footnote נומערן אין ווארד: אנהייבן נאכאמאל פון א'

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

footnote נומערן אין ווארד: אנהייבן נאכאמאל פון א'

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דינסטאג יוני 26, 2018 2:51 pm

איך ניץ ווארד 2010. כ'האב א doc וואס האט צענליגע פרקים. יעדער פרק האט מערערע פאראגראפן און אסאך footnotes.
עס לויפן ביי מיר די נומערן פון די footnotes נאכאנאנד: א, ב, אא"וו, פונעם אנהייב דאקומענט ביזן סוף אין איין המשך.
איך וויל אפטיילן, אז יעדער פרק זאלן זיך די נומערן פון די footnotes אנהייבן נאכאמאל פון א'.
[צווישן יעדן פרק איז דא א ליידיגע שורה; אפשר העלפט דאס ארויס צו קענען סעטן אז וואו ס'איז דא א ליידיגע שורה זאל ווערן גערעכנט ווי א באזונדערע section.]
וויאזוי טוט מען דאס?
בקשה גדולה: אויב מען קען מיר געבן גענויע אנווייזונגען, ווייל איך בין נישט עקסטרעם טויגליך מיט די זאכן.
הודאה גדולה: מכל הלב פון פאראויס, פאר די מסייעים!
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג יוני 26, 2018 2:58 pm

די דארפסט פשוט אריינלייגן א סעקשאן ברעיק אנשטאט די ליידיגע שורה. דאס קענסטו טון ביי לעיאוט > ברעיק'ס, קלויב אויס פון די אונטערשטע 4 וועלכע עס איז פאר דיר. דערנאך גיי אריין אין עני פוטנאוט, רייט קליק, נאוט אפשענס, טויש ביי נאמבערינג אז עס זאל זיך אנהייבן יעדע סעקשאן.

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דינסטאג יוני 26, 2018 3:20 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:די דארפסט פשוט אריינלייגן א סעקשאן ברעיק אנשטאט די ליידיגע שורה. דאס קענסטו טון ביי לעיאוט > ברעיק'ס, קלויב אויס פון די אונטערשטע 4 וועלכע עס איז פאר דיר. דערנאך גיי אריין אין עני פוטנאוט, רייט קליק, נאוט אפשענס, טויש ביי נאמבערינג אז עס זאל זיך אנהייבן יעדע סעקשאן.

א גרויסן דאנק אייך.
האב איך אנגעהויבן אויספאלגן די אנווייזונגען, און ס'האט זיך מיר באלד געמאכט א פאנטשער.
ווען איך קלויב אויס 'קאנטיניועס', דאס מיינט אז דער נייער סעקשאן זאל זיך פארזעצן אויפן זעלבן בלאט, פייפט ער מיר אן. ער שטופט אריבער דעם נעקסטן פרק צום קומענדיגן בלעטל.
אין אנדערע ווערטער: נישטא קיין חילוק צווישן די אפציעס 'נעקסט פעידזש' און 'קאנטיניועס'. מאכט סענס? ניין. אבער אזוי איז עס ביי מיר.
עצה? איז די פראבלעם נאר ביי מיר?
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג יוני 26, 2018 8:39 pm

פראביר עס צו לייגן פאר די ליידיגע שורה צווישן די פרקים.

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך יוני 27, 2018 1:41 am

למעלה משבעים האט געשריבן:פראביר עס צו לייגן פאר די ליידיגע שורה צווישן די פרקים.

א דאנק אייך למעלה משְבֻעַיִם.
פרובירט. כ'זע יעצט אז די פראבלעם אז נאר ביי איין word document (פונקט דארט וואו איך דארף צוקומען צו די אפציע...). ביי אלע אנדערע documents פונקציאנירט אלעס געהעריג. והוא פלא.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט