אבן הטוען (גיפט סערטיפיקאט'ס און סטאר קרעדיט'ס)

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

אבן הטוען (גיפט סערטיפיקאט'ס און סטאר קרעדיט'ס)

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 4:19 pm

עס איז מיר איינגעפאלן א בייפאל, וואס איך האלט אז צענדליגע אידן קענען הנאה האבן.

ווי באקאנט, עס האט זיך שוין זיכער געמאכט ביי יעדעם, אז מען באקומט א גיפט סערטיפיקאט, אדער א סטאר קרעדיט, וואס מען האט נישט וואס צו טוהן דערמיט, צו ווייל מען פלאנט יעצט נישט צו קויפן אין די סטאר, אדער עס איז אין אן אנדערע געגנט וכו' וכו'. און מען קען נישט טרעפן איינער וואס זאל האבן נוצן פון די קרעדיט.
און אויף די אנדערע זייט מטבע, וויפיל מאל האט איר שוין געהאט, אז נאכן קויפן עפעס אין א סטאר, האט א חבר פארציילט אז ער האט א גיפט סערטיפיקאט פון יענע סטאר, און ער וויל פטור ווערן דערפון, און ער וואלט עס פארקויפט פאר ביליגער אפילו.

איז מיר בייגעפאלן אן עצה דערויף, וואס עס איז זה נהנה וזה נהנה.
מען זאל זיך מעלדן דא, ווער עס האט א גיפט סערטיפיקאט צו פארקויפן, אבער היות עס איז דא א פראבלעם פון גילוי..... קיינער וויל דאך נישט אז מען זאל וויסן ווער ער איז, האב איך גע'עפנט א אימעיל אדרעס מיטן נאמען
redeemgc@gmail.com
וואס ווער עס האט א גיפט סערטיפיקאט, און וויל עס פארקויפן, (געווענליך פארקויפט מען עס, פאר אביסל ווייניגער ווי די סטאר וועליו, ווייל מען באקומט דאך קעש), זאל שיקן אן אימעיל צו די אויבן-דערמאנטע אדרעס, מיט די פאלגענדע פרטים:
וועלכע געשעפט.
וויפיל די וועליו פון די קרעדיט איז.
וויפיל ער וויל באקומען כדי עס צו פארקויפן.

אי"ה יעדע זונטאג, וועלן מיר בעזהשי"ת פובליצירן דא א ליסטע פון גיפט-סערטיפיקאטן וואס איז אוועילעבל.
און ווער עס איז אינטערסירט אין איינס, זאל זיך מעלדן צו די זעלבע אדרעס, און מיר וועלן בעזהשי"ת צוזאמשטעלן דער וואס זוכט צו קויפן מיט דער וואס זוכט צו פארקויפן.


דער סערוויס איז בלויז לשם גמ"ח עס קאסט נישט קיין געלט.
לעצט פאראכטן דורך סאדע_באטל אום דינסטאג פאברואר 10, 2009 5:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23083
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 10, 2009 4:21 pm

זייער א גוטע איידיע!

ס'איז אבער היינט שוין דא פארדעם א "יוניווערסעל גיפט קארד"...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 4:34 pm

און איינער וואס האט נאך אן אלטמאדישע גיפט סערטיפיקאט דארף דערלייגן?
און וואס איז מיט איינער וואס האט א סטאר קרעדיט?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23083
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 10, 2009 4:36 pm

ניין! קיינער דארף נישט דערלייגן, איך האב נאר געשריבן אז ס'איז דא היינט א גרינגע עצה.

סטאר קרעדיט? אויש! איך האב א באנטש!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 4:41 pm

נאך א וויכטיגע פרט (משום גילוי.....)

מען זאל שיקן פון אן אימעיל אדרעסס וואס מען קען באשטיין א צווייטער זאל וויסן אז דו שטייסט אונטער דעם.

החכם עיניו בראשו, מען זאל זעהן אז מען זאל חס ושלום נישט קענען געוואר ווערן דורך די סערוויס וועלכע ניק דו ביסט ביי אונז אין קהלה.

ווי אויך איז די סערוויס נישט באגרעניצט צו מעמבער פון אונזער קהלה, אפילו פרעמדע צוקוקער קענען אויך הנאה האבן פון אונזער סערוויס.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג פאברואר 10, 2009 5:36 pm

סאדע באטל
א אייזערנע רעיון!!!

דער קעפל איז נישט גענוג קלאר
טויש עס צו "אבן הטוען (גיפט סערטיפיקאט'ס און סטאר קרעדיט'ס)"
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 5:42 pm

משה אהרן, שוין פארראכטן!!!
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג פאברואר 10, 2009 8:43 pm

איך האב שויןן לאנג געטראכט צו אויפמאכן אזא מין אשכול. ישר כח. עס וואלט אויך געווען א גוטע זאך אז אויב איינער האט פראמאושן קאודס ביי עני סייט; און סיי פלאנען עס נישט צו יוזען, זאלן זיי עס ארויפלייגן דא, און א אנדערע איד קען זיך מחי' זיין מיט עס.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דינסטאג פאברואר 10, 2009 9:20 pm

באטל, א גרויסן יישר כח פאר'ן אויפקומען מיט אזא גוטן איידיע, און נאכדערצו אויסגעארבייט מיט אלע פרטים. גיי'ך אויפזיכן די דאזיגע ארכיוון.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך פאברואר 11, 2009 12:10 pm

איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 8:37 am

רבותי! נאך 3 טעג פארבליבן, צו מעלדן גיפט סערטיפיקאטס און סטאר קרעדיטס בחנם אויף די אבן הטוען ליסטע!

לתועלת הענין, פעלט זיך אויס תיכף אנפאנג אז עס זאל זיין א שיינע פאר גיפט סערטיפיקאטס צו פארקויפן, אויב איר האט איינס, ביטע שיקט עס אריין צו
redeemgc@gmail.com
און מיר וועלן עס מפרסם זיין אויף די ליסטע קומענדיגע זונטאג הבעל"ט

לכו והתפרנסו זו מזו
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג פאברואר 15, 2009 8:22 am

דא פארעפנטליכן מיר די ערשטע ליסטע פון
אבן הטוען (גיפט סערטיפיקאט'ס און סטאר קרעדיט'ס) #1

1. $75 אין אססא הארדוועיר פאר $65
2. $205 אין לי עוו. פאטא פאר $170

ווער עס איז פאראינטערסירט אין איינע פון די אויבן דערמאנטע זאל זיך ביטע מעלדן צו
redeemgc@gmail.com

אזוי אויך ווער עס האט גיפט סערטיפיקאטס אדער סטאר קרעדיטס און וויל פטור ווערן דערפון זאל עס אריינשיקן צו
redeemgc@gmail.com

עס איז א סערוויס בלויז לשם גמ"ח עס קאסט נישט קיין געלט.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט