זענען זיי נישט אזוי חשוב ווי מארטין גראסמאן?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

זענען זיי נישט אזוי חשוב ווי מארטין גראסמאן?

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג דעצמבער 04, 2012 11:14 pm

איך שטיי מיר אזוי פארנט פון שומר שבת, טאג טעגליך שטייט מען דארט נאך געלט פאר אלע מינע צוועקן, אבער דאס מאל האב איך מיך אפגעשטעלט כאפן א בליק אויף די סליידס וואס גייט נאך געלט פאר סיגעיט.

זייענדיג היימיש מיט אביסל סיגעיטע אידן, בין איך געווען אביסל אינטרעסירט אין די מצב, כ'קוק מיך אזוי צו, און איך שטוין פון די שרעקעדיגע בילדער, און איך פראביר מיטצופילן אביסל מיט די צער פון די אידן, האבענדיג געהערט פערזענליך פון א מיטגעמאכטע.

איין איד שטייט דארט, און הייבט אן חוזק צו מאכן אויפן קול מיט א שפאסיגע געלעכטער פון די גאנצע מעשה, "אויך מיר א צרה! אפאר נ....'דיגע אידן אין סיגעיט, דארף איך אויך העלפן?"...

איך וויל אייך זאגן רבותי, איך בין אליין געווען אין סיגעיט און געזען די חורבנות, ס'איז ממש איומ'דיג!! ס'דא דארט היפש היימישע, גאר היימישע אידן, און אפילו די ליטווישע וואס וואוינען דארט זענען גאר פיינע אידן.

ביי מיין שפאציר דארטן אין סיגעיט האב איך געטראפן אידן וואס איך קען גוט זייערע קינדער, און זיי האבן ממש געוויינט אויף זייער צרה, גאנצעטע חלקים פון זייערע הייזער זענען חרוב געווארן, און ארטיקלען אין די ווערד פון שווערע צענדליגע טויזענטע דאלערס זענען געגאנגען אין גארבידזש!

ס'האט מיר געבלוטיגט די הארץ דאס צוצוזעהן, כ'האב געגעבן געלט פאר מיינס א באקאנטע דארט ער זאל זיך אביסל קענען דערהייבן, די ברכות וואס כ'האב באקומען פון אים, ממש אן א סוף.

כ'בין געווען דארט פונקט אין א טאג וואס ס'זענען אנגעקומען פון באלטימאר עטליכע באסעס פון אידן וואס האבן מיט די אייגענע הענט געטון וואלונטיר ארבעט, עכטע שמוציגע ארבעט, און די הילפלאזע אידן זענען דארט געשטאנען און זיי באדאנקט מיט כל מינע ברכות והודאות.

איך בין געווען זעכער אז דער נארישע אידל ביי שומר שבת איז א יחיד, אבער ווען כ'האב גערעדט מיט איינע פון די הויפט עסקנים, האט ער מיר געזאגט אז ער באקומט היפש דעם פילינג ליידער.

איך פארשטיי באמת נישט, פארוואס זענען זיי ערגער ווי מארטין גראסמאן? פארוואס דארט האט זיך איבערגעקערט א וועלט אנשים נשים וטף? זענען די אידן אין סיגעיט נישט אזוי ערליך ווי ער ח"ו?

אין צו די אלע וואס זאגן אז דאס איז גוזמאות, אדרבה, ס'איז נישט אזוי ווייט צו גיין, כאפט אייך אריבער און גיט א בליק פון די נאנט.

זייט מיר מוחל אויף מיין אויסברוך, אבער אז ס'טוט וויי שרייט מען!

ווער ס'קען זאל זיך אנרופן ווארעם.
https://www.duvys.com/simple/seagate?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 12:07 pm

אוקיי, נישט שלעכט אנגעהויבן ס'טאג.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 1:04 pm

גערעכט, דער עולם באגרייפט נישט דעם חורבן אין סיגעיט, ועוד פארהאן אזעלכע וואס כדי זיך ארויסצודרייען פון באשטייערן פאר צדקה. צוועקן וועלן זי אפירגראבן פון אונטער דער ערד נישט געשטויגענע תירוצים וואס קלעבן נישט איין ווארט מיטן צווייטן, ס'איז אזא יצר הרע'לע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 1:07 pm

מ'גייט איבערבויען סיגעיט און ווען ס'וועט קומען ח"ו נאך א סענדי וועט מען נאכאמל דארפן געבן? אדער איז דאס דער ערשטער און לעצטער קאמפיין?
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 1:12 pm

מר. ראון ווען דענקט איר דאס לעצטע מאל אין די פארגאנגענע 70 יאר אין סיגעיט אזא חורבן??? קאם אן...

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 1:17 pm

זיי זאגן דאך אז ס'קומט צוליב גלאבאלע אנווארעמונג, מילא איז די פארגאנגענע 70 יאר נישט קיין ראיה!...
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 1:26 pm

דאן קומט אויס אז א דעמאקראט דארף נישט געבן און א רעפובליקאנער יא
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 1:30 pm

איך בין אן אינדעפענדענט, כ'וועל דארפן דעסיידן וואס צו טוהן.
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 1:40 pm

ר' לוי יצחק איר זאגט זייער גיט אבער ס'איז דאך ניש קיין פארגלייך צי פוקוח נפש.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 1:40 pm

אויב האסטו הוה אמינא'ס אין גלאבל ווארמינג, טשעקט איבער אייער אמונה אין מסבב כל הסיבות.

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 1:42 pm

געשריבן נאר פאר א וויץ.
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 1:43 pm

Ron Paul האט געשריבן:מ'גייט איבערבויען סיגעיט און ווען ס'וועט קומען ח"ו נאך א סענדי וועט מען נאכאמל דארפן געבן? אדער איז דאס דער ערשטער און לעצטער קאמפיין?

Ron Paul האט געשריבן:געשריבן נאר פאר א וויץ.

מחול לך.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 1:46 pm

ווינקל האט געשריבן:אויב האסטו הוה אמינא'ס אין גלאבל ווארמינג, טשעקט איבער אייער אמונה אין מסבב כל הסיבות.


דער בוכ"ע, דער עלת העילות וסיבת הסיבות, ער איז מסבב דעם גלאבעל ווארמינג (אויב זי עקזיסטירט..).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 2:16 pm

Ron Paul האט געשריבן:מ'גייט איבערבויען סיגעיט און ווען ס'וועט קומען ח"ו נאך א סענדי וועט מען נאכאמל דארפן געבן? אדער איז דאס דער ערשטער און לעצטער קאמפיין?

הרב שמעון זאב מייזליש האט דאס אייזן צוגעשטעלט ביי א פאנדרעיזינג דרשה (געהערט אויף ק"מ).

יארן צוריק האט פאסירט ל"ע א טראגעדיע ווען מ'האט אין א קעמפ דערשאסן און דער'הרג'עט ל"ע א בחור. די בחורים וואס זענען געוען ערשיטערט און צעטרייסעלט האבן געוואלט אריינפארן פון קעמפ צו די לוי', אבער די אדמיניסטראטאר האט זיך אנטזאגט פון צושטעלן באסעס מיט די טענה "יעדעס מאל מ'עט הרג'ענען א בחור וועט די ישיבה דארפן צושטעלן באסעס?!"... וד"ל.

און עניוועי, אויב ווילט איר אז זיי זאלן זיך אוועקציען פון דארט, דאן דארף מען סאאאאאך סאאאאך גרעסערע סכומים, ווייל די הייזער דארטן צו פארקויפן זענען ביליג, און צו קויפן אין שטאט איז משוגע טייער, נו דארף מען דעמאלס סאך גרעסערע סכומים.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 2:24 pm

לוי יצחק האט געשריבן:
יארן צוריק האט פאסירט ל"ע א טראגעדיע ווען מ'האט אין א קעמפ דערשאסן און דער'הרג'עט ל"ע א בחור. די בחורים וואס זענען געוען ערשיטערט און צעטרייסעלט האבן געוואלט אריינפארן פון קעמפ צו די לוי', אבער די אדמיניסטראטאר האט זיך אנטזאגט פון צושטעלן באסעס מיט די טענה "יעדעס מאל מ'עט הרג'ענען א בחור וועט די ישיבה דארפן צושטעלן באסעס?!"... וד"ל.


א אמת'ע מעשה?..
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 2:33 pm

מי חכם האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:
יארן צוריק האט פאסירט ל"ע א טראגעדיע ווען מ'האט אין א קעמפ דערשאסן און דער'הרג'עט ל"ע א בחור. די בחורים וואס זענען געוען ערשיטערט און צעטרייסעלט האבן געוואלט אריינפארן פון קעמפ צו די לוי', אבער די אדמיניסטראטאר האט זיך אנטזאגט פון צושטעלן באסעס מיט די טענה "יעדעס מאל מ'עט הרג'ענען א בחור וועט די ישיבה דארפן צושטעלן באסעס?!"... וד"ל.


א אמת'ע מעשה?..

סיז אמת, אבער פארוואס דארפן אריינגיין אין פרטים?

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 2:47 pm

לוי יצחק האט געשריבן:און עניוועי, אויב ווילט איר אז זיי זאלן זיך אוועקציען פון דארט, דאן דארף מען סאאאאאך סאאאאך גרעסערע סכומים, ווייל די הייזער דארטן צו פארקויפן זענען ביליג, און צו קויפן אין שטאט איז משוגע טייער, נו דארף מען דעמאלס סאך גרעסערע סכומים.


פארדעם קענען זיי נאך רענטען אזוי ווי מיר.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 2:50 pm

און דו צאלסט ביליג, הא?

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 2:53 pm

וואס בין איך אנדערש ווי זיי?
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 2:56 pm

משזר האט געשריבן:וואס בין איך אנדערש ווי זיי?

האסט קליידונג? געשיר? מעבל? ביי אסאך פון זיי איז די זאכן חרוב געגאנגען
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 2:57 pm

משזר האט געשריבן:וואס בין איך אנדערש ווי זיי?


אויב ביסטו נישט אנדערש, דאן גיי אויך נאך געלט, א מענטש טאר נישט לעבן אזוי
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 2:59 pm

שנאפס האט געשריבן:
משזר האט געשריבן:וואס בין איך אנדערש ווי זיי?


אויב ביסטו נישט אנדערש, דאן גיי אויך נאך געלט, א מענטש טאר נישט לעבן אזוי

;l;p- ;l;p-
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 3:12 pm

כ'וויל חלילה נישט אפקילן (און אפי' יא וועט גלאובל ווארמינג צוריק אנווערמען...) אבער כ'קען דערהערן אז מענטשן זאלן זיך צוריקהאלטן פון אינוועסטן אין א פלאץ ווי ס'איז דא (עטליסט 25%) שאנסן אז דאס זעלביגע זאל זיך איבערשפילן אין די צוקנויפט, ס'עפעס אזא געפיל ביי מאנכע כמניח מעותיו על קרן הSEA...

אבער כולי עלמא מודה אז מ'דארף קומען צו הילף די סיגעיט'ע אידן, די שאלה איז נאר צו ס'איז נישט אויסגעווארפן געלט צו אינוועסטירן ביים וואסער (אגב איז עס נישט די ערשטע מאל וואס די אושען טשעפעט ארטיגע הייזער, נאר נישט אויף אזא פארנעם ווי יעצט)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 3:18 pm

די געלט וואס מען גיט ווערט אינוועסטירט אינעם מענטש'ס פריוואטן עולם הבא/שכר אקאונט, ונתנו גייט אהין און צוריק.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 3:21 pm

איך ממין צי זאגן אז צאלן רענט פאר א דירה אין ב.פ. איז ניש אזוי אומדערהערט.
נישט, איז נישט קיין אפציע...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט