שנאת ישראל - גלות אמעריקא -

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

שנאת ישראל - גלות אמעריקא -

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 3:51 pm

שנאת ישראל - גלות אמעריקא - מציצה בפה

אט די פאלגענדע ארטיקל האב איך באקומען אויף אימעיל פון א קרוב וועלכע וואוינט אין אויסלאנד, און לעבט נישט מיטן שטראם פון אמעריקא, ער האט דאס געשריבן אין ליכט פון מציצה בפה, אבער ס'איז אקוטעל יעצט אויך, און עס האט פיל אמת'ע פונקטן, לתועלת הציבור בין איך עס דא מפרסם.

מענטשען שטייען מען רייבט זיך די אויגן וואס אזאנס איז געשעהן דא אין דער גאלדענע אמעריקע, אזא מלכות של חסד וואס האט אויפגענומען מיט ביידע ארעמעס דאס אידישע פאלק נאך׳ן קריג מיט פרייע בירגער רעכטן וואס איז דאס געשעהן אין די לעצטע פאר יאר?, אידן ווערן אריינגעשליידעט אין טורמע פאר לאנגע צענדליגע יארן, מען שפירט שטארק די באהאלטענע אנטיסעמיטיזם, די שתדלנים און עסקנים טרעפן זיך גאנץ אפט ביי פארמאכטע טירן פארקלאפט מיט א פאלשען צינישן שמייכעל, מען זעט קלאר ווי די עף בי איי און די מידיא ווי אזוי זיי זיכען ווי זיי קענען צי פארשווארצן דאס פנים פון ארטעדאקסישע אידן אויף א פארנעם וואס מען האט נישט געזען נאר פארן קריג.

דאס לעצטע קלאפ מיט וואס יעדער איז באקאנט איז מציצה בפה, מען ווייסט נישט צי מען איז אין רוסלאנד אינטער די קאמיניסטען, אדער גאר אין שפאניע אינטער די אינקוויזיציע.
כדי ארויסציהייבן דעם פליצלינגען דראסטישן טויש פון דעם אויפירונג פון די ליבליכע אזויגעריפענע פרייהייט טרעגער און די מיטלען וויאזוי צו פארשטילען די שנאה, לאמיר אביסל צוריק מישן היסטאריע.

שוין יארן וואס אלע א.ג. אידישע גוט מאכערס האבן פרובירט זיך צו ספראווען מיט׳ן שרעקליכע פראבלעם וואס כלל ישראל ליידט פון אלע דורות אן וואס רופט זיך ״אנטיסעמעטיזם״.
אויף דעם ארויף האבן שוין משכילים אויסגעארבייט גאנצע פלענער, וויאזוי צו אראפברענגן דאזיגע האס, זיי האבן עס געפריווט צי מינדערען מיט אלע כוחות און אויף אלע פראנטען דורך אראפנעמען דעם צווישענשייד פונעם אידישען פאלק און להבדיל א״א הבדלות דער גוי, זיך פאראייניגט מיט זיי אויף׳ן גרעסטע אופן וואס איז שייך, מיט׳ן אויסרייד אז דאס גייט זיין דער מלאך המושיע. איבריג צו זאגן וויפיל דאס האט געהאלפן, יעדער ווייסט דאך גאנץ גוט מיט וואס זייערע חלומות האבן זיך אויסגעלאזט, און וואס פארא סוף טאקע דער דייטשע אידענטהום אליין האט פון דעם געליטן, און דאס מערסטע נעבעך די אלאסמירטע אידן, וואס ווי באקאנט האט היטלער ימש״ו זיך דאס מערסטע נוקם געווען אין די אידישע דאקטורים און וויסענשאפטליכע געלערנטע וועלכע זענען געווען מזרע ישראל. און עס האט זיך ארויס געשטעלט איז א פון דער א.ג. רפואה איז גאר געווארן דער מחלה זעלבסט, ווייל דאס אליין האט גאר אויפגערייצט דעם טיגער הילטער, דערזעהנדיג זיך ארומגענומען מיט אידשיסטע געלערנטע איז אים געקומען דער בלוט אין קאפ. (אגב, היסטאריקער פארציילען אז דער רשע׳ס מאמע איז אמאל קראנק געווען, איז ער אלץ יונגעל געלאפן רופן א דאקטער וועלכע האט געשטאמט מזרע ישראל, [ווי רוב דייטשע דאקטורים] און זייענדיג אן ארעם קינד האט ער פארשטייט זיך נישט געהאט צו באצאלן פאר׳ן דאקטער, האט דער דאקטער זיך אפגעזאגט פון היילן זיין מאמע, דאן האט ער געשוואוירן נקמה צו נעמען, און ער האט טאקע ״ערליך״ איינגעהאלטן זיין שבועה. שר״י).

ווידער שפעטער זענען געווען די ציוניסטישע גרופערס וועלכע האבן געארבייט אויף א פארקערטע ריכטונג, געפריווט אנצוזייען האס אין אלע אייראפישע לענדערס, אזוי ענג מאכן דארט פאר אלע אידן, כדי אזוי ארום זיי צו באצווינגען צו מאכן אן ״עלי׳״ צו ארץ ישראל וואס דארט וועט שוין ענדליך זיין א סוף פון די אלע שנאת ישראל און אנטיסעמטיזעם. [אגב, דעם דאזיגע ניגון זינגט זיך נאך אלץ ארויס צווישן די שרות אפילו פון ״היימישע״ צייטונגען און אידישע נייעסן ראדיאס, וועלכע זענען כסדר פארנימען מיט די פילע האקענקרייצן וואס ווערן כסדר אנגעפירקעלט אויף אלע אידישע בתי חיים פון אייראפע אדער מיט אינדוויעלע אנטיסעמעטישע אינצדענטען, וועלכע ווערט אויפגעבלאזן לתועלת הנייעס, וועלכער ווערט פאבליצירט דורך די זעלבע וואס איגנארירן דעם אויסטערלישן שנאת ישראל אין מדינת ישראל דורך אידן מזרע ישראל ׳וישמעאל׳ אויף אחנו בני ישראל, ווייל דאס וועט דאך שאטן און ברענגען א פחד פאר די אידן וואס ווילן אהינפארן].
כידוע האבן זיי אויך אנגערייצט דעם בער הילטער ימ״ש מיט׳ן באקאנטע ביאקאט אויף דייטשע פראדוקטען, און דערנאך געטוהן אפהאלטען אלע סארטן הצלה פלענער פון צו ראטעווען אידן פונעם דייטשען גיהנם, כדי אזוי ארום צו זיין בארעכטיגט פאר א מדינה, ווי באקאנט דאס לאזונג זייערע ״רק בדם תהיה לנו הארץ״, עפ״ל.

דאך אבער פון די אנדערע זייט ווי פארשטייט זיך, האבן זיי געפרעדיגט דאס פארקערטע, אז נאר מיט אן אייגענע מדינה וועט זיך פארמינערן די שנאת ישראל, די אידן וועלן מער נישט זיין א נעבעכדיגע גע׳רודף׳טע פאלק ביי אלע פעלקער, מען וועט שוין זיין ארויפגעקוקט וכו׳…
איבריג צו זאגן ווי מען האלט היינט, און ווי אמת׳דיג שטעלט זיך היינט ארויס די אפענע אויגן פון רביה״ק מסאטמאר זי״ע, וואס האט בשעתו געזאגט: ״ווי עס וועט זיין א איד אין גאנץ כדור הארץ וואס וועט ליידו פון א גוי, וועט אלעס זיין צו פארדאנקען די ציונים ימ״ש און זייער מדינה״, בשעתו ווען מענטשען זענען געווארן פארבלענדעט און שיכור אז ענדליך זעהן שוין די גוים איין אז עס קומט זיך עפעס פאר דער ארומע און געפלאגטע פאלק, עס קומט זיך זיי א לאנד, אידן נאך אזויפיל יארן גלות גייען שוין ענדליך ווערען אויס נרדפים וכו׳, האבן זיינע הייליגע ווערטע נישט געהאט קיין שום משמעות, אבער היינט זעהט מען שוין איין דער אמת, וויפיל שנאה און האס ווערט אנגעזייעט דורך זיי בכל קצוי תבל. עס איז ממש איבריג יעדעס ווארט, וויפיל צרות האבן אידן בכל קצוי תבל זיך שוין אנגעליטן אדאנק זיי, צי איז דאס א שיסעריי אין פראנקרייך, צי א שטעכעריי אין תימן, אלעס איז פאר די ציונים צו פארדאנקען. דער אייבישטער זאל שומר ומציל זיין יעדעס אידיש קינד. [מען רעדט שוין נישט איבער דער צרות וואס די גוים ליידן וואס זיי באשילדיגען דער מדינה און מיט רעכט, ווי למשל סעפטעמבור 11, ואכמ״ל].

איז אלא מאי לאמיר טאקע פארשטיין וואס איז באמת די לעזונג, דאס איז פשוט אז הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב, דאס גייט זיך נישט טוישן, אפילו מען רעדט זיך איין אז יא.
דער גמרא אין שבת דף פט זאגט: מאי הר סיני הר שירדה שנאה לעכו״ם עליו, זאגט רש״י שלא קבלו בו תורה, די גוים האבן פיינט די אידן וויבאלד זיי האבן נישט מקבל געווען די תורה.
דאס איז א גזירה מן השמים און מען וועט קיינמאל נישט מצליח זיין צו טוישן דאזיגע גזירה מן השמים.
יעדער גוי מיט׳ן שענסטע סוט מיט׳ן ווייסן העמעד האט פיינט דעם מין מענטש וועלכע רופט זיך ״איד״ ער קען גאנץ גוט באשטיין מען זאל אריינשליידערן דעם איד אין טורמע, צי מיט רעכט, צי אן רעכט, בעיקר זאל דאס אויסזעהן הפנים ווי מען מאכט אלעס געזעצליך און מען זיכט בלויז דער יושר און יוסטיץ, און מען מיינט גאר דעם טובה פונעם לאנד, פון דאס פעדעראלע גאווערמענט, ער האט נישט מורא מען וועט אים אויך אפשר איינמאל אימשילדיג רודפ׳ן, ווייל טיף אין הארץ ווייסט ער דעם אמת, פארוואס יוסטיץ קען דורכפאלן...
מען שטעלט אן א פנים אז מען שוינט דאס געזונהייט פון אידישע קינדער, עס קימערט זיי דאס לעבען פון דאס קליינע 8 טאגעדיגע אומשילדיגע קינדער זאלן נישט אנגעשטעקט ווערן מיט געפערליכע באצילען, כאילו עס אינטערסירט זיי דאס לעבען פון א אידיש קינד, מער ווי א גוי׳איש קינד, [רוב קעסעס פון די הערפיס מחלה איז דאך געווען ביי גוים, און צו דעם האבן זיי גארנישט געטוהן קיין פעולות און אוואדאי נישט דראסטישע, דאס צו פארמיידען].

צער בעל חיים גרופעס קעמפען פאר די רעכטען פון דאס אומשילדיגע בעל חי וואס ליידט נעבעך אזוי פיל פון דאס אידישע שחיטה, אן קיין רחמנות, וכו׳ אייביג פארדעקט אינטער א אנדערע שלייער, אבער ווער עס האט אביסל שכל אין קאפ פארשטייט גלייך אז זייערע אלע פראבלעמען וואס האבן צו טוהן מיט יודן, איז בלויז אן אנשטעל און א קאווער אפ פאר זייערע בייהאלטענע שנאת ישראל, און כפי מצב הדעמעקראטיע קען מען דאס נישט ווייזן אין די עפענטליכקייט, נאר זיי טוהן דאס פארשטעלן מיט כל מיני פארשטעלעכטצער.

די דאזיגע פאקטען דארף מען כסדר האלטן פאר די אויגן, און נישט זיך קריגן מיט דאזיגע מציאות און אנטלויפן דערפון, און נישט שרייען צום גוי היתכן דו האסט מיך פיינט, פארוואס בין איך אנדערשט פונעם קריסט אז ער מעג יא, און איך טאר נישט? דאס איז א לעכעליכע טענה, ווייל אונז אידן דארפן וויסן אז דאס איז די גזירת גלות, און פאר אונז איז דאס טאקע דער תירוץ זעלבסט, און בכלל נישט קיין קשיא, קושיא מעיקרא ליתא, יא, דער גוי מעג יא, און דער איד טאר נישט.

שתדלנות אין אלע דורות איז נישט געגאנגען אויף ״מענטשען רעכט״ סיוועל רייטס, שתדלנות איז אייביג געווען מיט לא יחרוץ געלט [שוחד], געשמירט דא און דארט, ווי רבי ר׳ יונתן אייבשיץ זצ״ל האט מסביר געווען פאר די גלחים אין ווין, אויף׳ן אנפראגע פארוואס דער אידן לויפן אייביג משחד זיין די שופטים, שרים און פריצים, דאס ווייזט דאך אז זיי זענען קיינמאל נישט גערעכט. האט ער מיט זיין חכמה געענפערט: אז היות הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב, קען דער שופט נישט זיין נוטראל מיט זיין מיינוג אן זיין איינזייטיג, איז כדאי אים צו גראד שטעלן מוז מען אינטערשמירן דער רעדער מיט אפאר טאלער…

דאס איז וואס איז אנבעלאנגט צום השקפה וויאזוי צו טראכטען, און מיטלעבן דער כסדר׳דיגע מציאות. אז מען קען נישט טוישן דאס גזירה פון הימעל, ווייל ודבר אלוקנו יקום לעולם.
אבער דאך ווען עס קומט למעשה, דארף מען איין זאך פריווען לכה״פ נישט גרעסער מאכן זייערע שנאה, און נישט טוהן פעולות וועלכע קען ח״ו אנרייצען דער בער פון וואלד,
וואס זענען פעולות וואס מען מעג יא טון? צאי לך בעיקבי הצאן, דארפ׳ן מיר אויך צוריק מישען אביסל היסטאריע, און לאמיר אויפמישן א בלעטעל פון א פריעדיגיע ספר וואס הייסט ״שבט יהודה״ געדריקט מיט איבער 400 יאר צוריק, (עס ווערט שוין געברענגט אין באר היטב או״ח סימן ש"ז).
ברענגט ער דארט (אין השמד השביעי) א שמועס מיט א קעניג און א גלח, וואס דער קעניג פרעגט דער גלח, אויב אידן האבן אזא אמת׳ע תורה, פון וואנעט קומט דאס אז דער גוים האבן אזוי פיינט אידן? וואס איז דער סיבה דערצו.
ענטפערט דארט דער גלח אזוי:
כי היהודי הוא בעל גאוה ומבקש תמיד ההשתרר ולא יחשבו שהם גולים ועבדים דחופים מגוי אל גוי, אבל להפך שיבקשו להראות עצמם אדונים ושרים לכן העם מקנא בהם, והנך רואה שהיהודים היו מתחלה כעבדים וגולים לובשי בלוי הסחבות, ולא הראו שום התנשאות, …ולא היה אז שום עלילה עליהם,… ועתה היהודי משתרר ואם יש לו מתאים זהובים מיד לובש בגדי משי ולבניו רקמה, מה שלא יעשו השרים אשר להם הכנסת אלף כפולות לשנה.
טעם שני לשנאתם כי היהודים כשבאו למלכות אדונינו היו עניים והנוצרים עשירים ועתה הוא להפך, לפי שהיהודי הוא פקח ובעל תחבולות לרב תועלתו ועוד שעל דבר הרבית נתעשרו מאד.
ברענגט ער דארט אז בשעת'ן שמועסן מיט'ן קעניג זענען געקומען עדות פון אן עלילת דם, האט דער גלח האט מייעץ געווען פאר'ן קעניג זאל ארויס געבען א באפעל אז אלע חובות פון רבית וואס די גוים זענען שולדיג פאר אידן זאלן אפגעווישט ווערן, און דער אידן זאלן נישט קענען דאס מער איינקעסירען, און נאך א באפעל, אז קיין שום איד טאר נישט אנטוהן קיין טייערע קליידער. תיכף ומיד האבן זיך דער גוים מודה געווען אז דאס איז בלויז אן עלילה וויאזוי פטור צו ווערן פון אלע פראבלעמען וואס קומען דורך די אידן. וואס נעמען זיי צו אלע זייערע פארמעגן, און אויך שטעכן זיי אויס דער אויגן פון דער גוים מיט זייער קליידונג, ע״כ מספר שבט יהודה.

יעצט צו אונזערע מציאות׳דיגע לעבען אין דער ״מלכות של חסד״ אמעריקע.
ווען אידן זענען געקומען נאך׳ן קריג אפגעריסן און אפגעשליסען, הויט און ביין, צוזעצט און צוביילט פון דער רוצח׳ישע נאצישע נעגעל, קוים ביים לעבען, אודאי האט דער גוי רחמנות געהאט און געשוינט אויף אונזערע נעבעכדיגע זיידעס און באבעס, און געגעבן פרייע בירגע רעכטן פאר אלע אימגראנטען וואס האבן זיך לעגאל און אימלעגאל זיך אריינגעכאפט קיין אמעריקא.
היינט צוטאגס אבער, ווען עס זענען דא צווישן אידן ב״ה גרויס עשירים דא אין אמעריקע, און א גרויס חלק פירען גרויסע ביזנעסער, מיט צענדליגע צו הונדערטע גוי׳אישע ארבייטערס [לייען שקלאפען], בויען זיך הייזער פאלאטצען, פארן ארום מיט די נייעסטע קארן פון די לעצטע מאדעלן און אלע סארט באקוועמליכקייט, די נשים [א.ג. צדקניות] שפאצירן זיך אויף די מאנהענטן גאסן אנגעטוהן מיט די טייערסטע סארט צורינגען, דער ליסטע איז גאר א לאנגע און ענדלאזע, קען מען נישט פרעגן, וואס איז דא געשהן מיט׳ן גוי? פארוואס וויל ער צושפארן אזא שחיטה ווי רובאשקין? פארוואס באגייעט מען זיך צו אים מיט א קרומע משפט? פארוואס ווערט אפגעווארפען אלע אפילס קעגן אזא רשעות׳דיגע און איינזייטיגיגע פסק? וואס שליידערט מען אריין אין תפיסות אידן פאר אזויפיל יארן פאר נישטיגע עוולות? פארוואס די מידיא דעקט די אידן אין א נעגעטיווע ליכט? פארוואס איז מען גוזר גזירות אויף מציצה בפה? און נאך און נאך ענדליכע קשיות, כל זמן דער איד איז געווען א רחמנות האט מען אים געשוינט, איינמאל דער אידל איז אויס רחמנות, דאס רעדל האט זיך איבערגעדרייעט, זיי זענען רייך פירן זיך אויף ווי פריצים, הייבט זיך אויף דעם קאפ זיינעם איבער יעדעם, ברויך מען אים אינטערשניידן ווי אימער מעגליך, ר״ל.

דאס עשירות פונעם איד קענען זיי נישט דערהייבן, נישט זיי, און נישט קיין שום גוי, מען קען דאס כסדר ארויסהערן פון צווישן די שורות ווי גוים דריקן זיך אויס ״ריטש דזשוס״, וכדומה. [בדרך אגב, דער שרייבר פון די שורות איז אמאל געווען אין פאלם ספרינגס צוזאמען מיט נאך א איד, שטייענדיג אין גאס לעבען א טייערע צורינג געשעפט, גייעט אונז אדורוך אן עלטערע גוי, פון די 70גער יארן, און רופט זיך אן צו אונז; איך האב יעצט געזאגט פאר מיין חבר אז איך שטעל זיך פאר, אז פאר דאזיגע צוויי אידלעך באלאנגען נאך פיר אזעלכע געשעפטען פון דאהי… ער זאגט דאס הויעך און אנדערע שטיל].
אידן אין אלע דורות פון אמאל, האבן געוואוינט באשיידן און באהאלטען, צי אין געטא, צי אינדרויסן פון געטא, מען האט זיך נישט געפירט אויף׳ן גאס ווי מעשה בעה״ב, און טאקע אין דאזיגע מדינות ווי מען האט זיך געפירט באשיידן און איינגעהאלטן זענען די שנאת ישראל געווען פארהאלטענמעסיג, נאר אידיוועלע פאלן, ווידער פארקערט, אין דאזיגע מדינות וואס אידן האבן זיך געהויבן די קעפ, ווי למשל אין שפאניע, געזעסן אויף הויעכע און רייכע פאזיציעס, דארט איז מען אויסגעשטאנן צו אסאך ביטערע און שווערע גזירות.

דאס ״אמאליגע״ צוריקגעצויגענקייט קען מען נאך אלץ באמערקען אין די אייראפישע אידישע קהילות, טאקע נישט ווי אמאל אבער דאך מעין פון דעם, ווי מען שפירט אביסל דאס ארגינעלע גלות פון די א.ג. אנטיסעמיטוזים, דארטן פריווען דער אידן צו לעבען מער באשיידן און נישט אויפרייצן דעם גוי כסדר, דאס איז נוגע כלפי הונדערטע משלים, צו אויסרעכנען בלויז געציילטע דערפון, וואס אין אמעריקא איז דאס אזוי נארמאל אז איינער וועט נאר קלערן און טראכטן דערקעגן איז ער שוין א קריאזער מענטש, ווידער אין די אייראפישע שטעט זענען דאזיגע זאכן בכלל נישט עולה על הדעת דאס צו מאכן.

קלעבן צעטליך אויף אלע ביימער און עלעקטרישע שטאנגען, אויפהענגן לעמפלעך פון איין שטאנג צום אנדערען, אפשפארן גאסן מיט בעריקעטס אויף שבתות און ימים טובים, אויסלייגען אויף די גאס טישן און בענק, ארומפארן מיט קארס מיט מייקס אויסרופען יעדע סארט עדווערטייזמענט, פייפען יעדען ערש״ק מיט סייראנס, ארומפארן מיט הצלה ווענס מיט ״אידישע״ אותיות, שומרים חברים מיט די געזעצליכע לייטס און סיירונס און וואקי טאקיס, מאכן סוכות אויף׳ן גאדער און שטערן דעם אדורכגאנג פאר׳ן גוי, [מען רעדט דא נישט פון דאס אוממענטשליכקייט צום אייגענעם איד, פרויען וועלכע דארף׳ן זיך מוטשענען מיט קערידזשעס וכו׳], דאזיגע זאכן ווערט קיינמאל נישט געמאכט אין די היינטיגע אייראפישע קהילות, וואס מען וואוינט צווישן גוים, מיט׳ן כסדר׳דיגע געדאנקען גאנג איך בין א ״גלות איד״ און איך טו נישט בעלי בית׳ווען אויף׳ן גוי׳אישע גאס וועלכע באלאנגט פאר׳ן גוי און נישט פאר אונז גלות איד׳ן, משא״כ אין אמעריקע וואי מען איז געקומען נאך׳ן קריג מיט בירגער רעכטען מיינט מען אז דער גאס באלאנגט שוין פאר׳ן איד און מען האט א פרייע האנט צו טוהן מיט׳ן גאס מה שלבו חפץ…
דאס אלעס געזאגט געווארן סיי צו די עשירים און סיי צום מיטל קלאס אין אראפ וואס האבן באמת נישט דאס וואס די איינדרוק פון זייערע קליידער אדער קארן מאכן, און דער גוי דערקענט אפילו כמעט נישט דעם חילוק צווישן דעם עושר און ארימאן.

אבער יעצט א ווארט צום עכטן עושר פריוואט, איר האט א פאר טאלער און איר ווילט שפילן א ראלע פון א עושר, טוט דאס נאר אין ביהמ״ד צווישן היימישע אידן, פעלט זאכן, קויפט מפטיר יונה, אתה הראת שמח״ת, קויפט דער טייערסטע אתרוג, קומט אריין מיט א פעלענעם טלית בייטעל… אבער נישט ביים גוי׳ס אויגן, נישט אויף׳ן גאס!
נאך א נקודה איז איבער די אידישע פאלעטישענס וועלכע זיכן צו קריכן ביי די הויכע פענסטערס, מען דארף געדענקען אז אמאל אין דייטשלאנד האט זיך די אנטעסמיטזם אנגעהויבן ווען אידן האבן געזיכט זיך צו הייבן דורך זיך בילדען און א אינערווערסיטעט פאר א צירקע פון יארן, זיך פארהערן און באקומען דיפלאמעס, און עררייכען דורך דעם א הויעכע פאסטען… היינט דארף מען בלויז זיין א פאלעטישען… זיך פאטאגרעפירן אינאיינעם מיט אנדערע פאלעטישענס, פובלעצירן אין אלע צייטונגען, און אזוי ארום באקומט מען לייכטערהייט אויף אידיש א טיטול ״עסקן״, און ביי די גוים ״ראביי״, צי עפעס אנדערשט, גיי ווייס.

אבער איין מינוט, וואס ברענגט דאס און צו וואס פירט דאס, וואס ״טראכטען״ דאזיגע גוים אדער אנדערע גוים, לאמיר זיך איין מינוט אריינלייגן אין זייערע מחשבה; וואס פארא עהרע און חשיבות האט דא דער אידישע אימיגראנט וואס שטאמט פון אנטלאפענע פונעם אייראפעישע גיהנם, פארוואס שטייט ער דא אייניג צוזאמען מיט מיך? וואס קריכט ער מיר דא נאך ביי מיינע פאליטישע פראנטען? [בעסער צו פארשטיין געבן איבער אימיגראנטען אינעם פאליטישען ראמען, זאל מען זיך דערמאנען די שטימונג ביי אלע רעכטע פארטייען ווען דער שווארצע פרעזידענט האט געווינען, וואס מען האט דאן ארויסגעברענגעט, ער איז אפילו נישט קיין אמעריקאנע געבוירנע…].

אידן פון אלע דורות האבן אייביג געוויסט מתפלל זיין לשלומה של מלכות, אבער מען איז געשטאנען ווייט פון זיך אריינמישן אין צוויי פאליטישע צדדים, ווייל מען האט באצאלט פאר דעם א טייערען פרייז ווען דער צד שכנגד האט באקומען דער אויבערהאנט. ווען אימער עס זענן געווען רעלווצענערישע גרופעס האבן אידן געוויסט אז מען טאר נישט מיטשטיין, כאטש זיי האבן געהאט בשעתם דער אויבערהאנט, ווייל דאס האט זיך זייער ביטער געענדיגט…

בנוגע דאס צווייטע זאך פונעם אויבענדערמאנט גלח, איבער רבית וואס אידן נעמען פון גוים, הגם היינט צוטאגס איז דאס גופא טאקע נישט דער חיונה פון אידן, דאך קומט דאזיגע מציאות׳ן שטארק ארויס אויף׳ן אויבערפלאך, דאס האט שוין הרב ר׳ יונה כהן שליט״א זייער גוט ארויסגעברענגעט ביי זיינע טיפעניזע שמועסן אויף קול מבשר, מען קען אפטמאל הערן פון אידישע פאלעטישענס וועלכע געהערן צום א.ג. רעכטע פארטייען, איבער פארקלויזשערס וואס די בענק מאכן מיט די וועלכע האבן נישט צום באצאלן זייער מארטגעשעס, מיט שארפע רעטאריק קעגן די לינקע פארטייען וואס באציען זיך מער מיט רחמנות אקעגן דעם ארעמע, מען רעדט פיליזאפישע קאנסעוואטיווע געדאנקען צום פאבליק פאר דער מידיא וכדומה, מיט׳ן גאנצע שארפקייט מעו איז מסכים און מען שטיצט ראש לימבאו וסייעתו, אז ניין, מען דארף גיין מיט׳ן עומק הדין נישט שוינן קיינעם, דער ארימאן וועלכע האט נישט צו באצאלן דעם באנק, טאף לאק, אהער מיט׳ן הויז און בלייב אן א דאך איבערן קאפ. ווען גוים הערן דאס יוצא מפורש פון א איד, טוט דאס זיי אויפברענגען זייער אלטע שנאה כבושה, אויף׳ן איד, זעה נאר וואספארא הארטץ׳לאזע מענטש ער איז, ער שוינט נישט דעם ארומאן, זיכט נאר וויאזוי רייך צו ווערן אויף׳ן חשבון פונעם נעבעכדיגע אפגעריסענע ארבייטער (ער האלט דאך אז די אידן זעלבסט אוינען די בענק... ומאדעף יוכיח).
אויך איז דאס שטארק נוגע כלפי גוי׳אישע ארבייטערס וואס איז גאר שטארק ארויף געשווימען ביי די רובאשקין קעיס, בעיקר מיט דעם קלאגע פון ״טשיילד לעיבעיר״, צי דאס איז אמת אדער נישט אינטערסירט נישט קיינעם, נישט סתם המון און אוודאי נישט די צייטונגען דאס אמת גייט קיינעם נישט אן, איין זאך אבער קענען זיי טרימפאטירן, קוקטס וויאזוי אידן באהאנדלען קליינע אומשילדיגע קינדער מיט צוואנגס ארבעט ממש ווי א לאגער, הארטצלאזיגע מענטשען אן קיין טראפ רחמנות…

אגב מען קען טאקע קיינמאל נישט וויסן ווי א גוי אן ארבייטער קען אלץ אנקומען, דער ירושלמי (תרומות פרק ח׳ ה״ד) ברענגט א מעשה פון א קליינער גוי וואס האט געהייסן דיקלוט מגדל חזירים, און די קינדער פלעגן אים טשעפענן, ווען ער איז גרויס געווארן איז ער גאר געווארן דער קייסער, האט ער זיך שפעטער נוקם געווען אין די חכמים, נאר בדרך נס זענען זיי געראטעוועט געווארן. והלא הדברים ק״ו אז דעמאלס ווען מלכות איז נאר געגאנגן בירושה אין די משפחות, נישט קיין ערוועלטע מענטש האט פון אזא נידריגע פאסטען געקענט דערגרייכן ביז צו א קעניג, אוודאי און אוודאי היינט צוטאגס וואס עס גייט מיט שטימערס און פאוילס, זענען ווי פארשטענדליך די טשאנסן פיל מער אז סיי וועלכע שווארצע גוי זאל אנקומען ביז אהין, און אידן ברויכן זיך באציען מיט רעספעקט צו דעם נידריגסטען ארבעטער, אפגערעדט אז מ'טאר נישט אפן טשעפענען מיט פאלאטישאנ'ס וועלכע האבן טויזנטער גוטע פריינד, און ארויס קומען מיט כרוזים, איך וואוט נישט פאר דיר צוליב די און די סיבה, רחמנא לצלן וואס פארא שנאת ישראל דאס ברענגט.

און יעצט מכאן הקריאה יוצא צו אלע א.ג. אידישע גוט מאכערס, וועלכע נעמען זיך כסדר אן פאר דאס געפלאגטע אידישע פאלק, און גייען זיי מכלומר׳שט העלפן:
הערט אויף ״איבערצייגן״ די מידיא מיט הויעכע באאמטער, ווי אזוי דער קארט און די דזשאריס און דאס גאנצע יוסטיץ אין אמעריקע זענען קארופטירט, און ווי ״פאלש״ זיי האבן זיך באצויגן צו שלו׳ רובאשקין אלץ מכח זייערע גרעניצלאזע רשעות און שנאת ישראל.
וואס הגם אלעס איז אמת, אבער דאזיגע ״איבערצייגענישען״ פירט בלויז אויף א פארקערטע ריכטונג, דאס רייצט נאך מער אויף זייערע געמיטער, זיי שימפען און שעלטען [נישט אין דער עפענטליכקייט, פארשטייט זיך], מיט וואספארא חוצפה די אידישע אימיגראנטען באציען זיך צום אמעריקאנע יושר׳דיגע יוסטיץ, האחד בא לגור וישפוט שפוט, קוים א גרינע אהער געקומען פון אייראפע, זיך געלאזט וואויל גיין אויף אונזער חשבון, נעמען שטאטישטע געלטער און פראגראמען אויף ווי עס לאזט זיך, ווייסן פינקטליך וויאזוי ארויסצונעמן דאס מאקסימום פון דער שטאטישע געלטער, צי כשר צי נישט כשר וד״ל, און דאזיגע אידל גייט אונז קומען צייגן און איבערווייזען וואס מיינט יושר, וויאזוי אונז דארפ׳ן משפט׳ן קרימינאלע באשולדיגטע.???
הערטס אויף מיט נארישע צערעמאניעס, און פראוועקאציעס, צינדן מנורה׳ס אין ווייט הייז, און עיר פארטס, [און דערנאך ליאמארען און וויינען מיט קראקעדייל טרערען אויף די יונגענטליכע ״אנטיסעמיטען״ וועלכע ברעכן אראפ מנורות פון די עפענטליכע פלעצער].
הערט אויף אריינגעבען קלאגעס קעגן רעגירונגס באאמטער וועלכע רעכענען זיך נישט מיט דער אידישע רעליגע, ווי למשל ווען א פאליציי הייסט איינעם אריינקומען אין פאליס סטעשען בעצם השבת, מאכט נישט קיין פראוועקאציעס אויף דעם, אדער אויף פלי באאמטער וועלכע לאזן זיך נישט גרופירן אין פליגערס צו דאווענען בציבור, אפילו עס גרעניצט זיך מיט׳ן אמעריקאנע קאנסעטוציעס פון ״פריעדעם אוו רעליגען״. אדער קלאגעס ביים מיליטער, היתכן איינער דארט זאל האבן געטשעפט מיט א איד וועלכע טראגט א באד. חוצפה נוראה א גוי זאל טשעפענען א איד! היו לא תהיה אזאנס אין אמעריקע! הערט אויף מיט דאזיגע קלאגעס וועלכע ברענגט אויף אונז אלע אן אומגליק, ה״י.
הערטס אויף מיט פאבלעצירן און ווייזן קליפס, ווי NYPD פירן זיך אויף ממש ווי די נאציס און שלאגן א אידישע בחור על לא עוול בכפו.
נעמט אן דער גזירה מן השמים פון גלות, חבי כמעט רגע עד יעבור זעם, שרייעט נישט ליארעמט נישט, טוט איין זאך שמיר און שמיר און נאכאמאל שמיר.. פאר די פאליציי צו מידיא פאליטישען צו סיי וועם, נאר לא יחרץ׳ן, חלילה נישט מיט׳ן באשילדיגן.

און אפילו וואס איז נוגע כלפי מציצה בפה, איז א לעכעליכע טענה צו זאגן; היתכן דער קריסט מעג יא טרינקען וויין פון איין בעכער און אידן טאר׳ן נישט, מיט וואספארא רעכטן קענען די העלט דעפארטמענט גיין אקעגן קאנסעטוציעס ״פריעדעם אוו רעליגען״ ״פריעדעם אוו ספיטש״, וכו׳ וכו׳ דאזיגע טענות זענען זינדלאס און נאריש ווייל ווי פריער דערמאנט איז דאס דער תירוץ, און נישט קיין קשיא, עס זענען דא אנדערע אופנים פון השתדלנות פון אלע דורות פון אמאל, און מען ברויך נישט זיכן קרומע און פאלטשע דרכים וואס לויערס וועלכע ווילן דא פארדינען א פאר [אלפים ורבבות] גרינע טאלער שטעלן אראפ אז דאזיגע מהלך גייט זיין דאס מלאך המושיע, עס זענען דא אנדערע וועגן פון דאס באקעמפען, תורה׳דיגע וועגען, אבער נישט גיין מיט כוח, מיט׳ן א.ג. אמעריקאנע יושר׳דיגע קאנסעטוציעס, און גיין קלאגן אין געריכט דעם מעיאר, וואס אויסער דעם וואס די לויערס גייען דא מאכן עפרות זהב, וואס וועט ווערן ארויסגעצויגן פון אחינו בני ישראל שווער געהארוועטע דאלארן, צו מכלומר׳שט ראטעווען דאס גזירת השמד, איז דאך גאנץ פשוט פאר יעדע רעכטדענקדיגע בר דעת וויפיל קען מען שוין ערווארטען פונעם ״יושר׳דיגע״ אמעריקאנע יוסטיץ, און וויפיל שאנסן זענען דא אז פארנאטישע אלט מאדישע אידן זאלן ארויסגיין זיגעריש אקעגן דעם רייכן מעיאר, מען דארף זיין א בלינדער נאר צו מיינען אז אונז האבן דא עפעס א גרויסע שאנס, און דאס איז אויך די מיינונג פון גרויסע לויערס אז א געריכטליכע אנקלאגע קען גאר מער קאליע מאכן, ובפרט יעצט נאך די רובאשקין קעיס.
מענטשן פרעגן, איז וואס איז יא דער עצה ביי מציצה בפה? כאטש מיר רעדן דא בעיקר פון וואס מען וואלט געדארפט טון עס זאל נישט צוקומען דערצו, ווי אויך אז יוסטיץ איז נישט דער מהלך לויט ווי די עקספיריענס ביז אהער האט געוויזן, אן מיר ברויכן נישט דוקא אנווייזען אויף א לעזונג פונדעסטוועגן וועלן מיר זיך צי דעם אויך באציען פון אונזער פערספעקטיוו.
ווען מען רעדט געזונהייט איינגעלעגקייטן, דארף מען צוגיין דערצו מעדעציניש דאקטוריש, און נישט געזעצליך, נישט לויערס, און אפילו נישט להבדיל רבנים וועלן דא עפעס העלפן, מען וויל עפעס אז דער מעיאר זאל זיך שרעקן פון חתימות פון רבנים אויף עפעס א קול קורא? עס איז דאך פשוט זינדלאז!

אויב איז דא אפאר איבריגע טאלער זאל מען דאס אינוועסטירן אין א מעדעצינישע סטאדי, קיין שום מעדעצינישע זאך קען מען נישט ערצייגן אן קיין סטאדי נישט לכאן און נישט לכאן, א סטאדי דארף ווערן דיזיינד און אויסגעפירט דורך פראפעסיאנאלע און קראנטע אנגענומענע דאקטורים, און אויך דארף דער סטאדי ווערן געדורקט אין א פרעסטיסשפולע דזושארנאל אזוי קען דאס באקומען אן חשיבות און א אויבערהאנט אין די מעדעצינישע סייענטיסטישע וועלט.
דהיינו מען זאל אויפנעמען א שטאב פון 5 גרויסע דאקטורים אין דעם נושא, דאס בעסטע וואלט געווען נישט אידן, וואס זיי זאלן פאברעצירן א סטאדי, און א אנאליז און א רעפארט, איין דוגמא וואס קען ווערן ארויסגעברענגעט, וואס דאקטער ווירצבערגער פון קרית יואל האט געזאגט ביי א דרשה אין ראדני סטריט ביהמ״ד ביים פארגאנגענעם שערורי׳ פון מציצה בפה, אז ער האט אמאל געפרעגט ביי א גרויסע דאקטער, וויפיל פראצענט אינפעקשענס געשעהט ביי פאציענטען וועלכע גייען אדורוך אפעראציעס? האט ער אים געזאגט א האלבע פראצענט. דאס הייסט אז איינס פון יעדער 200 מענטשען ווערן אנגעשטעקט, דאס איז שוין מיט אלע סטערעלייזד כלים און מאסקעס, הענטשעך וכו׳ וכו׳. יעצט פירט דאקטער ווירצבערגער אויס, ביי מילה, זענען די אינפעקשענס נאך פיל וויניגער ווי איינס פון 1000, עס מאכט זיך אמאל אבער זייער זעלטען… זעהט מען דאך קלאר אז דער אנגענומענע וועג פון מילה איז פיל מער באשיצט, ווי דער מעדעצינישע וועג פון אפעראציעס …
די דאזיגע פאקטען און נאך ענליכע עפיזאדן דארפען ווערן ארויסגעברענגט אויף׳ן מעדעצינישע ליטראטור, דורוך מדעצינישע עקספערטען, און נישט בלויז ביי א דרשה אויף אידיש אין ראדני סטריט ביהמ״ד, און נישט אז לעגעאל עקספערטן זאלן קומען און ״איבערצייגן״ דער מעיאר אז מציצה בפה איז יא געזונט, א מעדעצינישע נושא באלאנגט פאר דאקטורים, און נישט לויערס, און אויך נישט רבנים. אוודאי זענען רבנים די וועג ווייזערס פאר אונז אידן וואס מען ברויך צו טוהן אויף דעם גזירה, אבער כלפי דעם גוי, און פאבליק רילעשאן און כלפי דער רעגירונג מוז דאס קומען פון א מעדעצינישע שטאנדפונקט, און נישט דורוך לעגאלע וועגן, וואס קיין שום לעגאלע טענה וועט נישט איבערוועגן די פאבליק און פראפעשענעל אפיניאן, נישט קיין חילוק ווי שטארק די קעיס איז, מען קען נאך מאריך זיין איבער דעם.

א חוץ פון דעים אפילו מען זאל בעזר השם געוואונען דעם קארט קעיס, קענען די שונאי הדת ארויסגעבן א געזעץ אז מען טאר נישט אנכאפן אן אפענע וואונד נאר מיט הענטשוך און אזא געזעץ קען מען נישט פייטען ווייל עס איז נישט געמאכט דירעקט אנטקעגן רעליגיע וד"ל.
לויט ווי היסטאריקער דערציילען טאקע האט אמאל אין דייטשלאנד געדרויעט א גזירה אויך מציצה בפה און דאן האט א גרויסע אידישע דאקטאר זיך שטארק אריינגעלייגט אין דעם ענין און האט געמאכט א סטאדי און האט איבערצייגט שווארץ אויף ווייס אז מציצה בפה שאדט נישט, דאס און בלויז דאס איז דער מהלך, אז מען זאל ארבעטען אז מען זאל באקומען די הסכמה פון די גרעסטע דאקטוירישע עקספערטען אויף א טייערע און גוט פאבליצירטע סטאדי וואס זאל ווייזען שווארץ אויף ווייס אז עס שאדט נישט, און עס פובליצירן און א רעספעטפולע מעדעצינישע דשורנאל (מען קען צו דעם אויך ניצן לא יחרץ געלט...).


עד כאן דברי הרב, מכאן ואילך איז נישטא וואס מוסיף צו זיין נאר דאס איינע אז יעדעס ווארט איז נעבאך 100 פראצענט אמת, מיר פארגעסן אז מיר זענען גלות אידן, און אט די ארטיקל קען באלייכטן די אויגן פאר אסאך אידן וועלכע זענען צובראכן אין די יעצטיגע טעג.

קאא
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 8:21 am

תגובהדורך קאא » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 4:31 pm

אזוי גיט ארויס געברענגט ממש מען קען נישט אפווענדן קיין איין ווארט!!!

יעצט זע איך אז דער גיטער פעדער איז א משפחה זאך...

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 5:46 pm

זייער ריכטיגע דיבורים
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 8:06 pm

אוי הייליגע שאץ
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 8:13 pm

איין קלייניגקייט נאר; ביי מציצה בפה איז דער מעיאר אויך א איד...

אויסער דעם איז דער ארטיקל א גוט שטיקל אמת.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 8:39 pm

בכלליות א גוטער ארטיקל, אבער מיט גאר אסאך אומפונקטליכקייטן, און ווי אויך אויף די טענות און מסקנות קען מען זיך גאר אסאך מפלפל זיין. נאר ווי פאנגט מען אן. אז דער ארטיקל איז אזוי גרויס און לאנג, מען קען עס ווען צוטיילן אין 5 און יעדע שטיקל דערפון עקסטער דעבאטירן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 9:26 pm

מי חכם האט געשריבן:בכלליות א גוטער ארטיקל, אבער מיט גאר אסאך אומפונקטליכקייטן, און ווי אויך אויף די טענות און מסקנות קען מען זיך גאר אסאך מפלפל זיין. נאר ווי פאנגט מען אן. אז דער ארטיקל איז אזוי גרויס און לאנג, מען קען עס ווען צוטיילן אין 5 און יעדע שטיקל דערפון עקסטער דעבאטירן.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 10:46 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:אויב איז דא אפאר איבריגע טאלער זאל מען דאס אינוועסטירן אין א מעדעצינישע סטאדי, קיין שום מעדעצינישע זאך קען מען נישט ערצייגן אן קיין סטאדי נישט לכאן און נישט לכאן, א סטאדי דארף ווערן דיזיינד און אויסגעפירט דורך פראפעסיאנאלע און קראנטע אנגענומענע דאקטורים, און אויך דארף דער סטאדי ווערן געדורקט אין א פרעסטיסשפולע דזושארנאל אזוי קען דאס באקומען אן חשיבות און א אויבערהאנט אין די מעדעצינישע סייענטיסטישע וועלט.


דאס איז געווען די ערשטע געדאנק, אבער מ'האט דאס אפגעווארפן תיכף ווייל צו דעם האבן זיי מער געלט, און די מלחמה וועט זיין ענדלאז, מיימינים ומשמאילים, אן קיין סוף. (דוכט זיך אז כ'האב עס געזען אין די שמועס פון סקווירא רבי'ן מיט ח,ד צוויבל פאר עטליכע יאר צוריק)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 11:17 pm

לוי יצחק האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:אויב איז דא אפאר איבריגע טאלער זאל מען דאס אינוועסטירן אין א מעדעצינישע סטאדי, קיין שום מעדעצינישע זאך קען מען נישט ערצייגן אן קיין סטאדי נישט לכאן און נישט לכאן, א סטאדי דארף ווערן דיזיינד און אויסגעפירט דורך פראפעסיאנאלע און קראנטע אנגענומענע דאקטורים, און אויך דארף דער סטאדי ווערן געדורקט אין א פרעסטיסשפולע דזושארנאל אזוי קען דאס באקומען אן חשיבות און א אויבערהאנט אין די מעדעצינישע סייענטיסטישע וועלט.


דאס איז געווען די ערשטע געדאנק, אבער מ'האט דאס אפגעווארפן תיכף ווייל צו דעם האבן זיי מער געלט, און די מלחמה וועט זיין ענדלאז, מיימינים ומשמאילים, אן קיין סוף. (דוכט זיך אז כ'האב עס געזען אין די שמועס פון סקווירא רבי'ן מיט ח,ד צוויבל פאר עטליכע יאר צוריק)

אויב ברעכט מען דורך אז די רעגירונג קען אסור'ן אלס, נאר וואס מען קען מיט א סטאדי אויפווייזען, דאן איז נעקסט, מצות, מקווה, אא"וו יעדע זאך וואס וועט זיי נישט שמעקן וועלן זיי שרייען גייטס מאכטס א סטאדי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » פרייטאג דעצמבער 14, 2012 10:13 am

במחילת כבודו, עס איז קענטיג אז דער שרייבע פון די שורות האט נישט די מינימאלע ידיעה איבער די פאלאטישע און יוסטיץ סיסטעם אין אמעריקא, ער מישט אויס די רובאקשין פרשה וואס קומט פון די קאנסערוואטיווע זייט מיט די מציצה בפה וואס קומט פון די ליבעראלן.

ער זאגט פארשידענע ריכטיגע זאכן, אידן דארפן נישט אויפרייסן דעם גוי'ס אויגן, למה תתראו, אמת. אבער די באגלייטן'ס וכו' איז היבש פאראנויע. איך וואוינן אויף א גאס ווי די ערלים מאכן כסדר פאראדעס מיט מוזיק, די פאליציי שטעלט אפ דעם טרעפיק וכו'. אין מאנהעטן איז כסדר דא פאראדעס אין דעמאנסטראציעס פון אלע סארטן, נישט דא ליגט די זאך.

צו זאגן אז דער שופט אין אייאווע, אדער די אפעלאט שופטים אין מיזורי זענען באאיינפלוסט פון די אידישע אותיות אויף די הצלה טראקס איז אבסורד.

עס איז שווער צו זאגן אז די באאמטע האבן זיך צוזאמגעזעצט און באשלאסן צו רודפ'ן די אידן.
אוודאי ווען א איד איז אין פעקל איז אנטי-סעמיזם א טייל פונעם פאקטאר וויאזוי ער ווערט באהאנדעלט, ווילאנג ער וועט זיצן, אבער אין אלגעמיין קען מען נישט זאגן אז אידן זענען א 'טארגעט'. ברוך ה'.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » פרייטאג דעצמבער 14, 2012 10:29 am

זייער שטארק געשריבן, און ווי שוין ערווענט, קען מען מחלק זיין אויף קלייניגקייטן דא און דארט, אבער בדרך כלל איז עס גערעכט, און עפעס וואס איך טראכט שוין א לאנגע צייט.

אייגענטליך איז עס אן אריכות פון מיין תגובה וועלכע איך האב דא געשריבן.

ביי די פאליטישאנ'ס חלק איז די מעשה אז נאך אלעם חלש'ן זיי פאר אונזערע וואוט'ס און דארפן אנקומען דערצו ווי א הונגעריגער צו א שטיקל ברויט, ממילא דארטן שטערט זיי נישט אז מען איז גוט מיט זיי, ודו"ק.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » פרייטאג דעצמבער 14, 2012 10:55 am

ווער עס פארשטייט וויאזוי סייענטיפישע סטאדיס וואס ווערן פובליצירט אין פרעסטיזשפולע מעדעצינישע זשורנאלן גייען צו, וועט פארשטיין פארוואס מ'קען נישט ארדערן א סטאדי מיט א באשטימטע תוצאה נאכדערצו ווען מען גייט אנטקעגן די סייענטיפישע קאנצענזוס. נישט אומזיסט האט דר. דניאל בערמאן נישט אריינגעשיקט זיין ארטיקל צו "פידיאטריקס", ווי דער אריגינעלער אנטי מציצה בפה ארטיקל איז ערשינען.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג דעצמבער 14, 2012 11:12 am

משמש, איך וואלט דיך געראטן אז דו זאלסט גוט איבערליינען שאצי'ס ווערטער... האטער דען געזאגט אז די גוים האבן זיך אפגעשמיעסט? אז די דזשאדזש אין אייאווע זענען בא'איינפלוסט פון די יודישע הצלה? וואס מישטו הודו מיט לאקשן?

ער האט געזאגט אז ס'דא א באקאנטע עשו שונא ליעקב, יעדע גוי האט אונז פיינט! און יעדע גוי אין אמעריקא טרייטעס צו באהאלטן ביז א געוויסע פוינט! איינעם רעגט אויף איין זאך, א צווייטן א צווייטע זאך... צו דעם גוי האט אויפגערעגט א פריוואטע מעשה אדער פשוט די פאקט אז ר' שלום מרדכי פיהרט אזא גרויסע ביזנעס און טויזענטער 'גוים' זענען זיינע ארבייטער, ווייסעך נישט, אבער עפעס האט פאסירט אז איר "באהאלטענע" שנאה איז ארויפגעשווימען צום אויבערפלאך...

און צו דיר הרב שאץ, דיין פוינט איז געוואלדיג! הערליך ארויסגעברענגט דעם פראבלעם... צו דער סעלושן איז גוט בינעך נישט אזוי זיכער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כבושה בגולה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 28, 2012 1:20 pm

תגובהדורך כבושה בגולה » זונטאג דעצמבער 16, 2012 12:28 am

איך בין נישט אזוי איינשטימיג מיט אלע רעיונות אבער דאס איז איינמאל זעכער אז מיר ברויכן געדענקען מיר זענען אין גלות. טאמער נישט וועט דער גוי אונז דערמאנען.
כאטש כאטש כאטש כבושה בגולה,
דאך דאך דאך לומדת יראתך.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג דעצמבער 16, 2012 5:03 am

ארויסגעברענגט זייער קלאר מיט גיטע פוינטס,

שכח
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

miserzuger
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2012 2:11 pm

שנאת ישראל

תגובהדורך miserzuger » דינסטאג דעצמבער 25, 2012 2:05 pm

מענטשען שטייען מען רייבט זיך די אויגן וואס אזאנס איז געשעהן דא אין דער גאלדענע אמעריקע, אזא מלכות של חסד וואס האט אויפגענומען מיט ביידע ארעמעס דאס אידישע פאלק נאך׳ן קריג מיט פרייע בירגע רעכטן צוגלייך
וואס איז דאס געשעהן אין די לעצטע פאר יאר
אידן ווערן אריינגעשליידעט אין טורמע פאר לאנגע צענדליגע יארן
דאס לעצטע קלאפ מיט מציצה בפה, מען ווייסט נישט צי איז מען טאקע אין רוסלאנד אינטער די קאמיניסטען, אדער גאר אין שפאניע אינטער די אינקוויזיציע
לאמיר אביסל צוריק מישן היסטאריע
שוין יארן וואס אלע א.ג. אידישע גוט מאכערס פרובירען זיך צו ספראווען מיט׳ן שרעקליכע פראבלעם וואס כלל ישראל ליידט פון אלע דורות אן וואס רופט זיך ״אנטיסעמיטיזעם״.
אויף דעם ארויף האבן שוין משכילים אויסגעארבייט גאנצע פלענער, וויאזוי צו אראפברענגן דאזיגע האס, זיי האבן געפריווט מיט אלע כוחות און אויף אלע פראנטען אראפצונעמן דעם צווישענשייד פונעם אידישען פאלק צום, להבדיל א״א הבדלות, גוי, זיך פאראייניגט מיט זיי אויף׳ן גרעסטע אופן וואס איז שייך, מיט׳ן אויסרייד אז דאס גייט זיין דער מלאך המושיע. איבריג צו זאגן וויפיל דאס האט געהאלפן, יעדער ווייסט דאך גאנץ גוט מיט וואס זייערע חלומות האבן זיך אויסגעלאזט, און וואס פארא סוף טאקע דער דייטשע אידענטהום אליין האט פון דעם געליטן, און דאס מערסטע נעבעך די אסימילירטע אידן, וואס ווי באקאנט האט היטלער ימש״ו זיך דאס מערסטע נוקם געווען אין די אידישע דאקטורים און וויסענשאפטליכע געלערנטע וועלכע זענען געווען מזרע ישראל. וואס האט זיך ארויס געשטעלט איז פון דער א. ג. רפואה איז גאר געווארן דער מחלה זעלבסט, ווייל דאס אליין האט גאר אויפגערייצט דעם טיגער היטלער, דערזעהנדיג זיך ארומגענומען מיט אידישיסטע געלערנטע איז אים געקומען דער בלוט אין קאפ. (היסטאריקער פארציילען אז דער רשע׳ס מאמע איז אמאל קראנק געווען, איז ער אלץ יונגעל געלאפן רופן א דאקטער וועלכע האט געשטאמט מזרע ישראל, [ווי רוב דייטשע דאקטורים], היות זייענדיג אן ארעם קינד האט ער פארשטייט זיך נישט געהאט צו באצאלן פאר׳ן דאקטער, האט דעפאר דער דאקטער זיך אפגעזאגט פון היילן זיין מאמע, דאן האט ער געשוואוירן נקמה צו נעמען, און ער האט טאקע ״ערליך״ איינגעהאלטן זיין שבועה. שר״י).
ווידער זענען געווען די ציוניסטישע גרופעס וועלכע האבן געארבייט פון איין זייט אויף א פארקערטע ריכטונג, געפריווט אנצוזייען האס אין אלע אייראפישע לענדערס, אזוי ענג מאכן דארט פאר אלע אידן, כדי אזוי ארום זיי צו באצווינגען צו מאכן אן ״עלי׳״ צו ישראל וואס דארט וועט שוין ענדליך זיין א סוף פון די אלע שנאת ישראל און אנטיסעמיטיזעם. [אגב, דעם דאזיגע ניגון הערט מען נאך אלץ, נאר דאסמאל פון ״היימישע״ צייטונגען און אידישע נייעסן, פון די פילע האקענקרייצן וואס ווערן כסדר אנגעפירקעלט אויף אלע אידישע בתי חיים פון אייראפע… ואכמ״ל, וועלכער ווערט פאבליצירט דורך די זעלבע וואס איגנארירן דעם אויסטערלישן שנאת ישראל אין מדינת ישראל...].
אויך האבן זיי אנגערייצט דעם בער היטלער ימ״ש מיט׳ן באקאנטע ביאקאט אויף דייטשע פראדוקטען, און דערנאך געטוהן אפגעהאלטען אלע סארטן הצלה פלענער פון צו ראטעווען אידן פונעם דייטשען גיהנם, כדי אזוי ארום צו זיין בארעכטיגט פאר א מדינה, ווי באקאנט דאס לאזונג זייערע ״רק בדם תהיה לנו הארץ״, עפ״ל.
דאך אבער פון די אנדערע זייט ווי פארשטייט זיך, האבן זיי געפרעדיגט דאס פארקערטע, אז נאר מיט אן אייגענע מדינה וועט זיך פארמינערן די שנאת ישראל, די אידן וועלן מער נישט זיין א נעבעכדיגע גע׳רודף׳טע פאלק ביי אלע פעלקער, מען וועט שוין זיין ארויפגעקוקט וכו׳…
איבריג צו זאגן ווי מען האלט היינט, און ווי אמת׳דיג שטעלט זיך היינט ארויס די אפענע אויגן פון רביה״ק מסאטמאר זי״ע, וואס האט בשעתו געזאגט: ״ווי עס וועט זיין א איד אין גאנץ כדור הארץ וואס וועט ליידן פון א גוי, וועט אלעס זיין צו פארדאנקען די ציונים ימ״ש און זייער מדינה״, בשעתו ווען מענטשען זענען געווען פארבלענדעד און שיכור אז ענדליך זעהן שוין די גוים איין אז עס קומט זיך עפעס פאר דער ארומע און געפלאגטע פאלק, עס קומט זיך זיי א לאנד, אידן נאך אזויפיל יארן גלות גייען שוין ענדליך ווערען אויס נרדפים וכו׳, האבן זיינע הייליגע ווערטע נישט געהאט קיין שום משמעות, אבער היינט זעהט מען שוין איין דער אמת, וויפיל שנאה און האס ווערט אנגעזייעט דורך זיי בכל קצוי תבל. איבריג יעדעס ווארט, וויפיל האבן אידן צרות בכל קצוי תבל אדאנק זיי, צי איז דאס א שיסעריי אין פראנקרייך, צי א שטעכעריי אין תימן, אלעס איז פאר די ציונים צו פארדאנקען. דער אייבישטער זאל שומר ומציל זיין יעדעס אידיש קינד. [מען רעדט שוין נישט איבער דער צרות וואס די גוים ליידן הענגען זיי אויך אן אין דער מדינה, ווי למשל סעפטעמבור 11, ואכמ״ל].
לאמיר טאקע פארשטיין
הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב, דאס גייט זיך נישט טוישן
דער גמרא …
שנאה, סיני
מען וועט קיינמאל נישט מצליח זיין צו טוישן די גזירה מן השמים… און
יעדער גוי מיט׳ן שענסטע סוט מיט׳ן ווייסן העמעד האט פיינט דעם מין מענטש וועלכע רופט זיך ״איד״
ער קען גאנץ גוט באשטיין מען זאל אים אריינשליידערן אין טורמע, צי מיט רעכט, צי אן רעכט, בעיקר זאל דאס אויסזעהן הפנים ווי מען מאכט אלעס געזעצליך און מען זיכט בלויז דער יושר און יוסטיץ, און מען מיינט גאר דעם טובה פונעם לאנד, פון דאס פעדערעל.
מען שוינט דאס געזונהייט פון אידישע קינדער, עס קימערט זיי דאס לעבען פון דאס קליינע 8 טאגעדיגע אומשילדיגע קינדער זאלן נישט אנגעשטעקט ווערן מיט געפערליכע באצילען, כאילו עס אינטערסירט זיי דאס לעבען פון א אידיש קינד, מער ווי א גוי׳איש קינד, [ווייל רוב קעסעס פון דער מחלה איז דאך געווען ביי גוים, און צו דעם האבן זיי גארנישט געטוהן קיין פעולות דאס צו פארמיידען].
צער בעל חיים גרופעס קעמפען פאר די רעכטען פון דאס אומשילדיגע בעל חי וואס ליידט נעבעך אזוי פיל פון דאס אידישע שחיטה, אן קיין רחמנות, וכו׳ וכו׳ משלים איז איבריג אייביג אינטער א אנדערע שלייער.
אבער ווער עס האט אביסל שכל אין קאפ פארשטייט גלייך אז זייערע אלע פראבלעמען וואס האבן צו טין מיט יודן, איז בלויז אן אנשטעל און א קאווער אפ פאר זייערע באהאלטענע שנאת ישראל, און כפי מצב הדעמעקראטיע קען מען דאס נישט ווייזן אין די עפענטליכקייט, נאר דאס פארשטעלן מיט כל מיני פארשטעלעכטצער.
די דאזיגע פאקטען דארף מען כסדר האלטן פאר די אויגן, און נישט זיך קריגן מיט דאזיגע מציאות און אנטלויפן דערפון, און נישט שרייען צום גוי היתכן די האסט מיך פיינט, פארוואס בין איך אנדערש פונעם קריסט אז ער מעג יא, און איך טאר נישט, דאס איז א לעכעליכע טענה, ווייל אונז אידן דארפן וויסן אז דאס איז די גזירת גלות, און פאר אונז איז דאס טאקע דער תירוץ זעלבסט, און בכלל נישט קיין קשיא, קושיא מעיקרא ליתא, יא, דער גוי מעג יא, און דער איד טאר נישט,
שתדלנות אין אלע דורות איז נישט געגאנגען אויף ״מענטשען רעכט״ סיוועל רייטס, שתדלנות איז אייביג געווען מיט לא יחרוץ געלט [שוחד], געשמירט דא און דארט, ווי רבי ר׳ יונתן אייבשיץ זצ״ל האט מסביר געווען פאר די גלחים אין ווין, אויף׳ן אנפראגע פארוואס דער אידן לויפן אייביג משחד זיין די שופטים, שרים פריצים, דאס ווייזט דאך אז זיי זענען קיינמאל נישט גערעכט. האט ער מיט זיין חכמה געענפערט: אז היות הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב, קען דער שופט נישט זיין נוטראל מיט זיין מיינונג אן זיין איינזייטיג, איז כדאי אים צו גראד שטעלן מוז מען אינטערשמירן דער רעדער מיט אפאר טאלער…
דאס איז וואס איז אנבעלאנגט צום השקפה וויאזוי צו טראכטען, און מיטלעבן דער כסדר׳דיגע מציאות. אז מען קען נישט טוישן דאס גזירה פון הימעל ודבר … יקום לעולם
אבער דאך ווען עס קומט למעשה, דארף מען איין זאך פריווען לכה״פ נישט גרעסער מאכן זייערע שנאה, און נישט טוהן פעולות וועלכע קען ח״ו אנרייצען דער בער פון וואלד,
וואס זענען פעולות וואס מען מעג יא טון? צאי לך בעיקבי הצאן, דארפ׳ן מיר אויך צוריק מישען אביסל היסטאריע, און לאמיר אויפמישן א בלעטעל פון א פריעדיגע ספר וואס הייסט ״שבט יהודה״ פאר 1000 יאר צוריק, (עס ווערט שוין געברענגט אין באר היטב או״ח סימן ש"ז)
ברענגט ער דארט אין השמד השביעי א שמועס מיט א קעניג און א גלח, וואס דער קעניג פרעגט דער גלח, אויב אידן האבן אזא אמת׳ע תורה, פון וואנעט קומט דאס אז דער גוים האבן אזוי פיינט אידן? וואס איז דער סיבה דערצו.
ענטפערט דארט דער גלח אזוי:
כי היהודי הוא בעל גאוה ומבקש תמיד ההשתרר ולא יחשבו שהם גולים ועבדים דחופים מגוי אל גוי, אבל להפך שיבקשו להראות עצמם אדונים ושרים לכן העם מקנא בהם, והנך רואה שהיהודים היו מתחלה כעבדים וגולים לובשי בלוי הסחבות, ולא הראו שום התנשאות, …ולא היה אז שום עלילה עליהם,… ועתה היהודי משתרר ואם יש לו מתאים זהובים מיד לובש בגדי משי ולבניו רקמה, מה שלא יעשו השרים אשר להם הכנסת אלף כפולות לשנה.
טעם שני לשנאתם כי היהודים כשבאו למלכות אדונינו היו עניים והנוצרים עשירים ועתה הוא להפך, לפי שהיהודי הוא פקח ובעל תחבולות לרב תועלתו ועוד שעל דבר הרבית נתעשרו מאד.
ברענגט ער דארט אז בשעת'ן שמועסן מיט'ן קעניג זענען געקומען עדות פון אן עלילת דם, האט דער גלח האט מייעץ געווען פאר'ן קעניג זאל ארויס געבען א באפעל אז אלע חובות פון רבית וואס די גוים זענען שולדיג פאר אידן זאלן אפגעווישט ווערן, און דער אידן זאלן נישט קענען דאס מער איינקאסירען, און נאך א באפעל, אז קיין שום איד טאר נישט אנטוהן קיין טייערע קליידער. תיכף ומיד האבן זיך דער גוים מודה געווען אז דאס איז בלויז אן עלילה וויאזוי פטור צו ווערן פון אלע פראבלעמען וואס קומען דורך די אידן. וואס נעמען זיי צו אלע זייערע פארמעגן, און אויך שטעכן זיי אויס דער אויגן פון דער גוים מיט זייער קליידונג.
ע״כ משבט יהודה
יעצט צו אונזערע מציאות׳דיגע לעבען אין דער ״מלכות של חסד״ אמעריקע.
ווען אידן זענען געקומען נאך׳ן קריג אפגעריסן און אפגעשליסען, הויט און ביין, צוזעצט און צוביילט פון דער רוצח׳ישע נאצישע נעגעל, קוים ביים לעבען, אודאי האט דער גוי רחמנות געהאט און געשוינט אויף אונזערע נעבעכדיגע זיידעס און באבעס, און געגעבן פרייע בירגער רעכטן פאר אלע אימיגראנטען
היינט צוטאגס, ווען אידן זענען ב״ה גרויס עשירים דא אין אמעריקע, א גרויס חלק פירען גרויסע ביזנעסער, מיט צענדליגע צו הונדערטע גוי׳אישע ארבייטערס [לייען שקלאפן], בויען זיך הייזער פאלאצן, פאהרן ארום מיט די נייעסטע קארן פון די לעצטע מאדעלן און אלע סארט באקוועמליכקייט, די נשים [א.ג. צדקניות] שפאצירן זיך אויף די מאנהעטן גאסן אנגעטוהן מיט די טייערסטע סארט צורינגען, דער ליסטע איז גאר א לאנגע און ענדלאזע, קען מען נישט פרעגן, וואס איז דא געשהן מיט׳ן גוי? פארוואס וויל ער צושפארן אזא שחיטה ווי רובאשקין? פארוואס באגייעט מען זיך צו אים מיט א קרומע משפט? פארוואס ווערט אפגעווארפען אלע אפילס קעגן אזא רשעות׳דיגע און איינזייטיגיגע פסק? וואס שליידערט מען אריין אין תפיסות אידן פאר אזויפיל יארן פאר נישטיגע עוולות? פארוואס איז מען גוזר גזירות אויף מציצה בפה? און נאך און נאך ענדליכע קשיות, כל זמן דער איד איז געווען א רחמנות האט מען אים געשוינט, איינמאל דער אידל איז אויס רחמנות, דאס רעדל האט זיך איבערגעדרייעט, זיי זענען רייך פירן זיך אויף ווי פריצים, הייבט זיך אויף דעם קאפ זיינעם איבער יעדעם, ברויך מען אים אינטערשניידן ווי אימער מעגליך, ר״ל
דאס עשירות פונעם איד קענען זיי נישט דערהייבן, נישט זיי, און נישט קיין שום גוי, [בדרך אגב, דער שרייבער פון די שורות איז אמאל געווען אין פאלם ספרינגס צוזאמען מיט נאך א איד, שטייענדיג אין גאס נעבן א טייערע צורינג געשעפט, גייט אונז אדורך אן עלטערע גוי, פון די 70גער יארן, און רופט זיך אן צו אונז; איך האב יעצט געזאגט פאר מיין חבר אז איך שטעל זיך פאר, אז פאר דאזיגע צוויי אידעלעך באלאנגען נאך פיר אזעלכע געשעפטען פון דאהי… ער זאגט דאס הויעך און אנדערע שטיל].
אידן אין אלע דורות פון אמאל, זיינען געוועהן געוואוינט צו זיין באשיידן און באהאלטען, צי אין געטא, צי אינדרויסן פון געטא, מען האט זיך נישט געפירט אויף׳ן גאס ווי מעשה בעה״ב, און טאקע אין די דאזיגע מדינות ווי מען האט זיך געפירט באשיידן און איינגעהאלטן איז די שנאת ישראל געווען פארהאלטענמעסיג, ווידער פארקערט, אין די דאזיגע מדינות וואס אידן האבן זיך געהויבן די קעפ, ווי למשל אין שפאניע, געזעסן אויף הויעכע און רייכע פאזיציעס… דארט איז מען אויסגעשטאנען צו אסאך ביטערע און שווערע גזירות.
דאס ״אמאליגע״ צוריקגעצויגענקייט קען מען נאך אלץ באמערקען אין די אייראפישע אידישע קהילות, טאקע נישט ווי אמאל אבער דאך מעין פון דעם, ווי מען שפירט אביסל דאס ארגינעלע גלות פון די א.ג. אנטיסעמיטוזים, דארטן פרובירן די אידן צו לעבען מער באשיידן און נישט אויפרייצן דעם גוי כסדר, דאס איז נוגע כלפי הונדערטער משלים, צו אויסרעכנען בלויז געציילטע דערפון, וואס אין אמעריקא איז דאס אזוי נארמאל אז איינער וועט נאר קלערן און טראכטן דערקעגן איז שוין א קריאזער מענטש, ווידער אין די אייראפישע שטעט זענען די דאזיגע זאכן בכלל נישט עולה על הדעת דאס צו מאכן.
קלעבן צעטליך אויף אלע ביימער און עלעקטרישע שטאנגען, אויפהענגן לעמפלעך פון איין שטאנג צום אנדערען, אפשפארן גאסן מיט בעריקעטס אויף שבתות און ימים טובים, אויסלייגען אויף די גאס טישן און בענק, ארומפאהרן מיט קארס מיט מייקס אויסרופען יעדע סארט עדווערטייזמענט, פייפען יעדען ערש״ק מיט סיירינס, ארומפארן מיט הצלה ווענס מיט ״אידישע״ אותיות, מאכן סוכות אויף׳ן גאדער און שטערן דעם אדורכגאנג פאר׳ן גוי, [מען רעדט דא נישט פון דאס אוממענטשליכקייט צום אייגענעם איד, פרויען וועלכע דארף׳ן זיך מוטשענען מיט קערידזשעס וכו׳], דאזיגע זאכן ווערט קיינמאל נישט געמאכט אין די היינטיגע אייראפישע קהילות, וואס מען וואוינט צווישן גוים, מיט׳ן כסדר׳דיגע געדאנקען גאנג איך בין א ״גלות איד״ און איך טוה נישט בעלי בית׳ווען אויף׳ן גוי׳אישע גאס וועלכע באלאנגט פאר׳ן גוי און נישט פאר אונז גלות איד׳ן
משא״כ אין אמעריקע ווי מען איז געקומען נאכ׳ן קריג מיט בירגער רעכטען מיינט מען אז דער גאס באלאנגט שוין פאר׳ן איד און מען האט א פרייע האנט צו טוהן מיט׳ן גאס מה שלבו חפץ…
דאס אלעס געזאגט צום מיטל קלאס אין אראפ וואס האבן באמת נישט קיין אהנונג דאס וואס די איינדרוק פון די קליידער אדער קאר מאכן.
און יעצט א ווארט צום עושר פריוואט, איר האט א פאר טאלער און איר ווילט שפילן א ראלע פון א עושר, טוט דאס נאר אין ביהמ״ד צווישן היימישע אידן, פעלט זאכן, קויפט מפטיר יונה, אתה הראת שמח״ת, קויפט דער טייערסטע אתרוג, קומט אריין מיט א פעלענעם טלית בייטעל… אבער נישט ביים גוי׳ס אויגן, נישט אויף׳ן גאס
איבער דער אידישע פאלעטישענס וועלכע קריכן צו ווילן קריכן ביי די הויכע פענסטערס
אמאל איז דאס באשטאנען פון זיך בילדען און א אינערווערסיטעט פאר א צירקע פון יארן, זיך פארהערן און באקומען דיפלאמעס, און עררייכען דורך דעם א הויעכע פאסטען… היינט דארף מען בלויז זיין א פאלעטישען… זיך פאטאגרעפירן אינאיינעם מיט אנדערע פאלעטישענס, פובלעצירן אין אלע צייטונגען, און אזוי ארום באקומט מען לייכטערהייט אויף אידיש א טיטול ״עסקן״, און ביי די גוים ״ראביי״, צי עפעס אנדערש, גיי ווייס.
אבער איין מינוט, וואס ברענגט דאס און צו וואס פירט דאס, וואס ״טראכטען״ דאזיגע גוים אדער אנדערע גוים, לאמיר זיך איין מינוט אריינלייגן אין זייערע מחשבה; וואס פארא עהרע האט דא דער אידישע אימיגראנטען אנטלאפענע פונעם אייראפעישע גיהנם, פארוואס שטייט ער דא אייניג צוזאמען מיט מיך? וואס קריכט ער מיר דא נאך ביי מיינע פאליטישע פראנטען?
אידן פון אלע דורות האבן אייביג געוויסט מתפלל זיין לשלומה של מלכות, אבער מען איז געשטאנען ווייט פון זיך אריינמישן אין צוויי פאליטישע צדדים, ווייל מען האט באצאלט פאר דעם א טייער פרייז ווען דער צד שכנגד האט באקומען דער אויבערהאנט. ווען אימער עס זענן געווען רעוואלציאנעריסטישע גרופעס האבן אידן געוויסט אז מען טאר נישט מיטשטיין, כאטש זיי האבן געהאט בשעתם דער אויבערהאנט, ווייל דאס האט זיך זייער ביטער געענדיגט…
בנוגע דאס צווייטע זאך פונעם אויבענדערמאנטען גלח, איבער רבית וואס אידן נעמען פון גוים, הגם היינט צוטאגס איז דאס גופא טאקע נישט דער חיונה פון אידן, דאך קומט דאזיגע מציאות׳ן שטארק ארויס אויף׳ן אויבערפלאך, דאס האט הרב ר׳ יונה כהן שליט״א זייער גוט ארויסגעברענגעט ביי זיינע טיפזיניגע שמועסן, מען קען אפטמאל הערן פון אידישע פאלעטישענס וועלכע געהערן צום א.ג. רעכטע פארטייען, איבער פארקלויזשערס וואס די בענק מאכן מיט די וועלכע האבן נישט צום באצאלן זייער מארטגעדשעס, וויבאלד עס זענען דא אנדערע פארטייען וואס באציען זיך מער מיט רחמנות אקעגן דעם ארעמע ארבייטער, פון אנדערע זייט אבער קענען זיך אידן אויסדריקן פאר׳ן פאבליק, פאר דער מידיע וכדומה, מיט׳ן גאנצע שארפקייט אז ניין, מען דארף גיין מיט׳ן עומק הדין נישט שוינן קיינעם, דער ארימאן וועלכע האט נישט צו באצאלן דעם באנק, טאף לאק, אהער מיט׳ן הויז און בלייב אן א דאך איבערן קאפ. ווען גוים הערן דאס יוצא מפורש פון א איד, טוט דאס זיי אויפברענגען זייער אלטע שנאה כבושה, אויפ׳ן איד, זעה נאר וואספארא הארטץ׳לאזע מענטש ער איז. שוינט נישט דעם ארימאן, זיכט נאר וויאזוי רייך צו ווערן אויף׳ן חשבון פונעם נעבעכדיגע אפגעריסענע ארבייטער.
אויך איז דאס שטארק נוגע כלפי גוי׳אישע ארבייטערס
וואס איז גאר שטארק ארויף געשווימען ביי די רובאשקין קעיס, בעיקר מיט דעם קלאגע פון ״טשיילד לעיבעיר״, צי דאס איז אמת אדער נישט אינטערעסירט נישט קיינעם, נישט סתם המון און אוודאי נישט די צייטונגען דאס אמת גייט קיינעם נישט אן, איין זאך אבער קענען זיי טרימפירן, קוקטס וויאזוי אידן באהאנדלען קליינע אומשילדיגע קינדער מיט צוואנגס ארבעט ממש ווי א לאגער, הארטצלאזיגע מענטשען אן קיין טראפ רחמנות…
בכלל קען מען קיינמאל נישט וויסן ווי א גוי אן ארבייטער קען אלץ אנקומען, דער ירושלמי (תרומות פרק ח׳ ה״ד) ברענגט א מעשה פון א קליינער גוי וואס האט געהייסן דיקלוט מגדל חזירים, און די קינדער פלעגן אים טשעפענן, ווען ער איז גרויס געווארן האט ער זיך שפעטער נוקם געווען אין די חכמים, נאר בדרך נס זענען זיי געראטעוועט געווארן. והלא הדברים ק״ו אז דעמאלס ווען מלכות איז נאר געגאנגן בירושה אין די משפחות, נישט קיין ערוועלטע מענטש האט פון אזא נידריגע פאסטען געקענט דערגרייכן א קעניג, אוודאי און אוודאי היינט צוטאגס וואס עס גייט מיט שטימערס און פאוילס, זענען ווי פארשטענדליך די טשאנסן פיל מער אז סיי וועלכע שווארצע גוי זאל אנקומען ביז אהין.

און יעצט מכאן הקריאה יוצא צו אלע א.ג. אידישע גוט מאכערס, וועלכע נעמען זיך כסדר אן פאר דאס געפלאגטע אידישע פאלק, און גייען זיי מכלומר׳שט העלפן
הערט אויף ״איבערצייגן״ די מידיא מיט הויעכע באאמטער, ווי אזוי דער קארט און די דזשאריס און דאס גאנצע יוסטיץ אין אמעריקע זענען קרופטירט, און ווי ״פאלש״ זיי האבן זיך באצויגן צו שלו׳ רובאשקין אלץ מכח זייערע גרעניץ לאזע רשעות און שנאת ישראל, הגם אלעס איז אמת

אבער דאזיגע ״איבערצייגענישען״ פירט בלויז אויף א פארקערטע ריכטונג, דאס רייצט נאך מער אויף זייערע געמיטער, זיי שימפען און שעלטען [נישט אין דער עפענטליכקייט, פארשטייט זיך], מיט וואספארא חוצפה די אידישע אימיגראנטען באציען זיך צום אמעריקאנע יושר׳דיגע יוסטיץ, האחד בא לגור וישפוט שפוט, קוים א גרינע אהער געקומען פון אייראפע, זיך געלאזט וואויל גיין אויף אונזער חשבון, נעמען שטאטישע געלטער און פראגראמען אויף ווי עס לאזט זיך, ווייסן פינקטליך וויאזוי ארויסצונעמן דאס מאקסימום פון דער שטאטישע געלטער, צי כשר צי נישט כשר וד״ל, און דאזיגע אידל גייט אונז קומען צייגן און איבערווייזען וואס מיינט יושר, וויאזוי אונז דארפ׳ן משפט׳ן קרימינאלע באשולדיגטע.???
הערטס אויף מיט נארישע צערעמאניעס, און פראוועקאציעס, צינדן מנורה׳ס אין ווייט הייז, און עיר פארטס, [און דערנאך ליארמען און וויינען מיט קראקעדייל טרערען אויף די יונגענטליכע ״אנטיסעמיטען״ וועלכע ברעכן אראפ מנורות פון די עפענטליכע פלעצער].
הערט אויף אריינגעבען קלאגעס קעגן רעגירונגס באאמטער וועלכע רעכענען זיך נישט מיט דער אידישע רעליגיע, ווי למשל ווען א פאליציי הייסט איינעם אריינקומען אין פאליס סטעשען בעצם השבת, מאכט נישט קיין פראוועקאציעס אויף דעם, אדער אויף פלי בעאאמטער וועלכע לאזן זיך נישט גרופירן אין פליגערס צו דאווענען בציבור, אפילו עס גרעניצט זיך מיט׳ן אמעריקאנע קאנסטעטוציעס פון ״פריעדעם אוו רעליגען״. אדער קלאגעס ביים מיליטער, היתכן איינער דארט זאל האבן געטשעפעט מיט א איד וועלכע טראגט א בארד. חוצפה נוראה א גוי זאל טשעפענען א איד! היו לא תהיה אזאנס אין אמעריקע! הערט אויף מיט די דאזיגע קלאגעס וועלכע ברענגט אויף אונז אלע אן אומגליק, ה״י.
הערטס אויף מיט פאבלעצירן און ווייזן קליפס, ווי NYPD פירן זיך אויף ממש ווי די נאציס און שלאגן א אידישע בחור על לא עוול בכפו.
נעמט אן דער גזירה מן השמים פון גלות, חבי כמעט רגע עד יעבור זעם, שרייעט נישט ליארעמט נישט
און אפילו וואס איז נוגע כלפי מציצה בפה, איז א לעכערליכע טענה צו זאגן; היתכן דער קריסט מעג יא טרינקען וויין פון איין בעכער און אידן טאר׳ן נישט, מיט וואספארא רעכטן קענען די העלט דעפארטמענט גיין אקעגן קאנסטעטוציעס ״פריעדעם אוו רעליגען״ ״פריעדעם אוו ספיטש״, וכו׳ וכו׳ דאזיגע טענות זענען זינלאז און נאריש ווייל ווי פריער דערמאנט איז דאס דער תירוץ, און נישט קיין קשיא, עס זענען דא אנדערע אופנים פון השתדלנות פון אלע דורות פון אמאל, און מען ברויך נישט זיכן קרומע און פאלטשע דרכים וואס לויערס וועלכע ווילן דא פארדינען א פאר [אלפים ורבבות] גרינע טאלער שטעלן אראפ אז די דאזיגע מהלך גייט זיין דאס מלאך המושיע
עס זענען דא אנדערע וועגן פון דאס באקעמפען, תורה׳דיגע וועגען, אבער נישט גיין מיט כוח, מיט׳ן א.ג. אמעריקאנע יושר׳דיגע קאנסטעטוציעס, און גיין קלאגן אין געריכט דעם מעיאר, וואס אויסער דעם וואס די לויערס גייען דא מאכן עפרות זהב, וואס וועט ווערן ארויסגעצויגן פון אחינו בני ישראל שווער געהארעוועטע דאלארן, צו מכלומר׳שט ראטעווען דאס גזירת השמד, איז דאך גאנץ פשוט פאר יעדע רעכטדענקיגע בר דעת וויפיל קען מען שוין ערווארטען פונעם ״יושר׳דיגע״ אמעריקאנע יוסטיץ, און וויפיל טשאנסן זענען דא אז פארנאטישע אלט מאדישע אידן זאלן ארויסגיין זיגעריש אקעגן דעם רייכן מעיאר, מען דארף זיין א בלינדער נאר צו מיינען אז אונז האבן דא עפעס א גרויסע טשאנס, און דאס איז אויך די מיינונג פון גרויסע לויערס אז א געריכטליכע אנקלאגע קען גאר מער קאליע מאכן, א חוץ פון דעים אפילו מען זאל בעזר השם געוואונען דעים קארט קעיס קענען די שונאי הדת ארויסגעבן א געזעץ אז מען טאר נישט אנכאפן אן אפענע וואונד נאר מיט הענטשוך און אזא געזעץ קען מען נישט פייטן ווייל עס איז נישט געמאכט דירעקט אנטקעגן רעליגיע וד"ל
ובפרט יעצט נאך די רובאשקין קעיס
מענטשן פרעגן, איז וואס איז יא דער עצה ביי מציצה בפה?
דער תירוץ איז, ווען מען רעדט געזונטהייט איינגעלעגנהייטן, דארף מען צוגיין דערצו מעדעציניש דאקטוריש, און נישט געזעצליך, לויערס, און אפילו נישט להבדיל רבנים, מען וויל עפעס אז דער מעיאר זאל זיך שרעקן פון חתימות פון רבנים אויף עפעס א קול קורא? עס איז דאך פשוט זינלאז
אויב איז דא אפאר איבריגע טאלער זאל מען דאס אינוועסטירן אין א מעדעצינישע סטאדי,
קיין שום מדעצינישע זאך קען מען נישט ערצייגן אן קיין סטאדי נישט לכאן און נישט לכאן, א סטאדי דארף ווערן דיזיינד און אויסגעפירט דורך פראפעסיאנאלע און קראנטע אנגענומענע דאקטורים, און אויך דארף דער סטאדי ווערן געדרוקט אין א פרעסטיסשפולע דזושארנאל אזוי קען דאס באקומען אן חשיבות און א אויבערהאנט אין די מעדעצינישע סייענטיסטישע וועלט
דהיינו מען זאל אויפנעמען א שטאב פון 5 גרויסע דאקטורים אין דעם נושא, דאס בעסטע וואלט געווען נישט אידן, וואס זיי זאלן פאברעצירן א סטאדי,
איין דוגמא וואס קען ווערן ארויסגעברענגעט, וואס דאקטער ווירצבערגער פון קרית יואל האט געזאגט ביי א דרשה אין ראדני סטריט ביים פארגאנגענעם שערורי׳ פון מציצה בפה, אז ער האט אמאל געפרעגט ביי א גרויסע דאקטער, וויפיל פראצענט אינפעקשענס געשעהט ביי פאציענטען וועלכע גייען אדורך אפעראציעס? האט ער אים געזאגט א האלבע פראצענט. דאס הייסט אז איינס פון יעדער 200 מענטשען ווערן אנגעשטעקט, דאס איז שוין מיט אלע סטערייל כלים און מאסקס, הענטשעך וכו׳ וכו׳. יעצט פירט דאקטער ווירצבערגער אויס, ביי מילה, זענען די אינפעקשענס נאך פיל ווייניגער ווי איינס פון 1000, עס מאכט זיך אמאל אבער זייער זעלטען… זעהט מען דאך קלאר אז דער אנגענומענע וועג פון מילה איז פיל מער באשיצט, ווי דער מעדעצינישע וועג פון אפעראציעס …
די דאזיגע פאקטען און נאך ענדליכע עפיזאדן דארפען ווערן ארויסגעברענגט אויף׳ן מעדעצינישע ליטראטור, דורוך מדעצינישע עקספערטען, און נישט בלויז ביי א דרשה אויף אידיש אין ראדני סטריט ביהמ״ד, און נישט אז לעגעאל עקספערטן זאלן קומען און ״איבערצייגן״ דער מעיאר אז מציצה בפה איז יא געזונט, א מעדעצינישע נושא באלאנגט פאר דאקטורים, און נישט לויערס, און אויך נישט רבנים. אוודאי זענען רבנים די וועג ווייזערס פאר אונז אידן וואס מען ברויך צו טוהן אויף דעם גזירה, אבער כלפי דעם גוי, און פאבליק רילעשאן און כלפי דער רעגירונג מוז דאס קומען פון א מעדעצינישע שטאנדפונקט, און נישט דורוך לעגאלע וועגן, וואס קיין שום לעגאלע טענה וועט נישט איבערוועגן די פאבליק און פראפעשענעל אפיניאן, נישט קיין חילוק ווי שטארק די קעיס איז, מען קען נאך מאריך זיין איבער דעם, ואכמ״ל.

אוועטאר
motorola
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2012 3:30 pm

תגובהדורך motorola » דינסטאג דעצמבער 25, 2012 2:34 pm

יעצט ווייס איך שוין ווער ס'איז שאץ'ס קרוב....
זייער שיין אראפ געלייגט

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » דינסטאג דעצמבער 25, 2012 2:45 pm

איך האב ערגעץ געליינט די מעשה מיט די גלח לעצטנס שנעל זאג אויס
yield the right of way

kls7777
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 9:16 am

תגובהדורך kls7777 » דינסטאג דעצמבער 25, 2012 3:42 pm

כיהודא ועוד לקרא קוק אריין אינעם ספר עשן הכבשן וואס דארט שטייט זייער אסאך פין די זעלבע

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » דינסטאג דעצמבער 25, 2012 3:56 pm

זייער שיין מיט גרעכטע נקידות, אבער איך פארשטיי נישט וואס דיין מהלך בא מציצה ווען די האנדלסט מיט מענטשן וואס זענען נישט אונטערעסירט אין גערעכטיקייטן פון סטאדיס,
פון די אלע העלט באורד איז ניטאמאל געווען איינער וואס זאל פארשטיין אונזער צד, דער מעיאר פילט זיך שטארק אז ער קען צופיקסן די שווארצע היטן....
איך מיין אויף למעשה וואס איז דיין מהלך? לאזן אריינגיין אין קראפט די גזירה..

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג דעצמבער 25, 2012 11:12 pm

אט דא איז דער ארטיקל וועלכע איך האב אביסל משפר געוועהןדא

ווייזט אויס דער שרייבער האט מיך נישט געטראסט און איבער געשטעלט דעם ארטיקל נאכאמאל

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך דעצמבער 26, 2012 9:59 am

קלעבן צעטליך אויף אלע ביימער און עלעקטרישע שטאנגען, אויפהענגן לעמפלעך פון איין שטאנג צום אנדערען, אפשפארן גאסן מיט בעריקעטס אויף שבתות און ימים טובים, אויסלייגען אויף די גאס טישן און בענק, ארומפארן מיט קארס מיט מייקס אויסרופען יעדע סארט עדווערטייזמענט, פייפען יעדען ערש״ק מיט סייראנס, ארומפארן מיט הצלה ווענס מיט ״אידישע״ אותיות, שומרים חברים מיט די געזעצליכע לייטס און סיירונס און וואקי טאקיס, מאכן סוכות אויף׳ן גאדער און שטערן דעם אדורכגאנג פאר׳ן גוי, [מען רעדט דא נישט פון דאס אוממענטשליכקייט צום אייגענעם איד, פרויען וועלכע דארף׳ן זיך מוטשענען מיט קערידזשעס וכו׳], דאזיגע זאכן ווערט קיינמאל נישט געמאכט אין די היינטיגע אייראפישע קהילות, וואס מען וואוינט צווישן גוים, מיט׳ן כסדר׳דיגע געדאנקען גאנג איך בין א ״גלות איד״ און איך טו נישט בעלי בית׳ווען אויף׳ן גוי׳אישע גאס וועלכע באלאנגט פאר׳ן גוי און נישט פאר אונז גלות איד׳ן, משא״כ אין אמעריקע וואי מען איז געקומען נאך׳ן קריג מיט בירגער רעכטען מיינט מען אז דער גאס באלאנגט שוין פאר׳ן איד און מען האט א פרייע האנט צו טוהן מיט׳ן גאס מה שלבו חפץ…
דאס אלעס געזאגט געווארן סיי צו די עשירים און סיי צום מיטל קלאס אין אראפ וואס האבן באמת נישט דאס וואס די איינדרוק פון זייערע קליידער אדער קארן מאכן, און דער גוי דערקענט אפילו כמעט נישט דעם חילוק צווישן דעם עושר און ארימאן.


;l;p-
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך דעצמבער 26, 2012 11:05 am

כבושה בגולה האט געשריבן:איך בין נישט אזוי איינשטימיג מיט אלע רעיונות אבער דאס איז איינמאל זעכער אז מיר ברויכן געדענקען מיר זענען אין גלות. טאמער נישט וועט דער גוי אונז דערמאנען.


עס איז דא אסאך אויף וואס מען קען חולק זיין (ביי אזא לאנגע פשעטל איז שווער זיך אפצושטעלן אויף נקודות), אבער דער תמצית הדברים אז מען דארף געדענקען מיר זענען אין גלות איז ריכטיג.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » מיטוואך דעצמבער 26, 2012 11:12 am

זייער שיין ארויס געברענגט געוויסע נקידות, אבער ווען די מאכסט ווען סעיפים וואלט איך געקענט אנווייזן מיט וואס איך בון מחולק, אבער דעם גלות יוד האסטו אלנספאל גוט אראפגעלייגט

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך דעצמבער 26, 2012 5:18 pm

די נקודה איז איין זאך,
איך האב אמאל געהערט פון ר' שמעלקא לייפער מחוסט ווי ער בתוך הדברים מסביר געוועהן פארוואס די תורה זאגט ביי א יתום והי' כי צעק יצעק אלי וגו', וואס איז דער דאפלטע לשון צעק יצעק אלי, זאגט ער למשל איינער האט אזא אריינגעוואקסענע נאגל אין די פיס און ס'קומט איינער און געט אים א טרעט בטעות אויפן פינגער פון די פיס... אייי.... איייי.... געט ער שריי, וואס איז?, סתם אזוי טוט וויי ווען מ'טרעט איינעם אויף די פיס, אבער דא האסטו דאך ארויף געטרעטן אויף א מכה איז דאס א דאפלטע געשריי,
כמו כן, דער יתום איז סתם אזוי אנגעווייטאגט און דא גייט איינער און טשעפעט אים איז עס צעק יצעק אלי א דאפלטע געשריי.

די זעלבע איז מיט שנאת ישראל, דער גוי האט מיר זייער פיינט, ער האט עס נאר נישט ווי צו צייגן, און דא קריכן אים די אידן אויף די נערוון, צו אונזערע ווייבער ביים שאפינג, צו אידן אויפן טרעין, צו סתם אויפרייסערישע קאר'ס, מיט פענסי הייזער, אוודאי איז דאס מעורר שנאה, יע"א האט דאך דאס געזאגט בצוואה למה תתראו??? (ועי' בכלי פ' דברים ווי ער רעדט זיך אפ אז די התנהגות ביי אידן רייצט אויף דעם גוי)
ס'איז אמת אז מ'קען זיך שטעלן אויף געוויסע פרטים, מאכסט יא א גרודער אויפן גאס, יענער מאכט אויך, צו דו בויעסט א סוכה מיט רעכט, פיין, אבער געדענק אז ער האט דיך פיינט און דאס מאכט שטערקער די שנאה, ובעיקר קום נישט מיט די טענה פון גלייכע בירגער, ווייל דאס רעגט אויף נאך מער, קום און בעט פאר רחמנות, נישט בעט פאר יושר.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חטאת הקהל און 17 געסט