקער ״ איך זאג דיר צו! איך האב נישט געהאט קיין אנדערע פלאן!! ״

אין תשל״ז איז די ישיבה געווען אין זייער א שווערע מצב און עס האט שוין געהאלטן ביי דעם אז די באנק איז שוין דארט געווען מיט די טראקס אויסצוליידיגן דאס פלאץ. די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט ר׳ יצחק שטערן (די מנהל און וויזניץ גיבערס. ער איז דעמאלטס געווען מנהל אין טאהש) און די רבי האט אים געזאגט. ״זיי וועלען עס קיינמאל נישט קענען אוועק נעמען!! איך האב עס געבויעט פארן אייבירשטען!!
און ווען למעשה איז די ישועה טאקע געקומען איינער האט באצאלט. איז מען געקומען לויפן פארציילן מיט איין שמחה פארן רבין. - האב איך געהערט פון מער ווי איינעם וואס איז דארט געווען - מ׳האט נישט אנגעזעהן אויפן רבין קיין שום עקסטערע עקסייטמענט. ווי כאילו עס קומט אזוי. ער איז בכלל נישט געווארן איבערגענומען!

טייערע יודן. דאס איז נישט קיין מופת אדער אן עובדה. דאס, און טאקע דאס. איז געווען דער הייליגן רבי!!
איין שטיק בטחון!! איין שטיק רצון ה׳!! און טאקע מיט א משונה׳דיגע מסירת נפש!!


איר קענט יעצט האבן א חלק אין די מסירת נפש. עס איז היינט א צייט וואס מענטשן גיבן געלט פאר אלע מיני סגולות און מיט די געלט נעמט מען א זכות אין דעם וואס אנדערע אידן טוהן א געוויסע זאך.
לאזט נישט ארויס דעם געלעגענהייט צו זיין א חלק פון אזא זעלטן סארט בטחון א זעלטן סארט מסירת נפש. די זכות וועט אייך אודאי ביישטיין.

אשריכם ישראל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2020 3:02 am

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך אשריכם ישראל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:01 am

יעצט געגעבן לעילו נשמת די גרויסע צדיק הדור! צדיק הדורות די הייליגע רבי זצוק"ל אוי ווי עס בענקט נאך די ליכטיגע זמנים... זאל ער זיין א גוטע בעטער פאר גאנץ כלל ישראל ובפרט לחסידי טאהש ולבנו ממלא מקום אדמו"ר מטאהש שליט"א

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך משה צימערינג » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:11 am

א גריס אייך פונעם טיש פון בנו מ״מ מרן האדמו״ר מטאהש שליט״א
די רבי האט שטארק געבעטןאז מ׳זאל מחזק זיין די מוסדות
די רבי האט האט אויסגעבעטן כל טיב וטוב פאר אלע חסידים בני (כל המלמד את בן חבירו.....) רבינו הקדוש
געווען ב״ה א שיינער עולם רבנים, חסידים ואנשי מעשה פון טאהש/מאנטריאל
יהי רצון מ׳זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס בהילולות רבינו הקדוש
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

טאהשער תושב
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:56 pm
לאקאציע: קרית טאהש יצ״ו

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך טאהשער תושב » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:19 am

דעם רעבינס טיעם פעיזש

https://www.charidy.com/tosh/50209

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24642
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:54 am

זיך משתתף געווען.

די נשמה זאל האבן אן עלי'.

זכותו יגן עלינו.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
קענדי'ס
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:04 pm

און די זך וישר גליון האב איך געזען די מעשה מיט סאטמער רבי' זי''ע אביסל אנדערש
זך וישר גליון האט געשריבן:ווי דערמאנט אין פרק "בקרב קדושים", איז דער סאטמארער רבי זצ"ל געווען אויף א באזוך אין מאנטריאל ענדע זומער תשכ"ג, אויף שבת פרשת כי תצא, און דער רבי האט מיטגעהאלטן

דעם שבת ביים סאטמארער רבי'ן זצ"ל. נאך שבת האט דער סאטמארער רבי אפגעשטאט א באזוך ביים רבי'ן אין ביהמ"ד אויף דזשינמעס, וואו ס'איז אנוועזנד געווען דעם רבי'נס מקורבים, פארוועם ער האט געזאגט - איידער
דער סאטמארער רבי איז ערשינען - אז ער וועט בעטן א ברכה פאר'ן שטעטל. מ'האט דאך שוין געהאלטן פעסט אינמיטן בויען די ישיבה, האט דער רבי געזוכט צו האבן א ברכה פונעם סאטמארער רבי פאר ווייטערדיגע הצלחה וסיעתא דשמיא. דער רבי האט אראפגעשילדערט זיין גראנדיעזע אונטערנעמונג, און די פלענער ארום. דער סאטמארער רבי האט אויסגעהערט יעדעס ווארט, און דאן רעאגירט "וויפיל געלט האט איר שוין דערפאר, און פון וואו וועט איר שאפן דאס גאנצע געלט?"
דער רבי האט אראפגעלייגט דעם טרוקענעם מציאות, "איך האב נישט קיין געלט". ווען דער סאטמארער רבי האט ווייטער געפרעגט צי ער האט כאטש א שיינעם ציבור וואס וועט צולייגן א פלייצע? האט דער רבי ווייטער
געענטפערט, נישט ספעציעל. "נו, ווי אזוי נעמט איר זיך אונטער צו בויען א שטעטל?" האט דער סאטמארער רבי געפרעגט מיט וואונדער.
דער רבי האט געוויזן מיט'ן האנט אויף ארויף און געזאגט: "מיט אמונה ובטחון". "אבער דאך, מען דארף דאך האבן", האט דער סאטמארער רבי ממשיך געווען דעם שמועס,
אויף וואס דער רבי האט ווידערגעהאלט זיינע ווערטער "איך האב אמונה ובטחון אז דער אויבערשטער וועט מיר העלפן. דער אויבערשטער דארף עס און ער וועט מיר העלפן".
דער באזוך איז אריבער זייער געהויבן פאר א לענגערער וויילע, ווען דערנאך באגלייט דער רבי ארויס דעם סאטמארער רבי ביז אינדרויסן.
ביים אריינקומען צוריק אין שטוב האט איינער פון די מקורבים געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס ער האט טאקע נישט געענטפערט א רעאליסטישער פלאן און צוגאנג ווי אזוי ער וועט האבן דאס געלט צו קענען זען דאס שטעטל אויפגעבויט? דער רבי האט נישט אנגעהויבן באגרייפן יענעמ'ס פראגע. "גלייבטס מיר, איך מיין טאקע אינגאנצען כולו לשם שמים, איך האב געזאגט פונקטליך וואס איך האלט, דאס איז מיין גאנצע כוונה", האט דער רבי ערקלערט.
דעם רבי'נס ווערטער האט איבערגעלאזט ביים סאטמארער רבי'ן א טיפן התפעלות איבער זיינע השגות במדת הבטחון, אבער פארט געקלערט אז ס'איז א רעדע פון רויע פלענער, ס'וועט נישט אזוי שנעל פאסירן אזא פלאן וואס שיינט זייער אומרעאליסטיש.
אייגנטליך איז דער סאטמארער רבי זעלבסט שוין געווען טיף פארמישט אין שאיפת קדשו צו שאפן אן אייגן שטעטל ארויס פון שטאט ניו יארק. פארשידענע אפציעס זענען אראפ פון טיש נאך שנעלער ווי ס'איז ארויף, ער האט פון פערזענליכע ערפארונג זיך איבערצייגט ווי שווער אזא זאך קומט אן אפי' אין ניו יארק, אפגערעדט אין דער ווייטער קאנאדא.

ווען ער האט אבער געהערט אז מ'רעדט שוין פון א יש, ס'איז שוין באלד א פרייליכע מציאות, האט ער באלד נאך שבת, אום זונטאג תבא, געבעטן הרה"ח ר' שלום וואלדמאן ז"ל, ראה"ק אין סאטמארער ביהמ"ד אין מאנטריאל, ער זאל אינאיינעם מיט זיין גבאי הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל, און הרה"ח ר' ישראל זופניק ז"ל, אריבערפארן צום אנגעגעבענעם ארט זען די ווירקליכקייט.
במעמד שלשתן האבן זיי זיך איבערצייגט די ווירקליכע ווארהייט, מ'בויט פעסט, וואס דער סאטמארער רבי האט אויפגענומען מיט א טיפער באוואונדערונג אז דער רבי האט אין אזא קורצער צייט באוויזן צו פארווירקליכן זיין חלום. (דער הייליגער פלאם ח"ב)

https://drive.google.com/file/d/1r1NNIe ... sp=sharing

להתקשר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:00 am

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך להתקשר » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:23 pm

עננו העונה בעת רצון עננו!
יעצט ביומא דהילולא קדישא פון כ"ק הגה"ק מטאהש זי"ע
שיקט אייער קוויטל צום ציון הקדוש אין טאהש, און אייער פדיון צו זיינע מוסדות הק'
די שליחי המוסד וועלן מזכיר זיין אייער קוויטל אויפן ציון!
פארפאסט נישט דעם זעלטענעם געלעגנהייט!
https://www.charidy.com/tosh
1-929-529-0222

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:25 pm

ערשטע מיליאן געגרייכט ב"ה!
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

להתקשר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:00 am

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך להתקשר » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:37 pm

IMG_20200817_142829_075.jpg
IMG_20200817_142829_075.jpg (112.23 KiB) געזעהן 720 מאל

איר קענט אויך אריינטראגען אייער נדבה אין טאהשע ביהמ"ד פון אייער געגענט.

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2104
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:50 pm

שוין געגעבן פאר עפעס א חבר וואס האט זיך דערמאנט מיין נאמען נאכן נישט רעדן פאר פיר-פינף יאר.
...האט זיך די רבי ארומגעדרייט צו ר' יוסל און זיך אנגערופן מיט א שמייכל
"נישט פון מיר לאכן זיי, פון דיר לאכט מען, ווייל דו גייסט אן א מאסק"
(פיקטיווע געשיכטע, באזירט אויף אמת'ע פאקטן)

להתקשר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:00 am

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך להתקשר » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:12 am

חצי המגבית.jpg
חצי המגבית.jpg (455.69 KiB) געזעהן 536 מאל

https://drive.google.com/file/d/1FDEo4Y ... p=drivesdk


טייערע ברודער!
מ'איז בחסד ד' אריבער העלפט פונעם ציל. דערהערט דעם רוף פונעם טאהש'ן רבי'ן שליט"א, ער זאל קענען פירן ווייטער די הייליגע מוסדות וואס זיין הייליגע טאטע רביה"ק מטאהש זי"ע האט אויפגעבויט מיט מסירת נפש פאר'ן הייליגען באשעפער'ס וועגן.

לאמיר אלע העלפן גרייכן דעם אנדערן העלפט וואס דאס וועט אי"ה אראפשטעלן א פעסטע יסוד צו אנהאלטן די הייליגע עבודה פונעם הייליגען צדיק פאר די קומענדיגע דורות. זאל די פארשפארטע קאנאדישע גרענעצן נישט זיין קיין סיבה אז די חינוך הבנים והבנות אין דעם קרי' הקדושה זאל חלילה פארשווערט ווערן.

דער הייליגער טאהשע רבי זי"ע וואס האט אזויפיל אוועקגעגעבן פון זיך פאר אידן'ס וועגן, האט זיכער א כח צו משפיע זיין אלע ברכות פון הימל דאס וואס ער האט געוואונטשן בעלמא הדין פאר די וואס האבן צוגעלייגט א פלייצע פאר זיינע מוסדות.

צו איבערגעבן אייער נדבה קליקט:
https://www.charidy.com/tosh

אדער רופט:
1-929-529-0222

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:55 pm

55% פון נדבות זענען אויפן רעבינס טיעם פעידש.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
קענדי'ס
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: "זך וישר" קאמפיין לטובת מוסדות הק' בקרית טאהש - ז"ך אב תש"פ

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:43 pm

Neilah.jpg
Neilah.jpg (243.86 KiB) געזעהן 422 מאל


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט