דריי פראגרעמינג קלאסן גאר בקרוב

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

דריי פראגרעמינג קלאסן גאר בקרוב

תגובהדורך yid » זונטאג אפריל 12, 2015 4:28 pm

עס גייט אי"ה פארקומען דריי פראגרעמינג קלאסן גאר בקרוב די ערשטע וועט זיין אי"ה ביי

נבונים אין קרית יואל

מיטן בארימטן טיטשער הר"ר אברהם זכרי' פערל שליט"א ווי מען וועט אי"ה לערנען
java, sql server, a crash course in htm,l css, javascript,
א יעדע וואך מאנטיג אין מיטוואך פאר זעקס חדשים
פאר מער אינפארמאציע רופט נבונים
845-377-5020

די צווייטע וועט זיין אי"ה ביי

מאנסי פראגרעמונג סקול

מיט די טיטשער ר' דוד ראפפארט ני"ו ווי מען וועט אי"ה לערנען
Java, J2EE, PHP, SQL, JavaScript, JQuery, HTML5, CSS3, Android SDK
א יעדע וואך דינסטאג אין מיטוואך פאר זעקס חדשים
פאר מער אינפארמאציע רופט
347-410-1768

די דריטע וועט זיין ביי די

תומכי שבת קלאסן אין מאנסי

ווי מען וועט אי"ה לערנען
java,
פאר מער אינפארמאציע שיקט א אימעיל
yhain@tomcheshabbos.org

יונתן
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2016 12:18 pm

תגובהדורך יונתן » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 8:53 am

געזען היינט אין דבר יום, נייע סעריע קלאסן אין פראגרעמינג אין ווילי. איינער ווייסט וואס דאס איז??
א גוטע אקאונטענט איז נישט ווער עס קאסט די מערסטע, נאר ווער עס שפארט די מערסטע פארן קליענט...
JKpayroll.com
טעקס ריטוירן קאלקיולעטער

AAA Accounting

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 12:47 pm

קורצע פוינט: דזשאווא איז היינט בעיקר אין בעק-ענד סיסטעמען, א אינגערמאן וואס הייבט אן פראגרעמינג דארף האבן אן אהנונג וואס ער גייט קענען טון מיט די שפראך וואס ער לערנט זיך.

הגם מ'קען זאגן אז מען לערנט זיך וויאזוי צו לערנען (crash CS course), דאך האלט איך אז יעדער זאל האבן א ציל.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:17 pm

ייש"כ.
האסט עפעס א גרינגע איידיע וויאזוי זיך צו לערנען לערנען אויב זוכט מען נישט צו טוהן עפעס ספעציפיש דערווייל?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:25 pm

זעה דא אז ס'ווענדט זיך צו וואס מען צילט.

איך שטעל זיך פאר אז דזשאוואסקריפט איז די לייכסטע ווייל מ'דארף גארנישט האבן דערצו, עס ארבעט אין די בראוזער און notepad האט דאך יעדער, דארף מען נאר קענען...

יונה
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:41 pm

מיין עדווייז צו יעדן וואס קאנסידערט זיך צו לערנן פראגראמינג: בעפאר די ספענדס א דיים מאך אביסל ריסורטש און היים ארבעט! אן דעם איז דיין געלט, צייט און עפפארד זייער מעגליך אומזינסט. דער שרייבער פון די שורות איז פערזענליך באקאנט מיט א צאל יונגעלייט וואס זענען דורך די קלאסן און האבן גארנישט ארויסגענומען דערפון – זילטש. נאר אנגעברענגט צייט אויסגעגעבן געלט און געווארן דערשלאגן מאראליש פונעם דורכפאל.

סא ריסורטש מיינט רעדן צו חברים וואס זענען שוין דורך דעם קורס, פרעג וויזוי ס'איז געווען פרוביר ארויסצושנאפן וואס מער אינפארמאציע, און דאן עפליי עס צו דיר אויב עס האט א גוטע טשענס ס'זאל ארבעטן פאר דיר.
למשל איינע פון די וואס האבן גענומען די קאורס און נישט אנגעקומען דערמיט אין ערגעץ, האבן מיר געזאגט אז זיין פראבלם איז דאס ער האט נישט קיין איבריג צייט\געדולד\מאטיוואציע צו פראקטעצירן אויף זיין אייגענע צייט, כאטש ביי די שיעורים זעלבסט האט ער אויסגעהערט און פארשטיינן גאנץ גוט בשעת מעשה, איז קיין סאך נישט געבליבן דערפון און האט אים נישט געברענגט קיינע געינס.

נאכן באשלוסן אז איר קענט טעקנעקלי מיטגיין מיט די שיעורים איז צייט צו מאכן אביסל היימארבעט צו דערגיין אויב איר זענט בכלל א קאנדידאט פאר די סארט ארבעט.
כ'האב געהאנדלט מיט א סטודענד פון איינע פון די שיעורים וואס איז סוקסעספול דורך די קארס און זיך דערשלאגן צו א פראגראמינג דזאב, באט ער איז נישט געווען געמאכט דערפאר! כ'האב עס דערשמעקט נאכן זיצן מיט אים 10 מינוט... ס'האט נישט גענומען לאנג, (בערך א האלב יאר) האט ער אפגעלאזט די גאנצע ליין און באקומען גאר א גוטע דזאב אין א קאמפליט דיפרענט ליין.

ס'איז א שאד! ווען ער מאכט אביסל האום ווארק א יאר פריער וואלט ער אינוועסירט זיין טיים געלט און עפפארד אין דאס וואס ער איז געאייגנט פאר, און נישט סתם נאכגעלאפן די 'טרענד', וואי ינקל משה און זרח זענען פראגראמערס און זענען שיין מצליח, לעטס גאו לאמיך אויך מצליח זיין... הצלחה איניש תלוי אין וואס מ'טוט (די זעלבע איז אמת מיט 'עמעזאן' 'ריעל עסטעיט' וכו' וכו') ס'נאך דא אסאך מאריך צו זיין כ'וויל עס מאכן קורץ.

אויב איינער איז מסופק צו ער איז געמאכט פאר די סארט ארבעט, וואלטיך געראטן ער זאל נעמען מייקראספט עקסעס, קריעט א פייל מאך א נייע באקסל מיט א גרויסע באטען אינמיטן וואס ווען מ'קוועטשט עס זאל עס זאגן "העלא וועלט!!!" נאכדעם לייג צו א טעקסט-באקס און 'פראגראם' די באטען אז ווען מ'דריקט עס זאל עס זאגן "העלא & וואט-עווער עס שטייט אינעם טעקסט באקס."
אויב איר ווייסט נישט וויזוי עפעס צו מאכן, גוגל עס.
ווען דער פראגראם איז פארטיג [אויב האט איר אויפגעגיבן פאר ס'איז פארטיג, איז פראגראמינג ניש פאר אייך!!] אנאלאזירט אייערע פילינוגס... פילט איר 'עקאמפלישט'? האט איר 'אינזויט' די עקספירינס, אדער איר שפירט עפעס אזא "לאמיך אפ, ס'נישט פאר מיר דאס" פילינג?

און ביידיוועי אויב פילט איר אז איר 'האט ארויס' די קאנסעפט וואס איר האט יעצט געטאן (און נישט סתם געפאלגט גוגל ריזאלטס, וויטש איז ביידיוועי נאוט בעד עט דיז פוינט) למשל אז איר קענט יעצט מאכן אז די באטן זאל גאר טוישן די טעקסט אינעם באקסל אן סערטשן גוגל. איז מעגליך אז איר ברויכט נישט קיין גרויסע קארוסעס! פלענטי פראגראמערס זענען קיינמאל געגאנן צו קיין קאורס. אויב האט מען ארויס די קאנסעפט גוט, קען מען מיט אפאר שעה פרעקטיס + אפאר אנליין טאטריאלס און סעמפלס, בעסער קענען ווי איינער וואסי דורך דעם גאנצן קורס.

האופ דיז אינפארמאציע וועט זיין צו א הילף (כאטש ס'איז געשריבן אביסל צומישט און מעגליך קורץ), אויב ווייסט איר פון א חבר וואס קאנסידערט אזא, פרינט אים ארויס דעם תגובה.. איר וועט אים מעגליך שפארן אפאר אלפים!

הצלחה רבה

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:55 pm

א ייש"כ מומחה פאר די לינק, גיימיר עס דורכליינען, און ייש"כ פאר די ענטפער.

א עקסטערע דאנק אייך ר' יונה, זייער שיין צולייגט מיט א קלארע פרעספעקטיוו. עס וועט מיר אסאך העלפן. לאמיר עפענען א עקסעס פייל... יאלא!

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 4:54 pm

גאר ריכטיגע רייד ר' יונה!


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט