איך וויל זיין א עושר, איז עס שייך? וויאזוי?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

איך וויל זיין א עושר, איז עס שייך? וויאזוי?

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:09 pm

אָב הָרַחֲמָן, שְׁמַע קוֹלֵנוּ ה' אֱלֹהֵינוּ, חוּס וְרַחֵם עָלֵינוּ וְקַבֵּל בְּרַחֲמִים וּבְרָצוֹן אֶת תְּפִלָּתֵנוּ,
כִּי אֵל שֹׁמֵעַ תְּפִלּוֹת וְתַחֲנוּנִים אָתָּה,
וּמִלְּפָנֶיךָ מַלְכֵּנוּ רֵיקָם אַל תְּשִׁיבֵנוּ, חָנֵּנוּ וַעֲנֵנוּ וּשְׁמַע תְּפִלָּתֵנוּ,
אידיש: הייליגע באשעפער איך וויל ווערן א עושר, מיט אסאך געלט, קענען טיילן צדקה, מאכן ברייט שמחות, קויפן א גרויסע הויז, קינדער, וכו'.
כִּי אַתָּה שֹׁמֵעַ תְּפִלַּת כָּל פֶּה.
בָּרוּךְ אַתָּה ה', שֹׁמֵעַ תְּפִלָּה.

קען מען בכלל צילן אונצוקמען צו עשירות?, איז עשירות אזוי גוט?, איז עשירות גוט פאר דיר?, האט עשירות מיט מזל?,

געווען אמאל א כולל אינגערמאן לאמיר עם געבן א נאמען שאול, וואס האט נישט מצליח געווען אין כולל אין ער איז ארויס ארבעטן, נאך די ערשטע וואך ארבעט רופט עם פרייטיג די מענדזשער אריין, אין זאגט עם דאס איז דיין טשעק פאר די וואך, די אינגערמאן שאול באדאנק זיך אין עפענט אויף די טשעק אין געבט א קוק אינסייד אין וויל זען וואס דא ליגט, סע ווערט עם שווארץ פאר די אויגן אין זעט גאנצע $750.

דאס אינגערמאן שאול ווערט שווארץ פאר די אויגן, פארדעם האב איך געארבעט אזוי שווער, יעדן טאג אריין געקומען פון 9 צופרי אין ארויס די לעצטע, אבער ער ווייסט אז דאס איז זיין ערשטע ארבעט אין ער מאכט אן.

די נעקסטע וואך אודך נאכאמאל ביים געבן די טשעק פרייטיג ווערט די אינגערמאן שאול אונגעפילט מיט קשיות, אין ער וויל זיך אוסרעדן פאר איינעם, נא וואס טוט מען דא, שבת צופרו ביי די סעודה האט ער געגעסן ביי זיין טאטע א לאנג יעריגע באס דרייווער פאר די לאקאלע תלמוד תורה, אין די זון הייבט אן צו דערציילן פאר זיין טאטע אז ער האט א נייע פרנסה אין ער איז דער גאנצע מאכער אין יענעמ'ס ביזנעס, אבער:

נישט אין שבת גערעדט, באקומט זייער ווייניג באצאלט, ער פילט ווי ער איז ווערד מער, ער באקומט גאנצע $750 א וואך, קוים וואס ער קומט ארויס די חודש, זיין נייע עס יו ווי קאסט עם באלד $700 א חודש, אין דא שטייט ער אבל וחפוי ראש מיט א נישטיגע טעשקל, ער באוויינט זיין סיטואציע, אין זאגט פאר זיין טאטע אז ער טראכט פון אליין אריין גיין אין ביזנעס, זיין טאטע מאכט עם אוועק מיט די היינט, אין הייבט אן מסביר זיין אז סעטעל דיך קודם, בעט עם א רעיס, זע דיינע קוואלעפעקאציע'ס, אין נאכדעם הייב אן צו האבן פייגעלך אין קאפ, אין פארט גראד אריין צו שיינע תפארת שלמה איבער די נושא פון פרנסה, אין הייסט אריין ברענגען אייער צוויבל.

לאמיר כאפן א שפאציר ביי די אינגערמאנן שאול דזשעליס אין קאפ אין זען וואס דארט קומט פאר.

יעדע נאכט אלץ בחור פלעגט ער שאול טאנצן ביי טייערע חתונה'ס, אין זיך דרייען מיט די בעסערע גאטשע'ס פון ישיבה, יעדער זינגער האט עם געקאנט, אין די שטריימל אגענט איז געווען זיין בעסטע פריינד, אין ער האט געמיינט אז יענער בחור'ס טאטע האט געלט.

ער אבער קומט פון א פלעינע פאמעלי אז טאטע איז א באס דרייווער, אין ער האט אלץ געוויסט אז זיין טאטע איז סתם א שלעפער, אין ווען ער וועט חתונה האבן וועט ער ווייזן פאר זיין פאמעלי אז ער איז די מאכט, ער האט שיינע שמחות, נעקסט לעוועל עושר.

אלזא זיך טרעפענדיג די ערשטע וואך אין ארבעט מיט א שטעקל פון $750 האט ער זיך פליצלונג דערזען מיט א מיינעס אין באנק אין א שטארקע דיסאפוינטמענ'ס, וואס הייסט איך בין דאך א פויטשער עושר, איך בין ווערד אסאך מער, וויאזוי קען מען מיך צאלן אזוי ווייניג?

ער פאלט ביי א שטארקע פלאן, אין נאכן עס איבער שמיסן מיט די בית רחל מיידל, איך מיין זיי ווייבל אין נאכדעם וואס זי האט ציגעשטימט דערצו, האט ער אונגעהויבן מיט א פינקליכע פלאן וויאזוי צו ווערן די עושר, אין רייכע איד, אין אוספירן זיין לאנג ערווארטעטע טרוים, בערך אזוי איז די קליגע פלאן אונצוקמען דארטן:

קודם תפילה, וואס הייסט וואס אן קיין אמונה אין בטחון איז גארנישט דא, אין מע האט אונגעהויבן צו קארדענירן א מעכטיכע פלאן וויאזוי מע גייט אפרוטשען ביים דאווענען אז די באשעפער זאל חס ושלום נישט זיין צומישט אין פינקלעך נעמען זיינע מיט אירע תפילות צו נעקסט לעוול, אין ער האט זיך מסדר געווען ביי די ברכה כי אתה שומע, אונגעהויבן יעדן טאג זייט די לעצטע פרייטיג וואס ער האט באקומען אזא קליינע וועידזש צו בעטן דאס דערמאנטע אידיש: הייליגע באשעפער איך וויל ווערן א עושר, מיט אסאך געלט, קענען טיילן צדקה, מאכן ברייט שמחות, קויפן א גרויסע הויז, קינדער, וכו'.

ערב חודש געווען ביים ריבניצער, יום כיפור זיך געשלעפט מיט א שטיקל קנאבל וואס האט אונגעסארכעט די ארום, צלוב א סגילה וואס עפעס א באבא פון פתח תקווה האט אוסגעטראפן, זאת חנוכה געפאסט, נעבעך ער האט זיך געמישטעט.

זיין טייערע אשת חייל האט פון איר זייט געטאן השתדלות אין ביי איר ארבעט געהאט צוטריט צו אינטערנעט, אין געדאנלאוד ווידאוי וויאזוי מע קען ווערן סוקסעספול, מיט פולע ביזנעס טרעינינג, אין ביזדערווייל איז די אינגערמאן געווען פארנימען צו מישן די יעלא פעידזש אין זען ווער סע איז גרינג נאכצומאכן אין עפענען א ביזנעס אין ווערן די עושר, אבער האט פארגעסן אז די טשעקל רירט זיך נישט אין שטייט ביי די נישטיגע סומע פון $750 וויבאלד ער בעט אפילו נישט קיין רעיס וועגן ער וויל זיך נישט באקוועם מאכן....

ארטיקל 2 וועל איך בלי נדר שרייבן:
וואס איז שלעכט מיט די אינגערמאנ'ס מחשבות אין גאנג?
האט ער א טשאנ'ס?
וויאזוי זענען אנדערע אונגעקומען דארטן?
וואס איז געביליבן מיט די אינגערמאן שאול?
אין וואס זאגט זיין ווייב?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:20 pm

LOL זייער געשמאק און הומאריסטיש..... מיר קענען נישט ווארטן פאר ווייטער!!!!!

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:26 pm

זייער גוט

בארואיגט-אייך האט געשריבן:וואס איז געביליבן מיט די אינגערמאן שאול?

ער שרייבט אויף אייוועלט, ווייל ער האט נישט קיין שטיפ צו ארבעטן פאר די נישטיגע 750

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:27 pm

איך האלט שוין ביי נעקסט לעוול
רעדי פאר נעקסט
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:39 pm

יוש איז דאס זיס!! זעץ פאר ביטע!

קעש
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2019 3:28 pm

תגובהדורך קעש » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:08 pm

wow tht's cute רבותי! אין כזה דבר
מדארף ארבייטן שווער יארן לאנג א פעני מיט אפעני....

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:11 pm

פיין פיין!
ווארטן מיר אויפ'ן המשך
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:18 pm

זייער געשמאק און זיס.

מיר ווארטן שוין אויף נאך
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:33 pm

קאנסטו דאך יא!

אין טענקס פארן בלייבן דא.. ( :wink: )
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:46 pm

עלמיר מיזן ווארטען פארן המשך..

יאסל קעניג
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2020 5:28 pm

תגובהדורך יאסל קעניג » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:54 pm

שכוח דו פארסט גוט!
מלך שהשלום שלו

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 6:32 pm

ליידער אן אמת מען זעט טעגליך ינגעלייט זאלן אויס קיקן אזוי

מיר קענן קוים ווארטן פאר דעם קומענדיגע..
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 9:09 pm

גיי אן

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

תגובהדורך פלאטשיגער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 11:03 pm

זייער שיין און זיס געשריבן, מ'ווארט שוין אויף די פארזעצונג.

נ.ב. אויב נישט צו שווער, ביטע פארמעקן די שמות הקדושים. א דאנק!

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 11:12 pm

נו שרייב שוין ווייטער.

זייער גוט געשריבען.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 11:33 pm

די עולם איז פעסט אריין געסיינט יעצט 11:30.. עניוועי שכח פאר די דאזיגע אמאונט אויף קאמפלעמענט'ס.

אוועטאר
Borough Park
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » פרייטאג ינואר 24, 2020 12:48 am

איך זעה מיך און די ארטיקל :cry: :cry:
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » פרייטאג ינואר 24, 2020 2:41 am

אמאל האב איך אויך געוואלט האבן געלט, בין איך ארום געגאנגען זיך לערנען ביי די וואס זענען מקיים לא לחכמים לחם, אין האבן אסאך.

ענדליך האב אהנגעטראפן מר פלוני וואס האט מיר פארציילט זיין סוד, און לייגט צו, אז טאמער וועל איך גיין אין זיין וועג, וועל איך זיכער מצליח זיין, פארשטייט זיך לייגט ער צו אבער נאר מיט סייעתא דשמיא, וכך סיפר:
ער האט געבארגט א שיינעם סכום, דהיינו בערך פופציג סענט, ארויס אין מארק, געקויפט 5 עפלעך, צעהן צענט א שטיקל, פארקויפט 4 פאר צוואנציג צענט און איינס האט ער געגעסן, האט ער שוין געהאט אכציג סענט.
צום צווייטען טאג האט ער שוין געקויפט 8 עפלעך, וחוזר חלילה, פארקויפט 7 פאר 1.40, און נאר געגעסן איינס.

בקיצור נאך א יאהר, האט ער שוין געהאט גאנץ א שיין קאפיטאל, שוין געגעסן יעדער טאג כמעט צו דער זעט, פארקויפט עטליכע סארט פירות, עס האט שוין אויסגעקוקט אז איין שיינעם טאג וועט ער אפשר שוין כמעט האבן פרנסה.

יענער טאג באקומט ער א טלפון רוף פון א לויער, אז זיין פעטער איז געשטארבן, און האט איהם איבערגעלאזט א גרויס פארמעגן, און זייט דעמאלס לעבט ער און לאכט.

איך שלימזל, האב גלייך אהנגעהויבן מיט זיין געלאנגענער און אויסגיטרעטענער מהלך, אבער לצערי טוה איך דאס שוין 10 יאהר, אבער מיין פעטער לעבט נאך.......

קוקט אויס זיינער קינדער געבן שטארק אכטונג אויף זיין געזונט. אדער פשוט ווייל ער האט צופיל חובות, און דארף ארבייטן צו באצאלן זיין חובות.

עכ"פ האב איך מיר אויסגעלערנט, אז אפילו אויב וועל איך האב טוהן וואס מ'דארף, און נאכמאכן אנדערע וואס האבן פונקט אזוי געטוען און מצליח געווען, מיינט עס נישט אז דארט וועל איך אויך מצליח זיין.

איז אויב דער פותח האשכול, וועט זיין גרייט צו בארואיגען אונזער פארווייטאגט'קייט, וועל איך איהם אודאי אויסהערן.

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

וואס הייסט איך בין דאך א פויטשער עושר,

תגובהדורך עירמאנט'ער » פרייטאג ינואר 24, 2020 5:43 am

לוינט זיך צו ווערן א פויטשער עושר?

@בארואיגט-אייך לאמיר הערן ווייטער. ישר כח
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג ינואר 24, 2020 10:30 am

פארווייטאגט האט געשריבן:אמאל האב איך אויך געוואלט האבן געלט, בין איך ארום געגאנגען זיך לערנען ביי די וואס זענען מקיים לא לחכמים לחם, אין האבן אסאך.

ענדליך האב אהנגעטראפן מר פלוני וואס האט מיר פארציילט זיין סוד, און לייגט צו, אז טאמער וועל איך גיין אין זיין וועג, וועל איך זיכער מצליח זיין, פארשטייט זיך לייגט ער צו אבער נאר מיט סייעתא דשמיא, וכך סיפר:
ער האט געבארגט א שיינעם סכום, דהיינו בערך פופציג סענט, ארויס אין מארק, געקויפט 5 עפלעך, צעהן צענט א שטיקל, פארקויפט 4 פאר צוואנציג צענט און איינס האט ער געגעסן, האט ער שוין געהאט אכציג סענט.
צום צווייטען טאג האט ער שוין געקויפט 8 עפלעך, וחוזר חלילה, פארקויפט 7 פאר 1.40, און נאר געגעסן איינס.

בקיצור נאך א יאהר, האט ער שוין געהאט גאנץ א שיין קאפיטאל, שוין געגעסן יעדער טאג כמעט צו דער זעט, פארקויפט עטליכע סארט פירות, עס האט שוין אויסגעקוקט אז איין שיינעם טאג וועט ער אפשר שוין כמעט האבן פרנסה.

יענער טאג באקומט ער א טלפון רוף פון א לויער, אז זיין פעטער איז געשטארבן, און האט איהם איבערגעלאזט א גרויס פארמעגן, און זייט דעמאלס לעבט ער און לאכט.

איך שלימזל, האב גלייך אהנגעהויבן מיט זיין געלאנגענער און אויסגיטרעטענער מהלך, אבער לצערי טוה איך דאס שוין 10 יאהר, אבער מיין פעטער לעבט נאך.......

קוקט אויס זיינער קינדער געבן שטארק אכטונג אויף זיין געזונט. אדער פשוט ווייל ער האט צופיל חובות, און דארף ארבייטן צו באצאלן זיין חובות.

עכ"פ האב איך מיר אויסגעלערנט, אז אפילו אויב וועל איך האב טוהן וואס מ'דארף, און נאכמאכן אנדערע וואס האבן פונקט אזוי געטוען און מצליח געווען, מיינט עס נישט אז דארט וועל איך אויך מצליח זיין.

איז אויב דער פותח האשכול, וועט זיין גרייט צו בארואיגען אונזער פארווייטאגט'קייט, וועל איך איהם אודאי אויסהערן.


נאך נישט געהערט די מעשה יאש איז דאס גיט
נאדער א ;l;p-
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אפסטעיט איד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:03 am

תגובהדורך אפסטעיט איד » פרייטאג ינואר 24, 2020 10:42 am

גרויס עולם טרעפט זיך און די מעשה

א פיין שמועס
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך א פיין שמועס » פרייטאג ינואר 24, 2020 10:52 am

#גמליאל

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » פרייטאג ינואר 24, 2020 11:03 am

@בארואיגט-אייך שיין און זיס געשריבן!
איך בין נייגעריג צו ליינען ווייטער.
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » פרייטאג ינואר 24, 2020 11:22 am

[quote="פארווייטאגט"][/quote]
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » פרייטאג ינואר 24, 2020 11:55 am

מע איז גרייט פא די נעקסטע?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט