וויאזוי מאכט מען א ענדרויד/אייפאון עפפ?

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

וויאזוי מאכט מען א ענדרויד/אייפאון עפפ?

תגובהדורך פינטל » מיטוואך מארטש 18, 2015 8:58 pm

אפשר וואלט איינער געווען בייהילפיג און מיר מסביר געווען וויאזוי מען מאכט א מאביל עפפ, די מעשה איז, איך האב א mobile sdk פון א וועב אפליקעישאן וואס איך וויל דערפון מאכן א עפפ.

וואס זענען די סטעפס, וואס דארף איך טוען עס ארויסצוברענגען מכח אל הפועל?
אייביג צום פינטל...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך מארטש 18, 2015 9:02 pm

איך כאפ נישט פונקטליך, אבער אויב ווילסטו מאכן אן עפפ וואס זאל פשוט עפענען א וועב פעידזש, פרוביר www.appsgeyser.com פאר ענדרויד.


אז דו קענסט דיך בעסער מסביר זיין, אפשר וועל איך דיר קענען געבן אפאר טיפס
...

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

תגובהדורך פינטל » מיטוואך מארטש 18, 2015 9:07 pm

אין קורצן, וואס איז דאס א sdk, וואס טו מען דערמיט?
אייביג צום פינטל...

נארפאקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 5:37 pm

תגובהדורך נארפאקטן » מיטוואך מארטש 18, 2015 9:49 pm

SDK Stands for Software Developer Kit
אן SDK איז א סעט פון API's און טאלס וואס מען עפענט אויף אז אנדערע דעוועלאפערס זאלען קענען אינטערעקטן-רעדן מיט דיין פראגראם, אפערעיטינג סיסטעמס האבן אן עס די קעי אז דעוועלאפערס זאלן קענען רעדן מיט די אפערעיטינג סיסטעם.
ענדרויד האט אן עס די קעי אז פראגרעמערס זאלן קענען מאכן פראגראמען (עפס בלע"ז) אויף אנדרויד. עפל האט אן עס די קעי פאר די מעק אפערעיטינג סיסטעם און אזוי אויך ווינדאויס.
צו שרייבן א פראגראם וואס זאל ארבייטן אויף יעדען אפערעיטינג סיסטעם האט מען לכתחילה געדארפט רעדן צו יעדן עס די קעי באזונדער און קאמפיילען די פראגראם פאר יעדן אפערעיטינג סיסטעם באזונדער.
היינטיגע צייטן קענסטו שוין שרייבן די פראגראם איינמאל און די פראגראם ווערט קאמפיילט פאר פארשידענע עס די קעיס אויטאמאטיש. צום ביישפיל http://xamarin.com/studio
ווי אויך קענסטו גיין די הטמל מהלך http://cordova.apache.org און http://phonegap.com ווי די שרייבסט פלעין הטמל און דזשאווא סקריפט, און קארדאווא קאמפיילט דאס און מאכט דאס ארבייטן אויף די אלע אפערעיטינג סיסטעמס.
דאס איז צו קורץ באשריבן אבער כ'האף אז ס'איז גענוג צו באקומען א באגריף וואס דא גייט פאר
וואס די ליינסט און הערסט ווערט נאכנישט קיין פאקט, און וואס די האסט בייגעוואוינט איז נאר א חלק פונעם פאקט, די גאנצער פאקט איז נאר וואס די טראכסט און טוסט, וואס ווען יענער לייענט און הערט דערוועגן איז עס ווייט פונעם פאקט...

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

תגובהדורך פינטל » מיטוואך מארטש 18, 2015 9:55 pm

א גרויסן שכוח פאר דיין הסבר.

יעצט, וואס טו איך נאכדעם וואס איך האב די sdk, איך נוץ עפעס א סאפטווער אין ביזנעס און זיי געבן מיר די עוועילעביליטי צו מאכן דערפון א עפפ. זיי געבן א ענדרויד און א אייפאון sdk, יעצט איז מיין שאלה, וואס דארף איך טןן נעקסט? דארף איך נאך שרייבן קאודינג? אויב יא וואס און ווי?
אייביג צום פינטל...

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » מיטוואך מארטש 18, 2015 10:53 pm

עס איז נישט אזוי פשוט צו מאכן א עפפ. מען דארף זיין א דיוועלעפער, און עס קאסט אסאך געלט. מיט עפל קומט עס אן די שווערסטע, רעסטריקשענס, און עפראוועל.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך מארטש 18, 2015 11:41 pm

ארטסקרול האט געשריבן:עס איז נישט אזוי פשוט צו מאכן א עפפ. מען דארף זיין א דיוועלעפער, און עס קאסט אסאך געלט. מיט עפל קומט עס אן די שווערסטע, רעסטריקשענס, און עפראוועל.


מיינסט אודאי צו זאגען אז אדער איז מען א דעוועלאפער אדער קאסט עס אסאך געלט.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

זיסע אינגל
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 11:50 pm

תגובהדורך זיסע אינגל » דאנארשטאג מארטש 19, 2015 11:18 pm

עפל דעוועלאפער קאסט נאר הינדרעט דאלער א יאר, איך צאל עס פון מיין פורים געלט...

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » פרייטאג מארטש 20, 2015 12:09 am

יאפין האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:עס איז נישט אזוי פשוט צו מאכן א עפפ. מען דארף זיין א דיוועלעפער, און עס קאסט אסאך געלט. מיט עפל קומט עס אן די שווערסטע, רעסטריקשענס, און עפראוועל.


מיינסט אודאי צו זאגען אז אדער איז מען א דעוועלאפער אדער קאסט עס אסאך געלט.

צום ערשט דארף מען האבן אסאך פורים געלט צו זיין א דיוועלעפער. און נאכדעם קאסט דאס בויען דעם עפפ, מאנטענען, צאלן א סובסקריפציע פארן האלטן דעם עפפ לעבעדיג א.א.וו. גענוג צו דארפן צו קומען צו די חנוכה געלט.

אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

תגובהדורך אשמרה לפי מחסום » פרייטאג מארטש 20, 2015 11:21 am

זיסע אינגל האט געשריבן:עפל דעוועלאפער קאסט נאר הינדרעט דאלער א יאר, איך צאל עס פון מיין פורים געלט...

וואס איז דאס עפל דעוואלפער און פארוואס דארף מען עס האבען איז נישט גענוג עקסקאוד?

זיסע אינגל
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 11:50 pm

תגובהדורך זיסע אינגל » פרייטאג אפריל 03, 2015 11:09 am

אויב דו פלאנסט צו לייגן דיין אייגן געמאכטע עפפ אויף דיין פאון וועסטע מוזן צאלן דעוועלאפער געלט אז נישט וועסטו עס נאר קענען טרייען אויפן סימיולעיטאר

אוועטאר
ארבעטער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2012 9:53 pm

תגובהדורך ארבעטער » דאנארשטאג יולי 02, 2015 11:08 am

Breaking news!, in xCode7 you can test your app on the phone/ipad for free, with a few limitations
Currently it is in beta, Does someone know when it's scheduled the release version?

יבש כחרס
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 29, 2016 8:27 pm

תגובהדורך יבש כחרס » דינסטאג מארטש 29, 2016 11:28 pm

זיסע אינגל האט געשריבן:אויב דו פלאנסט צו לייגן דיין אייגן געמאכטע עפפ אויף דיין פאון וועסטע מוזן צאלן דעוועלאפער געלט אז נישט וועסטו עס נאר קענען טרייען אויפן סימיולעיטאר

נאך די נייע אפדעיט פון עקסקאוד קען יעדער איינער אפילו נישט א דעוועלאפער טעסטן און אינסטאלן זיין App אויף זיין אייגענע אייפאון

רוצה בעילום
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 7:21 pm

תגובהדורך רוצה בעילום » מאנטאג אפריל 24, 2017 8:54 am

איך זיך consultation מיט א היימישע mobile app developer מיט גוטע reference.
יישר כח


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט