וואס איז טאקע שלעכט מיט א טו-ווילער?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » מאנטאג יולי 24, 2017 7:06 pm

אין מאנסי ווערט עס גאר שטארק באנוצט,
עס איז א מוראדיגע טובה פאר די בחורים וועלכע פארמאגען נישט קיין קארס, אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטען שנעלער און גרינגער.

שטעלט אייך פאהר אין קרית יואל מיט די אלע בערג וויפיל דארף זיך א בחור אפמוטשען אנצוקומען אדער אהיימצוגיין פון ישיבה.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג יולי 24, 2017 7:23 pm

אין קר"י איז דאס עפ"ר נישט פראקטיש, ווארום עס איז בערגיג. בארג ארויף ברויך מען דאס שלעפן, און בארג אראפ איז דאס א סכנה.

געלייענט אפילו אמאל אז דאס איז פון די זאכן וואס די רבי האט געהאט א טעם נמוק דערביי ועיי"ש ודו"ק. איך האב דאס קיינמאל נישט באשטעטיגט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג יולי 24, 2017 7:39 pm

שוין דא עטליעסט צוויי אשכולות איבער דעם, איינס און נאכאיינס.

#והמלנקקים ילנקקו אויב ס'דא נאך.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

ווי זע' מיר
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 3:04 pm

תגובהדורך ווי זע' מיר » מאנטאג יולי 24, 2017 7:42 pm

לכאורה איז די איינציגסטע פראבלעם אז מען קען אנקומען זייער ווייט !!!!!!
PLEASE DON'T SPIN, ACT LIKE AN ADULT !!

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מאנטאג יולי 24, 2017 8:28 pm

eller האט געשריבן:איך שטיי איך וואונדער מיר שוין לאנג וואס איז די איסור וואס מ'פארקויפט אין נאמען פונעם רבין אז ס'איז אסור צו פארן מיט איז ?
האט עס צו טוען מיט חוקת הגוי ? און בכלל אין לאנדאן אנטווערפן און אין נאך פלעצער איז עס א נערמאלע זאך ווי יעדער ניצט דאס פארוואס זאל מען דא עס נישט מעגן ניצן.
באמת איז דאס זייער א גיטע. געזונטע. און ביליגע זאך. כ'וואק אסאך מאל דורך די סיטי בייק'ס אין כ'באוויין פארוואס אידן קענען זיך נישט מחי'ה זיין מיט עס.
(אגב און מיין ביה"מ איז דא א שיינע גרופ וואס זענען מעמבער'ס דארט און יעדע פאר טעג כאפט מען א שטיקל רייט אויפן בעיק פאר געזונטענהייט (שטייטצעך נישט אויף לי....)
אפשר קען איינער אריינקומען און אויסקלארען אביסל די נושא.


ס'איז דא א איסור פאר אינגעלייט? קיינמאל נישט געהערט דערוועגן. דאס וואס אידן זענען זיך נישט מחיה מיט די סיטי בייקס האט גארנישט מיטן רבי'ן. והא ראיה, אז די אידן וואס זייערע אינגעלעך האבן יא בייקס, באנוצן זיך אויך נישט מיט דעם.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יולי 24, 2017 9:56 pm

קען גאר זיין אז פאר קינדער האט מען נישט געלאזט בלויז משום סכנה, ווער ווייסט וויאזוי וויליאמסבורג וואלט אויסגעזעהן ווען אלע קינדער דרייווען ווען בייקס מיט די שמאלע סייד וואלקס.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג יולי 24, 2017 11:15 pm

די מנהלים זענען געגאנגען פרעגן די רבנים פון די מוסדות צי מ'זאל ווייטער אנהאלטן דעם קאמפ און די ענטפער איז געווען א יא, ממילא אפי' איך פארשטיי טאקע אויך נישט פארוואס וועל איך פאלגן אונזער דעת תורה
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מאנטאג יולי 24, 2017 11:49 pm

צו געזונט האט געשריבן:דאס קומט פון ר' שייע יאנקל ווען ער איז געווען מנהל כללי אין קרית יואל. דער רבי האט קיינמאל נישט געלאזט רופן דאס אסר'ן. מען האט נאר געזאגט "דאן" פאר'ן רבי'ן אז מען קען אוועקפארען ווייט אן מען זאל וויסען וואו.

לויט ווי איך געדענק כד הווינא טליא בין איך געווען ביי ר' משה מנהל אין אפיס האב איך באמערקט דארט א צעטל איבער טווילערס ווי ר' שייע יענקל דערציילט אז ער איז געגאנגען פרעגן דעם רבי'ן צו די קינדער זאלן קומען אין תלמוד תורה (אין קרית יואל) מיט ביציקלעך און ער האט מסביר געווען וואס דאס איז, האט אים די רבי גענטפערט אז ניין דאס איז א סכנה ברוחניות ובגשמיות, און פון דארט איז נולד געווארן די גאנצע איסור פון פארן בכלל אויף טווילערס
אזוי ווי איך בין געווען א קינד און איך בין געווען אין אפיס נישט צו באקומען א פרס האב איך נישט געהאט די מעגליכקייט צו פרעגן מער אויף די נושא
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג יולי 25, 2017 12:04 am

אין קרית יואל איז פארהאן אן איסור פון הצלה, חברים וכדו' צו פארן אפילו מיט סקוטערס אפי' מיט העלמעטס, צוליב די אומגעהויערע סכנה דערפון ביי די ארטיגע בערג, וכש"כ מיט טווילערס, כמעט אוממעגליך צו קאנטראלירן ביים אראפפליען אזאנע בערג, ה' ישמרנו ויצילינו.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג יולי 25, 2017 12:04 am

משה כספי האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:דאס קומט פון ר' שייע יאנקל ווען ער איז געווען מנהל כללי אין קרית יואל. דער רבי האט קיינמאל נישט געלאזט רופן דאס אסר'ן. מען האט נאר געזאגט "דאן" פאר'ן רבי'ן אז מען קען אוועקפארען ווייט אן מען זאל וויסען וואו.

לויט ווי איך געדענק כד הווינא טליא בין איך געווען ביי ר' משה מנהל אין אפיס האב איך באמערקט דארט א צעטל איבער טווילערס ווי ר' שייע יענקל דערציילט אז ער איז געגאנגען פרעגן דעם רבי'ן צו די קינדער זאלן קומען אין תלמוד תורה (אין קרית יואל) מיט ביציקלעך און ער האט מסביר געווען וואס דאס איז, האט אים די רבי גענטפערט אז ניין דאס איז א סכנה ברוחניות ובגשמיות, און פון דארט איז נולד געווארן די גאנצע איסור פון פארן בכלל אויף טווילערס
אזוי ווי איך בין געווען א קינד און איך בין געווען אין אפיס נישט צו באקומען א פרס האב איך נישט געהאט די מעגליכקייט צו פרעגן מער אויף די נושא

זעה איך יעצט דא האט שאץ מאץ געשריבן בערך ווי איך האב טאקע געזען, ווייס איך נישט ווער עס איז פונקטליך
שאץ מאץ האט געשריבן:למען האמת
די מעשה מיטן די שייגעץ בייקס איז געוועהן אזוי,
אין די ערשטע יארן פון ק"י ווען עטליכע מענשטן האבן נאך געוואוינט ווייט פונעם געגענט, איז איינער אויפגעקומען מיט א פלאן, צו וואס דארף מען צאלן געלט פאר א באס זאל ברענגען די קינדער יעדן טאג אין חדר, די קינדער קענען דאך קומען אליין צו פארן מיט טו ווילער'ס....

מ'האט געפרעגט דעם רבי'ן מרן מהריט"ב זי"ע, זיין אנטווארט איז געוועהן אז ניין, איך וויל נישט קינדער זאלן קומען אין חדר אזוי ווי דער גוי קומט, ער קומט זיך אליין צו פארן מיט זיין ביציקל, ס'דארף זיין א חילוק פון קומען לערנען תורה אין חדר ווי דעם גוי'ס פארן אין סקול,

פון דארטן איז די יניקה פון א שייגעץ - בייק....

דאס איז קראנטע אינפארמאציע פון די ערשטע תושבים אין ק"י.
.
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובהדורך ווי האלט איך דא » דינסטאג יולי 25, 2017 12:53 am

דער איסור אויף בייקס איז נישט נולד געווארען אין קרית יואל, אין וויליאמסבורג פאר תשלט איז מען אויך נישט געפארען מיט קיין בייקס, נאר אין קרית יואל בי אן א אסיפת המלמדים האט מען געפרעגט דעם רבי'ן זי"ע אזוי ווי אין קרית יואל איז נישט דא אזוי ווייט די חשש אז קינדער וועלען אוועק פארען ווייט זאל מען עס יא לאזען (דער עולם האט עס געוואלט ווייל 1) דעמאלטס האט זיך געשפירט אין קרית יואל ווי אין קאנטרי 2) ווייל סעקשען 2 איז געווען די בעל הבעטישע עולם ) דער רבי זי"ע האט גענטפערט אז עס איז א גויאישע זאך ער וויל עס נישט האבען אין שטעטעל

דער פראבלעם
חסידישע אידן האבן ממאס געווען אין אלע גויאישע ספארט'ס, אין אזוי ווי בייקינג איז אויך א ספארט איז מען געשטאנען ווייט דערפון כאטשיג עס איז אויך א טראנזיט מיטל
מען זאגט נאך פון צדיקים אז יעדע סארט שפיל (ספארט) וואס וואקסט נישט אויס ביי ערוואקסענע גוים האט אין זיך א טומאה פון חכמת יוונית והיינו טעמא דבא"ל - פלעי"ס - שא"ך ועוד ועוד

ועוד עס איז א פראסטע סארט טראנזיט מיטל אין אידן האבן זיך אלץ געהאלטען פאר די נארמאלערע עלעמענט (בני מלכים) למשל די ראולער סקעט איז נאך מער פראסט

ועוד פראבלעם פאר קינדער אז זיי קומען אן ווייט מיטן בייק איך האב שוין געזעהן א אינגעל פארען אויף בראדוועי מיט א בייק איך האב אים אפגעשטעלט אין געפרעגט ווי פארסטו ? פארוואס פארסטו אויף א גויאישע גאס ? זאגט ער מיר אז ער פארט נאך צוויי גאסן ווייטער צום בייק ריפעיר שאפ (אדער יא אדער נישט) איך האב אים געפרעגט דיין טאטע אדער דיין מאמע ווייסן אז דו קומסט דא פיקסען דיין בייק זאגט ער אז ניין... איך האם געזאגט גיי אהיים בעט פון דיינע עלטערען רשות

ועוד טעמים ביי קינדער אז עס ברענגט א שטאלץ אין א גאווה א קעגען עלטערע די היפך פון הכנעה אין פון בושה (פארדעם פארען קינדער נאנט צו מענטשען זאלסט דיך רוקען פאר זיי .. הלמאי איך בין מעכטיג איך רייט אויף א בייק) וואס כידוע איז דאס שורש אין גורם פאר אסאך שלעכטס

ועוד די הרגשה פון א חסידישע איד פון להבדיל בין קודש לקודש וואס פאלט ליידער פון יאר צו יאר די אמאליגע חומות וואס חסידישע אידן האבן געהאלטען מיט א פשטות זיך מרחק צו זיין פון יעדע גויאישקייט אין מאדערענקייט פאלט ליידער מער אין מער דארף יעדער ביי זוך מוז פרובירן מיט אלע כוחות זיך צו האלטען צום אמאל בלי שום שינוי געדענקט דעם חובת הלבבות אז א חסיד איז זוך פורש פון צט שערי היתר כדי נישט צו קומען צו א שער איסור אין א שער מיינטנישט קיין איסור נאר גיי נישט אריין אין 99 טויערן וואס מען קען דארט אנקומען צו א היתר כדי נישט אריין צו גיין אין 1 טויער וואס מען קען דארט אנקומען צו טון א איסור

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג יולי 25, 2017 1:09 am

ווי האלט איך דא האט געשריבן:דער איסור אויף בייקס איז נישט נולד געווארען אין קרית יואל, אין וויליאמסבורג פאר תשלט איז מען אויך נישט געפארען מיט קיין בייקס, נאר אין קרית יואל בי אן א אסיפת המלמדים האט מען געפרעגט דעם רבי'ן זי"ע אזוי ווי אין קרית יואל איז נישט דא אזוי ווייט די חשש אז קינדער וועלען אוועק פארען ווייט זאל מען עס יא לאזען (דער עולם האט עס געוואלט ווייל 1) דעמאלטס האט זיך געשפירט אין קרית יואל ווי אין קאנטרי 2) ווייל סעקשען 2 איז געווען די בעל הבעטישע עולם ) דער רבי זי"ע האט גענטפערט אז עס איז א גויאישע זאך ער וויל עס נישט האבען אין שטעטעל

דער פראבלעם
חסידישע אידן האבן ממאס געווען אין אלע גויאישע ספארט'ס, אין אזוי ווי בייקינג איז אויך א ספארט איז מען געשטאנען ווייט דערפון כאטשיג עס איז אויך א טראנזיט מיטל
מען זאגט נאך פון צדיקים אז יעדע סארט שפיל (ספארט) וואס וואקסט נישט אויס ביי ערוואקסענע גוים האט אין זיך א טומאה פון חכמת יוונית והיינו טעמא דבא"ל - פלעי"ס - שא"ך ועוד ועוד

ועוד עס איז א פראסטע סארט טראנזיט מיטל אין אידן האבן זיך אלץ געהאלטען פאר די נארמאלערע עלעמענט (בני מלכים) למשל די ראולער סקעט איז נאך מער פראסט

ועוד פראבלעם פאר קינדער אז זיי קומען אן ווייט מיטן בייק איך האב שוין געזעהן א אינגעל פארען אויף בראדוועי מיט א בייק איך האב אים אפגעשטעלט אין געפרעגט ווי פארסטו ? פארוואס פארסטו אויף א גויאישע גאס ? זאגט ער מיר אז ער פארט נאך צוויי גאסן ווייטער צום בייק ריפעיר שאפ (אדער יא אדער נישט) איך האב אים געפרעגט דיין טאטע אדער דיין מאמע ווייסן אז דו קומסט דא פיקסען דיין בייק זאגט ער אז ניין... איך האם געזאגט גיי אהיים בעט פון דיינע עלטערען רשות

ועוד טעמים ביי קינדער אז עס ברענגט א שטאלץ אין א גאווה א קעגען עלטערע די היפך פון הכנעה אין פון בושה (פארדעם פארען קינדער נאנט צו מענטשען זאלסט דיך רוקען פאר זיי .. הלמאי איך בין מעכטיג איך רייט אויף א בייק) וואס כידוע איז דאס שורש אין גורם פאר אסאך שלעכטס

ועוד די הרגשה פון א חסידישע איד פון להבדיל בין קודש לקודש וואס פאלט ליידער פון יאר צו יאר די אמאליגע חומות וואס חסידישע אידן האבן געהאלטען מיט א פשטות זיך מרחק צו זיין פון יעדע גויאישקייט אין מאדערענקייט פאלט ליידער מער אין מער דארף יעדער ביי זוך מוז פרובירן מיט אלע כוחות זיך צו האלטען צום אמאל בלי שום שינוי געדענקט דעם חובת הלבבות אז א חסיד איז זוך פורש פון צט שערי היתר כדי נישט צו קומען צו א שער איסור אין א שער מיינטנישט קיין איסור נאר גיי נישט אריין אין 99 טויערן וואס מען קען דארט אנקומען צו א היתר כדי נישט אריין צו גיין אין 1 טויער וואס מען קען דארט אנקומען צו טון א איסור


זייער גוט ארויסגעברענגט יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » דינסטאג יולי 25, 2017 1:24 am

לפי גודל עניות דעתי
דער פראבלעם איז נישט דער רבי נישט סכנה נישט איסור, אין כאן לא חרם ולא איסור ולא קונם ולא שמתא ולא ארור!
אין הדבר תלוי אלא בי
ד"מ ווי לאנג אונז וועלן נישט זעהן די גרויסע פון צווישן אונז ד"מ עשירים עסקנים וכדו' (מחליט געווען אויסצימעקן נעמען פון דוגמאות והמכין יכין) פליען מיט בייקס גייט מען עס נישט טוהן! און עס וועט שאטן פאר שידוכים אויב מען טוט עס...
אבער אויב ג מיט ל און פ וועלן פליען אויף בייקס קומענדיג אין שוהל וועט עס ווערן א טרענד און אפאר שעה נאכדעם וועט די מוכר פארנט פון סמדרש האבן א פילע אויסוואל פון רויטע און בלויע בליצערס ארויף צי לייגן.
אונז זענען אלע גוט ציפיקעוועט
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג יולי 25, 2017 1:42 am

הכי קרא שמו שעמעדיגער....
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג יולי 25, 2017 8:55 am

שעמעדיגער, פאנג אן פארן מיט א 'טווילער' און זאלן די צופיקעוועטע קראכן
kraitchmah עט גימעיל

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג יולי 25, 2017 10:16 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:שוין דא עטליעסט צוויי אשכולות איבער דעם, איינס און נאכאיינס.

#והמלנקקים ילנקקו אויב ס'דא נאך.

א דאנק פארן עס צוברענגען
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג יולי 25, 2017 10:17 am

רודף שלום האט געשריבן:
eller האט געשריבן:איך שטיי איך וואונדער מיר שוין לאנג וואס איז די איסור וואס מ'פארקויפט אין נאמען פונעם רבין אז ס'איז אסור צו פארן מיט איז ?
האט עס צו טוען מיט חוקת הגוי ? און בכלל אין לאנדאן אנטווערפן און אין נאך פלעצער איז עס א נערמאלע זאך ווי יעדער ניצט דאס פארוואס זאל מען דא עס נישט מעגן ניצן.
באמת איז דאס זייער א גיטע. געזונטע. און ביליגע זאך. כ'וואק אסאך מאל דורך די סיטי בייק'ס אין כ'באוויין פארוואס אידן קענען זיך נישט מחי'ה זיין מיט עס.
(אגב און מיין ביה"מ איז דא א שיינע גרופ וואס זענען מעמבער'ס דארט און יעדע פאר טעג כאפט מען א שטיקל רייט אויפן בעיק פאר געזונטענהייט (שטייטצעך נישט אויף לי....)
אפשר קען איינער אריינקומען און אויסקלארען אביסל די נושא.


ס'איז דא א איסור פאר אינגעלייט? קיינמאל נישט געהערט דערוועגן. דאס וואס אידן זענען זיך נישט מחיה מיט די סיטי בייקס האט גארנישט מיטן רבי'ן. והא ראיה, אז די אידן וואס זייערע אינגעלעך האבן יא בייקס, באנוצן זיך אויך נישט מיט דעם.

כ'ווייס נישט וואס די איסור איז אבער למעשה האט מען אונז איינגעווארצעלט אנטקעגן די שגץ בייק אז קיין איין יונגערמאן (כמעט) טרויעט זיך נישט ארום צופארן דערמיט..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג יולי 25, 2017 10:43 am

קומט אריין און גיבט אפ אייער שטימע . viewtopic.php?f=3&t=24610
אגב נאכן דורך קוקן אלע אשכולות זעה איך אז די איינציגסטע פראבלעם איז נאר לגבי די קינדער אין דאס איז אויך נישט זיכער אז דאס איז געווען דעם רבינ'ס אמתדיגע רצון נאר מ'האט אים אים געבעטן רשות פאר א איסור האט ער געגעבן.
איין זאך יא אין קר"י פארשטיי איך פארוואס מ'זאל נישט טארן אלץ א שרעקליכע סכנה. (ווי למשל דארט איז טאקע נישטא.....)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דינסטאג יולי 25, 2017 11:03 am

למעשה אינפארסירט מען נאך אין די סאטמאר'ע תלמוד תורה'ס די תקנה, אדער היינט האט מען וויכטיגערע פראבלעמען ווי דעם.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג יולי 25, 2017 11:10 am

געקלערט האט געשריבן:למעשה אינפארסירט מען נאך אין די סאטמאר'ע תלמוד תורה'ס די תקנה, אדער היינט האט מען וויכטיגערע פראבלעמען ווי דעם.

אין קרית יואל איז נאך דא א גאנצע וועד וואס פארט ארום אין כאפט צו בייקס.
אין וויליאמסבורג איז נאר דא די פחד אז די רבי'ס גייען באמערקן אין גייען אויסזאגן די מנהל..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » דינסטאג יולי 25, 2017 11:21 am

eller האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:אין קרית יואל איז נאך דא א גאנצע וועד וואס פארט ארום אין כאפט צו בייקס.


שקר גמור!

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דינסטאג יולי 25, 2017 11:24 am

רויט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:אין קרית יואל איז נאך דא א גאנצע וועד וואס פארט ארום אין כאפט צו בייקס.


שקר גמור!

נאר וואס דען איז דארט די מעשה.

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דינסטאג יולי 25, 2017 11:27 am

eller האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:למעשה אינפארסירט מען נאך אין די סאטמאר'ע תלמוד תורה'ס די תקנה, אדער היינט האט מען וויכטיגערע פראבלעמען ווי דעם.

אין קרית יואל איז נאך דא א גאנצע וועד וואס פארט ארום אין כאפט צו בייקס.
אין וויליאמסבורג איז נאר דא די פחד אז די רבי'ס גייען באמערקן אין גייען אויסזאגן די מנהל..

דאס פרעג איך טאקע צו די מנהלים אינפארסירן די תקנה, און די קינדער דרייווען טאקע נישט קיין שגץ בייקס.

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » דינסטאג יולי 25, 2017 11:34 am

געקלערט האט געשריבן:
רויט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:אין קרית יואל איז נאך דא א גאנצע וועד וואס פארט ארום אין כאפט צו בייקס.


שקר גמור!

נאר וואס דען איז דארט די מעשה.


איך זעה כסדר יא קינדער ארומפארן מיט די בייקס [אפילו איינער-צוויי אויף א גאס איז זעהבאר אין קרית יואל]

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יולי 25, 2017 12:22 pm

געקלערט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:למעשה אינפארסירט מען נאך אין די סאטמאר'ע תלמוד תורה'ס די תקנה, אדער היינט האט מען וויכטיגערע פראבלעמען ווי דעם.

אין קרית יואל איז נאך דא א גאנצע וועד וואס פארט ארום אין כאפט צו בייקס.
אין וויליאמסבורג איז נאר דא די פחד אז די רבי'ס גייען באמערקן אין גייען אויסזאגן די מנהל..

דאס פרעג איך טאקע צו די מנהלים אינפארסירן די תקנה, און די קינדער דרייווען טאקע נישט קיין שגץ בייקס.

איך מיין אז מען אינפארסירט מער נישט אזוי די תקנה
איי איי,-וועלט


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט