אומאן ראש השנה – ווי שטארק איז דער מקור?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:44 am

msp האט געשריבן:אמת א חילוק
אבער למעשה וועלען די עלטערען נישט זיין צופרידען...

די עלטערן היינט זענען נישט צופרידן אפילו אויב א קינד דארף זיך ציען צו א שטאט 15 מינוט אוועק פון די שוויגער'ס הויז, און עס איז א גאנצער פראבלעם.

נאך א זאך ווען א סאטמארער וויל ווערן א וויזניצער זייט וויסן איז עס אין אסאך פעלער פול ערגער ווי ווען מ'ווערט א ברסלב'ער.

און אויב שטארק דיך וועט מיך לאזן וועל איך מיך וואגן מסביר צו זיין ר' שאץ'ס ווערטער פריער מיט איין אנאליז:

האט איר שוין באמערקט אז יעדער ווער עס האט נישט קיין דזשאב איז אין ריעל עסטעיט? (ווייל ווי קענט איר אים אויפווייזן אז נישט?)

יעדער וואס האט נישט קיין חסידות (און וואלט באמת יא געדארפט האבן פשוט ווייל ער איז באמת א חסיד) איז א ברסלב'ער (איך רעד נישט פון מתנגדים און ליטווישע בעצם איך רעד פון איינעם וואס דארף יא צו געהערן אפילו נאר צום אויסזעהן, צו א חסידות.=)

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:49 am

זאלץוואסער האט געשריבן:און אויב שטארק דיך וועט מיך לאזן וועל איך מיך וואגן מסביר צו זיין ר' שאץ'ס ווערטער פריער מיט איין אנאליז:

האט איר שוין באמערקט אז יעדער ווער עס האט נישט קיין דזשאב איז אין ריעל עסטעיט? (ווייל ווי קענט איר אים אויפווייזן אז נישט?)

יעדער וואס האט נישט קיין חסידות (און וואלט באמת יא געדארפט האבן פשוט ווייל ער איז באמת א חסיד) איז א ברסלב'ער (איך רעד נישט פון מתנגדים און ליטווישע בעצם איך רעד פון איינעם וואס דארף יא צו געהערן אפילו נאר צום אויסזעהן, צו א חסידות.=)


שאץ האט שוין קאטעגאריזירט די ברסלבער חסידות אין 5 קאטעגאריעס, אויף וועלכע באציסטו דיר?
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:17 am

ר' דאט. איך באציה מיך נישט צו די קאטאגאריע'ס איך מיין אז עס איז נאר צוטיילט אין צוויי עס איז דא א חילוק כחוט השערה צווישן א חסיד און א פעיק...

אין קורצן:
עס זענען דא אידן וואס זענען שיינע נגידים פון ריעל עסטעיט.
עס זענען דא אידן וואס נוצן עס פאר א תירוץ...

עס זענען דא אידן וואס זענען ערליכע און הייליגע חסידים פון ברסלב....
עס זענען דא אידן וואס נוצן עס פאר א תירוץ . . .

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:48 am

איים סארי, מיין ווילן איז נישט געווען צו מאכן חילוקי דעות צווישן אזעלכע צוויי חשוב'ע ניק'ס אבער פון 5 ביז 2 איז א ריזן שפרונג, ואלו ואלו דברי אמת ונכונים.

אויב די חילוק איז א חוט השערה ממש דארף מען זייער אובאכט געבן פאר מען מאכט אוועק יענעם, אם ברור לך כאחותך שהיא אסורה אמרוה ואם לאו אל תאמרוה! די אחריות איז געוואלדיג גרויס און מ'שפילט זיך מיט יענעם'ס רוחניות.
לעצט פאראכטן דורך DotCom אום פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:53 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:53 am

ווי האט נאר שאץ געזאגט... מיר זענען נישט קיין ראשונים.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:54 am

גוט געזאגט מר זאלץ וואסער...

איצט איז אזוי, ריעל עסטעיט איז א מכובד׳יגע תירוץ; ברסלב א מבוזה׳דיגע. אבער דאס איז נאך נישט קיין פירכה, דעי תירוץ האט ער, העסט אים טרעפן א בעסערע וועט ער יענץ נוצן..

אבער עס איז פארהאן נאך א נקודה,

דער בעל ריעל עסטעיט, נישט ער נארט דיך; ער נארט זיך אליין׳ס, ער האט פריער גערעדט מיט תנחום איבער א פראפערטי וואס בלא בלא... ער גייט באלד צו אן עפוינטמענט מיט מעקדאנאלד טראמפעט דורכצושמועסן אישו... ווען למעשה איז עס חלוצות בהקיץ, און א מענטש ברויך וויסן וואס עס איז פאר אים און וואס נישט.

משא״כ ביי ברסלב, א איד וואס איז דערווייל א ברסלב׳ר בחלום, אויב וויל ער נאר וועט ער מיט די צייט באמת ווערען א ברסלב׳ער,

איצט איך קוק עס אן אז רוב ברסלב׳ע וואס עס קוקט אויס מן השפה לחוץ אז ער זוכט א תירוץ, פטור וכו׳ זענען אידן וואס דאס הארץ באמת ציהט זיי אהין, אפגעזעהן וויאזוי עס האט זיך אנגעהויבן.

איי די לצים און תירוץ זוכערס וואס זוכן סתם א וועג ארויס פון אחריות הנארמאלי, איבער דיע ברויך מען נאך נישט ארונטעררייסן אלפים מישראל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:06 pm

שיין רב תתחזק!

ס'דא נאך א חילוק צווישן ריעל עסטעיט און רוחניות, אויב איינעם'ס טאטע איז א באמת א ריעל עסטעיט מאגנאט דעמאלט דארפן זיינע קינדער נישט ארבעטן פאר'ן געלט, אבער אידישקייט קען מען נישט ירשנ'ען כמובן, און יעדער דארף זיך אליינס אויפבויען פון סקרעטש.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6239
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:08 pm

א ריעל עסטעיט פעיקער ווען ער וויל שטארק קען ער אויך ווערן א אמת'ע ריעל עסטעיט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:10 pm

וויפיל אומן'ע פארערס קוקן אריין דורך די און איינע פון די ברסלוור ספרים?
1% אדער 3%
סא פארוואס פארן זיי אויב נישט פאר פאן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:13 pm

גוגל האט געשריבן:וויפיל אומן'ע פארערס קוקן אריין דורך די און איינע פון די ברסלוור ספרים?
1% אדער 3%
סא פארוואס פארן זיי אויב נישט פאר פאן?

האסט געציילט? ס'איז אוודאי דא אסאך וואס פארן פאר פאן און קוקן נישט אריין אין די ברסלב'ער ספרים אבער 3% איז סתם געווארפן א נאמבער און גאר שטארק איבערגעטריבן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:15 pm

מי יודע האט געשריבן:א ריעל עסטעיט פעיקער ווען ער וויל שטארק קען ער אויך ווערן א אמת'ע ריעל עסטעיט


דאס פארדינט א עקטערע אשכול, עס דרייען זיך ארום הינדערטער אינגעלייט אן קיין געהעריגע פרנסה, אויב עס איז אמת אז מיט א גיטע רצון איז שייך ערגעץ אנצוקימען, דאון עפן א אשכול און זאג ווי אזוי מען פירט אויס די רצון און וואס די רצון זאל זיין,

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:40 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:וויפיל אומן'ע פארערס קוקן אריין דורך די און איינע פון די ברסלוור ספרים?
1% אדער 3%
סא פארוואס פארן זיי אויב נישט פאר פאן?

האסט געציילט? ס'איז אוודאי דא אסאך וואס פארן פאר פאן און קוקן נישט אריין אין די ברסלב'ער ספרים אבער 3% איז סתם געווארפן א נאמבער און גאר שטארק איבערגעטריבן


אנטשולדיגט אבער אפשר 2 פערסענט
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:41 pm

דאס זאגט ער, אז 3 פראצענט איז גאר שטארק איבערגעטריבן...
kraitchmah עט גימעיל

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:53 pm

גוגל האט געשריבן:וויפיל אומן'ע פארערס קוקן אריין דורך די און איינע פון די ברסלוור ספרים?
1% אדער 3%
סא פארוואס פארן זיי אויב נישט פאר פאן?

דאס איר סתם אזוי? איר האט דאס געציילט... נאכאמאל, דו האסט קלאר געשריבן אז א בעל חוב דיינער איז געפארן קיין אומאן און ביזט ברוגז...
כפארשטי דיר, אבער לאז אפ די טויזענטער וואוילע אידן וועלעכע ליגן אין ספרי ברסלב און פארן קיין אומאן צו זין ביים רבי׳ן...

בכלל געדענק, פאקטן דארפן דעקונג, מען קען זיי נישט באשליסן!
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:08 pm

דאכצעך אז דער אשכול פאנגט אן אביסל צו האבן א שייכות מיט דעם viewtopic.php?f=21&t=17184 אשכול...

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6239
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:26 pm

מחותן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:א ריעל עסטעיט פעיקער ווען ער וויל שטארק קען ער אויך ווערן א אמת'ע ריעל עסטעיט


דאס פארדינט א עקטערע אשכול, עס דרייען זיך ארום הינדערטער אינגעלייט אן קיין געהעריגע פרנסה, אויב עס איז אמת אז מיט א גיטע רצון איז שייך ערגעץ אנצוקימען, דאון עפן א אשכול און זאג ווי אזוי מען פירט אויס די רצון און וואס די רצון זאל זיין,

האסט נישט פארשטאנען מיין תשובה, נוץ דיין קאפ און טראכט אביסל, אויב פארשטייסט נאך אלץ נישט וועל איך עס מסביר זייין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 6:18 am

כ'האב דארך געלערנט דער קונטרס חונן דעת
און ער רעדט דארט דברים של טעם
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:01 pm

msp האט געשריבן:כ'האב דארך געלערנט דער קונטרס חונן דעת
און ער רעדט דארט דברים של טעם


אמת, דער קונטרס איז זייער זייער שטארק, ער האט פעסטע זאכן, און דערפאר ווייל ער איז אזוי גוט, זענען די אומאן'ער חסידים אזוי ברוגז אויף דעם, זיי זאגן אז דער שרייבער איז א שייגעץ, ער רעדט אויף ר' נתן, ס'איז נישט אמת, ער רעדט נישט אויף ר' נתן, ער זאגט סך הכל אז לפי די אלע ענינים וואס ער איז מלקט איז מסתבר אז די ווערטער זענען עפעס העכער וואס איז נישט פארשטענדליך פארן אלגעמיינעם ציבור, עיי"ש ותמצא נחת.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:31 am

איך מיין אז די ערנסטע ברסלב'ער חסידים זאלן זיך אביסל אריינלייגן אין PR און זעהן אז יעדע'ס יאר ווען מ'קומט אהיים פון אומאן זאל מען אנשטאט די בילדער פון מענטשן וואס טאנצן און שיכור'ן אין די גאסן, זאל מען זעהן דעם ערנסטן ציבור וויאזוי זיי פירן זיך....

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:49 am

רוב ציבור וואס פארן קיין אומאן גייט בכלל נישט אן וויאזוי די פאבליקום קוקט און טראכט פון זיי און פון אומאן
אפשר די וואס האלטן זיך צוריק פון פארן צוליב די בילדער זיי ברויכן זיך אביסל אריינלייגן אין PR און ווייזן די ערנסקייט וואס הערשט דארט און נאכדעם קענען זיי פארן...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:23 pm

כ'לייען און כ'לייען און כ'לייען, די אויגן ווערן מיר שוין מיעד, ביז איך האב געפינען די רייד פון מאן-יימר, און דאכצאך אז דאס איז די שפיץ - וואס איך קוק אן פון מיין זייט - אן ענפער פאר אלע צדדים.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:10 pm

א שטיקל פינטל, ווייל אז מ'קוקט אויף די בילדער פון היי יאר, ממש א שרעק,
בלויז 4 אדער פינף בילדער ווי מ'זעהט נארמאלע מענטשן, פארשטייט זיך אז די משוגעים איז פיל אינטרעסאנטער ווי נארמעלע, אבער דאס איז זיכער אז אט די בילדער גיבן א שטיקל שלעכטע קוק אויף די גאנצע זאך.

http://www.jdn.co.il/news/121107

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:27 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:א שטיקל פינטל, ווייל אז מ'קוקט אויף די בילדער פון היי יאר, ממש א שרעק,
בלויז 4 אדער פינף בילדער ווי מ'זעהט נארמאלע מענטשן, פארשטייט זיך אז די משוגעים איז פיל אינטרעסאנטער ווי נארמעלע, אבער דאס איז זיכער אז אט די בילדער גיבן א שטיקל שלעכטע קוק אויף די גאנצע זאך.

http://www.jdn.co.il/news/121107

גענוי אזוי קוקן אויס די בילדער פון ל"ג בעומר אין מירון, און וויבאלד איך בין שוין דארט געווען ווייס איך אז אזעלכע בילדער דארפן בכלל נישט צו געבן א בליק אויף די גאנצע זאך.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:30 am

DotCom האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:א שטיקל פינטל, ווייל אז מ'קוקט אויף די בילדער פון היי יאר, ממש א שרעק,
בלויז 4 אדער פינף בילדער ווי מ'זעהט נארמאלע מענטשן, פארשטייט זיך אז די משוגעים איז פיל אינטרעסאנטער ווי נארמעלע, אבער דאס איז זיכער אז אט די בילדער גיבן א שטיקל שלעכטע קוק אויף די גאנצע זאך.

http://www.jdn.co.il/news/121107

גענוי אזוי קוקן אויס די בילדער פון ל"ג בעומר אין מירון, און וויבאלד איך בין שוין דארט געווען ווייס איך אז אזעלכע בילדער דארפן בכלל נישט צו געבן א בליק אויף די גאנצע זאך.

אודאי דארף עס נישט געבן... עס איז נאר א פאקט אז עס גיבט...

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 1:05 am

איך קום שוין טאקע אריין נאך די קאמפאט, איך אבער איך מיין אז עס וועלן נאך זיין מענטשן וואס וועלן מיר א טובה טוהן און אויסהערן.

די מעשה איז אזוי דעם פרייטאג צונאכטס שמועסענדיג מיט א ידיד, איז די שמועס פארפארן איבער די נושא פון אומאן ברסלב וכדומה, יענער - וואס איז געווען אין אומאן און איז דבוק צו ספרי מוהר"ן מברסלב זי"ע - האט דארטן אויפגעברענגט א מורא'דיגע נקודה וואס כ'האלט אז עס זייער ריכטיג, און כ'קלער אז אנדערע וועלן אויך הנאה האבן עס צו הערן.

עס קען זיין אז געוויסע וועלן זיין זייער שטארק אומצופרידן מיט די ווערטער, אבער זיי דארפן מיר נישט בלעימען, איך בין סך הכל אן אומר דבר בשם אומרו.

הכלל, זאגט ער מיר אזוי: יענער אין יענער האט געשריבן א גאנצע מאמר פארוואס מען דארף נישט פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, אבער איין זאך כאפט ער נישט, ער מיינט אז וויבאלד ר' נחמן האט געזאגט אז ראש השנה איז מיינס וכו', מיינט עס "אים אויך", און וויבאלד ער האט א פראבלעם אז ער וויל נישט צו ער קען נישט פארן, מוז ער זוכן תירוצים אז עס האט נאר געמיינט בחייו וכדומה, אבער די אמת איז אז ר' נחמן האט בכלל נישט געמיינט אים, ר' נחמן האט גערעדט צו זיינע מענטשן, צו מענטשן וואס ווילן האבן א שייכות צו אים, אז זיי זאלן קומען צו אים אויף ראש השנה, עס איז נישט געמאכט פאר יעדעם.

אזוי ווי עס ווערט דערציילט אז דער אלטער סקווירער רבי זי"ע האט געפרעגט סאטמאר רב זי"ע פארוואס ער פירט נישט איין אז מען זאל זאגן תהלים שבת צופרי פארן דאווענען? אליהו הנביא איז דאך געקומען צום מאור עינים זי"ע זאגן אז אויב אידן וועלן זאגן תהלים פארן דאווענען וועט עס מקרב זיין די גאולה, האט אים סאטמאר רב געענטפערט: אויב וואלט אליהו הנביא געוואלט אז מען זאל דאס איינפירן ביים גאנץ כלל ישראל וואלט ער געקומען צום רעבין פון לובלין, צום רעבין ר' אלימלך וכו', אז עס איז נאר געקומען צום מאור עינים, מיינט עס אז דאס איז נאר נוגע פאר די טשערנאבלע חסידים. (קען זיין אז די מעשה איז נישט פונקטליך פארציילט, אבער די נקודה איז - האפענטליך - פארשטענדליך).

פירט ער אויס: הגם אסאך פון די וואס זענען געפארן קיין אומאן און ליבערשט רוב דערפון האלטן נישט אזוי, און זיי האלטן אז ווער עס האט נישט קיין שייכות צו ר' נחמן איז נישט אנגעקומען צום אור, דאס איז נאר די אלע וואס זענען אנגעקומען צו ברסלב דורך משפיעים, וואס זיי די משפיעים האבן א ספעציעלע סיבה פארוואס זיי פראפאגאנדירן אזוי, נעמליך, זיי דארפן דאך האבן א וועג וויאזוי צו האלטן דעם עולם ביי זיי, ווען נישט דעם וואלטן זיי גארנישט אנדערש געווען ווי אן אנדערע רבי, אבער ווער עס איז אנגעקומען צו ברסלב דורך די ספרים אליין, דער האלט אזוי ווי איך האב דיר געזאגט.

איך האב זייער הנאה געהאט פון די ווערטער, איך האלט אז עס ליגט דערין אן עמקות און פיל אמת.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט