בלאט 1 פון 2

האט איר עקסיפיריענס אין דיעלן מיט טשעין סטארס?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 3:14 pm
דורך מצב כללי
איך וויל וויסן אויב עס איז דא איינער וואס האט עקספיריענס מיט'ן דיעלן מיט גרויסע דעפארטמענט טשעין-סטארס א שטייגער וווי שאפרייט וכדומה?

איך רעד דילן מיין איך פארקויפן אייטעמס דארט

#יעזורו

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 7:23 pm
דורך בעל דמיון
איא יא!
איז אזוי אין קורצן רוב טשעין סטארס ווי וואל מארט, שאפ רייט, קאסטקא, וכדו' ארבעטן (עכ"פ אויף סטענדערד אייטימס) דורך קארפערעט (corporate) ד.מ. אז דארטן סטאקן זיי ריזיגע קוואנטומס סחורה און פון דארטן שיקן זיי ארויס צו רידזשינעל ברענטשעס
יעצט אויב ווילסטו פארקויפן פאר זיי איז דא צווי אפשענס 1# (דאס האב איך געטון) יעדע ברענטש האט עפעס אייגענע פאוער צו קויפן אליינס למשל אויב איך האב א גוטע דיל אויף אן אייטעם גיי איך צו די דיפארטמענט מענעדזשער און געב אים די אפער ער פרעגט אן ביי קארפערעט און זיי זאגען אים צו יא אדער ניין
2# איז פארקויפן פאר קארפערעט דירעקט (סארי נאו עקספיריענס דער)
סיי וועלעכע וועג דארפן זיי א באנטש פעיפער ווארק, טעקס פארמס... אד"ג

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 7:31 pm
דורך AHA
עטוואס, די פאר קאמפעניס קען איך:
זשעי סי פעני
טארגעט
טי זשעי מעקס
סיטי טרענדס
קאנוועי

אמת אז עס איז דא א סך ארבייט, אבער רוב ריקייערמענטס איז זשאסט קאמען סענס.

עס איז גיט דורעך צוליינען איין מאל.

איין קאמפעני וואס איז זייער שווער נאכצוקימען איז וואל מארט רוב אנדערע זענען דיסענט.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 7:35 pm
דורך להגדיל שמו
AHA האט געשריבן:עטוואס, די פאר קאמפעניס קען איך:
זשעי סי פעני
טארגעט
טי זשעי מעקס
סיטי טרענדס
קאנוועי

אמת אז עס איז דא א סך ארבייט, אבער רוב ריקייערמענטס איז זשאסט קאמען סענס.

עס איז גיט דורעך צוליינען איין מאל.

איין קאמפעני וואס איז זייער שווער נאכצוקימען איז וואל מארט רוב אנדערע זענען דיסענט.


ביטע שרייב דיין עקספירינס.
עס קען מיר זיין ניצלעך.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 8:04 pm
דורך AHA
כאב נישט אזא גיטע שפראך, סאו איך וועל פרובירען.

לאמיר פארשטיין פארוואס מאכען קאמפעניס ריקייערמענטס?
צוויי סיבות בעיקר,
איינס, זיך גרינגער מאכען. דאס הייסט: אז ווען אייטעמס קימען אריין זאל אלעס גיין אויטאמאטיש (נישט דארפען ניצען די קאפ)
צוויי, אויב מען קען זיי צופרידען שטעלן מיט אלע זייערע ריקייערמענטס איז ביי זיי שוין כמעט זיכער אז דיין קאמפעני וועט מצליח זיין מיט זיי.

פארוואס פרעגסטו? לאמיר דיר מסביר זיין:
זייער ריקייערמענט בעט די פראדוקט זאל זיין איינגעפאקט מיט אלע לעגאלע ווערטער אויף די פראדוקטען.
זייער ריקייערמענט בעט אז אלעס זאל זיין קאודעד מיט א סטיקער וואס זאל קענען גלייך אריינסקענען אין זייער סיסטעם.
זייער א סך בעטן אי.די.איי. (EDI) דאס ווייזט זיי אויכעט אז די ביזט פראפעשאנעל.
דארף קענען אויסהאלטען אן פעימענט ביז ניינציג טאג.
אויב זאכען זענען נישט גיט איינגעפאקט אדער עני אישו וועלן זיי דיר געבן א בעק טשארדזש אויך פאר די סיבה פון נישט זיין פערפעקט.

זיי שפירען אז זיי האבען אויפגעבויעט א געלונגענע קאמפעני מיט א סך קאסטומערס ווילסט באקומען דעם בענעפיט פון דא פארקויפען מאך קודם זיכער אז דיין פראדוקט איז פערפעקט אין נאכדעם פארקויף פאר אונז.

א חוץ אויב דיין פראדוקט איז עפעס וואס איז נאך נישט דא אויף די מארקעט דאן איז א צווייטע!מעשה.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 8:11 pm
דורך בן אחר בן
AHA האט געשריבן:עטוואס, די פאר קאמפעניס קען איך:
קאנוועי


קאנוועי איז היסטוריה..

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 8:16 pm
דורך AHA
נישט אינגאנצען, זיי זענען טאקע געווארען אפגעקויפט דורעך א גרויסע קאמפעני אבער זיי גייען נאך אלס קעריען קלאדינג.

נאו מאור פון די אנדערע.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 8:23 pm
דורך בן אחר בן
AHA האט געשריבן:נישט אינגאנצען, זיי זענען טאקע געווארען אפגעקויפט דורעך א גרויסע קאמפעני אבער זיי גייען נאך אלס קעריען קלאדינג.

נאו מאור פון די אנדערע.


לויט ווי ס'קוקט איצט אויס העט ער גיין טשעפטער 11 און פארמאכן אינגענצן.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 8:45 pm
דורך להגדיל שמו
וואס איז דאס אי. די. איי.?
ווי אזוי קןמט מען צי צו זיי?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 8:52 pm
דורך בן אחר בן
להגדיל שמו האט געשריבן:וואס איז דאס אי. די. איי.?
ווי אזוי קןמט מען צי צו זיי?


EDI stands for Electronic Data interchange. Which basically means that all data like PO/Invoice/Packing List is being submitted electronically. 
There is one good EDI service provider that I was very happy with, their name is DI Central. 

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 9:03 pm
דורך להגדיל שמו
דאס איז זייער וועבסייט.
ישר כוח.
יעצט מיין צווייטע שאלה, ווי אזוי קומט מען צו צו די קארפערעט?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 9:32 pm
דורך מצב כללי
יישר כח פאר אלע וואס האבן זיך אנגערופן, איך האב נישט געטראכט אז עס וועט ווערן אזא אפיציעלער שמועס, איך האב נישט געוויסט אז מיר האבן דא וואס דיעלן מיט די ריכטיגע חברה.

אלענפאלס, אויב איך וויל מיך פארבינדען, לאמיר זאגן, מיט מיין לאקאלע שאפ-רייט, קען איך אריינגיין מיט מיין אייטעם צו זיי אין געשעפט און זיי וועלן עס פארקויפן אדער עס דארף דורכגיין מער ביוראקראטיע?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 9:48 pm
דורך AHA
זייער שווער פאראויס צו זאגען.

אפשר קענסטו קודם בעטן איינער וואס פארקויפט שוין פאר זיי זאל דיר רעקאמענדן יארען בייער?

עס ווענדט זיך אויך א סך אין די אייטעם.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 11:16 pm
דורך משתוקק
בן אחר בן האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:עטוואס, די פאר קאמפעניס קען איך:
קאנוועי


קאנוועי איז היסטוריה..



אסאך חרדישע אידן האבן פארלארען ביי זיי אסאך געלט אין די מיליאנען,ליידער א גרויסע חילל השם.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 11:27 pm
דורך AHA
זיי צאלען צוריק ביז בערך פופציג פראצענט פון וואס זיי זענען דיר געוועהן שולדיג.

עס איז דא א אלטע וועג פון רעכענען א לאסס, צו עס איז א ריכטיגע וועג צו רעכענען זאל דער עולם זאגען.

מען נעמט דעם גאנצען עמאונט וואס דער קאסטומער האט איינגעקויפט למשל א מיליאן דאלער יעצט קוק וויפיעל ער בלייבט דיר שולדיג, לאמיר זאגען פונעף אין דרייסיג טויזענט. שטעל דיר פאר דו האסט געגעבן א 3.5 פראצענט דיסקאונט פאר דעם קאסטומער.

נישט אזא גרויסע לאסס מער, ניין?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2014 11:46 pm
דורך היימישער איד
פארוואס א חילול השם, די נייע בעלי בתים זענען אידן?

אויב קען מען רעכנן א מניעות הרווח אלץ א שאדן.. קעניך אויך א אידישע פירמע וואס האט געהאלטן אינמיטן ערענסטע פארהאנדלונגן צו טון ביזנעס מיט קאנוועי, און איז פלוצלינג געקומען צו א שארט-סטאפ ווען ס'האט זיך פארקויפט.

אגב ווי קען מען זעהן נייעס איבער דעם, כ'האב געזוכט אויף גוגל נישט געזען רעדן אז גיין געבראכן.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 26, 2014 1:15 am
דורך Elmo
דעי סובזשעקט איז דא אסאך מיינעך וואס ווילן וויסן וויזוי דעס ארבייט אויב איינער קען שרייבן זיין עקספיריענס ביז ער האט געזעהן די ערשטע ארדער ביי אזא קאמפעני וואלט ווען געווען אפרישיעיט

האט איר עקסיפיריענס אין דיעלן מיט טשעין סטארס?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 26, 2014 8:31 am
דורך בן אחר בן
AHA האט געשריבן:זיי צאלען צוריק ביז בערך פופציג פראצענט פון וואס זיי זענען דיר געוועהן שולדיג.

עס איז דא א אלטע וועג פון רעכענען א לאסס, צו עס איז א ריכטיגע וועג צו רעכענען זאל דער עולם זאגען.

מען נעמט דעם גאנצען עמאונט וואס דער קאסטומער האט איינגעקויפט למשל א מיליאן דאלער יעצט קוק וויפיעל ער בלייבט דיר שולדיג, לאמיר זאגען פונעף אין דרייסיג טויזענט. שטעל דיר פאר דו האסט געגעבן א 3.5 פראצענט דיסקאונט פאר דעם קאסטומער.

נישט אזא גרויסע לאסס מער, ניין?


ס'איז נאך נישט דא קיין שום אפיציעלע אפמאך וויפיל סענט אויפן דאללער זיי גייען סעטלען אויף.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 26, 2014 6:29 pm
דורך זאכליך
כ'האב ב"ה היבש עקפיריענס, אסאך געהאנדעלט מיט זיי.

ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך בל"נ שרייבן א לענגערע ארטיקל כיד ה" הטובה עלינו.

מען דארף זיין באווארנט אסאך פון דיע קאמפעניס האבן CHARGBACKS, אסאך מאל גרויסע אויב מען FOLLOED נישט פינקטליך זייער רולס.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 26, 2014 6:39 pm
דורך להגדיל שמו
זאכליך האט געשריבן:כ'האב ב"ה היבש עקפיריענס, אסאך געהאנדעלט מיט זיי.

ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך בל"נ שרייבן א לענגערע ארטיקל כיד ה" הטובה עלינו.

מען דארף זיין באווארנט אסאך פון דיע קאמפעניס האבן CHARGBACKS, אסאך מאל גרויסע אויב מען FOLLOED נישט פינקטליך זייער רולס.

איך לויף קויפן א פיצער פאר מיין גלעזער, איך זאל קענען ליינען, קענט וועיט.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 26, 2014 6:54 pm
דורך בילדער
מיין בעטערי איז שוין 100% טשארדשט, גיימער יעצט קויפן א פעקל פאטעטא טשיפס מיט פאפיטעס, און מע'זעמיר גרייט פאר א "זאכליכע" ארטיקל.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 26, 2014 10:53 pm
דורך בילדער
זאכליך, עס איז דיין אחריות די צווייטע זעקל פאטעטא טשיפס ווען מען האט נארוואס אנגעהויבן...

געשריבן: מיטוואך פאברואר 26, 2014 11:11 pm
דורך זאכליך
אז דער עולם ווארט וועל איך מיר אינטעריאגן... (בילדער, כ'האף האסט נאך געניג בעטערי...)

איך בין נישט קיין אייגענע בעה"ב, וועל איך נישט קענען שרייבן קיין פרטים אויף ספעציפישע קאמפעניס, וועל איך שרייבן בדרך כלל.

די עיקר שוועריקייט/קונץ איז צו באקומען די ארדער.

כדי צו באקומען דעם ארדער (PO) מיז מען האבן א קשר מיטן buyer ס'קען זיין די לאקעל buyer און די בעסערע אפשין איז די corporate buyer. אויב גייסטי צי די לאקעל buyer וועסטי נאר באקומען orders פאר די לאקעל סטאר, די גאנצע אויפטי פון פארקויפן פאר טשעין סטארס איז אז זיי קויפן ריזיגע קוואנטום, אויב די פארקויפסט נאר פאר די לאקעל סטאר אדער אפילו פאר די regional סטארס באקומסטו נישט אזאלכע גרויסע ארדערס.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 26, 2014 11:59 pm
דורך זאכליך
כדי צי בויען דעם קשר מיטן buyer מיזטו אים קודם ווייסן אז די ביזט פראפעשענעל און אז דיין ביזנעס איז פראפעשענעל. רוב buyers פון גרויסע קאמפעניס זענען גרויסע דל גאה'ניקעס זיי פילען זיך זייער ב'גדול'ט און פארדעם ווילן זיי נישט דילן מיט א סעילס מאן וואס איז נישט פראפעשענעל.
כ'האב אמאל געהערט א געדאנק אז ווען די גרויסע buyers זעהן אז די סעילס מאן ביקט זיך פאר אים פילט ער ווי די סעילס מאן איז אנגעוויזן אויף אים מאכט עס אויסזעהן נישט פראפעשענעל, דארף מען שוקל זיין שטארק ווען זיך צו לעקן צינעם און ווען צו ווייזן שטארקייט.

חוץ די געהעריגע סעילס טאקטיקן וואס יעדער סעילס מאן ניצט דארף מען דא אן עקסטערע חוש ווי צו קלאפן און וואס צו זאגן פארוועם, אסאך מאל איז גוט צו נעמען אן outside סעילס קאמפעני און זיי זאלן מאכן די קאננעקשין.

נאכדעם וואס די האסט שוין די קאננעקשין, הייבט זיך אן די פראססעס פון מיטינגען מיטן buyer אים מסביר זיין וואס דיין קאמפעני טוט, אים ארויסנעמען אויף א לאנטש, ווייזן דיינע אייטעמס א. א. וו.

איינמאל די buyer זעהט איין אז ער קען באקומען ביי דיר א גיטע דיל וועט ער דיר פארלאנגען אויסציפילען ווענדער סעט אפ פארמס (ס'דא קאמפעניס וואס פארלאנגען דאס פאר אלעם). כ'האב אמאל אויסגעפילט אזאנס פאר א קאמפעני אן ערך פון 50 זייטן מיט אלע סארטן שאלות און פארמס.

דערנאך וועט ער דיר בעטן צו שיקן סעמפעלס פון די אייטעמס, און פארשטייט זיך מיטשיקען גאנצעטע הויפנס מיט אינפארמעישאן און בילדער פון א יעדע אייטעם וואס די אפערסט אים.

א יעדע גרויסע האט אנדערע requirements וואס זיי פארלאנגען פון די ווענדארס, און דא קומט אריין EDI.

וואס איז EDI, ווי אויב ערווענט מיינט עס electronic data interchange. ס'איז א שמיעס פאר זיך וויאזוי ס'ארבייט אבער וואס ס'טוט איז אז אנשטאט שיקן די PO, invoice, ASN, packing slip, אדער remittance ביי מעיל פעקס אדער ווי די פארגעשריטענע ביי אימעיל שוקט מען עס דורך EDI, דאס הייסט קאמפעני "א" שיקט א EDI פייל צו קאמפעני "ב" וואס באשטייט פון א PO. און ווען קאמפעני "ב" שיפט די ארדער שיקן זיי פאר קאמפעני "א" אן EDI פייל וואס באשטייט פון אן אינוואוס. אויפדעם דארף מען האבן א פראגרעם וואס קען שרייבן און ליינען EDI פיילס און אן FTP סערווער וואס קען שיקן און באקומען פיילס דורך די אינטערנעט. למעשה היינט קען מען זיך אויפסיינען ביי קאמפעניס ווי למשל DI central וואס טיען אלעס פאר דיר און ווען די לאגסט אריין צי דיין אקאונט זעהסטו די PO אנגעקומען און די קענסט פון אנליין צוריקשיקן אן אינוואוס.

המשך יבוא אי"ה.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 1:59 am
דורך AHA
א דאנק זאכליך פארן קלאר אראפלייגען.

איין הערה נאר, EDI איז דא אפאר וועגן וויאזוי עס קען ווערן אויפגעסעט.

היינט צוטאגס הער איך אפט ווי סעילס פיפעל זאגען פארן בייער: נישט איך אין נישט דו ווייסען וויאזוי דעס ארבייט לאמיר עס איבערלאזען פאר אונזערע איי טי דעפארטמענטס.

EDI קאוסט געלט ווערסעס אייגענע פראגרעמס.