אדווערטייזמענט: אינווענטאָרי אהעד.קאם פאַרשפּרעכט נייע עפּאָכע פאַר אָנליין סעלערס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: אינווענטאָרי אהעד.קאם פאַרשפּרעכט נייע עפּאָכע פאַר אָנליין סעלערס

תגובהדורך ivelt אדווערטייזמענט » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:37 pm

עס איז היינט צוטאָגס זומער תשע"ט און פילע אידישע קינדער פאַרדינען שיין פּרנסה און פירן זאָגאַר גרויסע ביזנעסער, דורך פאַרקויפן אָנליין, טייל זענען גענצליך באַזירט אויף עמעזאָן, אַנדערע זענען מער דיווערסיפייד און פאַרקויפן אויך אויף וואָלמאַרט, איבעי, און אַנדערע אָנליין סעלינג פּלאַטפאָרמעס.

די ערשטע זאַך וואָס אַ ביזנעסמאַן אָדער אַ בעל מלאכה דאַרף צו האָבן, איז אַרבעטס געצייג, ביי אַ טישלער איז דאָס איז די האַמער און נעגל, ביי אַ אָנליין ביזנעס איז דאָס די סאָפטוועיר וואָס ראָנט זיין ביזנעס.

אָן קיין סאָפטוועיר איז אוממעגליך צו פירן אַן אָנליין סעלינג ביזנעס, אַפילו די קלענסטע אָנליין סעלערס פאַרפיגן אויף 100-200 אייטעמס און דאַרפן האַלטן חשבון אויף צענדליגער דעטאַלן, ווייל נאָר אַזוי איז בדרך הטבע מעגליך צו זיין פּראָפיטבאַר. מען מוז קויפן די סחורה, וויסן וויפיל צו קויפן, דאַן וויסן וויפיל מען האָט געצאָלט, וויפיל מען האָט אין ווערהאַוז, וויפיל מען האָט ביי עמעזאָן, און וויפיל מען האָט פאַרקויפט, און די וויכטיגסטע פראַגע, וויפיל האָט מען פאַרדינט.

אָט די אַלע פראַגן, וויפיל, סחורה און געלט, איז עפּעס וואָס באשעפטיגט יעדן עמעזאָן און אָנליין סעלער, מען איז כסדר ביזי דערמיט. פּונקט ווי מען פאַרשטייט אַז מיט אַ לעפל קען מען נישט גראָבן קיין פאַונדעישאָן פאַר אַ בילדינג, און מיט שאָוולעך און 10 גוים קען מען אפשר יאָ, אָבער מיט אַ טראַקטאָר איז מען אין ביזנעס, דאָס זעלבע איז ביי אָנליין סעלינג, אָן קיין סאָפטוועיר איז מען אין ערגעץ נישט.

אָנליין סעלערס זוכן כסדר אַ גוטן סאָפטוועיר צו ראָנען זייער ביזנעס, אַ סאָפטוועיר וואָס זאָל פון זיי אַראָפּנעמען דעם עול פון טאָן די לאַנגווייליגע אַרבעט פון קאַפּי-פעיסטן עקסעל פיילס, אַראָפּלאָדענען ריפּאָרטס און זיי פאַרגלייכן, און די אַלע אַרבעט וואָס קען דאָס בעסטע געלאָזט ווערן פאַר'ן מאַשין, און דעם מוח פריי לאָזן פאַר'ן מאַכן סטראַטעגישע באַשלוסן איבער וויאַזוי צו קויפן און פאַרקויפן כדי צו פאַרדינען שיין בעזרת השם.

טרעפן אַזאַ סאָפטוועיר איז נישט דווקא אַ גרינגע זאַך, יעדער אָנליין סעלער האָט זיך זיין שניט און זיין אויסשטעל. אַסאַך סעלערס גייען פון איין סאָפטוועיר צום צווייטן מיט אַנטוישונג, אַנדערע נוצן מערערע סאפטוועירס יעדע איינע פאַר אַן אַנדערן געברויך, וואָס שאַפט פיזור הנפש, מען האָט נישט אַרויס דעם גאַנצן בילד, און איז נישט קיין לעזונג.

אָט דאָ קומט אַריין אין בילד דער נייער אויפקומענדיגער סאָפטוועיר, אינווענטאָרי-אהעד.קאַם. וועלכע איז געשריבן געוואָרן דורך געוועזענע אָנליין סעלערס וועלכע האָבן זיך געפּלאָגט צו טרעפן אַ גוטן סאָפטוועיר וואָס זאָל דינען זייערע געברויכן, און ווייסן דערפאַר גוט, וואָס אָנליין סעלערס באַדאַרפן.

פרעגט איר, מיט וואָס צייכענט זיך אינווענטאָרי-אהעד.קאַם אויס. זייער פּשוט, עס איז איינפאַך צו נוצן, עס איז אַ פול אַרומנעמענדיגע סאַלושען, און שטעלט צו אַ קלאָרן בילד וואָס ענטפערט אַלע פראַגן וואָס אַן אָנליין סעלער דאַרף צו וויסן און וויל וויסן יעדן טאָג און יעדן מינוט אין זיין ביזנעס. נעמליך, וויפיל דאַרף איך איינקויפן, וויפיל האָב אים געקויפט, וויפיל האָב איך אין מיינע ווערהאַוזעס, וויפיל ביי עמעזאָן, וויאַזוי האָט זיך די סחורה גערוקט פון פּוינט עי. צו פּוינט בי., וויפיל געלט האָט מיך דאָס געקאָסט, וויפיל האָב איך פאַרקויפט, וויפיל האָב איך פאַרדינט. אויך, יעדער נומער האָט Backing, מען קען זען פּונקטליך וואָס ווען און וואו, נישט קיין טרוקענע סטאַטיק ציפערן אין וועלכע מען קען נישט האָבן קיין צוטרוי.

אַ הויכפּונקט פונעם פּראָגראַם, איז דער פּראַפיט-דיטעילס פּעידזש, וועלכע ווייזט אַ טאָטאַל פון יעדן אייטעם וואָס מען האָט, וויפיל אָרדערס, וויפיל ריטוירנס, וויפיל ריאימבורסמענטס, וויפיל האָט עמעזאָן אַראָפּגעציפּט, וויפיל איז די קאָסט פּרייז, וויפיל האָב איך געשפּענדעט פאַר סטאָרעדזש און אַדווערטייזינג, און וויפיל האָב איך פאַרדינט. פאַר דעם אַליינס איז דער פּראָגראַם ווערט גאָלד, זאָגן עקספּערטן.

אָט איז אַ ציטאַטע פון אַ באַנוצער: "מיט איין קליק אויפ'ן פּראַפיט דיטעילס ריפּאָרט, אין וועלכע איך האָב סאָרטירט די פּראַפיטן פון אַרויף צו אַראָפּ, בין איך דערשטוינט געוואָרן צו זען עטליכע אייטעמס אויף וועלכע איך צאָל צו געלט יעדן חודש עס צו פאַרקויפן אויף עמעזאָן און די אייטעמס ווערן איבערגעקויפט דורכ'ן באיער נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל"... די ווערטער רעדן פאַר זיך אַליינס.

דער פּראָגראַם שפּירט זיך פליסיג פון אָנהויב צו ענדע. מען הייבט אָן דעם אַרבעטס-פלוס דורך מאַכן פּוירטשעסעס, דורכ'ן סאָפיסטיקירטן פּוירטשעסינג פּעידזש, דאָס איז דער וועג וויאַזוי דער פּראָגראַם באַקענט זיך מיט אייערע אייטעמס און די קאָסט פּרייזן. דאַן ריסיווד מען די פּוירטשעסעס. מען קאָנעקט די עמעזאָן סטאָרס און אַלע אינפאָרמאַציע ווערט אויטאָמאַטיש געSync--ד, אָן קיין איבריגע דאגות, דער מעין סטאָר פּעידזש פונעם פּראָגראַם אַנטהאַלט ביי יעדע אייטעם פון יעדע סטאָר, פּונקטליכע מעטריקס, וויפיל עס קאָסט, סעלינג פּרייז, ביי-באַקס פּרייז, עסטימעיטעד פּראַפיט, ריאָרדער און ריפּלעניש נומערן, ועוד ועוד ועוד.

דער קאָלום, וועט גענוצט ווערן צו באַטייליגן דעם עולם איבער די אייגנשאַפטן פון דעם אינווענטאָרי-אהעד.קאם פּראָגראַם, און די כסדר'דיגע חידושים וואָס מען איז מוסיף דערצו, דורכ'ן אימערמידליכן שטאַב פון פּראָגראַמערס, מיר וועלן האַלטן דעם עולם אינפאָרמירט, און אויך קען דער קאָלום גענוצט ווערן צו פרעגן פראַגן איבער דעם פּראָגראַם. זיך איינצושרייבן גייט מען צו inventoryahead.com און מען באַקומט אַ 30 day free trial אין וועלכע מען קען פולשטענדיג אויספּרובירן דעם פּראָגראַם מיט אַלע אירע פיטשערס.

מיר וואַרטן אייך צו באַדינען




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.

צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט