הילף רבותי: א בעבי וואס וועקט זיך אויף צו פרי פארטאגס

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

הילף רבותי: א בעבי וואס וועקט זיך אויף צו פרי פארטאגס

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג מארטש 23, 2009 3:24 pm

ווער קען מיך געבן א גיטע עצה, מיין בעבי וועקט זיך אויף יעדע צופרי ארום 6:00 פארטאגס -אמאל צו עסן און אמאל סתם אזוי צו זאגן מודה אני- און ער וויל שוין נישט צוריקגיין שלאפן, פערטיג ער איז אויף אין יעדער מיז אויפשטיין, מילא איך שטיי דאך אויף דריי פיר פארטאגס אבער וואס איז מיין אידענע שולדיג, ביטע געבט מיט שנעל אן עצה טובה

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מאנטאג מארטש 23, 2009 3:29 pm

ווען גייט די בעיבי שלאפן?

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג מארטש 23, 2009 3:31 pm

א יעדן טאג אנדערש בערך פון 7:00 ביז 8:30

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג מארטש 23, 2009 3:32 pm


אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מארטש 23, 2009 3:33 pm

ווי אלט איז דאס קינד? גענדער?
ווי לאנג איז דער פראבלעם? (נאכן רוקן דעם זייגער?)
ווען לייגט ער זיך?
שלאפט ער דורך די נאכט רואיג?
וואס עסט עס?

די איינפאכסטע עצה איז צו לייגן שלאפן עטוואס שפעטער יעדן טאג, אזוי ביז עטליכע טעג וועט עס גיין שלאפן א שעה שפעטער און אויפשטיין א שעה שפעטער.
אן אנדער וועג איז צו געבן עסן מער געדעכטע עסן וואס מאכט שלאפן טיפער. א טייל געבן באטיס פאר קינדער ביינאכט כדי עס זאל שלאפן טיפער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מאנטאג מארטש 23, 2009 3:34 pm

פרוביר צו לייגן אביסל שפעטער שלאפן, וועט דיין שעפעלע אויפשטיין שפעטער.

(אוטש שוועמל האט אריינגעהאקט)

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג מארטש 23, 2009 3:54 pm

מענין לענין

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מאנטאג מארטש 23, 2009 3:55 pm

חחח
אבער ס'טאנצט נישט ארויס, דאס קינד בלייבט אינעווייניג...

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג מארטש 23, 2009 4:31 pm

bailout האט געשריבן:קוק דא פאר די קריב טענט
בדוק ומנוסה

די פראבלעים איז נישט אז ער קריכט ארויס, ער קען נאך אפילו נישט קריכן, די פראבלעים איז אז ער שטייט אויף אזוי פרי און איך וויל אז ער זאל אויפשטיין שפעטער אביסל

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מאנטאג מארטש 23, 2009 4:35 pm

תפלה איז א אלטע אנגענומענע מיטל...

איך האב געזען אין מעלות אמאל, ווי א מאמע שרייבט אז פאר זי גייט שלאפן בשעת'ן קושן די מזוזה בעט זי א שטילע תפלה אז די קינדער זאלן שיין שלאפן, און זי זאל זיך קענען אויסריען דאס זעקל ביינער, און זי שרייבט אז זי האט געזען וואונדער איבער וואונדער, ווי ס'האט געהאלפן... און נאך מער שרייבט זי אז איין נאכט האט זי פארגעסן צו בעטן, און פונקט יענע נאכט איז די קינד אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט.

סוי פאר דו גייסט שלאפן בעט אז דאס קינד זאל שלאפן ביז 8:00 צו ביז 9:00 (ווען דו ווילסט) און דער בוכ"ע וועט אוודאי צוהערן דיין געבעט.

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג מארטש 23, 2009 4:45 pm

מאיר יעצט רעדסטו ווי א איד

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג מארטש 23, 2009 4:49 pm

די וייכטיגסטע זאך איז אריינצולייגן די קינד און א סדר, דאס מיינט ס'קען זיין אז אפילו די וועסט לייגן דיין קינד שפעט, וועט ער נאך אלץ אויפשטיין פרי, וועגן ער שלאפט אסאך אינמיטן טאג, סוי די בעסטע זאך וואלט געווען אז די זאלסט איינפירן א סדר אז די קינד זאל שלאפן אזויפיל אז ביינאכט זאל ער זיי גוט מיד, און ער זאל שלאפן פאר אסאך שעה'ן, ס'קען און אנפאנג זיין זייער שווער, אבער דערנאך געוואוינט זיך די קינד צו צום סדר אז ס'איז א מחי',

אדער קען זיין די קינד וועקט זיך אויף אזוי ווי עס קומט אריין אבסיל ליכטיגקייט און שטוב, פארדעם איז די עצה, צו מאכן אז די שטוב זאל בלייבן פינסטער,

אבער געדענק די עיקר ווי מאיר האט פריער דערמאנט, בעהט פון טאטן און הימל אז ער זאל שלאפן ביז שפעט,

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » זונטאג מארטש 29, 2009 1:20 am

פון אייגן עקספיריענס: אויב די געסט אים א באטל ווען ער שטייט אויף קען דאס זיין א שטארקע סיבה פאר'ן פראבלעם, טריי אים נישט צו געבן א באטל פאר די אנדערע קינדער ערוועקן זיך (אדער פאר א געוויסע צייט), און אויך דעמאלט טריי צו געבן אין א סיפ-קאפ נישט קיין באטל.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט