גלאבאלע ווארמינג פון א אידישע שטאנדפונקט. פאקט? שגעון? כפירה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

גלאבאלע ווארמינג פון א אידישע שטאנדפונקט. פאקט? שגעון? כפירה

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 3:10 pm

וועלן מיר קודם געבן דאס ווארט פאר רב מי מלח זיך צו באלעקן די פינגער ווי אלץ און פאר רב יענקל פאדראטשיק מסביר זיין פארוואס מען דארף לערנען פרקי מוסר בעניני אמונה. בעז״ה וועט מען קענען קלאר שטעלן אסאך גאר אינטערסאנטע ענינים.

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 3:13 pm

איך טאר נישט יעצט רעדן?! בין איך שטיל. ביי דע וועי, ס'גוט קאלט היינט.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 3:17 pm

גלייכגילטיג האט געשריבן: ביי דע וועי, ס'גוט קאלט היינט.


געעפענט דעם אשכול אינעם פאסיגסטן טאג..
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 3:29 pm

אייגענטליך האבן זיי רעכט אז די פעולות פון די מענטשהייט מאכן חרוב די בריאה, שטייט דאך אזוי אין די ספרים הקדושים, די עצה דערויף איז תשובה ומעשים טובים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 3:35 pm

רעקאמענדאציע פאר ווער ס'ליידט דערויף:
לערנען ספר איוב!!

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 3:41 pm

גראדע האלט איך אז ס'ליגט יא עפעס אמת דערין!

(ששש.. ס'גייט יעצט ווערן לעבעדיג, כ'האב זיי גוט אנגעדרייט...)
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 3:57 pm

גלייכגילטיג האט געשריבן:גראדע האלט איך אז ס'ליגט יא עפעס אמת דערין!

(ששש.. ס'גייט יעצט ווערן לעבעדיג, כ'האב זיי גוט אנגעדרייט...)


לכאורה איז נישט דער דיון צו ס'יז אמת אדער נישט
קען זיין אז ס'יז אמת, אבער ס'יז נישט דעם קליינעם מענטשעלע'ס דאגה ...... יש מנהיג לבירה
פונקט ווי ס'יז נישט מיין דאגה וואסערע וועטער איז אויפן מארס אדער אויפ דזשופיטער

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10230
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 4:18 pm

דער הייליגער בן איש חי דערמאנט שוין ערגעץ אין זיינע ספרים וועגען דעם, דאכט זיך וועגען טבילה.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 6:51 pm

יהיה כן האט געשריבן:
גלייכגילטיג האט געשריבן:גראדע האלט איך אז ס'ליגט יא עפעס אמת דערין!

(ששש.. ס'גייט יעצט ווערן לעבעדיג, כ'האב זיי גוט אנגעדרייט...)


לכאורה איז נישט דער דיון צו ס'יז אמת אדער נישט
קען זיין אז ס'יז אמת, אבער ס'יז נישט דעם קליינעם מענטשעלע'ס דאגה ...... יש מנהיג לבירה
פונקט ווי ס'יז נישט מיין דאגה וואסערע וועטער איז אויפן מארס אדער אויפ דזשופיטער

און וואס איז פשט אין מדרש? דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אדם "תן דעתך שלא תקלקל ותחרב את עולמי, שאם תחרוב אין מי שיתקן אחריך".
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 7:59 pm

איבער וואס איז מען דן דא? פארן נעמען א שטעלונג דארף מען וויסן גענוי על מה אנו דנין.

"גלאבל ווארמינג" איז א ברייטע סוגיא וואס נעמט אריין א גאנצע צאל מיט נושאים.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 11:57 pm

ס'וואלט געווען זייער אן אינטרעסאנטע נושא, אויב ידענים וואלטן גערעדט. ס'דא אויף דעם גאנצעטע פארשונגען לכאן ולכאן. אויב איז דא באקאנטע אין דעם, ביטע לאזט אייך הערן.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג דעצמבער 07, 2012 6:58 am

ר' אביגדור מיללער זצ"ל האט געהאלטען אז עס איז אנ'אויסגעטראכטע מעשה
נאר עס גייט אין כוואליעס אמאהל ווארעמער אמאהל קעלטער
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג דעצמבער 07, 2012 3:19 pm

נו, זאגט איינער אזוי, די ראי' אז גלאובעל ווארמינג איז אמת, ווייל עס פאסירט זאכן אין די לעצטע צען יאר וואס מ'האט נישט אויף רעקארד, למשל די האריקעינס אין נ.י. וכדומה. און די איינציגסטע סבה דערויף קען נאר זיין גלאובעל ווארמינג.

אט איז נאך א משל, די סגולה פון די ניינטע חודש די ניינטע טאג די ניינטע שעה די ניינטע מענטש וכו', לעצטענס געשעט דאס יעדעס יאר...

ווען נאך געדענקט איר דאס ערשטע לעכטל חנוכה אין א מוצאי שבת?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » זונטאג דעצמבער 09, 2012 1:45 pm

על דא ועל הא האט געשריבן:און וואס איז פשט אין מדרש? דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אדם "תן דעתך שלא תקלקל ותחרב את עולמי, שאם תחרוב אין מי שיתקן אחריך".

כ'זעה ס'איז שוין די צווייטע מאל וואס דו ברענגסט צו דעם מרדש אלץ ראי' האב איך גענומען די מיה נאכצוקוקן אינעווייניג נאר געוואויר צו ווערן אז דאס גייט ארויף אויף דעם וואס הקב"ה האט געווארנט אדה"ר נישט צו עסן פונעם עץ הדעת ווייל אדורך דעם וועט ער מקלקל זיין און אנברענגן אומגעוואונטשענע קללות פאר די בריאה כגון מיתה וכו'.

דאס איז די לשון (מדרש רבה קהלת סי' ז'): בשעה שברא הקב"ה את אדם הראשון נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן, ואמר לו ראה מעשי כמה נאים ומשבחין הן, וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי, שאם קלקלת אין מי שיתקן אחריך, ולא עוד שאת גורם מיתה לאותו צדיק. איינע פון די מפרשים זאגן אויפן פלאץ: והא דאיתא לעיל שאם יקלקל יבא אברהם ויתקן אחריו, הכא בקללות הבריאה שהיה ע"י אדם כגון ארורה האדמה ומיתה שהביא לעולם (יפ"ת בב"ר פ' י"ד)

הפנים ס'איז זיכער אז די מדרש רעדט נישט פון פיזיש מקלקל זיין די וועלט, עס איז נישט מסתבר צו זאגן אז דער בורא כל העולמים האט געגעבן די כח פאר אונז מענטשעלעך חרוב צו מאכן זיין וועלט מיט אביסל פאלאשען... טראסט מיר אז דער באשעפער האט באשאפן זיין וועלט פאלאשען פראף... מעגליך אז גלאובל ווארמינג איז א פאקט, און מעגליך א די וועלט גייט אונטערגיין ביז 227 יאר, אבער דאס האט ווארשיינליך גארנישט מיט אונז פיצי מצוה מענטשעלעך אויפן כדור, אויב דער באשעפער האט געוואלט אז זיין וועלט זאל שטיין נאר פאר 6 טויזענט יאר גייט נישט נוצן הייבריד קאר'ס און energy saver באלב'ס עס ראטעווען...

א אנדערע מדרש האב איך אבער יא געטראפן וואס זאגט וואס עס קען חרוב מאכן די וועלט: ר' הונא בשם רבי אמר, דור המבול לא נמוחו מן העולם עד שכתבו גמומסיות (כתובה) לזכר ולבהמה (מדרש רבה בראשית פ' כ"ו אות ה') די לינקע ליבעראליסטן וואס זענען אזוי באזארגט פאר אונזער וועלטל זענען די זעלבע וואס זוכן איינצפירן די זעלבע חוקים וואס האט עוונטואל געפירט צו דעם אז השי"ת זאל ברענגן א מבול.

און צו די וואס טענה'ן אייביג וואס איז די גרויסע טומל קעגן איינפירן חוקי תועבה, זיי טוען דאך עס סייווי וואס מאכט ארגער דאס אז מען לעגאלעזירט עס? דאס איז די לשון פונעם מתנות כהונה אויפן פלאץ דארט: גמומסיות: כתובה בלשון יון וכדי שיהי' פנים של היתר לדבר עשו זאת. און ווי רש"י זאגט אויף די גמרא אין חולין: (צב.:) עולא אמר שלשים מצות שקבלו עליהם בני נח ואין מקיימין אלא שלשה, אחת שאין כותבין כתובה לזכרים. רש"י: דאע"פ שחשודין למשכב זכור ומייחדין להם זכר לתשמישן, אין נוהגין קלות ראש במצוה זו כל כך שיכתבו להם כתובה.

דאס אז זיי קענען זיך נישט גובר און זינדיגן איז איין זאך, אבער עס מאכן עמטליך און לעגאלעזירן, שרייבן כתובה... דאס רעגט שוין אויף, פארדעם ברענגט שוין השי"ת א מבול. והארכתי במקום שאמרו לקצר...

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » זונטאג דעצמבער 09, 2012 3:42 pm

אייערקיכל יש"כ פאר די מראה מקומות, איך האב אייביג זיך געווינדערט וואס מיר דארף אינטערסירן אז דער גוי טוט דאס לעגאליזירן ווען ער איז במילא עובר דערויף, יש"ר עגען.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך דעצמבער 19, 2012 4:16 pm

איז פון אייער קיכל'ס תגובה משמע אז די לעצטיגע האריקענס קומען צוליבן לעגאליזירן די כתובה לזכרים.

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » מיטוואך דעצמבער 19, 2012 5:34 pm

אייער קיכל טענה'ט אז די מדרש רעדט "זיכער" נישט פון פיזיש מקלקל זיין, ווייל עס איז נישט מסתבר. מה נעשה אז על פי חשבון איז עס יא מסתבר? ער פארלאנגט אז איך זאל אים טראסטן דערויף. פארוואס זאל איך דיך טראסטן אויף א נושא אין וועלכע דו פארמאגסט מסתמא גאנץ קנאפע ידיעות?
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » מיטוואך דעצמבער 19, 2012 6:10 pm

האסט שלעכט פארשטאנען

אייער קיכל זאגט אז די מדרש רעדט נישט פון פיזיש מקלקל זיין ווייל דאס איז די פשוטע פשט און אזוי האב איך געזען אין די מפרשים, ועוד - זאגט אייער קיכל - אז ס'איז נישט מסתבר צו זאגן וכו'

פון ווי נעם איך אז פשוט פשט איז אז מ'רעדט פון די קללות וואס אדה"ר האט געברענגט דורכן חטא עץ הדעת? לערן אפ די גאנצע מדרש און זאג מיר פון וואס דער מדרש רעדט:

בשעה שברא הקב"ה את אדם הראשון נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן, ואמר לו ראה מעשי כמה נאים ומשבחין הן, וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי, שאם קלקלת אין מי שיתקן אחריך, ולא עוד שאת גורם מיתה לאותו צדיק. משל משה רבינו למה"ד, לאשה עוברה שהיתה חבושה בבית האסורים, ילדה שם בן גדלה שם ומתה שם, לימים עבר המלך על פתח האסורים כשהמלך עובר התחיל אותו הבן צווח, ואומר אדני המלך כאן נולדתי כאן גדלתי באיזה חטא אני נתון כאן איני יודע, אמר לו בחטא של אמך, כך במשה כמו שכתוב הן האדם היה כאחד כתיב הן קרבו ימיך למות.


מעגליך אין גלאובל ווארעמינג האב איך גאנץ קנאפע ידיעות, און ס'איז נישט צופיל נוגע ווייל איך לייקן/באשטעיטיג עס נישט, אבער אין מדרש שטייט זיכער נישט דאס.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט