בלאט 3 פון 6

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 3:17 pm
דורך לאז געמאכט
ניין
ניין

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 5:26 pm
דורך farshlufen
קהת האט געשריבן:מען רעדט דא וועגן פאקען ספרים דורך סערען רעפ מיינט דאס אז מען לייגט עס אויך אין א באקס אדער נאר סערען רעפ.


סטרעטש רעפ, מען דארף נישט קיין שאכטלען.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 5:54 pm
דורך קהת
ווערן נישט די ספרים ציזעצט? איז נישטא קיין שאלה אויב מען לייגט עס אויפן ערד?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:04 pm
דורך ווינקל
א חשובער ניק האט מיר געשיקט אין אישי פארן מופן, ס'איז מיר זייער צוניץ געקומען ב"ה.
אראויפגעלייגט סטיקערס אויף אלע באקסעס, און אויפגעהאנגן די סיינס אין אלע צימערן.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:06 pm
דורך באמבאסטיש
ווינקל האט געשריבן:א חשובער ניק האט מיר געשיקט אין אישי פארן מופן, ס'איז מיר זייער צוניץ געקומען ב"ה.
אראויפגעלייגט סטיקערס אויף אלע באקסעס, און אויפגעהאנגן די סיינס אין אלע צימערן.

ייש"כ!

וועלכע סארט סטיקערס ברויך מען אריינלייגן אינעם פרינטער?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:07 pm
דורך ווינקל
קהת האט געשריבן:ווערן נישט די ספרים ציזעצט? איז נישטא קיין שאלה אויב מען לייגט עס אויפן ערד?

ניין. נאפס, ס'איז נישט בדרך בזיון.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:08 pm
דורך שמן למאור
עס זעהט אויס אוואו דעי סימפל לעיבל סטיקערס, דרייסיג פער דף

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:09 pm
דורך ווינקל
באמבאסטיש האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:א חשובער ניק האט מיר געשיקט אין אישי פארן מופן, ס'איז מיר זייער צוניץ געקומען ב"ה.
אראויפגעלייגט סטיקערס אויף אלע באקסעס, און אויפגעהאנגן די סיינס אין אלע צימערן.

ייש"כ!

וועלכע סארט סטיקערס ברויך מען אריינלייגן אינעם פרינטער?

AVERY 5160 אבער מעטשינג דערצו.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 7:31 pm
דורך קהת
א גרויסע יישר כח!!!

קען אפשר איינער מאכען א פי די עפ ביטע פון די צעטלעך

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 9:02 pm
דורך שנאפס
אויף פי די עף

לעבלס סטיקערס צו מאפן.pdf


סיינס צו מאפן.pdf

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2011 12:06 am
דורך קהת
א גרויסן שכויעך

תזכו למצות!!

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:29 am
דורך זייגער
ווי קען מען קויפן מזוזות פאר א גוטע פרייז פארשטייט זיך פין א חשובע סופר

געשריבן: זונטאג נובעמבער 20, 2011 1:00 pm
דורך ווינקל
ביי א סופר

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 12:00 pm
דורך thefact
איעדע סופר אז דו פרעגסט אים די קשיא וועסטו באקומען א בעסערע פרייז פרעג עטליכע "שאפ פאר א פרייז" פאר די בעסטע רעזולטאטן

יו.פי.עס. א חשובע סופר מיינט ביי יעדן עפעס אנדערש

געשריבן: פרייטאג יוני 29, 2012 1:11 am
דורך שויתי'ניק
אז מ'רענט א דירה און מ'ווייסט נישט אויב מען האט שוין געטון די סגולות המקובלים דארט, דארף מען עס נאך טון?

געשריבן: פרייטאג יוני 29, 2012 7:11 am
דורך יגעתי ומצאתי
די מקור פון זאגן יושב בסתר וכו' איז פון הייליגן ייטב לב בשו"ת אבני צדק יו"ד סי' מ"ד בשם זיין זיידע דער ישמח משה, פון זיין לשון דארט "ואשר שאל שדר שם מקודם וכו' מה יעשה" איז קלאר משמע אז אפילו מען האט דארט געוואוינט קודם דארף מען טוהן די סגולות. פון די אנדערע זייט זעהט אויס אז דאס איז נאר צוליב אן אויסנאמספאל, לכאורה צוליב די צואת ריה"ח אז מען זאל נישט צוריקגיין וואוינען אין א פלאץ פון ווי מען האט ארויסגעמופט ביז גאנצע זיבן יאר.

און אז מען רעדט שוין וועל איך פארלייגן מיינע ספיקות, דארט שטייט "ששלשה אנשים אחר טבילה יאמרו כל א' מהם צ"א פעמים ויהי נועם וכו'" איז דאס בדוקא דריי מענטשן, אדער איז אויך גענוג איין מענטש וואס זאגט 273 מאל ויהי נועם וכו'?
דערנאך שרייבט ער "חמשה אנשים יאמרו כל א' חומש אחד", אויך די זעלבע שאלה, דארף דאס זיין בדוקא דורך פינף עקסטערע מענשטן אדער דער עיקר אז מען ענדיגט דארט חמשה חומשי תורה?
דערנאך שרייבט ער "וכ"ז יעשה בכל החדרים", דאס איז די שווערסטע חלק, איז טאקע אזוי דער מנהג העולם, אדער פארלאזט מען זיך מיט איין שטוב?

געשריבן: זונטאג יולי 01, 2012 9:47 am
דורך leiby
מ'פארלאזט זיך מיטן נעמען א גוי צו שלאפן.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2012 1:43 pm
דורך שאינו יודע
ווען מען מופט זאל מען זיכער מאכן אז אויף די פריזער און פרידזדער באקס איז דא א חותם אויב איז דא פיש אדער פלייש אין די באקס

געשריבן: דינסטאג יולי 10, 2012 6:40 pm
דורך יוסף שרייבער
ווער מופט א פריזער און פרידזדער באקס מיט עסן דערין?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 4:14 pm
דורך ווינקל
סריס המקרא ודרשהו.. ווען מען מופט זאל מען זיכער מאכן, אז אויב עס איז דא פיש אדער פלייש אין די באקס וואס מען לייגט די זאכן פון די פריזער און פריזשידער, זאל עס זיין פארזיגעלט מיט א חותם בתוך חותם.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 4:55 pm
דורך ווינקל
ווינקל האט געשריבן:א חשובער ניק האט מיר געשיקט אין אישי פארן מופן, ס'איז מיר זייער צוניץ געקומען ב"ה.
אראויפגעלייגט סטיקערס אויף אלע באקסעס, און אויפגעהאנגן די סיינס אין אלע צימערן.

אטעטשמענט מיסטעריעז נעלם געווארן. דא האב איך געטראפן עפעס פון מיינע פיילס אבער נישט די לעצטע ווערסיע.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 10:30 am
דורך שאינו יודע
ווינקל האט געשריבן:
קהת האט געשריבן:ווערן נישט די ספרים ציזעצט? איז נישטא קיין שאלה אויב מען לייגט עס אויפן ערד?

ניין. נאפס, ס'איז נישט בדרך בזיון.


איך האב אונטערגעלייגט א ליידיגע צוזאמענגעלייגטע באקס אונטער דעם, עס איז נישט אזוי פשוט, לשיטת רש"י צ"ל טפח, אבל המנהג להקל

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 10:31 am
דורך שאינו יודע
יוסף שרייבער האט געשריבן:ווער מופט א פריזער און פרידזדער באקס מיט עסן דערין?


וויאזוי טראגט מען אריבער די פרידזשעדער זאכן? איך האב עס איינגעפאקט בשעת די מאווערס זענען דארט געווען, ממש צום סוף, און אויפגעשריבן אז דאס באלאנגט אין פרידזש, און ארויסגענומען די ערשטע אין די נייע דירה בשעטו"מ

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 3:00 pm
דורך פאטאקי08
עצה איבערן מופן
דא האט איר א דירה וואס אנשטאט לייגן אינסולעישאן האט ער געניצט פאום ספרעי
מערקט א חילוק

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 3:04 pm
דורך ווינקל
וואס זעו מען דארט? אלע שינגלס זענען אראפ?