בלאט 2 פון 3

געשריבן: זונטאג מארטש 09, 2014 6:26 pm
דורך זאכליך
בילדער, די ביזט נאך שיכור פון פאראיאר? יעצט ווערן אסאך זאכן פארענטפערט...

געשריבן: זונטאג מארטש 09, 2014 6:31 pm
דורך green
איך פערצופאל טרונק יא אסאך אגאנץ יאר און טאקע דערפאר האבעך אביסעלע עקספיריענס....

די עקספיריענס האט געוויזן אז ווען מטרונקט א גלעזל וויין ברויך מען טרינקען כאטשיג צוויי גלעזלעך וואסער [וואסער דייקא נישט קיין סעלצער] ס'האלט גארנישט אפ פון שיכרות נאר פון אלע אנדערע סייד אפעקטס

אדרבה חבירים פרובירטס עס אויס און לאטס מער וויסן פידבעק

מענין לענין

געשריבן: זונטאג מארטש 09, 2014 6:45 pm
דורך Sprint

געשריבן: זונטאג מארטש 09, 2014 10:20 pm
דורך שויתי'ניק
מאנאגרעמס האט געשריבן:פארהאן א סגולה פון בעש"ט הק' צו עסן עפל.

א מקור וואלט גוט געווען???

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 13, 2014 2:37 pm
דורך עקבי הצאן
כאב געזעהן זייער א שיינע ארטיקל אין די צייטונג פון לויפערס וויינערי איבער די סוגיא פון טרינקן אין פורים, ס'איז זייער שיין און געוואלדיג, כאב שוין פאריאהר געטוען וואס ער זאגט (ער האט עס געהאט פאריאהר אויף א טעלעפאון ליין), און ס'איז געווען געוואלדיג, ער טוישט אביסל דעם בליק וואס מיינט זיך אנטרינקן פורים, און דאן גייט עס צו גאר אנדערשט.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 13, 2014 4:57 pm
דורך לכאורה
אינעם היינטיגן דבר יום ביומו איז געשטאנען א טעלעפאן נומער פון לויפער'ס וויינעריי בנוגע דעם זעלבן ענין, ווער קען ברענגן דעם נומער?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 13, 2014 5:41 pm
דורך פ' לך לך
האט'ס אלע א פרייליכן פורים, LAufeR wineRy
פאר א עצה וויאזוי צו
רופט 641-715-3800
pin 33173#

---
C/P

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 13, 2014 11:54 pm
דורך לכאורה
יישר כח!

געשריבן: פרייטאג מארטש 14, 2014 1:28 am
דורך פורים קטן
מיין עקספריענס (נישט פון פורים קטן...), נישט גיין שלאפן אנגעטרינקענערהייט (אויב מעגליך פארשטייט זיך...), אויפבלייבן אין טרינקען גאר א סאך וואסער, אזוי שטייט מען אויף צופרי אן די קאפ וויי, און אן די שלעכטע נאך טעם אין מויל.
איך האב אזוי געטוהן פאריאר, און איך בין געווען אן אנדערע מענטש

געשריבן: פרייטאג מארטש 14, 2014 8:26 am
דורך שמעק_טאביק
קען איינער אפשרייבן בקוצר אמרים די עצות פון לויפער למען יעמדו למשמרת ימים רבים?

געשריבן: פרייטאג מארטש 14, 2014 5:56 pm
דורך שמאטע
ס'איז נאך נוגע? איינער קען נאך האבן ניצען דערפון?

נאט אייך קאפירט פון אמ"ג:
איך פלעג אמאל מיינען אז די טריק צי ווערען שיכור און נישט ברעכען איז דורכ'ן טרינקען "פארן" עסן...

למעשה האב איך מיך דערלערענט אז די בעסטע וועג איז צי טרינקען בשעת די סעודה, און נישט טרינקען איין גלעזעל נאכן צווייטען מיטן ציל צי ווערן שיכור, ווייל דאן ענדיגט זיךעס על פי רוב אין סקיסע...

נאר טרינקען וויין צוביסלעך, דאס הייסט אנפילען א גלעזעל, מאכן א ברכה, שלינגען א אונס צוויי, עסען נאך אביסעל, נאך א שלינג וויין (נישט שלינגען שנעל! נאר שטייטלעך טרינקען בערך אזוי ווי מ'טרינקט א קאפ אראנדש דשוס אין פובליק... ) זיך אויפשטעלען טאנצען אביסעל (דאס מאכט אז די וויין זאל גיין אין קאפ אנשטאד אין די פוס)

אויב מ'שעמט זיך פון די שוועגערינס וואס קוקען... (חחח לאה'ס מאן איז שיכור... לאה, קום קוק.... חחח ליצים! עטץ זענט דשעלעס?! קראכטס אוועק! מיר זיצען אין סמעדריש יעדען שבת ביז 12 און עטס מאכטס קידוש 9:30... יעצט איינמאל מאכן מיר קידוש און איר פלאטס!! לקיים מה שנאמר להיות כל איש שורר בביתו...)

הכלל, אויב מ'שעמט זיך נעמט מען די קליינע קינדער אויף די אקסלען און מ'מאכט זיך ווי מ'טאנצט פאר זיי... (די פרויען גלייכען דאס יא!) די טאנצען מאכט די וויין ארבייטען אין מוח.

כלל גדול! אויב טרינקט מען וויין גענוג צי ווערען בגילופין און מ'בלייבט זיצען איז בדוק ומנוסה אז מ'גייט זיך טרעפען שלאפען ביז צוויי שעה!! מ'דארף די וויין אויפשאקלען דורכ'ן טאנצען "נארמאל!" (נישט ווילד ווייל דאן ברעכט מען).

דערנאך קען מען ריפיטען די פראסעס אפאר מאל ביז מ'שפירט אז מ'זעהט שוין נישט די שוועגערענס וואס שמייכלען (אדער ביז מ'שפירט אז מ'גלייכט די עטענשאן... ס'געזונט!) דאן טאנצט מען ביז די גאולה שלימה איז אויסגעפועלט! און מ'טרינקט ווילאנג ס'האלט זיך אויף א פרייליכע אופן.

א שמחת פורים און א משתה תמיד!

זאל מיר זוכה זיין צי טאנצען אין ירושלים עיר הקודש!
חחחח לי ליי הענים מיין!!!

נ.ב.

סימן מובהק לדעת אם היין עשה השליחות.

מ'קלאפט שוואך אויף די שפיץ נאז מיט די נונו פינגער, און אויב שפירט מען נישט די קלאפ איז א סימן אז ס'איז עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל...

(אויב חלילה מ'שפירט נאך דעם קלאפ, איז א סימן אז ס'איז צריך שתיה אחריו!)

געשריבן: פרייטאג מארטש 14, 2014 6:10 pm
דורך ידיד
וואס איז די שאלה צו ס'איז נאך נוגע? ביי אונז אין בלומענבערג איז נאכנישט געווען פורים דערווייל..

יישר כח פארן הערליכן מוסר שמועס! זייער גוטע טיפס.

העמיר האלטן אן אויג אום פורים ווער ס'קלאפט זיך אין די נאז...

געשריבן: מאנטאג מארטש 17, 2014 11:15 am
דורך green
א גוטן פורים טייערע חברים

וויאזוי איז געלונגען די עד דלא ידע?
די וואסער?

געשריבן: מאנטאג מארטש 17, 2014 11:34 am
דורך שצם_חנכל
green האט געשריבן:איך פערצופאל טרונק יא אסאך אגאנץ יאר און טאקע דערפאר האבעך אביסעלע עקספיריענס....

די עקספיריענס האט געוויזן אז ווען מטרונקט א גלעזל וויין ברויך מען טרינקען כאטשיג צוויי גלעזלעך וואסער [וואסער דייקא נישט קיין סעלצער] ס'האלט גארנישט אפ פון שיכרות נאר פון אלע אנדערע סייד אפעקטס

אדרבה חבירים פרובירטס עס אויס און לאטס מער וויסן פידבעק

כהאב פרובירט און סאיז טאקע אדורך פיין אבער איך האב זיך געטראפען מיכנען א גאנצען טאג צום מארגענדיגן דאווענען :-(
סאיז טאקע מעניני דיומא אבער איך העט דאך געוואלט וויסן אויב איין גלעזעל וואסער איז נישט גענוג

געשריבן: מאנטאג מארטש 17, 2014 3:44 pm
דורך קנאפער ידען
איך האב ב"ה געהאט א וואנדערפול פורים. מ'האמיר געטרינקען אביסעלע ברוינפען פחות מכדי לימודי, אבער אוי האמיר געשאשקעט וויין, נאר טריקענע (ע"ש שאחר שנפל הצלוחת בידי נעשה כדגים שאין בו מצולה...). ווייניג געגעסן משך'ן טאג.

און ב"ה די נאכפאלגען זענען אסאך בעסער ווי געווענדליך, די קול איז טאקע אויסגעשאסן און צעקראכט פון מיינע זינגערייען און שרייערייען (האמיר נישט געבראכן און אויכעט נישט געהאט קיינע עסיד ריפלאקסן), אבער דער מאגן האט זיך פיין צוגעשטעלט און נישטאמאל פרובירט צו טענה'ען אז ער ברויך ברעכאנצען.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 24, 2015 10:16 am
דורך farshlufen
צייט פאר חזרה.

נשתה יין, נשתה מים
רק לשם שמים.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 24, 2015 10:17 am
דורך מאנ-יימער
הו! א גוטע מאוטא.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 24, 2015 10:36 am
דורך farshlufen
מאנ-יימער האט געשריבן:הו! א גוטע מאוטא.

נאך פון דער אלטער היים.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 24, 2015 2:02 pm
דורך green
farshlufen האט געשריבן:צייט פאר חזרה.

נשתה יין, נשתה מים
רק לשם שמים.


רט, 2 3 וואסער פאר יעדע וויין און די העינגאווער איז היסטארי

געשריבן: דינסטאג פאברואר 24, 2015 2:30 pm
דורך ניגון עתיק
green האט געשריבן:איך פערצופאל טרונק יא אסאך אגאנץ יאר און טאקע דערפאר האבעך אביסעלע עקספיריענס....

די עקספיריענס האט געוויזן אז ווען מטרונקט א גלעזל וויין ברויך מען טרינקען כאטשיג צוויי גלעזלעך וואסער [וואסער דייקא נישט קיין סעלצער] ס'האלט גארנישט אפ פון שיכרות נאר פון אלע אנדערע סייד אפעקטס

אדרבה חבירים פרובירטס עס אויס און לאטס מער וויסן פידבעק

כ'האב פאריאר אויספראבירט דאס, אז מיט יעדן גלעזל וויין זאל מיטקומען 1 ביז 2 גלעזער וואסער, ס'האט געארבעט אז כ'זאל נישט ווערן די היידרעיטעד און האבן די קאפ אויפן פלאץ א גאנץ פורים, און קיין שום סייד עפעקט בעצם יום הפורים.
אבער נעקסטע טאג אינדערפרי האבעך זיך נישט געקענט שטעלן דאוונען איידער כ'האב אויסגעבראכן גאל, מיט אזעלכע קאפ דרייענישן.

דאס, וויל איך נישט איבערשפילן נאכאמאל.
עני איידיע אז נעקסטע טאג זאל זיך נישט די מאגן און קאפ דרייען.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 24, 2015 3:14 pm
דורך אנעים זמירות
ווער שיכור אויף קדם ספארקלינג גרעיפ דזשוס

געשריבן: דינסטאג פאברואר 24, 2015 3:38 pm
דורך אונטערשמש
געהערט אמאל, אז עסן מער (אסאך) חלה קען צוהעלפן צו מסדר זיין די אלקהאל אינעם סיסטעם

געשריבן: דינסטאג פאברואר 24, 2015 3:39 pm
דורך אונטערשמש
דאס איז זיכער אז עד דלא ידע מוז זיין ביז מסירות נפש ממש

אפאר גוטע עצות פון די ארכיוון

געשריבן: דינסטאג פאברואר 24, 2015 3:42 pm
דורך green
א. לאז די וויין ליפטערן פארן אנהייבן טרינקען (עפן דים דעקל א שעה צוויי פארן טרינקן און לאז עס אזוי, בעסער איז צו טרינקען אין א גלאז און ארומשאקלן די וויין אינעווייניג פארן טרינגן)
ב. טרינק שטייט! ביי די גוים זאגט מען נוץ דיין מויל פאר נאך עפעס בשעת'ן טרינקען (ד.מ. שמועסן – פארברענגן)
ג. טרינק מיט עסן (עקזעמפל פלייש, פיש, חאלעפצעס, וכדו')
ד. טרינק אסאך וואסער, די באדי פון א מענטש פארניצט 4 מאל אזויפיל ליקוואד ווען מ'איז פארזאפן
ה. קען דיר אליינס! ווייס ווי איין און ווי אויס, ווען צו טרינקען און ווען צו סטאפן, נישט פארגעסן אז נאך אלעם איז מען א מענטש נישט א וויין פאס, און אלעס איז פיין און גוט מיט א מאס, עד דלא ידע אויך
ו. זיך נישט אויפשאקלן אין די ערשטע האלבע שעה (אזוי ווי מאנכע טוען) לאז די וויין טוהן די דזשאב, דאנ'ט דו איט פאר הים
ז. זיי פרייליך סיי וויאזוי ס'פארט

אז איינער האט נאך זאל צולייגן

געשריבן: דינסטאג פאברואר 24, 2015 3:43 pm
דורך green
אונטערשמש האט געשריבן:דאס איז זיכער אז עד דלא ידע מוז זיין ביז מסירות נפש ממש


מקור?

ד' כוסות שטייט אין די גמרא, פורים האב איך נישט געזעהן - געהערט