אריין נעמען משפחה/טאטע/קינדער אין ביזנעס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
בערי שרייבער
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2019 7:04 pm

אריין נעמען משפחה/טאטע/קינדער אין ביזנעס

תגובהדורך בערי שרייבער » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 1:53 pm

א גוטן טייערע אידן

איך האב געוואלט פרעגן צו ס'איז גוט אריינצונעמען א משפחה מיטגליד [טאטע אדער קינדער] אין ביזנעס?

איב יא וויאזוי קען מען מאכן זיכער אז ס'זאל נישט שאטן פאר די פערזעינליכע Relationship?

קומט אריין מיט אייער מיינונג

אוועטאר
לפנות בוקר
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 1:57 pm

חס ושלום!!!
נישט גוט סיי פון א ביזנעס עספעקט און סיי פון א משפחה עספעקט
לעצט פאראכטן דורך לפנות בוקר אום מיטוואך דעצמבער 04, 2019 1:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הלב שלי נקרע לשניים, חציו אשם וחציו לשם שמים,
ורק אתה יכול להפוך מספדי למחול, לזכך את החול, לרכך בי הכל,
ורק אתה מבין איך לגשת ללב שלי, משכך כל כאב שבי, מרפא את הלב...
- ישי ריבו - אלול תשע"ט

Programming
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 1:57 pm

מיט משפחה עסט מען קוגל

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 1:59 pm

א קינד דארף האבן געארבעט אין א 2טע פלאץ פאר מען גייט אריין צו די טאטע

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 2:00 pm

א שאלה בכלליות?
נישט מעגליך צו ענטפערן אן קענען סיי די פרטים פון די ביזנעס און פארשטייט זיך די מענטשן און זייער טאלאנטן וכו'.
סתם שרייבן חס ושלום איז זיכער די גרינגסטע ענטפער...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 2:02 pm

צוויי וויכטיגע פוינטס.
1. יענער מיז האבן געארבער פאר א פרעמדע כאטשיג פינעף יאר, אז נישט ווייסט ער בכלל נישט וואס עס מיינט ארבעטן ערנסט
2. בשם וואוידיסלאווע רב, אז מען נעמט זיך אויס ווי ברידער לעבט מען ווי רויבער, אויב נעמט מען זיך אויס ווי רויבער לעבט מען ווי ברודער. מען דארף פאראויס אראפשרייבן ברחל בתך הקטנה, וויפיל מען וועט באצאלן, ווען מען קען עקספעקטן א רעיז, ווי אזוי גייט מען שאצן צו מען מאכט א גוטער דזשאב, ביי וועלכע פאל גייט מען אים פייערן, וכו' וכו'.

אפילו נאך דעם אלעם, וואלט איך עס נישט געראטן. אין חכם כבעל נסיון...

פינחס
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 2:05 pm

נאר אויב מען טיט עס פאר חסד

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 2:06 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:א שאלה בכלליות?
נישט מעגליך צו ענטפערן אן קענען סיי די פרטים פון די ביזנעס און פארשטייט זיך די מענטשן און זייער טאלאנטן וכו'.
סתם שרייבן חס ושלום איז זיכער די גרינגסטע ענטפער...

;l;p-
איך ווייס פערזענליך פון א משפחה וואו כמעט אלע קינדער ארבעטען ביי די טאטע'ס ביזנעס פאר יארן (פון ווען סהאט זיך געפענט ביז היינט וואס די טאטע ריטייערט שוין), און ס'ארבעט זיך זייער גוט אויס ב''ה

עוד הם מדברים
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 12:21 am

תגובהדורך עוד הם מדברים » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 2:08 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:א שאלה בכלליות?
נישט מעגליך צו ענטפערן אן קענען סיי די פרטים פון די ביזנעס און פארשטייט זיך די מענטשן און זייער טאלאנטן וכו'.
סתם שרייבן חס ושלום איז זיכער די גרינגסטע ענטפער...


איך פיל קאנפידענט צו זאגן "חס ושלום" אין יעדן פאל. עס לאזט זיך צומאל אויס זייער נישט גוט, און מ'קען עס שווער פאררעכטן, דאגעגן ווען מ'איז אין ביזנעס מיט א דרויסענדריגער און מ'צורייבט זיך גייען ביידע אין אנדערע ריכטונגען.

טראכט אריין וויפיל משפחות דו קענסט וואס ליידער שלאגן זיי זיך ארום צוליב ביזנעס אנגעלעגענהייטן, עס פעלט נישט אזעלכע פעלער, אלע פון זיי וועלן דיר קלאר זאגן אז ווען זיי זענען געגאנגען אין ביזנעס האבן זיי זיך געשוואוירן אז זיי גייען זיך קיינמאל שלאגן. איך וואלט רעקאמענדירט צו אוועקשטיין דערפון.

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 2:11 pm

עוד הם מדברים האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:א שאלה בכלליות?
נישט מעגליך צו ענטפערן אן קענען סיי די פרטים פון די ביזנעס און פארשטייט זיך די מענטשן און זייער טאלאנטן וכו'.
סתם שרייבן חס ושלום איז זיכער די גרינגסטע ענטפער...


איך פיל קאנפידענט צו זאגן "חס ושלום" אין יעדן פאל. עס לאזט זיך צומאל אויס זייער נישט גוט, און מ'קען עס שווער פאררעכטן, דאגעגן ווען מ'איז אין ביזנעס מיט א דרויסענדריגער און מ'צורייבט זיך גייען ביידע אין אנדערע ריכטונגען.

טראכט אריין וויפיל משפחות דו קענסט וואס ליידער שלאגן זיי זיך ארום צוליב ביזנעס אנגעלעגענהייטן, עס פעלט נישט אזעלכע פעלער, אלע פון זיי וועלן דיר קלאר זאגן אז ווען זיי זענען געגאנגען אין ביזנעס האבן זיי זיך געשוואוירן אז זיי גייען זיך קיינמאל שלאגן. איך וואלט רעקאמענדירט צו אוועקשטיין דערפון.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 2:17 pm

וויבאלד צומאל לאזט זיך עס אויס זייער נישט גוט, לוינט זיך נישט צו נעמען אזא ריסק.

אוועטאר
בערי שרייבער
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2019 7:04 pm

תגובהדורך בערי שרייבער » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 2:20 pm

איז דא א חילוק אויב למשל א טאטע איז שוין עלטער?

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 2:46 pm

מים חיים האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:א שאלה בכלליות?
נישט מעגליך צו ענטפערן אן קענען סיי די פרטים פון די ביזנעס און פארשטייט זיך די מענטשן און זייער טאלאנטן וכו'.
סתם שרייבן חס ושלום איז זיכער די גרינגסטע ענטפער...

;l;p-
איך ווייס פערזענליך פון א משפחה וואו כמעט אלע קינדער ארבעטען ביי די טאטע'ס ביזנעס פאר יארן (פון ווען סהאט זיך געפענט ביז היינט וואס די טאטע ריטייערט שוין), און ס'ארבעט זיך זייער גוט אויס ב''ה

איך האלט מען זאל אוועקשטיין דערפון ווי פון פייער...

אפ' עס קען זיך אויסארבעטען.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 3:13 pm

געהערט נאכזאגען בשם אדמור מוהר"א מסאטמאר שליט"א, אז צו ארבעטען ביי א טאטע דארף מען זיין אדער א גרויסע צדיק אדער א גרויסע רשע

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6981
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 5:17 pm

איך קען א יונגערמאן וואס איז אריין ביי די טאטע, אלעס איז געפארען פיין צעהן יאהר שפעטער האט זיין ברודער חתונה געהאט און ער איז אויך אריין ארבייטען ביי די טאטע, דאן האט זיך אנגעהויבען קריגערייען, די עלטערע ברודער האט זיך דאן געצויגען קיין אפסטעיט און געטראפען א נייע דזאב אין די זעלבע ליין (ארבייטען פארן טאטעס קאמפטישען איז נישט געווען שייך האט ער זיך געצויגען אין אפסטעיט)
Diapers: Save $30 when you spend $100
https://amzn.to/2uLJKvF

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

נישטאמת
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 5:21 pm

צ\ק
די בעסטע זאך צו טוהן! האלויי האט מיין טאטע א ביזנעס אין נעמט מיר אריין ארבעטן דארט. אוי גייט דאס זיין א שלות הנפש

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5089
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 5:36 pm

..ביז דו בעטסט א רעיז און ער זאגט ניין.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 5:39 pm

איך בין ביי מען טאטע אין ביזנעס. די בעסטע זאך.

אבער נישט יעדער קען דאס טוען

נישטאמת
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 5:46 pm

ווישוואש האט געשריבן:..ביז דו בעטסט א רעיז און ער זאגט ניין.


ביי א טאטען נעמט מען...

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5089
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 5:55 pm

אה, נישט געכאפט אז דיין שלות הנפש באשטייט פון גנב'ענען פון דיין טאטן..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

טראק דרייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 5:58 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:חס ושלום!!!
נישט גוט סיי פון א ביזנעס עספעקט און סיי פון א משפחה עספעקט
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 8:09 pm

ביודעי ומכירי קאמינה וואס ארבעטן מיט די טאטע און אויף די גאס זעהט עס אויס ווי יעדער איז העפי אבער אינערליך איז דא מעסער שטעך אין לשער, איש את ריעיהו חיים בלעו.
אבער יעדער באווינדערט ווי גוט מ'ארבעט באנאזאם

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 9:37 pm

Not recommended
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

yid
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 11:14 pm

מטעמים האט געשריבן:Not recommended


i agree

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 12:33 am

די פראגע זעט אויס ווי פרעגן אויב מען זאל טון א שידוך אן זאגן פון וועם מען רעדט

אויב איז דא אסאך געלט איז דער ענטפער מער מאל יא, אויב איז נישט דא גרויס געלט איז די ענטפער מער מאל ניין

ווען סאיז נישט דא אסאך געלט, אין דער זין האלט זיך נישט לאנג אין א זשאב, אין דאס לעבען וועט גיין בארג אראפ, אדער די טאטע קען שוין נישט טרעפען א זשאב אין ער וועט... אדער די טאטע איז שוין כמעט רעדי צי רעטייערען,

הכלל מען דארף רעדען צי א קליגען איד וואס פארשטייט, אין קען ביידע,
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט