Google Sheets

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יונתן
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2016 12:18 pm

Google Sheets

תגובהדורך יונתן » זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:17 am

אונטערעסאנט אז עס נאכנישט דא קיין שמועס וועגן די וואונדערליכע יצירה "גוגל שיטס", וויל איך מאכן א שטיקל אנאליז דערויף. איך בין נישט קיין עקספערט אין עדווענדסט פארמולעס און קאודינג, דזשאסט פאר בעיסיק באנוץ.

איך וויל שרייבן א קאמפעריסאן מיט די מעלות און חסרונות פון שיטס קעגן עקסעל, אבער קודם א קורצע איבערבליק.

עס איז זייער ענליך צי עקסעל, און איינער וואס קען זיך אויס אין עקסעל וועט זיך פילן היימיש אין שיטס אויך. הגם עס איז דא קליינע חילוקים אין פארמולעס, סיי אין די נעמען פון "פונקשענס" און סיי אין אויסשטעל, אבער עס איז מער ענליך ווי אנדערשט, עכ"פ אין די בעיסיקס.

יעצט לאמיר גיין צי די מעלות (פראס) קעגן עקסעל:
וואלקענעס-
און שיטס ווערט אלעס געסעיווט און קלאוד אינסטענטלי. הגם אן עקסעל שיט קען מען אויך אויסשטעלן צי סינקן, אבער עס איז נישט די זעלבע. איך האב שוין אמאל פארלוירן א שיין ביסל דעטע ווען איך האב געריקט א שיט צי OneDrive.
נאך א הפלא'דיגע פיטשער אין שיטס, מען קען צוריקגיין צי פריערדיגע ווערסיעס פון די שיט סיי צי restore'ן די דעטע, און סיי סתם צי זעהן די פריערדיגע ווערסיעס. עס קען אמאל געפערליך צוניץ קומען אויב זאכן האבן זיך פאריקט און מען באמערקט ערשט שפעטער מאכן סעיווען אדער סתם מען וויל צוריקקוקן אלטע אינפא.
אויך איז גוט צי וויסן אז שיטס פארניצן נישט קיין פלאץ אין גוגל דרייוו. עס רעכענט נישט אראפ פון אייער דעטע קוואטע.

שעירינג.
די שעירינג פיטשערס ביי גוגל שיטס זענען געוואלדיג. מען קען מיטהאלטן אין ריעל לייף וואס יעדער טוט, מען קען אויסוועלן וואספארא רעכטן יעדער עקסטער האט, למשל זעהן, עדיטן און נאר קאמענטן. מען קען זעהן פונקטלעך וואס יעדער האט געטון.
גראדע עקסעל פרובירט זיך אויך מיטצוכאפן מיט די וואגן, אבער דערווייל האט שיטס די אויבעהאנט מיט דעם חלק.

גוטע פונקשענס-
צוויי געוואלדיגע פונקשענס וואס איך דענק יעצט וואס עקסעל האט נישט: =filter דאס גיבט דיך א געפילטערטע ליסט פון אן אנדערע ליסט בעיסט אויף א געוויסע קרייטעיריע. למשל האסט א ליסט פון קאסטעמערס, און די ווילסט און א באזונדערע פלאץ האבן א ליסט פון די בארא פארקע קאסטעמערס. עס ווערט אפדעיטעט אויטאמאטיש ווען אימער מען לייגט צי עפעס צי די הויפט ליסט.
נאך א גאר נוצבארע פאנקשען, איז importrange וואס ברענגט פשוט אריין א גרופע סעלס אזוי ווי עס שטייט און גייט פון ווי אימער, אפילו פון אן אנדערע שיט. קוקט למשל און די שיט פון מיין חתימה, עס איז נישטא דארט אלע פאנקשענס און פארמולעס, נאר די תוצאות איז אריינגעברענגט פון אן אנדערע שיט.

קליינעקייטן-
אמאל איז דא קליינעקייטן וואס מאכט אויס אסאך פאר איינעם. ליגט מיך אין קאפ 2 זאכן, ס'איז זיכער דא נאך. 1, די פיוועט טעיבעל ווערט אויטאמאטיש ריפרעשט ביי יעדע סעל טשעינדז. 2, אויב מען נישט דעטע וועלידעישען, ענדיגט זיך אליינס צי די ווערטער ווי נאר מען הייבט אהן. עס קען אמאל זיין א גרויסע טיים סעיווער.

נאך א מעלה פון שיטס איז די פילע add-on וואס מען קען צולייגן. איך קען נישט זאגן אויף דעם ווייל איך האב נאר פרובירט איין עד אן.

אונטערשטע שורה: מען קען בויען א קאסטאמייזט בוקקיפינג פראגרעם אויף גוגל שיטס מיט מעלות וואס אפילו קוויקבוקס האט נישט. מען קען אפילו מאכן עס זאל קריעטן שיינע אינוואויסעס און אפילו שיקן דירעקט (מיט א עד-אן), פארשטייט זיך עס איז נישט געמאכט פאר יעדן, ספעציעל ווען מען האט אסאך טרעזעקשענס.

חסרונות קעגן עקסעל

העווי יוז
די עיקר חסרון איז פשוט עס איז נישט אויסגעשטעלט צי ניצן "העווי". אז איר וועט וועלן אראפשלעפן אדער עדיטן א קאלום פון טויזענט רייעס וועט עס עקסעל טון פאר אייך אהנע פראבלעם (פארשטייט זיך די קאמפיוטער אליין דארף קאאפערירן), אבער שיטס וועט כמעט זיכער ווערן פארפרוירן, אפילו ביי הונדערט רייעס. וכדומה וד"ל

קאסטעמיוזעישן און tools-
עקסעל האט מיר אפשענס צי קאסטעמייזן די אויסזעהן, copy paste, אריינברענגן פיילס, פארשידענע שארטקאטס וואס עס פארמאגט מער.


אויב האט איר הנאה געהאט פון די ארטיקל, ביטע קליקט אויף די לינקס אין מיין חתימה און האטס הנאה. ריפעירטס א חבר (אדער זיך אליין), רופט/אימעילט מיט קשיות/תירוצים. נישט קיין חילוק וואס, אבער עפעס!!
לעצט פאראכטן דורך יונתן אום זונטאג נובעמבער 04, 2018 10:50 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
א גוטע אקאונטענט איז נישט ווער עס קאסט די מערסטע, נאר ווער עס שפארט די מערסטע פארן קליענט...
JKpayroll.com
טעקס ריטוירן קאלקיולעטער

AAA Accounting

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג נובעמבער 04, 2018 3:43 am

שטארק הנאה געהאט (חוץ פון די לעצטע פאראגראף...) און שיין צוזאמגענומען. כ'האלט שוין לאנג אז שיטס קען געהעריג ריפלעיסן עקסעל.

בנוגע די העווי יוז פראבלעם, האסט שוין פראבירט עס נוצן אין offline mode? כ'טראכט אז ס'קען העלפן...

אוועטאר
שימי התימני
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 01, 2016 1:13 pm

תגובהדורך שימי התימני » זונטאג נובעמבער 04, 2018 6:20 am

יונתן האט געשריבן:
שעירינג.
די שעירינג פיטשערס ביי גוגל שיטס זענען געוואלדיג. מען קען מיטהאלטן אין ריעל לייף וואס יעדער טוט, מען קען אויסוועלן וואספארא רעכטן יעדער עקסטער האט, למשל זעהן, עדיטן און נאר קאמענטן. מען קען זעהן פונקטלעך וואס יעדער האט געטון.
גראדע עקסעל פרובירט זיך אויך מיטצוכאפן מיט די וואגן, אבער דערווייל האט שיטס די אויבעהאנט מיט דעם חלק.


אויב האט איר הנאה געהאט פון די ארטיקל, ביטע ווייזט הכרת הטוב און קליקט אויף די לינקס אין מיין חתימה און האטס הנאה. ריפעירטס א חבר (אדער זיך אליין) צי מיינע סערוויסעס, רופט/אימעילט מיט קשיות/תירוצים. נישט קיין חילוק וואס, אבער טוטס עפעס!!

א גרויסן שכויח פאר די באריכט, איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם, איך ניץ עס טאקע זייער אסאך בעיקר וועגן די שעירינג, איך האב געפלעגט ניצן די געהריגע עקסעל שיט'ס אויף on drive אבער איך האב פארלוירן זייער אסאך דיעטע

יונתן
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2016 12:18 pm

תגובהדורך יונתן » זונטאג נובעמבער 04, 2018 10:40 am

נאך א מעלה פון שיטס, ספעציעל פאר בעגינערס. ווען מען טייפט א פארמולע קומט ארויף א קעסטעלע וואס ווייזט פונקטלעך וויאזוי מען דארף עס מאכן, מיט עקזעמפעלס. עס קען זיין זייער הילפבאר
א גוטע אקאונטענט איז נישט ווער עס קאסט די מערסטע, נאר ווער עס שפארט די מערסטע פארן קליענט...
JKpayroll.com
טעקס ריטוירן קאלקיולעטער

AAA Accounting

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » זונטאג נובעמבער 04, 2018 10:46 am

ווען איין יוזער מאכט א פילטער טוט דאס עפעקטירן די אנדערע יוזער אויך, איז דא א וועג דאס צו פארמיידן?
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

יונתן
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2016 12:18 pm

תגובהדורך יונתן » זונטאג נובעמבער 04, 2018 10:57 am

מים שלנו האט געשריבן:ווען איין יוזער מאכט א פילטער טוט דאס עפעקטירן די אנדערע יוזער אויך, איז דא א וועג דאס צו פארמיידן?

יא! מען קען ניצן filter view אנשטאט פילטער. קוק דא
https://blog.sheetgo.com/google-sheets- ... her-users/
א גוטע אקאונטענט איז נישט ווער עס קאסט די מערסטע, נאר ווער עס שפארט די מערסטע פארן קליענט...
JKpayroll.com
טעקס ריטוירן קאלקיולעטער

AAA Accounting

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » זונטאג נובעמבער 04, 2018 10:58 am

יונתן האט געשריבן:
מים שלנו האט געשריבן:ווען איין יוזער מאכט א פילטער טוט דאס עפעקטירן די אנדערע יוזער אויך, איז דא א וועג דאס צו פארמיידן?

יא! מען קען ניצן filter view אנשטאט פילטער. קוק דא
https://blog.sheetgo.com/google-sheets- ... her-users/

טענק יו! וויל טריי איט
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:12 pm

איך נוץ שיטס פאר אסאך זאכן. מיט א שיינע ביסל עדד אנס. עס איז געוואלדיג.

אזוי אויך קען מען נוצן גוגל פארומס. עס ארבייט צוזאנמען מיט שיטס. מען קען טוהן א געוואל מיט זאכן.

האלט חשבון אויף אינווענטארי. שיקן אימעלס געבעסט אויף אינפארמעשאן.

איינע פון די זאכן וואס קומט מיר גאר גוט צונוץ. ווען די האסט א ליסט פון אסאך מענטשן מיט פערסאנעל אינפארמעשאן. און ווילסט שיקן פאר יעדן זיינע חשבונות. איז דא א עדד אן וואס מען קען נוצן.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יולי 16, 2019 11:31 am

איך פלעג ניצן א סקריפט צו עטעטשן פיילס אין גוגל שיעטס, http://howto.philippkeller.com/2014/01/ ... readsheet/

יעצט האט עס אויפגעהערט ארבעטן און עס קומט ארויף די פאלגענדע עראר UiApp has been deprecated. Please use HtmlService instead

איך קען נישט טרעפן קיין אנדערע סקריפט

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג יולי 16, 2019 1:26 pm

דממה דקה האט געשריבן:איך פלעג ניצן א סקריפט צו עטעטשן פיילס אין גוגל שיעטס, http://howto.philippkeller.com/2014/01/ ... readsheet/

יעצט האט עס אויפגעהערט ארבעטן און עס קומט ארויף די פאלגענדע עראר UiApp has been deprecated. Please use HtmlService instead

איך קען נישט טרעפן קיין אנדערע סקריפט


ער זאגט דיך דאך צו טוישן צו HtmlService, האסט פראבירט?

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יולי 16, 2019 2:50 pm

ממה נפשך האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:איך פלעג ניצן א סקריפט צו עטעטשן פיילס אין גוגל שיעטס, http://howto.philippkeller.com/2014/01/ ... readsheet/

יעצט האט עס אויפגעהערט ארבעטן און עס קומט ארויף די פאלגענדע עראר UiApp has been deprecated. Please use HtmlService instead

איך קען נישט טרעפן קיין אנדערע סקריפט


ער זאגט דיך דאך צו טוישן צו HtmlService, האסט פראבירט?


דאס איז בדאיכא, איך האב נישט קיין אהנונג ווי מען טוט דאס

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יולי 16, 2019 5:44 pm

דא זעה איך אז עס איז א אישו וואס איז געווארן פעליג נעכטן.

פארהאן דארט געוויסע עצות און אנווייזונגען
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט