"אמעזאן קינדל"

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

בילקע'לע
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 06, 2015 12:15 am

"אמעזאן קינדל"

תגובהדורך בילקע'לע » פרייטאג פאברואר 13, 2015 1:45 pm

א בעסערן!! . ווייסט איינער אויב די וועלט-בארימטע "קינדל'עך" פון עמעזאן זענען אויך געאייגנט פאר קאלידש 'טעקסט בוקס' מיט גרעפס און שעיפס ? כ'וויל וויסן צו מקען עס נוצן ביי קלעסעס נישט צו דארפן שלעפן דיקע אלטמאדישע בוקס אדער איז עס נאר אויסגעשטעלט פאר פלעינע ליין ביכער .. כהאב עס נישט געקענט טרעפן אויפן "גוגל הדור" . א דאנק!!!

babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

תגובהדורך babaganush » פרייטאג פאברואר 13, 2015 3:41 pm

עמעזאן קינדעל אויף די אייפעד ארבעט זיכער קאלירטע בילדער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מוצ"ש פאברואר 14, 2015 8:26 pm

באבאגנוש
איך שרייב מיטן הנחה אז דו רעדסט פון די אי-אינק קינדלס און נישט פון די קינדל פייער טעבבלעטס
אויב איז עס א mobi פייל, דארף עס צו ארבעטן פיין. פראבלעםן איז נאר אז רובא דרובא טעקסטבוקס ווערן נישט געפאבלישט אלס קינדל/mobi פיילס.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג פאברואר 15, 2015 1:27 am

וואס טוט זיך מיט pdf'ס? אידישע אותיות? קען מען אריין לייגן א עס די קארטל?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

בילקע'לע
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 06, 2015 12:15 am

תגובהדורך בילקע'לע » זונטאג פאברואר 15, 2015 2:34 am

א שכח רבותי פארן זיך אנריפן . אבער הרב באבעגנוש , איך רעד נישט פון די "קינדל עפפ" אויף די איי פעד , איך רעד פון די עמטליכע קינדל אי-רידדער דיווייס, מיט די גלער-פרי סקרין , צו מ'קען באקוועמערהייט ליינען טעקסטבוקס. אין וועגן די mobi , וויאזוי קען איך וויסן צו סאיז א טעקסט בוק וואס ארבעט מיט קינדל'ען ... איי עפרישיעיט!!!!

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג פאברואר 15, 2015 2:45 am

מי חכם האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט pdf'ס? אידישע אותיות? קען מען אריין לייגן א עס די קארטל?

אויף די קינדל 'פייער' טאבלעטן קען מען ליינען עני פידיעף, פארנעמט נישט קיין עס די קארד, נאר מ'שיקט עס אריין דורך אימעיל.

זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובהדורך זכאי » זונטאג פאברואר 15, 2015 3:01 am

בילקעל'ע לייג אריין אינעם עמעזאן סערטש באקס פונקטלעך וועלכע ביכער דו זוכסט און דארט וועסטו זען אויב דו קענסט עס האבן אויפן קינדל צו נישט, ווי אויך וועט ער דיר זאגן מיט וועלכע קינדל עס ארבייט.

פאר די אינוועסט אין דעם אפאר דאללער מאך זיכער אז די ביכער וואס דו דארפסט איז אוועיליבעל אויף קינדל.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג פאברואר 15, 2015 3:51 am

derech eretz האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט pdf'ס? אידישע אותיות? קען מען אריין לייגן א עס די קארטל?

אויף די קינדל 'פייער' טאבלעטן קען מען ליינען עני פידיעף, פארנעמט נישט קיין עס די קארד, נאר מ'שיקט עס אריין דורך אימעיל.


די רעדע איז איבער קינדל אי רידער
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » זונטאג פאברואר 15, 2015 10:43 am

יא, א קינדל אי רידער קען ליינען פי די עפס אבער מנסיוני איז עס נישט בע'טעמ'ט. א טעקסטבוק איז געווענליך נישט עוועילבל אין mobi פארמאט, אבער ס'א געוויסע וואס יא
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

בילקע'לע
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 06, 2015 12:15 am

תגובהדורך בילקע'לע » זונטאג פאברואר 15, 2015 2:04 pm

כ'פארשטיי, א שכח!

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג פאברואר 15, 2015 9:44 pm

ירוחם האט געשריבן:יא, א קינדל אי רידער קען ליינען פי די עפס אבער מנסיוני איז עס נישט בע'טעמ'ט. א טעקסטבוק איז געווענליך נישט עוועילבל אין mobi פארמאט, אבער ס'א געוויסע וואס יא


קאמפעירד צו די נוק (נקי)?

איז עס טאטש סקרין? רעזיסטיוו אדער קעפעסיטיוו?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דינסטאג פאברואר 17, 2015 10:25 am

כ'בין נישט אזוי באקאנט מיט די נוק, אבער וויפיל כ'האב דאס אויספרובירט געפעלט מיר די קינדל מער. אפילו מיט פידיעף.
די נייערע קינדלס קומען מיט טאטש סקרינס, נישט קעפעסעטיוו און נישט רעזיזטיוו, נאר אינפרארעד סענסארס.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » דינסטאג יולי 14, 2015 10:31 pm

כ'זיך ווער סקען מיר אנווייזן אויף א e-book reader מיט די פאלגענדע מעלות:
1) paper-white
2) מ'זאל קענען אריינלייגן דערין א SD card
3) גרויסע סקרין ("9.7)
4) זאל קענען ליינען PDF
דאנקע שיין

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג יולי 14, 2015 10:37 pm

סארא פלאפ איכאב... כזעה קינדל מיט בילקעלע... כבין געעווען שאאאר אז מערעט דא פון עסן...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג יולי 14, 2015 10:38 pm

לפי ידיעתי איז נישט דא קיינע אי-רידערס אין דעם סייז, זיי קומען אלע אסאך קלענער.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

תגובהדורך אשמרה לפי מחסום » דינסטאג יולי 14, 2015 11:22 pm

סתם פאר די פאן אוף איט
https://pro.sony.com/bbsc/ssr/product-D ... roductpage

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 15, 2015 12:56 am

אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:סתם פאר די פאן אוף איט
https://pro.sony.com/bbsc/ssr/product-D ... roductpage

גוט! אינטערסאנט גראדע איך האב נישט געוואוסט אז עס איז דא אזא כלי. דאס איז אבער נישט פאר דעם "צד תמות" עניוועי זינט עס איז נאך אסאך גרעסער ווי ער דארף.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך יולי 15, 2015 2:47 pm

זייער שיין ווי מהעלפט דא אידן "סתם פאר די פאן אוף איט"
עפעס ביליגער איז אויך דא?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 15, 2015 3:14 pm

צד תמות האט געשריבן:זייער שיין ווי מהעלפט דא אידן "סתם פאר די פאן אוף איט"
עפעס ביליגער איז אויך דא?

יעפ, געב א קוק אויף דעם:
Onyx BOOX M96 Universe - 9.7" E Ink Pearl display e-book reader with Google Play, Ivona Text-To-Speech, Bluetooth 4.0 Low Energy. Powered by Android 4.0.4
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » מיטוואך יולי 15, 2015 3:18 pm

בד"וו אויב עמיצער גלייכט די קינדעל פייער איז עס היינט שפאט ביליג אויף עמעזאן.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » דאנארשטאג יולי 16, 2015 2:58 pm

א דאנק אייך אלע,
קנאפער ידען כ'זעה נישט דארט אז מקען אריינלייגן א sd card, ייש"כ פון פאראויס

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 12:02 pm

ווייסט אפשר איינער ווי אזוי מען גיבט זיך אן עצה צו ליינען בוקס אויף kindle for pc ווען [כנראה] אז משומר בלאקט די קאנעקשאן?
האט משומר עפעס א וועג דערפאר?

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 12:43 pm

איך פלעג עס ניצן אויף קאמפיוטער מיט משומר. קען זיין זיי האבן געטוישט פאליסי. וועט מען שפעטער פרובירן נאכאמאל.

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 1:19 pm

ראספשע האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער ווי אזוי מען גיבט זיך אן עצה צו ליינען בוקס אויף kindle for pc ווען [כנראה] אז משומר בלאקט די קאנעקשאן?
האט משומר עפעס א וועג דערפאר?


משומר בלאקט עס טאקע
איך האב זיי געשיקט אן אימעיל אז מען זאל עס לאזן סינקן אאון זיי האבן עס ריפיאזד ווייל זיי קענען עס נישט פילטערן
איך האב צוריק געשריבן אז איך וויל עס האבן מיט א פארשטענדיליכע הסבר
זיי האבן עס תיכף געלאזט סינקן
און דערנאך צוריקפארשפארט
דהיינו איך האב דעם קינדל סיי אויפן דעסקטאפ סיי אויפן טאבלעט די בוק איז נישט אויפגעמישט אויפן זעלבן פלאץ, נישט געפערליך


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט