זענען זיי נישט אזוי חשוב ווי מארטין גראסמאן?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 3:33 pm

עס איז קענטליך אז די מענטשן וואס שרייבן דא אזוי צווייפלהאפטיג איבער דעם איבערבוי פון סיגעיט, פארמאגן נישט דאס מינדעסטע אנונג וואס דארט טוט זיך.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 4:28 pm

איך האף אז איך לייען נישט גוט! איך האב איבערגעדרייט מיין סקרין און געקוקט אזוי אפשר זעה איך נישט גוט ווייל מיין סקרין איז איבערגעדרייט. אבער ניין!!! איך לייען יא גוט!

ווען מ'גייט נאך געלט צו העלפן א איד, איז קיינמאל נישט די תירוץ : א עצה! עצות האבן זיי אליינס.

עס זאגט זיך מורא'דיג גרינג פאר א מענטש ציה דיך אוועק פון דיין פלאץ ווי די וואוינסט, און עס איז ביטער שווער אין ריאליטי צו טון. איך קען דיר טרעפן עצות אויף יעדן פראבלעם, און אויב וואלטן מיר אזוי געטון ביי יעדן צוועק שיין וואלטן מיר אויסגעזעהן. איר ווילט נישט געבן דארפט איר נישט געבן, אבער סתם רעדן שטותים אין די וועלט אריין?

דא רעדט מען פון אידן וואס האבן פארלוירן זייער האב און גוט'ס. (דאס איז די קשי')

מופט אוועק (דאס איז די תירוץ!!!)

איר קענט מיר אפשר זאגן אז איר פארשטייט דעם קשי' מיט דעם תירוץ? ווייל איך נישט!

ווען א איד פארלירט אלע זיינע נכסים, איז דאס די סעלושען? מוף אוועק!?

רבותי מיר דארפן מאכן א חשבון הנפש. . און איבערבעטן די צובראכענע פארווייטאגטע אידן וואס זענען אזוי צושויבערט פון וואס איז פאריבער אויף זיי.

און ניין! איך האב נישט קיין קרובים אין סיגעיט, נאר איך האב דארט אפאר הונדערט ברודער. אפאר הונדערט אידישע קינדער פון איין טאטן אין הימל, און זייער ווייטאג איז אונזער ווייטאג. און ווער עס פארשטייט נישט זאל טון די פאלגענדע טעראפי:

1) זעצט אייך אראפ אויף א בענקל און מאכט צו די אויגן
2) טראכט פון אייער משפחה, אייער הויז, אייער דיינונג רום שיינע פורניטשור, און פון די קינדערלעך מיט זייער חדר און חברים, וכו'. (עס דארף נעמען בערך 5 מינוט צו דערטראכטן אלעס, אויב עס נעמט אייך ווייניגער, מאכט עס איבער)
3) איר זעהט א צונאמי, איר זעהט אין אייער פארמאכטע אויגן (איר דארפט נאך האלטן צוגעמאכט די אויגן) ווי מ'יאגט אייך ארויס פון שטוב, איר טרייט נאך צו כאפן עפעס וואס צו ראטעווען, אבער אלעס האט א שיעור מ'דארף לויפן לויפט מען, מ'כאפט די קינדער און מ'אנטלויפט.
[עס איז ראטזאם איבער צו לייענען די טעראפי פאר דעם כדי נישט צו מוזן עפענען די אויגן אינמיטן...]
4) איר קומט צוריק נאך אפאר טאג וואנדערן, און איר זענט בעירום ובחוסר... די קישן וואס איר האט ליעב צו נוצן, די האנטוכער, די שיך די הויזנ'ס די דאכענע'ס די מאטראצן (איך דארף גיין ווייטער?....) גארנישט איז נישטא.
5) איר דרייט זיך ארום און קוקט אויף ד'ס ווייב און איר פרעגט אומגעפרעגט... ווי גיי מיר? וואס טו מיר?
6) די קינדערלעך וויינען זיי זוכן די דאלי'ס און געימ'ס מיט די אנדערע (אין זייערע אויגן) וויכטיגע חפצים... זיי האבן נישט זייערע מאנטלען, זייערע שטיוול, זייערע וועש...
7) איר ווענדט זיך צו אן אידל וואס וואוינט אין א קליינע דירה אין וויליאמסבורג, און שטייענדיג ביים טיר הערט איר ווי קינדערלעך שפילן זיך שיין און עס שמעקט פון קוגל וואס האלט אינמיטן זיך קאכן. עס איז פיין ווארים. און דער טאטע ליגט אויפן ריקליינער און לייענט תגובות פון זיין טעלעפאן גראד צו אייוועלט...
8) איר לייגט אראפ פאר אים אייער מצב און איר ברענגט אים ארויס אז איר דארפט הילף... איר שטייט און האפט אז ער וועט עפעס העלפן... איר ווארט ארויס צו הערן וועלכן סכום ער גיט אייך....
9) ער גייט אריין אין שטוב און איר זעהט אין חלום ווי ער ציילט קעש פון אונטערן מאטראץ הלמאי ער וויל דאך העלפן זיינס א ברודער א אידיש קינד. איר פאנגט אן צו אטעמען אביסל לייכטער, אפשר דאך וועט געלונגען זיך ארויס צו זעהן פון דעם סאמעטוכע...
10) ער קומט ארויס און זאגט: איך האב א עצה! מופט!

איר קענט עפענען די אויגן... (קוקט אויב ס'איז נאס...)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 4:31 pm

אייזן!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 4:32 pm

טאמבס אפ פאר הרב זאלץוואסער,
יא מיינע אויגן זענען נאס, נישט פון יעצט נאר שוין עטליכע וואכן וואס איך רעד און דיל מיט אידן וואס האבן פארלוירן זייער גאנצע האב און גוטס, איך ווייס נישט וויאזוי זיי טראגן דאס איבער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 4:44 pm

איך וויל פארשטיין פארוואס לוי יצחק דארף מדגיש זיין אז די אידן אין סיגעיט זענען היימיש. און אויב נישט? ספרד'ישע אידן קומט זיך נישט לחם לאכול ובגד ללבוש?

להתוודע, איך האלט אז גלאבאל ווארעמונג איז א פאקט, און דאך האב איך געגעבן פאר די סיגעיטע אידן כפי יכלתי. וואס זענען זיי יעצט שולדיג? נעקסטע מאל איז א צווייטע מעשה.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 4:49 pm

על דא ועל הא האט געשריבן:איך וויל פארשטיין פארוואס לוי יצחק דארף מדגיש זיין אז די אידן אין סיגעיט זענען היימיש. און אויב נישט? ספרד'ישע אידן קומט זיך נישט לחם לאכול ובגד ללבוש?

וואס פאלט דיר אפילו איין אז ספרד'ישע אידן זענען נישט היימיש?

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 4:51 pm

איך בין נישט לוי יצחק אבער איך וועל ווי א הדיוט קופץ דיר שנעל ענטפערן:

קיינער זאגט נישט אז פאר אנדערע אידן קומט צו שטארבן אבער די טבע פון א מענטש איז אז ווען ער הערט אז ביי זיין טאטן אין שטוב איז עפעס געשען גייט עס שנעלער אריין אין מוח ווי ווען דער צרה איז ביי א ווייטן קרוב... איך האב נישט געמאכט די טבע אבער השי"ת האט עס אזוי געמאכט...

און וועגן גלאבאלע ווארעמונג וואלט איך דיר געפרעגט: וואס איז א פאקט? אפשר ביזטו מרחיב בדיבור דערוועגן? די האלטסט למשל אז אויב וועל מיר זיך נישט נעמען אטעמען שנעלער און קערצער וועט די וועלט אונטערגיין? אדער האלטסטו אז נאר טאמער אונז וועל מיר אנהייבן צו אונטערצינדן מיילן מיט וועלדער וועט די וועלט אונטער גיין? איך וויל פארשטיין אביסל מער דעם ענין.

און בתוך הענין מן הענין באותו ענין... די האסט אפשר מיטגעהאלטן די אמונה פון די אייס עידזש אויך, אדער נאר די גלאבעל ווארמינג אמונה...

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 5:05 pm

על דא ועל הא האט געשריבן:להתוודע, איך האלט אז גלאבאל ווארעמונג איז א פאקט,


זיי מוחל מאך אויף א מוסר ספר אין לערען דורך אביסל ענינים פון אמונה, קענסט יוזן אביסל,

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 5:07 pm

אין כמו זאלצוואסער.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 6:07 pm

נישט אריינגייענדיג אינעם סיגעיט סומאטאכע, פארוואס ווען איינער עגריט מיט גלאבעל ווארמינג האט ער אמונה פראבלעמען ? אפשר פארקערט אז די שטעקסט אריין דיין קעפעלע אין לאך ווי א בת היענה ? האסט אמאל געטראכט וויאזוי די וועלט באשאף לדעת חכמינו ז״ל גייט צו אז די האסט געטראפן א סתירה? ווייל די האסט אפגעמאכט אז שיתא אלפי שנה הוי עלמא וחד חריב גייט זיין דורך א נוקלעארע אטאקע איז וואס? אפשר איז גלאבעל ווארמינג א 250 יעריגע פראצעדור ?

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 6:17 pm

איך מיין ח"ו ניש ציזאגן אז מדארף ניש העלפן די אידן אין סיגעיט אבער דאך איזעס ניש די ארגסטע וואס קען פאסירן.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 6:27 pm

איך האב דארט א נאנטער קאזין אין איך האב געכאפט א שמועס פאריגע וואך. די חורבן איז נורא ואיום. ער האט שוין חתונה געמאכט רוב פון זיינע קינדער אבער ער אליין .האט נאך ניטאמאל אן אנונג ווילאנג עס וועט דויערן ביז ער וועט זיך נאך דארפן וואלגער
גלאבעל ווארמינג דארף מען עפענען א באזונדער אשכול

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 6:33 pm

זאלץוואסער נאדיר צוויי פאר ביידע תגובות
;l;p- ;l;p-

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 6:41 pm

לכבוד רב זאלץ וואסער ורב פאדראטשיק. ווי האסטו געטראפן אין דברי חכז״ל א סתירה ? עס איז דא אין דעם אסאך פרטים אבער ביטע ענטפער צום זאך. א׳ די האסט אמאל געטראכט וואס איז זייער פרוף? ב׳ אויב איך האלט אז אפילו עס איז יא א פאקט נאר איך האלט גארנישט ביים טון ווייל איך גלייב אז דער כל יכול קען פונקט אזוי מאכן פארקערט אין על גאור מיטשעט זיך אומזיסט האסטו איינעם אפגעפרעגט? ג׳ אז פון פארשידענע מאמרי ומדרשי חז״ל איז גרינגער צו פארשטיין לשיטתם ווער מען א כופר ווייל די האלטסט אנדערש? איך ווייס אויך אז די רביז״ל אויפן ילקוט ראובני זאגט אז עס מיינט א מבול פון אפיקורסות, אבער פארוואס מוציא זיין מפשוטו?
אייס עיזש אלס א באסיסלאזע טעאריע פון איינער וואס מוז צופאסן בריאת העולם צו זיין צודרייטע סברא איז א ראי׳ צו היינטיגע סאטעליט בילדער אויף א זאך וואס האט גארנישט קיין שייכות איינס מיטן צווייטן ?

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 7:52 pm

איך פארשטיי בכלל נישט על מה יצא הקצף. גלאבאלע ווארעמונג - אז די וועלט ווערט ווארעמער און ווארעמער - איז א פאקט. דאס איז א זאך וואס מ'קען זען בחוש. ווער ס'שולדיג - דאס איז שוין א צווייטע מעשה. איך האלט אז מענטשן זענען שולדיג דערינען, איר מעגט זיך קריגן. איך זע נישט וויאזוי דאס איז קעגן אמונה. דער באשעפער האט געזאגט פאר אדם הראשון: ראה מעשיי כמה נאים ומשובחים הם, וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי, שאם קלקלת אין מי שיתקןאחריך (קהלת רבה פרק ט).
אדער ווי געוואלד און געשריגן האט געשריבן,דאס איז די וועג וויאזוי דער אויבערשטער וועט מסדר זיין דעם חד חרוב.

אייער קיכל: ספרדישע אידן זענען היימיש צווישן ספרדישע אידן.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 8:40 pm

ייש"כ הרב זאלץ
על דא ועל הא האט געשריבן:איך וויל פארשטיין פארוואס לוי יצחק דארף מדגיש זיין אז די אידן אין סיגעיט זענען היימיש. און אויב נישט? ספרד'ישע אידן קומט זיך נישט לחם לאכול ובגד ללבוש?


גוט געפרעגט, און איך פרעג די זעלבע, און טאקע דאס האט מיך באוואויגן צו שרייבן.

די קאלטקייט וואס וואס מענטשן באציען זיך צו די גאנצע נושא קומט אדער פון עגאאיזם, אדער פון חסרון ידיעה.

מענטשן קענען אפאר אנשי שם וואס וואוינען אין סיגעיט, און ס'רוב פון זיי "נישט היימישע", כ'מיין צו זאגן נישט קיין ספרד'ישע, נאר דוקא חסיד'ישע נישט היימישע... וד"ל, און מ'האט א געפיל אז פון דעם באשטייט גאנץ סיגעיט, ווייל ווער נאך וואוינט אין סיגעיט אויסער זיי, כ'קען דאך קיינעם נישט. און צו די סארט מענטשן איז עפעס נישט דא קיין געהעריגע געפיל, ריכטיג צו נישט - כ'ווייס נישט.

אבער דאס איז נישט דעם אמת. ס'וואוינען דארט גאר גאר "היימישע" משפחות, כ'מיין צו זאגן היימישע וואס מ'קען עסן ביי זי אין שטוב למהדרין מן המהדרין, און מ'קען זיך מיט זיי משדך זיין לכתחלה שבלכתחלה! און דאס האב איך גימיינט מיט די ווארט "היימישע".

די צווייטע סבה פארוואס מענטשן זענען קאלט, ווייל מ'מיינט אז די גאנצע זאך איז גוזמא. חרוב ונחרב? עה נישט ממש. אביסל וואסער איז אריין, נו מילא! בעיקר נאר די בעיסמענט, שוין כ'הא'שוין געהערט אזוינס!

אהוביי ידידיי, ס'הייבט זיך נישט אן!! לא מיני' ולא מקצתי'! ווייסט עטס וואס ליגט "נאר אין א בעיסמענט"? מלבושים, ספרים, שלאף צימערן, עירקאנדישאן, בעט געוואנט, וואשער דרייער, בוילער, עלעקטריסיטי, ווענט, און נאך הונדערטע זאכן. יעדער וואס וואוינט אויף צוויי שטאק ווייסט וואס איך זאג. איך אליין האב עס נישט באגרייפט ביז איך בין אריין אין צוויי דריי הייזער און געקוקט מיט די אייגענע אויגן.

איך קען דארט א חשוב'ע אינגערמאן, וואס האט פרייטאג פאר די האריקעין אריינגעמופט אין א דירה, אלע באקסעס מיט אלע זיינע האב און גוטס זענען געלעגן אין בעיסמענט. און די רעסט איז היסטארי!!!

און מיר שטייען דא און קלערן צו גלאובעל ווארמינג איז אמת אדער נישט... ס'קוקט מיר אויס ווי דער איד וואס האט געזען א אידישע הויז ברענט, האט ער געזאגט אה א מחי' יעצט האב איך פייער אנצוצינדען די ציגארע...

די עיקר פון אלעם, גיט א קליק אויף די לינק אין די ערשטע תגובה און זייט מנדב אפאר דאלער פאר די פאר'צרה'טע אידן.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 10:18 pm

משזר האט געשריבן:איך מיין ח"ו ניש ציזאגן אז מדארף ניש העלפן די אידן אין סיגעיט אבער דאך איזעס ניש די ארגסטע וואס קען פאסירן.

כ'ליין גוט? ארגסטע? אויף וואס ווארטסטו?

קודם האסטו נישט געזען וואס טיצעך דארט, און ווען דאס ארגסטע פאסירט דאן איז געלט נישט קיין עסק.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 10:55 pm

משזר האט געשריבן:איך מיין ח"ו ניש ציזאגן אז מדארף ניש העלפן די אידן אין סיגעיט אבער דאך איזעס ניש די ארגסטע וואס קען פאסירן.

ס'ארגסטע האט פאסירט! אידישע קינדער שטייען טעג און וואכן בעירום ובחוסר כל, און א איד קען זיך אנרופן רח"ל ס'איז נישט די ארגסטע! אוי לעינים שכך רואות!

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 11:14 pm

(קיינער הייסט נישט מופן, אבער ער וואוינט דאך אין גאס, סאו נעם א דירה ערגעץ אנדערש. מאמר המוסגר)
רבותי רופט אייך אן ווארעם! (ווארט נישט אויפ'ן גלאוב)
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 11:50 pm

איך האב געהאט אנגעגרייט מעשר 240 דולר פאר סיגעיט. אבער יעצט נאכן ליינען דא די קאמענטס פון געוויסע, קווענקל איך טויזענט מאל צי כזאל עס טאקע געבן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 7:45 am

לכאורה האט געשריבן:אין כמו זאלצוואסער.

לוי יצחק, א דאנק דיר וועל איך מיך אי"ה אנשטרענגען צו געבן שיין.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 11:20 am

ווינקל האט געשריבן:
משזר האט געשריבן:איך מיין ח"ו ניש ציזאגן אז מדארף ניש העלפן די אידן אין סיגעיט אבער דאך איזעס ניש די ארגסטע וואס קען פאסירן.

ס'ארגסטע האט פאסירט! אידישע קינדער שטייען טעג און וואכן בעירום ובחוסר כל, און א איד קען זיך אנרופן רח"ל ס'איז נישט די ארגסטע! אוי לעינים שכך רואות!


אזא הארצלאזע תגובה איז נישט ווערט קיין ענטפער, עס קוקט אויס ווי אין זיין הארץ קלאפט א טיימער (סארי)
kraitchmah עט גימעיל

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 12:12 pm

שוועמל האט געשריבן:איך האב געהאט אנגעגרייט מעשר 240 דולר פאר סיגעיט. אבער יעצט נאכן ליינען דא די קאמענטס פון געוויסע, קווענקל איך טויזענט מאל צי כזאל עס טאקע געבן.

ר' שוועמל, לאז נישט דאס געלט און די מצוה פארשוועמט ווערן, גיב עס שוין פאר די וואס זייער פארמעגן איז פארשוועמט געווארן, האסט עס אנגעגרייט, גיב עס שוין איבער משום דקיימי עניים,
די אלע קאמענטס דא איז נישט פון קיין רבנים און קיין פסקי הלכה, האסט נישט וואס צו קווענקלען קיין איין רגע (קיין גרויסע מכשול קען עס נישט זיין).
תזכו למצוות. ובזכות זה זאל מען נישט דארפן מער דן זיין אזעלכע שאלות.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 12:36 pm

שוועמל האט געשריבן:איך האב געהאט אנגעגרייט מעשר 240 דולר פאר סיגעיט. אבער יעצט נאכן ליינען דא די קאמענטס פון געוויסע, קווענקל איך טויזענט מאל צי כזאל עס טאקע געבן.

איך זעה בכלל נישט וואס האט דיך געמאכט אזוי טראכטן. און נאכמער פארשטיי איך בכלל נישט וואס האט דיך געמאכט דאס שרייבן ברבים. דארפסט מאכן אן אמת'ן חשבון הנפש אויף די נארישע תגובה.

די ווערטער וואס איך שרייב דא זענען געשריבן מיט בלוט! איך קען לכה"פ 3 משפחות זייער מעשה פון די נאנט, און איך פיל פאר א געוואלדיגע זכי' אז איך האב מיך אנגעשטרענגט און געגעבן די פאר דאלער וואס איך קען מיך (נישט) ערלויבן, און גראדע איז דאס געווען מער ווי 240$.

זיי מוחל, גלייב מיר נישט אויפן ווארט, זעץ דיך אריין אין א קאר, פאר אריבער, און בעט א איד זאל דיך אריינלאזן אין זיין הויז, וועסט נאכדעם שרייבן אן ארטיקל לענגער ווי מיינס. און ניין, גיי נישט צו די געציילטע פארמעגליכע אידן וואס וואוינען אין פראכטפולע הייזער, ווייל כ'ווייס פאר א פאקט אז זיי באקומען נישט קיין פרוטה אחת פון די צדקה קאסע. גיי אויך נישט צו די בלוטיגע ארימעלייט, גיי אריין צו א דורכשניטליכע בינוני, און נאכדעם לאמיך זען ווי הארצלאזיג דו קענסט זיין.

כ'האף אז קיין סיגעיטע אידן דרייען זיך נישט דא, טאמער יא איז דאס ח"ו שפיכת דמים ממש.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 12:47 pm

סארקאזם?

...שטייט אויס פונעם שוועמל.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], קאסאניער און 20 געסט