קומט אריין און כאפט א טרינק

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » דינסטאג אפריל 20, 2010 9:10 pm

דאנקע שיינע, יוסלמאן
די דברים היוצאים מן לבך הטהור וועלן וודאי ריינגיין און די הערצער

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג אפריל 26, 2010 11:38 pm

אזוי פיל תוכן, א שאד אזוי ווייניג דרשות
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג אפריל 27, 2010 12:30 pm

פרשת אמור – ג"ל עיני ואביטה – הוד שבהוד

ויהו נא אמרינו לרצון לפני אדון כל!

אז מ'רעדט מיט שיינעם, באמירה, לשון רכה, איז עס לרצון לפני אדון כל!

מ'האלט מיר שוין ביי די צווייטע העלפט פון די ימי הספירה, מ'זעמיר שוין א טריט נענטער צום הייליגן יו"ט שבועות הבעל"ט, און אויפ'ן וועג צום יו"ט שבועות האט מען אונז מזכה געווען מיט א גרויסן טאג ל"ג בעומר, יומא דהילולא קדישא פון התנא אלוקי רבי שמעון בן יוחאי.

קודם לאמיר א קוק טאן אין די פרשת השבוע, פרשת אמור אל הכהנים, וזה החלי בעזר צורי וגואלי.

***

ויאמר השם אל משה אמור אל הכהנים בני אהרן וכו'
במדרש הה"ד (תהילם, י"ט פסוק ג') יום ליום יביע אומר ולילה ללילה יחווה דעת.

רשיה"ק זאגט וואס איז דער אמור ואמרת, להזהיר הגדולים על הקטנים.
מ'האמיר שוין געברענגט דעם טייער ווארט פון מרן הק' בעל נמחת אלעזר ממונקאטש זי"ע, להזהיר הגדולים, אז די ימי הגדולים זאלן אריינשיינען, מלשון והמשכילם יזהרו, וועלמיר פורבירן עפעס מוסיף צו זיין מיט זיינע הייליגע ווערטער.

להזהיר הגדולים האט אפשר ביידע פשטים, און ביידע גייען ביינאזאם. ווען א איד וויל זיין א מזהיר גדולים על הקטנים (קודם דארף מען זיין פון די גדולים...), ער וויל פארשיינען א צווייטן איד, דארף ער האבן ביידע, זיי עס זאל זיין אן אזהרה, ומאידך גיסא זאל עס זיין מיט א פנים מאירות, מיט א שמייכעל און איידעלקייט. וואס הייסט?

סיי וואסאפארא אביעקעט עס שיינט, לייגט עס נישט ארויף קיין שיין אויף סיי וואס פאר די זאך אליין שיינט נישט. די זעלבע איז מיט א אידווען מען וויל באלייכטן א צווייטנ'ס הארץ און נשמה, ער וויל אים מאיר עניים זיין את הדרך אשר ילך ואת המעשה אשר יעשון, ער וויל זיין א משפיע, דארף ער די ערשטע אליין שיינען, להזהיר הגדולים על הקטנים, ס'דארף זיין להזהיר ולהזהיר מיט ביידע פירושים, ווילאנג איר אליין זענט נישט מזהיר, איר האט נישט קיין שיין, פורבירט נישט צו לייגן אויף יענעם, ס'וועט במילא נישט ארבייטן.

מו"ר כ"ק בעל משאת משה מנייטרא זי"ע ביי זיין הספד אויף מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע האט נאכגעזאגט בשם גיסו כ"ק מרן הרחמ"ד מנייטרא זי"ע וואס ער האט געהערט פון רבין אין די ערשטע יארן דא אין אמעריקא. דער רבי האט אים געזאגט: איך וועל אנפילן מיין בעכער מיט לויטער וויין ביז עס וועט איבער-רינען" ס'הייסט, כ'גיי נישט פורבירן איבער-צו-מאכן די גאס, איך וועל נאר אנפילן אונזער עולם מיט לויטער וויין, און אז זיי וועלן זיין לויטער וועט עס משפיע זיין אויף אנדערע אויך.

דאס קען מען זאגן סיי אויף חינוך הבנים והבנות, ווי טאטע און מאמע דארפן זיין א לעבעדיגע מוסטער אין שטוב פאר קינדער אז זיי זאלן זעהן גענוי ווי א איד דארף אויסזעהן, און סיי פאר ווער עס קומט יענעם מוסר'ן וכו'. קודם דארף זיך א מענטש אליין באשיינען, דערנאך ווען ער שיינט שוין גענוג שטארק, קען ער ווערן א משפיע אויף אנדערע אויך.

אבער מיט דעם וואס מען שיינט איז נישט גענוג.
אונז האמיר אנגעהויבן די וואך מיטן ויהו נא אמרינו לרצון, און געטייטשט אז ווען ס'איז אמרינו, בלשון רכה, איז עס לרצון לפני אדון כל. אבער באמת ווייסמיר דאך אז א מרוצה לשמים איז א מרוצה לבריות, א אמת'ער ערליכער איד האט א ספעציעלער חן. ווען מ'רעדט בלשון רכה, מ'פורבירט מיט שיינעם, נישט מ'רעגט זיך אדער מ'שרייט, נאר מ'בעט שיין, האט עס חן ביים מענטש און ס'איז נתקבל על הלב. ווען א מענטש זעהט אז דער מעורער איז נישט מעורער מחמת מדות רעות רח"ל, נאר ער וויל אים באמת העלפן, שפירט ער עס און נישט נאר איז ער מקבל, נאר ער וועט נאך דאנקבאר זיין, וההיפך בהיפך.

דאס קען זיין דער דאפעלט לשון אמור ואמרת, ס'דארף זיין דקה מן הדקה, רכה מן הרכה, ווען ס'איז להזהיר הגדולים על הקטנים מיט ביידע פשטים, דארף עס זיין מיט א דאפעלטער אמירה רכה. און אזוי וועט עס נתקבל ווערן על הלב. אזוי ווי דער פסוק זאגט (משלי כ"ז פסוק ב') ידע תדע את צאניך, קען און קען זיי, וויל ס'נישט גענוג סתם קענען, נאר ווייס באמת תוך תוכו וואס ער וויל. די זעלבע קען זיין אמור ואמרת.

דאס קען זיין דער מדרש יום ליום יביע אומר ולילה ללילה יחוה דעת. יום ליום יביע אומ"ר, דער וואס האלט שוין ביי יום ליום, ער אליין שיינט שוין גענוג משפיע צו זיין, דארף עס זיין בלשון רכה, באומר, און וואס די רעזולטאט דערפון איז, ולילה ללילה, די אלע וואס זענען נאך בקטנות, בבחינת לילה ללילה, אויך צוויי מאל, יחוה דעת, וועלן נשפע ווערן בדעת, וואס דעת איז מעורער לתשובה כידוע, אם אין דעת הבדלה מנין.

ובאמת דעת און אמירה איז הא בהא תליא, ווייל ווען א מענטש האט דעם ריכטיגן דעת ניצט ער אן אמירה רכה...

***

עוד במדרש, אמור אל הכהנים וכו', אמרות השם אמרות טהורת.

אויפ'ן זעלבן מהלך, להזהיר הגדולים וכו', ארייצושיינען אין די הערצער פון אידישע קינדער. טהורת איז א לשון פון מיטאג, ווי ס'דא לשון הגמרא "דאקים בטיהרא", טייטשט, אויפגעשטאנען נאכמיטאג. זאגט דער פסוק, אמרו"ת השם, ווען מ'דערלייכט אידישע קינדער מיט אמירה רכה, איז אמרות טהור"ת, אפי' ווען מ'שטייט אויף און ס'איז שוין נאכמיטאג, מ'איז שוין פארשלאפן, ס'שוין שפעט און ס'מער נישטא די לעכטיגע זון, אבער אויב ס'איז באמירה, בלשון רכה שיינט עס און ס'דערלייכט ס'הארץ אפי' ווען ס'איז שוין מיטאג.

נישט קיין חילוק אין וועליכע מצב א איד איז, צו די זון שיינט, ס'איז נץ החמה, צו ס'איז ליידער שקעה חמה בעונתה, ס'איז שווארץ טונקעל, איז אלץ אפען פאר אים א וועג אויף צוריק. דער רבוש"ע שטייט און ווארט, ווען קומט שוין מיין קינד אהיים?

דער מדרש אין שה"ש זאגט אויפ'ן פסוק, כ'האב עס נישט יעצט ביי מיר זאג איך אפשר נישט גוט דעם לשון, דומה דודי לצבי, אז דער רבוש"ע איז ווי א הערש וואס דרייט צוריק דעם קאפ צו אידישע קינדער זעהן צו דער איד האט נאך עפעס א רגש דקדושה אין זיך, צו ס'נאך דא מיט וואס צו ארבייטן אז ער זאל צוריק אהיים צום טאטן אין הימל. די רחמנות פון א טאטן איז דאך אין לשער, דער רבוש"ע האפט און ווארט אויף אונז יעדע רגע, אפי' ווען ס'שוין ליידער טונקעל שיקט ער פארשידענע זאכן זאלן אונז דערלייכטן, אויפוועקן פונעם טיפן גלות שלאף, עירי ישינם משנתכם, שטייט אויף שטייט אויף לעבודת הבורא.

און כ'דערמאן זיך אז דעם שבת דאווענדיג אין גרויסן ביהמ"ד איז א וויינענדיג קינד ארומגעלאפען זוכן זיין טאטע. האבעך אים געוואלט בארואיגן האבעך אים געזאגט: דיין טאטע זוכט דיר אסאך מער, ער וועט נישט אהיימגיין אן דיר! און נאכדעם האבעך עס איבערגעזאגט מערערע מאל, ווייל מיין טאטע אין הימל זוכט מיר אויך אסאך מער ווי איך, און ער איז נישט צופרידן ביז איך וועל נישט זוכה זיין מקיים צו זיין דעם ולדבקה בו.

***

די תורה הקדושה זאגט, לנפש לא יטמא בעמיו. כ'האב געזעהן מוראדיגע ווערטער פון הסב"ק בעל יסה"ע מסלונים זי"ע, ער זאגט בלה"ק: שלא יטמא הנפש מפני שמתיירא מעם הארץ והמלעגים עליו שע"י זה מטמא נפשו"
אין אידיש: א מענטש זאל נישט מטמא זיין דעם זעהל ווייל ער האט מורא אז מ'וועט חלילה חוזק מאכן און לאכן פון אים.

ס'איז באמת א שטיקעל שולחן ערוך, אינעם ערשטע סיעף אורח חיים וואס אלע האבן שוין זיכער געלערנט, ואל יבוש מפני המלעיגם, ס'נישט קיין חסידישע תורה אדער עפעס א פרומקייט, ס'איז א הלכה אין שו"ע.
איי ס'שטייט דאך (דאכט זיך אין מג"א) ועכ"פ לא יתקוטט עמהם, וואלט מען זיך אפשר געדארפט שטעלן רעדן איבער דעם? אבער ניין! מ'האלט נאכנישט דארט, קודם דערשרעק דיר נישט, וואס די האלסט אז ס'איז אויסגעהאלטן אדער וואס די האלסט נישט ביים טוען ווייל ס'איז נישט אויסגעהאלטן, שעם זיך נישט דערמיט, גיין אן, חזק חזק ותחזק.

ווער נישט מיד און זיי נישט געפאלן, ס'וועט נאך קומען א טאג וואס די שוועריקייט וועט אוועקגיין און די אלע "לאכערס" וועלן זיין "וויינערס", זיי וועלן זעהן דיין שמחת החיים, ווי די "לעבסט" אויף די וועלט א לעבן ווי א איד, און זיי וועלן זיך אליין פרעגן "ווי בין איך געווען?". נעם אן די געלעכטער באהבה, ווייס ביי דיר באמת "איך טוה דעם רצון השם" לאכן לאכט דער וואס לאכט צום לעצט, אז ימלא שחוק פינו ולשונינו רנה.

ס'איז נוגע ביי אלעס, אבער צומאל איז עס מער גילטיג ביים ואל תטוש תורת אמך. ווען א איד האט עפעס מקבל געווען פון דערהיים, טאר ער נישט געפאלן ווערן און מבטל זיין דעם הנהגה אדער דבר טוב ווייל יענער וועט לאכן, מ'דארף גוט געדענקן דעם ולא יטמא בעמיו, ווער נישט געפאלן און האלט זיך שטארק.

דאס איז פאר די אויסגעלאכטע, אבער צו די לאכערס דארף מען אויך רעדן.

וואס לאכט איר אזוי? ס'איז טאקע אזוי פאני אז יענער איז א אפגעהיטענער ערליכער איד? ס'שוין נישטא ביי אייך פון וואס צו לאכן נאר פון דעם איד?

נאר באמת איז דער לאכער א גרויסער רחמנות, ווייל ער וואלט אויך געוואלט זיין דארט ווי דער אויסגעלאכענער, ער חלש'ט צו שטייגן, נאר זיין עצלות ברענגט אים כסדר פארשידענע עיכובים מיט תירוצים, וואס ער רעדט זיך איין אז יענער האט נישט און פארדעם איז ער בעסער, און זייענדיג אנגעווייטאגט אויף זיך אליין, געט ער ארויס זיין ביטערניש אין פארום פון א לאכעריי אויף יענעמ'ס חשבון, אבער ס'שוין גארנישט קיין געלעכטער, אויב עפעס איז עס א ביטער געוויין אויף אים אליין.

זאלסט נישט מיינען אז יענעם קומט גרינג אן צו לערנען דריי שעה א טאג; צו דאווענען אויף איין פלאץ מילה במילה אנע פלוידערייען; יענער האט אויך דעם זעלבן מלך זקן וכסיל וואס לאקערט אויף אים אן אויפהער, נאר ער ברעכט עס איינמאל און נאכאמאל ביז ער ווערט געוואוינט צו ברעכן אייזן, נישט ווייל דאס אייזן ווערט ווייכער, נאר ער שטערקער.

אויב איר זאלט דורכברעכן אייער קשה עורפ'דיגן געוויסן, און זיך פארנעמן אז איר גייט אויך אנהייבן לעבן ווי אן ערליכער איד, ווי דער טאטע און זיידע האבן אלע יארן געלעבט, וועט איר איין טאג זעהן אז איר קענט אויך, גם אתה יכול, ס'באמת א שאד די צייט וואס איר לאכט פון יענעם, נעמט אייך אליין אין די האנט, געגאנגען זאל זיין!

***

כלל ישראל שטייט געציילטע טעג פארן הייליגן טאג, יומא דהילולא רבא פון התנא האלוקי רבי שמעון בן יוחאי וואס האט באלויכטן און וועט דערלייכטן אידישע קינדער ביז משיח'ס טאג.

ס'שוין דורך אזויפיל יארן זינט רבי שמעון האט זיך געזעגענט פון דעם עולם, אבער ער האט אונז נישט פארלאזט. יאר נאך יאר ווערן טויזענטער אידן געהאלפן בזכותו ווי ער איז דער ריכטיגער שליח ביים כסא הכבוד אויסצופועלן ישעות ורפואת פאר אידישע קינדער. כדאי הוא ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק, ווען ס'דרוקט פאר סיי וועם קען מען זיך פארלאזן אז בזכותו פונעם תנא האלוקי וועט מען האבן א ישעוה.

אז מ'קוקט אביסל אריין אין חסידישע ספרים זעהן מען אז ס'זענען דא צוויי סארט צדיקים. ס'דא צדיקים וואס זייער עיקר עבודה איז עבודת השם, דביקת בהשי"ת, און מיטן דור שפל האבן זיי נישט קיין סאך. ווי אימער זענען דא צדיקים וואס מיט דעם אלעם וואס זיי זענען דבוק בעולמות העליונם זארגן זיי אויך פאר די פשוטי עם, וירד משה מן ההר אל העם, פונעם גרויסן בארג ווי ער איז געווען במדריגת מלאך, צום עם, פשוטע אידן.

דער הייליגער תפארת שלמה רופט עס אן מסי"נ באהבה. ווייל פארן צדיק איז דאס ממש מסי"נ, ער געט זיך אוועק פארן פשוטער איד. ער זאגט בתוך דבריו: לא כאותן הבני אדם הפרושים שפורשם עצמם בעבודתם מן העוה"ז רק לעצמם ואינם מתפללים לטובת הכלל, וע"ז אמרו חז"ל וכשאני לעצמי מה אני. עכל"ק.

ווען א צדיק איז משפיע אויף שאר בני אדם איז עס אים מעלה צו העכערע מדריגות, ווי ער שרייבט קלאר, וכשאני לעצמי, ווען כ'בין נאר פאר מיר אליין, אן א כלל ישראל, מה אני.
דאס איז אונזער האפענונג, דאס איז וואס געט אונז קוראזש צו גיין בעטן פונעם תנא אלוקי אז ער זאל זיין פאר אונז א מלאך מליץ, ווייל דאס איז דער שאיפה פון א צדיק, משפיע צו זיין ווייטער אויף אידישע קינדער.

***

העמיר פורבירן צו זאגן א רמז לכבוד התנא אלוקי.

במקום הקדמה:

אז ס'איז ל"ג בעומר היללוא דרשב"י מעג מען אביסל שמועסן ענינים וואס א גאנץ יאר איז מען זיך מונע דערפון. אבות אבותינו, צדיקי הדורות לבית סיגוט, סאטמאר, בעלז, צאנז, שינאווע, האבן צוריקגעהאלטן פשוטי עם פון עוסק זיין אין תורת הח"ן, וזל"ק מרן בדברי חיים יור"ד ח"ב סימן מ"ז:
הלא זה חיינו לעסוק כל היום בגופי תורה והלכות ופלפול ולהשיב לשואלי דבר ואין אנו עוסקים בחכמת הקבלה מתורה הקדושה רק בשעה שבני אדם על מטתם ואנחנו מנדדים שינה אבל עיקר עסקינו בש"ס ופוסקים וכו' שעוסקים בתורה יומם ולילה בגופי ופשטי הלכות בש"ס ושולחן ערוך וספרי מוסר. עכלה"ק. זי"ע ועכי"א.
ואין לנו אלא דבריהם. נאר איינמאל לכבוד היללוא דרשב"י וועלמיר ברענגן אביסל מפי ספרים וסופרים וואס רירט אן אביסל די זאכן, והשם הטוב יכפר.

מרן הקדוש המקובל בעל דרכי תשובה ממונקאשט זי"ע ברענגט א טעם (כמדומה פון לקה"ת) פארוואס בראשית האט א בית רבתי, א גרויסער בי"ת, ווייל די תורה איז צעטיילט אין צוויי, נגלה ונסתר, והעיקר הוא תורת נסתר, דערפאר הייבט די תורה אן ב'ראשית, אז די תורה וואס מיר לערנען איז די צווייטע חלק, אבער די ערשטע און די חשובערע איז תורת הנסתר, און ביז מתן תורה האט זיך דער רבוש"ע משתשע געווען בתורה הנסתר. (ואגב, אזוי קען מען פארשטיין ווי די וועלט האט געהאט א קיום ביז מתן תורה.)

מיט דעם איז ער מפרש די גמרא על מה אבדה ארץ? על שלא ברכו בתורה תחילה! ווייל מ'האט נישט עוסק געווען אין תורת נסתר, בתורה תחילה, תורת הח"ן וואס איז געווען פאר נגלה, און ער פירט אויס אז דאס איז אונזער תיקון קודם ביאת המשיח, מער עוסק צו זיין אין די ענינים.

ובוודאי דארף מען מקדים זיין אז ס'איז נאך אלץ נישט פאר אונז, ס'איז געזאגט פאר אידן וואס האבן זיך שוין אנגעזאפט מיט תורה וקדושה, און מיט גרויס זהירות קענען זיי עוסק זיין אין די סתרי עולם, דער רבוש"ע זאל אוודאי די זכיה געבן יא צו האבן דערמיט עפעס א שייכות. אבער אין לנו אלא מה שכתוב בתורה, נגלות התורה, שו"ע וגדולי הפוסקים אחריו. ובכן, וועלמיר נישט צופיל אריינגיין דערין, נאר עפעס לכבוד ל"ג בעומר.

ל"ג בעומר איז מרומז בהפסוק ג"ל עיני ואביטה נפלאות מתורתיך.

ונראה לומר עפ"י מה ששמעתי מפורש יוצא מפי כ"ק מרן וכו' שליט"א על הפיוט תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו, ווייל ס'ידוע (כמדומה הובא בספה"ק נועם אלימלך) אויפ'ן כותנת אור וואס דער רבוש"ע האט אנגעטאן פאר אדם הראשון, אז נאכן חטא איז פונעם אור געווארן עור, די א' האט זיך פארטוישט מיט א ע'. מיט דעם האט ער געטייטשט, הוא מאירת עינינו, מיט זיין תורה האט ר' שמעון באלויכטן דעם ע' אז ס'געווארן מעור אור, ס'געווארן א לעכטיגקייט.

דאס קען אפשר זיין דער רמז, ג"ל עיני, ביום ל"ג בעומר ווערט נתגלה דער עיין, ס'ווערט נתקן דער עור לאור באור החיים.

ואפשר לומר אז דער צורת העין איז פארמאכט פון אינטן אויף די רעכטע זייט, און ווען מ'וויל מאכן דערפון אן א' דארף מען עס אביסל עפענען, גל עיני, עפען אויף דעם עי"ן און מאך דערפון אור, וויאזוי? ואביטה נפלאות בתורתך, בזכות לימוד התורה.

ובזה עלה ברעיוני לפרש אמרם ז"ל, כיון שמת יעקב אבינו נסמתו עינה"ם ולבם של ישראל. כי יעקב התקין האות א' של אמת, אז ס'זאל חלילה נישט זיין מת (וכבר דברנו מזה בשבוע תפארת שבתפארת, עיי"ש), כיון שמ"ת יעקב, ס'האט געפעלט דער א', נסתמו עינה"ם, האט זיך פארמאכט דער א' און ס'געווארן ע'. ואולי יש לומר עוד, עינה"ם של עניים נשואת אל מקרא מגילה. שעינה"ם, דער אות עין, ווארט אויף מגילה, מלשון גל, עפענען, אז ס'זאל ווערן א'. ודו"ק.

ואימא בה עוד וואס ספה"ק ברענגן אז עין איז בגימ' 130, כמנין מלאך הממונה להשפיע כל טוב, סמ"ל, און אויב הייבט מען אויף די אויגן, ווערט ער איינס מער, סמא"ל פון די נישט גוטע רח"ל.

כידוע אז סמ"ל איז ראשי תיבת ס'יום מ'סכת ל'עשות, און דער נישט גוטער לייגט צו אן א' און עס ווערט ס'יום מ'סכת א'ין ל'עשות. ובסיום מסכת, ווען מ'איז זוכה דערצו, קומט אראפ א געוואלדיגע השפעה ממלאך הממונה על ס'יום מ'סכת ל'עשות. וזה פירשו עינה"ם של עניים, די וואס ווארטן אויף פרנסה וכל טוב, נשואת למקרא מגילה, אז ס'זאל נתקן ווערן דער עי"ן און ס'זאל משפיע זיין פון אלעם גוטן, ודו"ק.

ולזאת צריכן להתמיד בתורה ובעבודת השם. הוא מאירת עינינו, דווקא תורתו מגן לנו, ווען מ'איז עוסק בתורתו הקדושה, ואין לנו שיור רק התורה הזאת. וזאת עוד, אז ווען מ'וויל עפענען דעם עי"ן עפענט מען עס פון אונטן, לרמז אז להאיר העין דארף מען אראפקוקן און נישט ארום פירן די אויגן ווי ס'לזאט זיך וד"ל. והאר “עיניו” בתורתיך, נאר די תורה הקדושה דערלייכט דעם עי"ן כי באורך נראה אור, ס'ווערט פון עור א אור גדול.

ולאמיתו של דבר קען מען זאגן אז ווען מ'וויל עפענען דעם עי"ן אז ס'זאל ווערן אן א', טאר מען נישט צולייגן דערצו, ווייל ווען מ'לייגט צו ווערט עס סמא"ל חלילה, נאר מ'נעמט אראפ אביסל דערפון צו האבן דעם אל"ף. דאס איז מרמז דעם דעם סור מרע און דערנאך קומט ועשה טוב. ווען מ'איז א טובל ושרץ בידו, מ'פורבירט צו ווערן וואויל און פיין אבער מ'מוז נאך טאן און האבן דאס און יענץ, איז לא עלתה לא הטבילה, קודם ווארף אראפ די שמוציגע קליידער, התנערי מעפר קומי, דערנאך לבשי בגדי תפארתיך.

ועוד אפשר לומר לויט ווי דער הייליגער בני יששכר זאגט אז די י"ג מדות של רחמים זענען מרומז לי"ג מדות שהתורה נדרשת בהם, און ווען מ'לערנט די י"ג מדות שהתורה וכו' איז מען מעורער די י"ג מדות. קען מען אפשר זאגן: הו"א, עם הכולל גימ' י"ג, מאירת עינינו, מיט לימוד התורה, י"ג מדות שהתורה נדרשת בהן, איז מען מאיר דעם עין, ומעור יהיה אור גדול, אורו של משיח, אנו לי-ה ועינינ"ו לי-ה, שע' מרומז בשה אחד בן ע' שאבים, שה פזורה ישראל, ויתקן הע' ויקבץ נדחינו בב"א.

***

הוד שבהוד איז מכוון נגד אהרן כהנא קדישא.

זה לשונו בספה"ק עטרת יהושע:
בפסוק הצדיק אבד ואין איש שם על לב. בימי העומר מתו תלמידי ר' עקיבא והיה בחי' הצדק אבד ופגמם היה על שלא נהגו כבוד זה בזה בחי' גאות, ובאם האדם יאחז בבחינת הענוה עד קצי האחרון אזי יתוקן פגם זה. וזו הצדיק אבד ע"י שהיו בחינ' מיתת הצדיקים הללו אזי התיקון ואין איש להיות בחי' אין ואפס וזאת יוגרם כמו שהי' בל"ג בעומר שפסקו מיתתם וזו ואין איש שם על לב היינו על, אחר ל"ב הוא ל"ג בעומר גם אי"ש על "לב היינו מספר ל"ב עולה ל"ג עמ"ר שאז ניתקן הפגם שלהם באחוז מדת הענוה, עכל"ק עיי"ש.

ווי פאסיג איז דאס לשבוע שמכוון נגד אהרן, הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה. ווען מ'האלט זיך מער און חשובער פון יענעם קען מען נישט משפיע זיין קיין התקרבות לתורה, ווייל יענער וועט שפירן אז איר מיינט גארנישט כבוד שמים און זיכער נישט אים, נאר יאך און זיך, אבער ווען מ'איז א אוהב שלום ורודף שלום, וואס דאס קען נאר קומען האבענדיג הכנעה איינער פארן צווייטן, איז מען א מקרבן לתורה, וכבר דיברנו בתחילת המאמאר ווי מ'דארף גיין באמירה רכה.

אן אוהב שלום ורודף שלום מיינט כפשוטו, ער גלייכט עס און ער לויפט עס נאך, מ'וועל מיר פורבירן עס פארשטיין צו געבן.

ווען איינער האט זייער ליב א בייגעל מיט אייער שפייז, וועט ער עס אוודאי זעהן צו האבן, אבער אויב ס'וועט זיין נאר ביי א רעסטוראנט וואס איז פופצען גאסן אוועק, וועט ער נישט אוזי אפט אהינגיין, אפשר אמאל אמאל לכבוד ראש חודש וכו', אבער זיך אוועקגעבן פאר אזאך וואס מ'האט ליב? ניין!

אבער ווען איינער איז א רודף אחר הממון, וועט ער טוען אלעס אויף די וועלט עס צו דערגרייכן, ווייל ער האט עס נישט נאר ליב, ס'איז אים איינגענעם עס צו האבן, נאר ער מוז עס האבן, ער לויפט עס נאך!

דאס קען זיין פשוט פשט פון אוהב שלום ורודף שלום. ווייל יעדער נארמאלער מענטש האט ליב ווען ס'איז רואיג, אבער מ'איז נישט גרייט צופיל אוועקצוגעבן דערפאר. ווען א שכן האט א קאנפליקט וועגן א שטח, זה אומר בכה וזה בכה, ביידע האבן זיכער שטארקע טענות, אבער ווען איינער איז א רודף שלום וועט ער טוען כל מה שבידו, און אפי' זיך איבערשטרענגן און מוותר זיין אז ס'זאל זיין שלום ושלוה.

ובוודאי איז דאס שייך ווען מ'איז איינעם מעורער אויף סיי וואס. פורביר אלץ דעם נארמאלן וועג, א וועג פון רואיגקייט, אנע מחלוקת. אזוי איז געווען אהרן הכהן, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, אבער קודם אוהב שלום ורודף שלום.

אהרן להורת תשובה בא, אהרן איז מרומז נגד הוד, וואס נצח והוד זענען מרומז נגד "חכמה בינה", תרין רעין דלא מתפרשין, חכמה מוז קומען פאר בינה, חכמה מיינט וויסן און בינה פארשטיין, און חכמה בינה ברענגט דעת, ווי ס'גייט אין א סדר חכמה בינה דעת.

נצח נגד חכמה, הוד נגד בינה, אהרן להורת תשובה בא, תשובה בסוד בינה, אם אין דעת הבדלה מנין. אויף אידיש: אז מ'האט נישט קיין דעת קען מען נישט ווערן קיין בעל תשובה, ווייל ווי אזוי זאל ער וויסן וואס יא און וואס נישט? וואס איז קודם און וואס האט צייט? פון ווי הייבט מען אן? אלא מאי דארף מען קודם האבן דעת, און משה אהרן זענען משפיע חכמה בינה פאר אידישע קינדער, ועי"ז יושפע שפע רב, וועט נשפע ווערן דעת, וכל בניך לימודי השם, וימלאו הארץ דעה.

***

אהרן הכהן איז געווען דער עמוד העבודה. ומה נהדר היה המראה, ווען אהרן הכהן האט געטוען די עבודה איז עס געווען א שיינע עבדוה; א הייליגע עבודה; א ערליכע עבודה; מיט פילע כוונות און אלע צוגעהערן, ס'איז געווען לריח ניחוח פאר קוב"ה.

אונז ליידער האמיר היינט גארנישט, אין לנו לא כהן בעבודת"ו, א כהן וואס נישט נאר איז ער א כהן בזכות אבותיו, נאר ס'איז בעבודת"ו, מיט זיין עבודה איז ער כדאי לעצמו. אבער מיט איין זאך זעמיר געבליבן, הקול קול יעקב, ס'קול פון אידישע קינדער וואס הערט זיך ברחבי תבל אין די בתי כנסיות ובתי מדרשות איז עולה לרקיע במקום קרבנות און ס'ברענגט נחת רוח פארן טאטען אין הימל.

דאס קאן זיין א רמז און אהרן הכהן, הכה"ן איז בגימ' פ', מרומז לפה, אפי' מ'האט נישט דעם כהן, איז נאך דא דער פה, א פה המדבר צום הייליגן באשעפער.

***

ווען א מצורע קומט צום כהן געפינען מיר א שטיקעל סתירה, קודם שטייט והובא אל הכהן, משמע נישט קיין חילוק וואס, מ'ברענגט אים צום כהן, און דערנאך שטייט ויצא הכהן, אז דער כהן גייט צו אים, ס'פשט?

ווען ס'איז ארויסגעקומען דער טעלעגראף און די גאנצע וועלט איז אויפגעווען דערמיט, מ'האט פארדעם נישט געהאט דעם מושג ווי היינט וכלשון בני אדם "היינט איז א קליינע וועלט". האט דער הייליגער שינאווער רב זי"ע געזאגט פארן טאטען דער הייליגער דברי חיים זי"ע זיין התפעלות וועגן דעם טעלעגראף. האט דער דברי חיים געפרעגט, וואספארא טובה קען דען א איד האבן דערפון? האט ער געענטפערט, אז ווען א איד וועט זיין אין א צרה וועט ער קענען שיקן א טעלעגראם צום צדיק הדור פון די אנדערע עק וועלט צו געהאלפן ווערן!

האט דער הייליגער צאנזער רב געזאגט, וויי פאר א צדיק הדור וואס מ'דארף אים מעלדן אז א איד איז אין א צרה! דער צדיק דארף דערשפירן בבחינת טרם יקראו והוא נענה, און מתפלל זיין פאר א איד.

ביים כהן גדול זעמיר אז ער דארף אויך זיין אין די בחינה. די גמרא אין מכות איז מסביר פארוואס א הורג נפש בשוגג גייט ארויס מעיר מקלטו במיתת כהן גדול, ווייל אויב א איד איז געהרגעט געווארן האט דער כהן גדול געהאט א אחריות מתפלל צו זיין אז ס'זאל נישט פאסירן. און נאך מער, ווען דער כהן איז נאכנישט געווען כהן בעת די הריגה, נאר בשעתן פסק דין אויפ'ן הורג בשוגג און ער דארף גיין אין גלות, איז עס אויך אויפ'ן כהן'ס אחריות, ווי די גמ' זאגט דעם טעם ווייל ער האט געדארפט מתפלל זיין אז דער הורג זאל ארויסגיין זכאי בדין, עכ"פ דער כהן גדול וצדיק האט אן אחריות אויף א איד.

דאס קען זיין פשט, והובא אל הכהן, א איד מיט א פראבלעם דארף טאקע גיין צום כהן, אבער ווען ער קען נישט אנקומען צום כהן, צום צדיק, ויצא הכהן, דארף דער צדיק ארויסגיין, ויצא משה אל אחיו וירא בסבלותם, גייט דער צדיק ארויס און ער קוקט זיך אים אויף אלע מצורעים וחולאים און איז משפיע א ישועה.

בדורינו זה ווען ס'שוין נישטא דער צדיק צו וועם צו פארן, ס'איז א דור יתום, איז בהכרח אז דער צדיק וואס איז בשמי מעל זאל אראפקוקן צו אונז, מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומתפלל בעדינו. וזכותו פון אהרן קדוש השם, אז מ'פורבירט ממשיך צו זיין די הייליגע עבודה מיטן כוח הפה, בתורה ובתפילה, ובזכותו פון התנא אלוקי רשב"י וועלן מיר שוין זוכה זיין צו אלעם גוטן, ובקרוב נזכה לקבל פני מלכא משיחא באנפין נהירן בב"א.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » מיטוואך אפריל 28, 2010 7:52 am

אוי האטסו אונז אנגעטרינקען, און נאך ווי!
ייש"כ
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אפריל 28, 2010 12:35 pm

reb yid האט געשריבן:אוי האטסו אונז אנגעטרינקען, און נאך ווי!
ייש"כ

יא!
ח"י ראטל במלוא המובן!

יש"כ ר' יוסלמאן
the SCY is the limit

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך אפריל 28, 2010 12:55 pm

איך טרינק און איך טרונק, און איך ווער נאר מער און מער דורשטיג...
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » דאנארשטאג אפריל 29, 2010 8:41 am

יוסלמאן האט געשריבן:

און כ'דערמאן זיך אז דעם שבת דאווענדיג אין גרויסן ביהמ"ד איז א וויינענדיג קינד ארומגעלאפען זוכן זיין טאטע. האבעך אים געוואלט בארואיגן האבעך אים געזאגט: דיין טאטע זוכט דיר אסאך מער, ער וועט נישט אהיימגיין אן דיר! און נאכדעם האבעך עס איבערגעזאגט מערערע מאל, ווייל מיין טאטע אין הימל זוכט מיר אויך אסאך מער ווי איך, און ער איז נישט צופרידן ביז איך וועל נישט זוכה זיין מקיים צו זיין דעם ולדבקה בו.

אז ס'איז אייגענס איז עס געוואלדיג!

און באמת איידער אני הקטן האב געהאט די זכי' צו ווערן אנגערופן מיט'ן נאמען "טאטע" האב איך נישט אלטץ אזוי פארשטאנען די אלע משלים וואס די ספרים געבן וועגן א טאטע אין א זון. אבער נאכדעם וואס האב זוכה געווען האב עס אזוי מין פארשטאנען...

וען מיין קליינער איז אנגעמאכט (מילד גערעדט) וועט די אהבה נישט זיין קיין טראפ ווייניגער, און ביים באשעפער כביכול איז עס פי כמה, השוכן אתם בתוך טמאותם.... בשעת'ן טוהן די ערגסטע עבירות איז ער דא מיט אונז און האט אונז ליב!

נאר וואס דען? ווען מיינע קליינע זענען איז פריש געבאדן - אנגעטוהן שיין, פילט מען זיך מער קאמפעטעבל - באקוועם מיט זיי, מען שעמט זיך נישט זיך אויפצוטהן מיט זיי! און מען האלדזט זיי ענדערש ארום דעמאלטס...

לאמיר זיכער מאכן אז השי"ת זאל זיך נישט דארפן שעמען מיט אונז...

און נאכאמאל הרב יוסלמאן א גרויס יש"כ, און נאכאמאל... דיינע דיבורים זענען געוואלדיג!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מאי 02, 2010 10:52 am

יוסלמאן, שבת ביים מעביר סדרה זיין האב איך זיך געכאפט אז איך האב דיר נאך נישט באדאנקט די וואך,
אלזא קום איך יעצט און איך באדאנק זיך פאר דיר,
זאלסט וויסן אז מיר ליינען און קוועלן וועכענטליך,

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש מאי 08, 2010 11:34 pm

יוסלמאן, מיר האבן נישט פארגעסן, מיר ווארטן נאך אויף די בה"ב.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » זונטאג מאי 09, 2010 3:41 pm

הרב יוסלמאן
דיינע דרשות ווערן בעסער און בעסער מיט יעדער איינע.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » זונטאג מאי 09, 2010 9:36 pm

ווי איז די בה"ב'דיגע יוסלמאן..

ווי ביזטו אנטרינען?
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 12:59 pm

שלום עליכם טייערע פריינט.

מיר זענען שוין לאאאאנג נישט דא געווען....
און ניין, קיין איינער האט מיך נישט צוריקגערופן, כ'האב זיך אליינס גערופן צוריק אהער צו מיין אלטער היים, דער טרונק אפטיילונג בתוך ההיימישע קרעטשמע!

ס'שוין אדורך א לענגערע צייט זינט מיר האבן פארלאזט כותלי בית מדרשינו צוליב כמה טעמים.
ס'איז זיכער נישט געווען גרינג, אבער דער שווערסטע פון אלעם איז געווען דאס איבערלאזן אונזער וועכנטליכער תגובה ווי מיר האבן זיך-אליין אנגעפילט מידי שבוע בשבוע מיט גוטע ווערטליך, חיזוק און א פיינעם טרונק.

אין די לעצטערע צייטן האבעך אנגעהויבן שפירן אין מיר א שטארקע טריקענקייט. ס'קען אדורך גיין איטליכע וואכן און כ'זאל נישט שפירן דאס ברען פון אמאל; די ווארימקייט אין א דאווענען; א געשמאק אין סיפורי צדיקים וכו', און כ'האב מחליט געווען אז דער באשרייבונג/דרשה איינמאל א וואך וואס האט טאקע אנגעהאלטן אינגאנצן אפאר וואכן, האט מיך היבש אראפגעבינדן און געהאלטן אין דער הייך, ווייל, כ'ווייס נישט פארוואס, די אלע גוטע אידן וואס האבן ליב צו געבן יענעם א גוט ווארט, צו מיר קומען זיי נישט... און קען זיין ווייל מ'האט מיך אפגעחתמ'ט אלץ איינער וואס גיבט אמאל א גוט ווארט, און זיי ווייסן נישט אז דער געבער דארף אויך באקומען...

דערפאר האבעך באשלאסן צו נעמן צוריק די פעדער אין די האנט, און אנהייבן פונדאסניי מיט'ן וועכנטליכן ארטיקעל עד כמה שידי מגעת. כ'גלייב נישט אז כ'וועל האבן די צייט און כוח מאריך צו זיין כבשנים קדמניות, אבער איך האף צו עספייען כאטש עפעס א טרונק צו אריינווארפן אין מיינע טריקענע גלידער.

איך בעט שוין ענקער אנטשולדינג, כ'וויס נישט צו ס'וועט זיין אזוי ווארעם און גוט ווי ס'פלעגט זיין, ליידער האבן זיך צייטן געביטן און כ'בין נישט ערלויבט אזויפיל צו פארברענגן דערויף, ואתכם הסליחה.

-
ויצא – ו'ירא י'עקב צ'ורת א'לף


די וואך הייבט זיך אן די סדרה, ויצא יעקב מבאר שבע, איז ידוע דער רמז וואס דער הייליגער מגלה עמוקת זאגט אז ויצא איז ר"ת ו'ירא י'עקב צ'ורת א'לף.

ואולי אימר בה מילתא, ס'איז נישט ממש אייגענס, ס'איז נאר בתוספות ביאור, בדרך וואס מיר האבן שוין געשריבן אין איינע פון אונזערע פריערדיגע מאמארים, אז די וועלט איז באשאפן געווארן בג' אלפין, א-אדני, א-אמת, א-אדם. און נאכן חטא אדה"ר איז נפגם געווארן די דריי אלפין און זיי זענען געווארן דין, מת, דם, ס'האט גורם געווען רח"ל די דריי שווערע זאכן פאר די וועלט.

אברהם אבינו ע"ה האט מתקן געווען און צוריקגעשטעלט דעם ערשטן אלף צו אדני, און מיט זיין גרויס מידת החסד ממתיק געווען די דינים.
ווי די גמ' זאגט אין מס' ברכות (ז' ע"ב) א"ר יוחנן משום ר"ש בן יוחי מיום שברא הקב"ה את העולם לא היה אדם שקראו להקב"ה אדון עד שבא אברהם וקראו אדון שנאמר (בראשית טו) ויאמר אדני אלהים במה אדע כי אירשנה.
מיט דעם האט אברהם אבינו מתקן געווען דעם ערשטן אלף און ממתיק געווען דעם מידת הדין.

יעקב אבינו ע"ה האט געדארפט צוריקלייגן דעם צווייטן א' און טוישן מת צו "אמת". וואס כידוע איז יעקב געווען דער מידת האמת, כדכ' תתן אמ"ת ליעקב. און ווי כ'האב שוין געברענגט דאס וואס די גמ' זאגט אין תענית "יעקב לא מת" איז די כוונה אז די בחינה פון יעקב איז לא מ"ת, נאר אמ"ת.

און יעצט ווען יעקב אבינו ע"ה איז געגאנגען צום בית לבן, דער טאטע און רבי פון אלע רמאים, דער מקור השקר, האט ער געדארפט מתקן זיין דעם אמת, איז פארדעם דא דער רמז, וירא יעקב צורת אל"ף, אז מ'האט אים געוויזן דעם אלף וואס ס'ליגט אויף אים מתקן צו זיין און צוריקשטעלן צום אמ"ת.

(וזאת למודעה, כ'דענק נישט גענוי פון ווען כ'האב עס געהערט, אבער ס'איז נישט קיין אייגענס, כ'קען נישט אליין זאגן אזאליכע בחינת אויף אבותינו הקדושים, לא הגעתי למידה זו כלל וכלל.)

דאס איז מיט אדני און אמת.
די דריטע א' פון אדם, דאס איז געבליבן פאר כלל ישראל בדור האחרון מתקן צו זיין. און דאס איז א חלק פון אונזער עבודה צוריק צושטעלן דעם א' צום דם, אז ס'זאל ווערן אד"ם, אן אדם השלם מיט אלע אברים, שרמ"ח אבריו ושס"ה גידיו של אדם מרומזים נגד התרי"ג מצוות כידוע. ורמזו בזה חכז"ל בגמ' שבת, אבוה דכוליה דם, אז דער עיקר פון אונזערע עבודת במצומעש"ט איז דם, והבן.

נו וויאזוי לייגן מיר פשוטי עם, קרוצי מחומר, צוריק דעם א' צום דם. אן עבודה וואס אונזערע הייליגע אבות האבן געטוען מיט אזוי פיל יארן צוריק ליגט אויף אונזערע שוואכע פלייצעס.
נאר וואס דען?
אדם באשטייט פון צוויי חלקים א' מיט דם. דם איז בלוט שהנפש תלוי בו, און א' איז ווייל מ'איז דבוק לאלופו של אדם. און פארדעם זאגן חז"ל אין יבמות, אתם קרוים אדם, דייקא א איד נישט קיין גוי, ווייל נאר אידן זענען דבוק אינעם הייליגן באשפער דער אלופו של עולם.
(אגב די גמ' אין סוטה (ה' ע"א) איז מרמז אנדערש, א"ר יוחנן אד"ם א"פר ד"ם מ"רה, אבער דאס איז בדרך רמז, אבער אין המקרא יוצא מידי פשוטו.)

אויף דעם איז דא א טרעפליך ווארט פון גרויסן הייליגן מגיד ספרו מגיד דבריו ליעקב.
ער טייטשט דאס וואס די גמ' זאגט אין ברכות (י' ע"ב) וא"ר יוסי בר' חנינא משום ראב"י מאי דכתיב (ויקרא יט) לא תאכלו על הדם לא תאכלו קודם שתתפללו על דמכם. זאגט ער אז פשט אין לא תאכלו על הד"ם, פארן דאווענען ווען ס'איז נאך בלויז דם, וויל מיט'ן דאווענען איז מען זיך מקשר לא-ל חי העולמים, אז מ'זאל אנגערופן אד"ם, אזוי איז עס מרומז אינעם פסוק לא תאכלו על הדם אז פארן דאווענען זאלן מען נישט עסן. עכמדב"ק.

נו, שטעלט אייך פאר וואספארא נישט מענטש ס'איז דער וואס ביים דאווענען ווערט ער נישט, עכ"פ ער האט נישט אינזינען צו ווערן דבוק לאלופו של עולם? ער איז דאך ממש אויס מענטש!!!

-

עס קען אבער זיין נאך א בחינה אין וויאזוי מ'ווערט צוריק אן אדם, א מענטש, און מ'איז זיך מדבק אינעם בורא עולם.

די גמ' זאגט "איש ואשה זכו שכינה בינהם" אז אין יעדע אידישע הויז, אויב מען איז זוכה, איז דא דארט השראת השכינה.

ווען מ'בויעט א אידיש הויז, אלס א בית גדול שמגדלין בו תורה ותפילה, איז דא השראת השכינה. נישט קיין חילוק מיט וועליכע געברויכן פונעם הויז מ'גיבט זיך אפ, צו איז דאס געבן נאכטמאהל פאר ד קינדער; צו ארויסטראגן גארבעדזש, אלעס איז עבודת הקודש פון אידישע הייזער ווי מ'איז מחנך קינדער ליב צו האבן תורה ומצוות; שעצן תורה און אירע לערנער; לערנען און חזר'ן די הייליגע תורה, אוריתא וישראל וקוב"ה חד הוא; ליב האבן השי"ת, ווי די אויפגעקלערטע מחנכים זאגן unconditional...; אין אזאליכע הייזער איז דא השראת השכינה.
און אז ס'איז דא השראת השכינה, איז מען דבוק לאלופו של עולם, און מען קען זוכה זיין מתקן צו זיין דעם אדם וואס ס'ליגט אויף אונז בדורינו אלה.

ולא אאריך עוד מחמת חוסר הפנאי, אבער כ'האף קומענדיגע וואך ממשיך צו זיין איבער דעם בחינה פון אד"ם, איבער וואס ס'דא אסאך צו רעדן. דער רבוש"ע זאל געבן צייט.

ואסיים בברכת הדיוט, אז מיר זאלן אלע זוכה זיין מגדל צו זיין קינדער און קינד'ס קינדער וואס זאלן בלייבן מיט'ן צלם אלוקים. נישט נאר משפה לחוץ, נאר תוך תוכם זאל אין זיי זיין השראת השכינה, ס'זאל פון אונז ארויסקומען בלויז א קידוש השם און א התדבקות לבורא, ויתגדל ויתקדש שמיה רבה בקרוב במהרה מתוך רחמים גדולים, אמן ואומן.

צום ווידערזעהן.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 2:44 pm

שלום עליכם און וועלקאם בעק ר' יוסלמאן פון רוסהיים

גוט געזאגט און זאג עס אפטער

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 3:08 pm

פיין געזאגט!

די קעלט הייבט אן קריכן אין די ביינער, און א געשמאקן גלאז משקה דערווארעמט די ביינער.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 3:10 pm

ברוכים הבאים ר' יוסלמאן. מיר האבן זיך געבענקט נאך אייך און נאך אייערע באלערנדע רייכע אינהאלט ווערטער.
לחיים ולברכה!

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 2:42 pm

וישלח – כי אם ישרא"ל

אין ספה"ק עטרת ישועה להרה"ק מדזוקיב זי"ע, די וואך פרשת וישלח זאגט ער בלה"ק: ויזרח לו השמש כאשר עבר את פניאל והוא צולע על ירכו.
נודע אשר השמש הוא בחי' חקירה ומי שאין לו אמונה רק עוסק תמיד בחקירה הוא אפיקורס וזה ויזרח לו השמש היינו מי שזרחה לו בחי' חקירה שלומד בספרי משכילים אזי תדע כאשר עבר את פניאל שהוא עבר פני אל והוא אפיקורס גמור והשי"ת ישפיל אותו שלא יהיה לו פרנסה וזו והוא צולעו על ירכו שלא יהי' לו תקומה כי ממונו של אדם מעמידן אותו על רגליו מחמת שאין לו אמונה כי כל מה שישראל אוכלין בעה"ז הוא בשביל אמונה כמבואר במדרש עכל"ק.

מיר האבן מעתיק געווען לשונו הקדוש ווייל מיר ווילן ציען אביסל אונזער שמועס אינעם ענין פון אמונה. מיר וועלן נישט אריינגיין אינעם ענין וויאזוי א איד דארף האבן אמונה, מיר וועלן ענדערש רעדן וואס נישט צו טאן בענין הקדוש הזה צו וואס יעדר איז איז משתוקק צו האבן בשלימות און וואס דערהאלט אונז שוין קרוב צו צוויי טויזענט יאר אינעם לאנגן גלות.

תמצית דבריו הקדושים דארף נישט קיין איבערטייטשט. נאר בראש המזלג דארף מען ארויסברענגן, אז לויט ווי דער הייליגער עטרת ישועה שרייבט איז אמונה דורך חקירה א ענין וואס טויג נישט, און ס'איז גורם א היזק אין די פרנסה פון אידישע קינדער רח"ל.

מאידך גיסא דארף מען געדענקן אז דאס וואס געוויסע גאונים וקדושים האבן יא עוסק געווען אין חקירה, איז נישט קיין לימוד פאר אונזערע שוואכע מוחת זיך אריינצוטאן אין די ענינים. און פאר די וואס ווילן אזוי שטארק גיין אין די וועגן, און נאכמאכן די צדיקים, קענען טרעפן אסאך אנדערע ענינים וואס זענען געווען ביי די צדיקים הייליג און טייער. אבער זיך אריינשטעלן דעם קאפ דארט ווי מ'ברויך נישט קען זיין זייער שעדליך.

ווי טרעפליך זענען די ווערטער די וואך אין מדרש רבה אויפ'ן פסוק ויזרח לו השמש "ר' הונא בשם ר' אחא אמר כך היתה השמש מרפא באבינו יעקב ומלהטת בעשו ובאלופיו" פשט איז אז שמש, וואס ס'איז מרומז אויף חקירה, קען טאקע ברענגן א רפואה להצדיק, ס'קען אים ברענגן צו א העכערע מדריגה אין אמונה, אבער מאידך גיסא איז עס מלהט ברשעים. רשעים מיינט נישט דווקא א פושעי ישראל וואס עסט חזיר רח"ל און איז מחלל שבת, נאר אפי' אזא איינער וואס ווערט ליידער נכשול במיזד אין עבירות רח"ל און ער האט נאכנישט תשובה געטוען גייט שוין אריין אין דעם גדר, און ווי די היסטאריע האט געוויזן איז עס ליידער מלהט ברשעים, און די אלע וואס האבן גענומען דעם דרך החקירה האט זיי עס נעבעך מעביר געווען מן העולם.

-

ובאותו ענין איז דא די וואך מוראדיגע ווערטער אין כלי יקר.
אויפ'ן פסוק ויותר יעקב לבדו ויאבק איש עמו עד עלות השחר, שרייבט ער "בענין התאבקות המלאך עם יעקב אבינו רבו הדעות הן קצרה אורך היריעה האחת מלהעלות עליה כל דעות המפרשים וכו'"

און ער איז מסביר דעם ענין אז דער שרו של עשיו האט געוואלט פוגם זיין אין די אמונה פון יעקב אבינו ע"ה. דער שר של עשיו וואס ווערט אנגערופן סמא"ל, "כי כל חפצו וישעו הוא לסמא עיני האדם" ער זוכט קאלט צומאכן אין די אמונה און פארבלענדן די אויגן פון אידישע קינדער, און וויאזוי טוט ער דאס?
זאגט דער כלי יקר זייער שארפע ווערטער:

מיט א שטיקעל הסבר אז דער יצ"ר איז אזוי ווי א זבוב, ווי א פליג, וואס איז נישט בכוח אויסצוגראבן א לעכל אינעם מענטש און אזוי אריינדרינגן אין אים, נאר ער ווארט אז דער מענטש זאל עפענען דעם מויל און אזוי קען ער זיך אריינציען דערין און טוען כל מה שלבו חפץ.
די זעלבע איז מיט'ן יצר הרע,
ער גראבט נישט אריין אינעם מענטשן, נאר ער ווארט ביז ער זעהט אז דער מענטש עפענט אים אביסל א דרך הערשט דאן כאפט ער זיך אריין און ער מאכט אן חורבנות ה"י.

זאגט דער כלי יקר בלשון קדשו: והנה כל זמן שלא הביט און ביעקב כלל לא נזדווג אליו לסמא את עיני שכלו מכל וכל אך כשראה שיעקב פרץ גדרו קצת ביציאה זו כי חנן אותו אלוקים ונתן לו את כל ורוב עושר ונכסים וכבוד ויעקב יצא מגדר ההסתפקות קצת ויותר יעקב לבדו וי"א לכדו וכו' ע"כ מתמצית לשונו.

הסך הכל: שרו של עשיו איז געקומען צו יעקב אע"ה ווייל ער האט געטראפן עפעס א שטיקעל פגם, הלואי אויף אונז געזאגט אזאליכע פגמום, א קליין שפאלטעלע פון ווי ער האט זיך געקענט אריינווישן.

זאגט אבער דער פסוק (כ'בין נישט מעתיק דעם גאנצן שטיקעל, נאר צו וואס מיר ווילן צוקומען, אבער ס'איז כדאי צו לערנען די גאנצע פון אינעווייניג) אז ס'איז געקומען דער עלות השחר איז יעקב צוריקגעקומען צו די אמונה מיט א קלארקייט, פונעם עלות השחר האט ער צוריק באקומען די אמונה בשלימות. (ועיין בספה"ק יסוד יוסף סגולה להביט בבוקר השמימה) האט דער שרו של עשיו געזאגט שלחני כי עלה השחר, ווייל ער האט איינגעזעהן אז מיט יעקב קען ער סייווי גארנישט טוען מער, מילא וואס האב איך נאך צו זוכן דא.

און דער כלי יקר פירט אויס בלשונו הזך: ורמז למצוה זו לדורות למנוע ישראל החקירה בנסתרות כו' כי יש לחוש פן יהרסו שכלם ויבואו לידי אפיקורסת כי לא רבים יחכמו להבין כל הסודות על מתכנותם וכו' ואם ליעקב השלם קרה מכשול זה לפי שעה כשנטה קצת מדרך השווי מה יעשו אזובי קיר אשר רוב עסקיהם בהבלי עולם הזה וחמודותיו, על כן לא יהיה להם עסק בנסתרות כי אם יחידי סגולה וכו' עכל"ק.
ער טייטשט אויך אויס דעם פסוק "על כן לא יאכלו בני ישראל את גיד הנשה" אז ס'איז א רמז אויף דברים קשין כגידין, און אמונה דורך חקירה און "אויפגעקלערטקייט" רופט ער אן "גידין" וואס אידישע קינדער דארפען אוועקשטיין דערפון כמטחוי קשת.

עכ"פ, דער דרך המסוללה, דער גלייכער וועג דאס איז דאס מערסטע אויסגעהאלטן, און מיט דעם וועג האבן זיך אבות אבותינו דורי דורות אנגעהאלטן צו די ריינע אמונה. און חלילה פאר אונז קליינע קעפ מיט פארשטאפטע הערצער אפי' צו פרובירן צו זיין קלוגער און בעסער פון זיי אין די ענינים!

דער שר של עשיו, דער ס"ם, דער מלאך המות און דער יצה"ר, היינו הך, דאס איז דער זעלבער אלטער נער וואס לויפט אונז שוין נאך זינט בריאת העולם. אבער ווען האט ער אנגעהויבן פירן א מערכה מיט אידישע קינדער? נישט ביי אברהם אבינו וואס האט על אפו ועל חמתו אנגעזייעט אמונה איבער די גאנצע וועלט, און נישט ביי יצחק וועם ער האט געזעהן ווי אן עולה תמימה, ווי ער האט אריינגעברענגט גבורה שבקדושה אין דורי דורות מיט'ן אויסשטרעקן דאס האלץ פארן באשעפער, נאר דייקא ביי יעקב אע"ה, פרעגט זיך א פראגע פארוואס?

ווייל יעקב איז א רמז צו אונז, יעקב תיקון ערבית, פאר אונזער דור, דער דור פון פינסטערניש אין יעדן הינזיכט. דער דור ווי דאס הסתרות פנים וואס דער רבוש"ע האט געזאגט ואנכי הסתיר אסתיר את פני איז ליידער גרויס. ס'איז ימי חושך ואפילה אין די זמנים פון עקבתא דמשיחא. אויף די זמנים איז מרומז יעק"ב אבינו. פארדעם איז ער דייקא צו אים ער געקומען ווי אן "אויבער-חכם" און ער האט פרובירט צו שעדיגן, צו לייגן א פגם אויפ'ן כלל ישראל בדור האחרון.

אבער ווען ער איז אים נישט בייגעקומען האט ער געזאגט " לא יעקב יאמר עוד שמך כי אם ישראל" יעצט בלייבט שוין דער איד ישר-אל, איצטערט בלייבט ער שוין אויפ'ן גלייכן וועג.
איינמאל פאר אלעמאל האט דער שר של עשיו מודה געווען פאר יעקב אע"ה אז זיין דרך פון אמונה מיט חקירה איז עקום ומעוקם, קרומער פון קרום, און אויף דעם וועג איז א סכנה נוראה צו גיין.

דער שר של עשיו וואס האט פשוט און גראד געוואלד "אויפקלערן" אידישע קינדער און "עפענען אביסל די מוחות", האט געמוזט אוועקגיין פון יאע"ה בפחי נפש, אבער ליידער ליידער איז נאכנישט געקומען דעם גרויסן טאג פון שחיטת השטן, ועדיין השטן הזה מרקד בינינו, און ווי מ'קען קומען אויף פארשידענע איינפאלן ווי צו "פארבעסערן" כלל ישראל, און צו טוישן די שינעס אויף וואס אונזער אמונה פארט שוין זינט אברהם אבינו, איז ער א הויפט מחותן. דארפן מיר אידן געדענקן צו זיין עומדים מנגד, נישט חלילה זיך לאזן זיך אוועקרירן קיין פינטל נישט, וה' הטוב ירחם עלינו ועל דורותינו.

-

ס'קען אבער זיין אז די סיבה ווי אזוי ס'קומט אריין ביי אונז אזאליכע פארקרומטע זאכן אין אזא האקעלע ענין פון אמונה איז בסיבת ווי דער כלי יקר איז מרמז דעם פסוק "על כן לא יאכלו בני ישראל את גיד הנשה", אז עס גייט ארויף אויף עניני חקירה באמונה.

אויב מ'גיבט נישט אכטונג וואס מ'נעמט אריין אין מויל חלילה, ברענגט עס צו דעות כוזבות רח"ל, ואכמ"ל כעת עתה, אפשר אין א קומענדיגע געלעגנהייט אי"ה.

זאל השי"ת העלפן, ילמדו תועים בינה, און די אלע וואס זענען שוין נעבעך אנגעשמירט מיט מיינונגען און "אויפגעקלערקייט" אשר לא שערו אבותינו זאלן צוריק קומען צום שורש ווי זייערע עלטערן זענען געווען. "קה זכות אבות יגון עלינו" אין זכות פון אונזערע עלטערן'ס תמימות, וואס ווען זיי האבן ווען אמונה מיט אויפגעלערטקייט חלילה וואלטן זיך רוב פון אונזערע עלטערן נישט צוריקגעקערט צו אידישקייט נאכ'ן לעצטן ביטערן חורבן, זאל זייער זכות מגין אויף אונז אז מיר זאלן זיך האלטן און דערהאלטן עד שירחם ד' עלינו בב"א.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 2:46 pm

שכוח יוסלהיים (יוסלמאן)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 2:56 pm

דאנקע שעהן

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מאנטאג יולי 16, 2018 11:54 pm

אזאנע שעינע זאכן, און עס רופט זיך גאר נאר, א טרינק?
דאס איז דאך א גאנצע סעודה!
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » דינסטאג יולי 17, 2018 12:54 am

שמיי_דריי האט געשריבן:יוסלמאן, מיר האבן געשעפט עמערס מיט חיזוק פון דיינע ווערטער. מיר קענען שוין קוים ווארטן אויף קומענדיגע וואך פאר א פרישע טרינק.

איך זאג די זעלבע
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט