אשכול כללי: עמעזאן הילף - Amazon Help

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג יולי 26, 2012 11:36 am

וויפיל פידבעק דארף מען האבן איבערצוקומען די 99 פראצענט צוריקצוגיין צו 100?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג יולי 26, 2012 12:27 pm

bailout האט געשריבן:איך האב אים דערווייל נישט געריטשט, דאס האב איך געטראפן אויף גוגל, קוק אויב דאס איז אינטערעסאנט און לאז אונז וויסן.
http://www.sobolsoft.com/upclookupcode/

דאס האט עפעס מיט עמעזאן?

אוועטאר
העקער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 9:11 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך העקער » דאנארשטאג יולי 26, 2012 11:16 pm

וואו קען מען טרעפן גוטע אייטעמס צו פארקויפן אויף עמעזאן?

חדר אינגעל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:06 pm

תגובהדורך חדר אינגעל » מאנטאג יולי 30, 2012 9:28 am

לונט זיך צו שיקן אימעילס צו קאסטעמערס וואס האבן געקויפט סחורה, צו בעטן פידבעק?
אמאל האב איך געליינט ערגעץ דערוועגן,
איינער שרייבט ס'לוינט יא, איינער שרייבט אז נישט.

אמאל געדענק איך האב איך באקומען א אימעיל פון זיי צו פרעגן אויב איך בין געווען צופרידן,
און זיי האבן דעבעטן איך זאל לאזן פיד בעק.
שיקן זיי דאס אייביג? נאר אמאל? אדער נאר אויף זאכן וואס זיי פארקויפן אליינס?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג יולי 30, 2012 11:35 am

אויב וויל מען פידבעק? יא עס ארבעט

וואס די פידבעק טוט אויף? איך ווייס נישט

(עס טוט אויף איין זאך, אז אויב איינער לאזט אמאל ח"ו שלעכטע פידבעק זאל עס נישט לאזן צו א גרויסן רושם)
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
העקער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 9:11 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך העקער » מאנטאג יולי 30, 2012 9:33 pm

איך האב ב"ה געעפענט מיין עמעזאן אקאונט, א יש"כ פאר אלע הילף ביז אהער, יעצט דארף מען זיצן מיט די פוס ארויף און ווארטן די געלט זאל אנפאנגען פליסן (עה עס איז נאר א וויץ..)

איך האב געעפענט די אקאונט אויף סעלער סענטרעל, (נישט אויף די עמעזאן סייטט) און איך האב טאקע נישט די אפציע פון ארויסנעמען די געלט יעדן טאג, אבער איך קען טוישן מיינע שיפינג פרייזן, און איך קען בעטן טעקס

חדר אינגעל איך מיין אז מען קען נישט לאזן קיין פידבעק פאר עמעזאן

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג יולי 30, 2012 9:51 pm

די פידבעק נושא איז אויסגעשמועסט אפאר בלעטער צוריק
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

חדר אינגעל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:06 pm

תגובהדורך חדר אינגעל » מיטוואך אוגוסט 01, 2012 7:25 am

אויבן איז אויסגעשמועסט די נושא פון פיד בעק וויאזוי מ'שיקט א אימעיל צו בעטן פאר פידבעק,
איך וויל וויסן אויב סלוינט זיך צו שיקן אזא אימעיל בכלל?
און אויב עמעזאן שיקט אזא אימעיל סייווי? (אפשר נאר ביי זאכן וואס זיי פארקויפן, און נישט ביי יעדעמס זאכן)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 11:31 am

וואס טוט זיך מיט שיקן אויף אויסלאנד? לוינט עס צו טון אויף עמעזאן?

א שטיק צייט צוריק האב איך געהערט אז עמעזאן פארלאנגט אז דער סעלער זאל באצאלן די אימפארט שטייערן, וואס מאכט עס אוממעגליך צו שיקן אויף אויסלאנד,

למעשה זעה איך אז עס איז דא סעלערס וואס טוען דאס, איז די פראגע ווער דארף באצאלן די אימפארט שטייער, דער מוכר אדער דער קונה?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג אוגוסט 03, 2012 11:01 am

כ'באקום א אימעיל פון א קאסטומער איבער א חודש נאכדעם וואס UPS זאגט אז זיי האבען דעליווערד די באקס ביי זיין הויז, אז ער איז געווען אויף וואקעישן ביים דעליווערי טאג ביז יעצט (א חודש!) און ער טרעפט נישט די באקס..
עמעזאן זאגט מיר אז כ'זאל זיך אליין אויסקומען מיט אים, און זיי קענען נישט צוזאגן אז זיי גייען אראפנעמען א שלעכטע ריוויא אויב ער לאזט מיר..
זאל איך עס ריפלעיסן אדער זיך שלאגן עד הסוף??

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג אוגוסט 03, 2012 11:43 am

וויפיל געלט?..
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג אוגוסט 03, 2012 12:11 pm

שנאפס האט געשריבן:וויפיל געלט?..

מיט שיפינג ארום 35$

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג אוגוסט 03, 2012 12:15 pm

איך וואלט מיך נישט געבראכן פאר $35
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג אוגוסט 03, 2012 1:45 pm

ער האט געעפענט א א-ת קלעים... סאיז מיין ערשטע אזא קלעים עמער זען וואס סוועט זיך אויסשפילן ע

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג אוגוסט 03, 2012 2:34 pm

די וויכטיגסטע איז צו ריספאנדן צייטליך דערצו,
צווייטענס קען זיין בעסער צו שליכטן מיטן קאקסטומער ער זאל עס פארמאכן, לויט ווי כ'האב אמאל געהערט קען עס שאטן פאר די סעלער פערפארמענס, ווען נישט ער פארמאכט עס. (פאר מיר האלט איך נישט אז ס'איז אמת אבער כך שמעתי)
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 5:10 pm

derech eretz האט געשריבן:ער האט געעפענט א א-ת קלעים... סאיז מיין ערשטע אזא קלעים עמער זען וואס סוועט זיך אויסשפילן ע

למעשה נאכן פארשטעלן פאר עמעזאן מיין צד, האבן זיי יא ריפאנדעד דעם קאסטומער, אבער זיי האבן עס באצאלט און זיי נעמען נישט צוריק פון מיר די געלט!
Claim Status:
Claim Granted
Amazon Funded
ס'איז געוואלדיג ווי זיי היטן אויף זייער נאמען.

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2012 2:51 pm

ווען איך ליסטעד א נייע אייטעם איז עס זייער ווייט אין די PAGES אין זיין קאטעגאריע, איז דא א וועג אז עס זאל שנעלער אנקומען צו די ערשטע פאר PAGES ??

ישר כח

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2012 2:53 pm

יא, מאכן ביליגער...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2012 2:54 pm

ביליגער איז א סיבה פאר זיך אז עס זאל אנקומען פריער אדער פשוט ווייל מען קויפט שנעלער און ממילא ווי מער מען קויפט האט מען א דין קדימה?
--
ווי איך פארשטיי האסטו מיר געענפערט בא א פאל ווען איך ליסט אויף אן עקזיסטינג אייטעם דעמאלטס איז ביליגער פריער איך פרעג ווען איך ליסט א קאמפליעט נייע אייטעם זענען אנדערע סימילער אייטעם'ס אסאך פריער וויאזוי ריק איך מיר ארויף? איך זעה סדא וואס זענען טייערער אין פינדעסוועגן זענען זיי אויך די ערשטע בלעטער

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2012 3:01 pm

קיווארדס, רענקינג
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:01 pm

איז שייך צו וויסן פונקטליך וויפיל געלט איך מאך חודש'ליך אויף עמעזאן?
איך שיק אריין אסאך אייטעמס צו עמעזאן און כ'האב ארדערס כסדר ב''ה,
יעצט סוף חודש אז איך רעכן אראפ די עקספענסעס פון די געלט וואס כ'האב באקומען פון עמעזאן דעם חודש, איז עס נישט מיין פראפיט פון די חודש ווייל ס'ליגט נאך אייטעמס ביי עמעזאן וואס כ'האב איינגעקויפט די חודש,

ס'איז דא א וועג צו וויסן די חודשליכע פראפיט?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:20 pm

leiby האט געשריבן:קיווארדס, רענקינג


רענקינג זאגט ער דאך אז עס איז א נייע אייטעם,

קיווארדס איז אמת אז עס קען אסאך אויסמאכן, אבער זיין ביליגער אנפאנג, אפילו מען מאכט נישט קיין געלט, איז א גוטע אינוועסטמענט,

ווי מער מען פארקויפט, אלס העכער קומט מען ארויף
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:24 pm

שנאפס האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:קיווארדס, רענקינג


רענקינג זאגט ער דאך אז עס איז א נייע אייטעם,

קיווארדס איז אמת אז עס קען אסאך אויסמאכן, אבער זיין ביליגער אנפאנג, אפילו מען מאכט נישט קיין געלט, איז א גוטע אינוועסטמענט,

ווי מער מען פארקויפט, אלס העכער קומט מען ארויף

רענקינג האט נישט נאר מיט וויפיל די פארקויפסט, ס'האט בעיקר וויפיל מענטשן האבן געעפנט די פעידזש.

לייג נאר [נישט] צו צו דיין אייטעם צוויי ווערטער ''דזשאסטין ביווער'', וועסטו זעהן ביז א וואך די רענק דערפון.

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:27 pm

למשל אויב איך וועל הונדערט מאל קליקען אויף מיין פעידזש וועט עס פאלן אין די רענקינג??

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:28 pm

derech eretz האט געשריבן:איז שייך צו וויסן פונקטליך וויפיל געלט איך מאך חודש'ליך אויף עמעזאן?
איך שיק אריין אסאך אייטעמס צו עמעזאן און כ'האב ארדערס כסדר ב''ה,
יעצט סוף חודש אז איך רעכן אראפ די עקספענסעס פון די געלט וואס כ'האב באקומען פון עמעזאן דעם חודש, איז עס נישט מיין פראפיט פון די חודש ווייל ס'ליגט נאך אייטעמס ביי עמעזאן וואס כ'האב איינגעקויפט די חודש,

ס'איז דא א וועג צו וויסן די חודשליכע פראפיט?




איך ווייס פון מאשקאוויטש ASM האט געמאכט א פראגראם ספעציעל פאר AMAZON
877-276-7020
http://accountsservices.net/


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט