בלאט 1 פון 58

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2009 4:36 pm
דורך קרעמער
איך זוך צו קויפן א אפיס דעסק

איך האב נאכנישט פרובירט צו זוכן אין די לאקאלע געשעפטן, אויב ס'איז בכלל דא אזא זאך, אויך האב איך נאכנישט פרובירט צו זוכן אנליין.

מיין פראגע איז וויאזוי זיי גייען מיר עס דעליווערן? גייט עס קומען איין גרויסע שטיק? צושניטן אויף שטיקער? איז בכלל מעגליך צו באשטעלן אזא זאך אן-ליין?

אויך אויב איינער קען מיר צוצייגן ביליגע סייטס איינצוהאנדלן אזא טישל, וועל איך שטארק דאנקבאר זיין.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2009 4:46 pm
דורך כולל יונגערמאן
איך האב מיר לעצטענס איינגעהאנדעלט ביי סטעיפעלס 2 אפיס דעסקס, איטש פאר 200 דאללער בערך, זיי האבן עס דעליווערט צושטיקעלט אין מיליאן פיסעס, איך האב ניטאמאל געקענט נאך דעמאלט פרעגן אין קרעטשמע ווייל איך טייפ יעצט אויף דעם דעסק, קויפן די 2 דעסקס איז געווען די מיטל צו קענען קויפן די קאמפיוטער וואס איך טייפ יעצט און עס ארויפלייגן אויף דעם דעסק ווי עס ליגט יעצט, אין טייפן אין דעם קרעטשמע וואס דו ליינסט יעצט?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2009 6:05 pm
דורך קרעמער
הכלל, זאגסטו אז ביי סטעיפלס קען איך טרעפן ביליגע דעסקס און עס קומט אן צושטיקלט אבער מען קען עס אליינס צוזאמשטעלן.

האב איך גוט פארשטאנען?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2009 6:06 pm
דורך כולל יונגערמאן
פאר מיר האט עס געקאסט 200 קען זיין אז דו קענסט ערגעץ טרעפן ביליגער

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2009 11:15 am
דורך סתם_אזוי
סטעיפלס איז באוויסט מיט זייער שוואכע קוואליטי. איך האב מיר שוין מער וואו איינמאל אפגעבריט פון זיי. (און איך גיי ווייטער צו זיי......) זיי זענען נישט ספעשיל ביליג. מען קען טרעפן ערגעץ אנדערש ביליגער.

ביידעוועי. סטעיפלס האט א אפשין אז זיי קענען אריבערקומען עס צאמשטעלן ביי דיר אינדערהיים. (פאר אן אפצאל פארשטייט זיך.)

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2009 11:31 am
דורך וויכטיג מאכער
קרעמער, ס'פעילט נישט קיין יודישע אפיס סופליי'ס ביזנעסער, ס'דא ב"ה גענוג, און ס'דא גענוג וואס מוטשענען זיך..

איינס ווייסעך אויסעווייניג, און דאס איז קאורט סט. אפיס סופליי'ס.. (איך קען דיר געבן א נומבער פון א היימישע סעילסמען פון זיי.. אין אישית, שטייצעך) ווער ס'ווייסט פון אנדערע זאל ביטע זאגן..

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2009 1:16 pm
דורך קרעמער
איך וועל דיר זאגען דעם אמת, איך ציטער אז עס וועט מיר קאסטן די הויזן.

ביי סטעיפלס זעה איך פאר אזוי ביליג ווי 179 א הערליכע שטיקל (הגם, די חברה שרייבן דארט אז עס האט זיי גענומען א גוטע פאר שעה דאס צוזאמצושטעלן, און איך ציטער אז ביי מיר וועט עס נעמען א טאג צוויי).

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2009 1:36 pm
דורך קבל את האמת
פאר אלע אייערע אפיס סופלייס
קענט איר רופן א היימישער אינגערמאן פיינע סערוויס פיינע פרייזען
SILVER OFFICE SUPPLIES 718 599-1809

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2009 2:01 pm
דורך קרעמער
סופלייס מיינט דעסקס אויך? אדער נאר טאונערס וכדומה.

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2009 2:42 pm
דורך איך_הער
געווענליך, דעסק'ס אויך.

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2009 4:09 pm
דורך גרויזאמער
יא, סטעיפלס איז די בעסטע פאר די זאכן, חוץ דעם וואס זייער אייגענער דעליווערי סיסטעם איז איינס אין דער וועלט. דו קענסט ביי זיי באקומען הערליכע אפיס פורניטשער (איין שטאפל אונטער "עכטע" שיינע פורניטשער).

וועגן צאמשטעלן איז עס ממש גארנישט, עס איז ווי צאמשטעלן א קינדער בייק. עס קומט מיט פונקטליכע אינסטראציעס, מיט אלע קליינע און גרויסע סקרולס און נאטס. רוב מאל קען עס איינער אליין טון.

סטעיפלס איז דער ערשטער אדרעס פאר היים און קליינע ביזנעס אפיסעס.

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2009 10:05 am
דורך גארנישט
א גוטן.
איך האב 2 סעלפאונס לעצטנס האט איינס זיך צובראכן אין איך וויל נישט קויפן א נייע.
ביי ספרינט ווייל איך וויל מיר נישט צובינדן פאר נאך 2 יאר.
עכ"פ דער עולם לעצטנס טוישט דאך זייער שנעל סעלפאונס און מען בלייבט מיט אסאך אלטע פאונס. איז אפשר קען מיר איינער דא פארקויפן איינע פון זיינע אלטע סעלס.

איך זיך אדער אטריאו אדער בלעקבערי. ווער עס האט אלטע וואס ער יוזט נישט מער און ער איז עס גרייט צו פארקויפן פאר א ביליגע פרייז זאל זיך מעלדן.
דארפ קענען ארבעטן מיט ספרינט.
יישר כח למפרע

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2009 4:35 pm
דורך גארנישט
נא קיינער האט נישט ???
וואו ליגט ענקערע אלטע - נייע בלעקבעריס וואס ענק האבו אויפגעטוישט מיט א נייערע מאדעל? ארויס דערמיט!

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2009 3:00 pm
דורך לוסטיג
יעצט האסטו איינמאל פאר אלעמאל געזעהן............... ווי זאגסטו נאר אייביג???!
גלייב גארנישט
נישטא קיין טעלעפוינס.. ניטשא "גארנישט"

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 4:04 pm
דורך שוועמל
איך זוך צו קויפן א DRYER זאל זיין 24" וואס ארבעט מיט געז.
אלעס וואס איך זעה אין די סייז איז עלעקטריק דרייערס.

ביטע קאמענטירן
דאנקע

נאכאמאל איך רעד פון א "24 דרייער מיט געז.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 6:24 pm
דורך וואדקע
אנטושלדיג שוועמל פארן דיר אומזינסט באלעסטיגען מיט אן "קבלת עידכונים" אימעיל, איך האר דערווייל קיין תירוץ פאר דיין אנפראגע אבער איך וועל פרובירען מארגען אנצופרעגן אימעצען דערוועגען אי"ה דערווייל האב איך א פרודוקט וואס איך זיך אין איך מיז אריינהאקען, (וואס האקט ער טשייניק דער? זאג וואס די ווילסט אין פארטיג) איך זיך א SOCKET פאר GU10 MR16 באלב, די סטארס האבן עס נישט, אין אנליין טרעף איך עס פאר בערך 4 דאלאר א שטיק, זייער טייער, כ'האב גראדע יא געטראפען ערגעץ פאר א 1.50 בעטען זיי אבער 20 שיפפינג... א שיינע מעשה, גנבים!

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 7:27 pm
דורך הויכער
פראביר mcmaster.com
זיי האבן א ריזן אויסוואהל פון אלע hardware suppleis

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 7:31 am
דורך farshlufen
וואדקע, פראביר א לאקאלע עלעקטריקל סופליי, ווי למשל ,קעש ענד קערי" אדער "מענדלאוויטש" אין ווילי המעטירה.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 5:30 pm
דורך וואדקע
הויכער, שכוח פאר די רעקאמענדאציע זיי האבן עס אבער נישט,
פאר פארשלאפען קומט זיך אויך א שכוח איך בין געגאנגען צו מענדלאוויטש אין זיי האבען עס טאקע,
איי וועט א קלוגע יונגעל פרעגען ווי ביסטו געווען ביז יעצט? ס'איז דיר נישט בייגעפאלען צו זוכען אין געשעפט? ענטפערט דערויף דער פי האתון אז דער וואס האר מיר סופלייט די עלעקטעריק פאר די דזשאב האט מיר קלאר גיזאגט אז די סטארס פארקויפען נישט די פארט עקסטער אין מ'מוז קויפען די גאנצע פיקטשער, איך האב גראדע יא גאטראכט אז עפעס איז פישיג אבער ס'האט געדארפט צוקימען אז פארשלאפען זאל מיר אויפוועקען אין זאגען זיי נישט קיין נער, עס נעמט נאר א טעלעפאון קאל, וכן עשיתי להגיד שלא שינה,
אגב זיי בעטען אויך אסאך, איי געס נישט אלעס איז ביליג

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 5:45 pm
דורך וואדקע
שוועמל, א "24 געז דרייער איז ווארשיינליך נישטא אבער א סטעקעבעל (גג על גג בלע"ז) דרייער/וואשער איז יא דא "24,

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:57 pm
דורך פוילישער
זאנוויל האט געשריבן:איידער איך הייב אן מיט א פרישע קאפ וויי, וויל איך מיר נאכאמאל באדאנקן פאר אלע וואס האבן מיר און אנדערע ארויס געהאלפן ביז יעצט.

און היצטערט צום פונקט, איך זיך א האלטער פאר קאווע גלעזלעך אין ביהמ"ד, אויב איינער ווייסט ווי מען קען עס באקומען, וואלט איך אים שטארק דאנקבאר געווען.


פאר קאווע שטיבל געברויכן, קענסטו גיין צו "קערעקעס" אין בארא פארק אויף 15 ביי 61, וואו דו וועסט טרעפן פיל נוצבארע געברויכן, ווי צ.ב.ש. קאפס האלטערס, און האנטוכער האלטערס, וואס קען צוניץ קומען פאר דיין בית המדרש.

זייער וועב זייטל: http://www.bakedeco.com/

א סאטמארער איד פליישמאן איז דער בעל הבית, ער גיט זייער גוטע סערוויס, און וועט דיר העלפן מיט דיינע געברויכן.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 7:27 pm
דורך שוועמל
וואדקע האט געשריבן:שוועמל, א "24 געז דרייער איז ווארשיינליך נישטא אבער א סטעקעבעל (גג על גג בלע"ז) דרייער/וואשער איז יא דא "24,

גערעכט גערעכט.
א געז דרייער איז נישטא אין 24" נאר א סטעקעבל פון ווירפול.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 8:07 pm
דורך וואדקע
אבי די ווייסט

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 9:21 pm
דורך שוועמל
איך זוך נאך א פראדוקט.

א קאסעטט \ סידי פלעיער וואס מען אינסטולירט אונטערן קעבינעט.
Under cabinet casette/ CD player

אלעס וואס איך טרעף איז נאר CD פלעיער, אבער כ'אב דאך אסך אלטע טעיפס וואס איך קען נישט ווארפן אין גארבעזש נאך.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 11:10 pm
דורך ארטיסט
ס'שוין צייט אריבערצולייגן די טעיפס אויף סי די'ס...