פורים'דיגע וואלען

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס האט איר בעסער ליב(לכבוד פורים)

1
5%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
1
5%
1
5%
1
5%
2
10%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
1
5%
13
65%
 
סך הכול שטימען: 20

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

פורים'דיגע וואלען

תגובהדורך ירא שמים » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 7:53 pm

בס"ד

אדרבה וואס איז אייער מיינונג
לעצט פאראכטן דורך ירא שמים אום דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 11:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 8:03 pm

סארי איך קען נישט שטימען ווייל עס פעלט מיין אפשען, דהיינו, פורים איז פון מיינע געציילטע אנגעזעצטע טעג פון יאר, סארי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 8:38 pm

מעסטער;

וואס גייט פאר???

אפשר אויב דו נעמסט זיך יעצט מאכן די ריכטיגע הכנה, וועסטו נישט האבן קיין אנגעזעצטן יו"ט חלילה.

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 8:43 pm

ס'גארנישט, איך קאן אסאך אזאכע אידן ווי מעסטער, פורים איז ביי זיי פון די אנגעזעצטע טעג, און תשעה באב פון די פרייליכסטע טעג אין יאר.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 8:45 pm

פענסטער;

ביסטו אויך פון די אידן? דיר קען איך גיכער ארויסהעלפן פונעם פראבלעם ווי מעסטער, וד"ל

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 9:02 pm

קרעמער האט געשריבן:פענסטער;

ביסטו אויך פון די אידן? דיר קען איך גיכער ארויסהעלפן פונעם פראבלעם ווי מעסטער, וד"ל


וואס? צו מאכן טרויעריג תשעה באב?...

איך לייד באריכאשעם נישט אויף די מחלה.

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 10:18 pm

מעסטערמיינד האט געשריבן:סארי איך קען נישט שטימען ווייל עס פעלט מיין אפשען, דהיינו, פורים איז פון מיינע געציילטע אנגעזעצטע טעג פון יאר, סארי.


מעסטערמיינד איך גלייב נישט וואס מיינע אויגען ליינען א יודיש קינד זאל פורים זיין "אנגעזעצט"

אין בכלל וועלעכע מענטש איז נישט אנגעזעצט א גאנץ יאר, פסח איז מען אנגעלאנט, אין א גאנץ יאר אנגעזעצט, איז ממילא בין איך דיר דן לכף זכות אז דאס האסטו געמיינט, אז פורים לאנסטו דיר נישט אן אויב אזוי, קומט אויס ,אז אויב די ביסט נישט מקיים עד דלא ידע מיט זיך אנלאנען (צילייגען) אין שלאפען אביסעל,איז מסתם טרינקסטו דיר אן אין די ווערסט שיכור ווי לוט ,אין ביסט אזוי מקיים דעם עד דלא ידע, אין אויב אזוי איז ווייטער שווער וויזו קענסטו זאגען אויף זיכער אז די ביסט אנגעזעצט
ווען די ביזט שיכור האסטו דאך נישט קיין קאנטראל אויף דיינע מעשים אין די געדענקסט אפילו נישט וואס די טוהסט אין זאגען אז די טרינקסט נישט אין די ביסט טאקע נישט מקיים עד דלא ידע ,וויל איך דיר נישט חושד זיין ,אבער אויב עס איז אזוי די מעשה, אין אנגעזעצט מיינסטו טאקע פשוטו כמשמעו,
דאן פארשטיי איך שוין פארוואס די ביסט אנגעזעצט ווייל די טרינקסט נישט, נו נעם דיר צים ביטערען טראפען, פאר פורים גיי צים מקוה יוד טוה פין עים פארלאנגען מיט די פיהלסטע מאס שטרענגקייט ער זאל דיר געבען אזא וויין וואס איז מסוגל צי פייטען אנגעזעצטקייט
לייג עס אריין אין ביזעם טאש ,היט עס אז א גוי זאל עס ח"ו נישט זעהן
,אין פורים אינדערפרי נאכען דאווענען ווען די קומסט אהיים געב ארויס א באפעהל אז מען זאל דעקען דעם טיש כסעודת שלמה
זעץ זיך צים טיש כמלך במסיבו, זאג א לשם יחוד מיט אלע כוונות, נעם ארויס דעם אוצר פינעם ביזעם טאש ,מאך קידוש מיט א הייליגען ברען אין נאכדעם טרינק אין טרינק אין טרינק אין טרררררייייינננקקקק
וועסט שוין נישט וויסען קיין חילוק פין אנגעזעצט אין אנגעלאנט ס'וועט דיר ווערען פרייליך אויפען הארצען והעיר שושן צהלה ושמחה ;p1;
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 09, 2007 1:53 am

גוט געזאגט יראשמים'ל!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג פאברואר 09, 2007 2:31 am

מעסטערמיינד האט געשריבן:סארי איך קען נישט שטימען ווייל עס פעלט מיין אפשען, דהיינו, פורים איז פון מיינע געציילטע אנגעזעצטע טעג פון יאר, סארי.


מעסטער ! אקוראשט דאס האב איך געוואלט שרייבן !!
פורים איז ביי מיר איין אנגעזעצטער טאג וואס איז נישטא זיינס גלייכן !! איך ווייס נישט פארוואס, איך וויל נאר ס'זאל דורכגיין ווי אמשנעלסטן.

גלייב מיר, יום כיפור האב איך אסך בעסער ליב ווי פורים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גאליציאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2007 1:05 pm
לאקאציע: אין גאליציא

תגובהדורך גאליציאנער » פרייטאג פאברואר 09, 2007 2:36 am

שוועמל האט געשריבן:
מעסטערמיינד האט געשריבן:סארי איך קען נישט שטימען ווייל עס פעלט מיין אפשען, דהיינו, פורים איז פון מיינע געציילטע אנגעזעצטע טעג פון יאר, סארי.


מעסטער ! אקוראשט דאס האב איך געוואלט שרייבן !!
פורים איז ביי מיר איין אנגעזעצטער טאג וואס איז נישטא זיינס גלייכן !! איך ווייס נישט פארוואס, איך וויל נאר ס'זאל דורכגיין ווי אמשנעלסטן.

גלייב מיר, יום כיפור האב איך אסך בעסער ליב ווי פורים.


שוועמעל לויט ווי עס קוקט אויס פין דיין בילד איז ביי דיר א גאנץ יאר פורים
יא אין ניין ס'ווענד זיך

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » פרייטאג פאברואר 09, 2007 3:45 am

קרעמער האט געשריבן:גוט געזאגט יראשמים'ל!


מילא אז ירא שמים בויעט אויף מיר אילוזשענס נו,

אבער קרעמער, נו?

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » פרייטאג פאברואר 09, 2007 4:46 am

איך גלייב דאס נישט, אידען רחמנים בני רחמנים, ליינען אזעליכע תגיבות, פון מעסטער און פון שוועמעל, אין עס איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלען צי ארגענעזירען א גרופע משמחי לב, אריבערציקימען צי זיי אום פורים, זיי אויפצילעבען, הזאת נעמי?


עס איז מיר איינגעפאלען א גיטע פורים תורה צי פאענטפערען די צוויי שווערע תגיבות, היות מיר מיינען דאך אז פורים איז אלעס ונהפוך הוא, קאן זיין אז דאס איז פשט אין זייערע ווערטער, אז פורים איז די פרייליכסטע טאג אין יאר פאר זיי, ודו"ק
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג פאברואר 09, 2007 10:51 am

יוי איך בעט ענק, אנגעזעצט? אפשר דערשראקן, דאס יא. די לעצטע דריי יאר דרייוו איך ארום היבש בגילופין, יעדעס יאר פאר פורים מאך איך מיך א קבלה אז ווען איך ווער שיכור וועל איך נישט דרייווען, אבער איך ווער דאך נישט שיכור, איך ווער זייער אויפגעלייגט און איך שפיר נישט גענוג זיכער אז איך זאל מוזן אויפגעבן דאס וועגעלע וואס גליטשט זיך אזוי שיין אויף די גאסן, און איך בין בלויז דערשראקן אז די פאליציי זאלן מיך נישט פארטוישן פאר א שיכור.

פאראיאר "קיינמאל מער נישט געדאכט, איך זאג צו", האב איך אהיימגעדרייווט פון וומ"ס און גארנישט, מיין ווייב האט אזוינס געכאפט פון מיין שוויגער שפעטער (איינמאל א שוויגער..) זי זאגט איך האב אויסגעזען נארמאל (חחאחאחאחא... נאך נארמאל אויך..) איך האב נאר געדרייוועט זייער שטאט, 35-40 אויף די הייוועי, גראדע דאס געדענק איך אויך.. איך האב געוואוסט איך מוז מיך האלטן צו א לוי ספיד, ווייל טאמער נישט, אוי אוי

אקיצור, ווען פורים דרייעט זיך צווישן די פיס, בין איך דערשראקן, אבער אנגעזעצט? הער איך גוט?

zinger
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 4:19 pm

תגובהדורך zinger » פרייטאג פאברואר 09, 2007 10:56 am

You are kidding, I hope , dont tell me you drive while drunk,

I heard that the goverment is working on a plan to build saparete roads
for drunk drivers

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג פאברואר 09, 2007 10:59 am

שיכור דו, איך זאג קלאר איך בין פלעין אויפגעלייגט.

איך גיי אפילו נישט דרייווען אויף יענע ראד וואס די רעגירונג שטעלט צו פאר שיכור'ע..

(אוי, הלואי וועל איך מיך דאס יאר יא קענען איינהאלטן. איך קען דאך נישט זיין פארשפארט בעת אויף די גאסן און די דעכער טאנצט מען שיכור'ערהייט.. סארי, אויפגעלייגטערהייט!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג פאברואר 09, 2007 11:56 am

נע יאך הגם כ'האלט א_ווי יגר'ל אז מ'קען דרייוון אויב איז מען נאר גוט אויפגעלייגט, אבער אלץ הרחק מן הכיעור והדומה לו, פון די ערשטע גלעזל, ריר איך נישט דאס רעדל. כ'וויל נישט דארפן וויינען אויף צוריק. כ'זאג נישט, מוצאי, ווען מ'ווערט שוין ניכטער, יעמאלט וואג איך זיך יא צו נעמן דאס רעדל אין די האנט אריין, פארשטייט זיך אויב זעה איך אז כ'בין ביי מיר, מ'קען רעדן צו מיר איבער געלט וכדומ'.

געוואוט האביך נישט, פשוט כ'פארשטיי נישט די פראגע, וואסעשאלע וואס כאב בעסער ליב? ווייסעך דען? כאב גארניש ליב, א שטייגער וואס האסטו בעסער ליב, די טלית אדער די תפילין? כ'מיין וואס דארף איך אפילו טראכטן?
לעצט פאראכטן דורך סאכדעס אום פרייטאג פאברואר 09, 2007 12:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גאליציאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2007 1:05 pm
לאקאציע: אין גאליציא

תגובהדורך גאליציאנער » פרייטאג פאברואר 09, 2007 12:23 pm

גאליציאנער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:
מעסטערמיינד האט געשריבן:סארי איך קען נישט שטימען ווייל עס פעלט מיין אפשען, דהיינו, פורים איז פון מיינע געציילטע אנגעזעצטע טעג פון יאר, סארי.


מעסטער ! אקוראשט דאס האב איך געוואלט שרייבן !!
פורים איז ביי מיר איין אנגעזעצטער טאג וואס איז נישטא זיינס גלייכן !! איך ווייס נישט פארוואס, איך וויל נאר ס'זאל דורכגיין ווי אמשנעלסטן.

גלייב מיר, יום כיפור האב איך אסך בעסער ליב ווי פורים.


שוועמעל לויט ווי עס קוקט אויס פין דיין בילד איז ביי דיר א גאנץ יאר פורים



גילוי דעת די בילד (שוועמעל'ס)איז געטוישט געווארען נאך די דאזיגע תגובה
יא אין ניין ס'ווענד זיך

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 09, 2007 12:37 pm

סאכדעס האט געשריבן:נע יאך הגם כ'האלט א_ווי יגר'ל אז מ'קען דרייוון אויב איז מען נאר גוט אויפגעלייגט, אבער אלץ הרחק מן הכיעור והדומה לו, פון די ערשטע גלעזל, ריר איך נישט דאס רעדל. כ'וויל נישט דארפן וויינען אויף צוריק. כ'זאג נישט, מוצאי, ווען מ'ווערט שוין ניכטער, יעמאלט וואג איך זיך יא צו נעמן דאס רעדן אין די האנט אריין, פארשטייט זיך אויב זעה איך אז כ'בין ביי מיר, מ'קען רעדן צו מיר איבער געלט וכדומ'.


אז ס'גוט אז ס'גוט.

-------
יגר;

ס'דאך באקאנט די מאמר העולם: פריינט לאזן נישט פריינט דרייוון שיכור, על כן, היי יאר, אויב זאלסטו זיך צוזאמטרעפן מיט מיר ווי פאראיאר, וועסטו אי"ה אוועקגיין בגפו, אן דיינע קאר שליסלעך!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג פאברואר 09, 2007 12:46 pm

איך קען ממש נישט פארשטיין אזא זאך ווי פורים אנגעזעצט, רבותי, אונזערע חברים דארפן הילף, ס'איז נישט קיינע מעשיות, איר ווייסט וואס דאס מיינט פורים אנגעזעצט? איך האב עס געהאט איינמאל אדער צוויי, ווען איך בין געווען אויף מעדיקעישן און איך האב נישט געקענט טרינקען, אבער אין א יאר ווען מ'קען טרינקען, ווי אזוי קען מען דען זיין אנגעזעצט?

וועגן דרייוון פון די רגע איך הייב אן צו טרינקען, טאטש איך מער נישט קיין רעדל ביז ביינאכט און אסאך מאל ביזן נעקסטן אינדערפרי.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג פאברואר 09, 2007 12:55 pm

קרעמער ארלעדיגט, שוין, כ'על עס פאריכטן.

ביין מיר איין יאר האבן מיינע שוואגערס געוואלט מיר צונעמן מיינע שליסלעך, אזעכע חכמים ווי קרעמער וכדומה להם, כאילו נאר זיי קענען זיך באהערשן, און אנדערע נישט. אבער בלא, מיינע שליסלעך זענען נישט ארויס פון מיר. זענען זיי אויפגעקומען מיט א ווילד חידוש, דהיינו, זיי וועלן מיר בעטן אז כ'זאל עפענען די קאר ווייל די רביצין דארף עפעס וויכטיג פון קאר. נו, דאס איז נישט קיין פראבלעם, האביך געפענט די אויטא פאר זיי. זענען זיי געגאנען און געפענט די הא"ד בלע"ז, און רעליסט די בעטערי, אזוי אז כ'זאל עס נישט קענען אנצינען. מורא'דיג, זייער זיס. כאילו כ'בין א קליין קינד, און כ'ווייס נישט אז כ'בין אנגעטרונקן און כ'קען נישט דרייוון. פארשטייט זיך אז שושן פורים אינדערפרי, ווען כאב זיך געאיילט צו כאפן זמן תפלה מנין, ביניך געוועזן פארנומען אריינצולייגן די ווייערס צוריק אין די בעטערי. ועל זה אמר הכתוב: זארג דיר נישט פאר א צווייטן, און רשי אויפן פלאץ זאגט: טוה נישט קיין אומגעבעטענע טובות.

ניטאמאל האבן די גוטע ידידים מיינע געפילט פאר וויכטיג מיר צוזאגן א טאג שפעטער וואסערע גרויסע חכמה זיי האבן אויפגעטוהן. כ'רעדט שוין נישט פון דעם, אז ס'איז געווען א געדינגענע אויטא, און כאב אפילו נישט געוואוסט וואס האט פאסירט אז ס'צינד זיך נישט אן. די בלוט איז מיר ארויפגקומען אין קאפ שרעקענדיג זיך פאר די קאנסקעווענצן.

אלזא צו וואס ארויסברענגן דעם גאנצן אנגעווייטאגטע שושן פורים פון יענץ יאר? אבער א רוף צו קרעמער און צו אלע בדומה לו'ס, ביטע זארגט אייך נישט, די דרייווערס האלטן זיך נאך אזוי געלערנט ווי איר האלט אז איר זענט געלערנט שטודירט קלוג. לאזט אנדערע אידן אויך האבן א שמחת פורים.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 09, 2007 2:30 pm

אפריון נמטייה פאר סאכדעס'נס זיסע שוואגערלעך, וואס מיט זייער גרויס חכמה האבן זיי פארמיטן א טראגישן אינצידענט, וואס וואלט פון אונז אוועקגענומען רח"ל דעם גרעסטן שרייבער (תרתי משמע) פון היימישע קרעטשמע.

אי"ה היי יאר געזונטערהייט, מיט פרישע כוחות (מאחורי הקלעים קומט די ידיעה אז היי יאר וועט מען דיר ארונטערנעמען די רעדנער [ליין: רעדלעך]).

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג פאברואר 09, 2007 2:39 pm

ס'איז שוין זינט יענס יאר פאריבער 4 יאר אנע טראגישע אינצידענטן, און די שליסלן האבן געהאנגן ביי מיר אויפ'ן הויזן.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » פרייטאג פאברואר 09, 2007 2:44 pm

איך נעם געוועליך מיט צווי פאר פין מיינע שליסלעך, איינס לייג איך אויף די הויזען און די צוויטע פאר שליסלעך לייג איך אין טאש. אבער גלייך ווען איך גיס אן די ערשטע כוס גיב איך פאר מיין אידענע איין פאר פין מיינע שליסלעך און מיט דעם קויף איך איר אינטער,

הגם איך דרייוו נישט ווען איך קען מער נישט, אבער ווען איך קאן נאך יא דרייוו איך יא, פרשטייט זיך נאר אויב עס איז וויכטיג
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מוצ"ש פאברואר 10, 2007 11:32 pm

קאנאו, זיי אזוי גוט, און קאל מיך ווען דו זעצט זיך אריין אין די קאר, אפילו ווען ס'איז דיר וויכטיג, און דו וועסט מיר זאגן פונקטליך וועלכע וועגן דו גייסט אלץ נעמען דאן, כדי איך זאל זיך וויסן אכטונג צו געבן.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג פאברואר 11, 2007 1:19 am

הא האה אה, ווילאנג איך וועל נאך געדענקען דיך צי קאלען מעג איך נאך דרייוען, (מיין איך)
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט