שנאת ישראל - גלות אמעריקא -

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » מיטוואך דעצמבער 26, 2012 7:51 pm

ווי כ'האב שוין געשריבן אין שאץ'ס אשכול איז די פלאן בגדר זיסע חלומות. א סטאדי קען מען נישט פראדוצירן ווי ס'וואלט ווען געווען אן ארטיקל אין צייטונג, און אפילו אויב ס'וועט יא זיין א דאקטער וואס וועט זיין גרייט צו "פראדעצורן" א סטאדי וועט דאס נאר ערגער מאכן ווען מ'וועט כאפן אז די סטאדי איז פראדוצירט געווארן.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

miserzuger
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2012 2:11 pm

תגובהדורך miserzuger » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 1:36 pm

א סטאדי איז נישט געמאכט געווארן דער מעיאר זאל ״טוישן״ זיין מיינוג, ס׳איז א מיטל וויאזוי צו באקעמפען די קרומע שיטה, - וועלכע איז אגב נישט געבויעט אויף קיין שום סטאדי נאר בלויז אויף סטאטיסטיקס - בלויז מיט א סטאדי אנגעפירט דורך רעספעקטירטע פראפעסארן מיט די באטיילגונג און מיטארבייט פון די עליטע פון די מעדעצינישע וועלט (וואס מען קען קויפן פאר געלט) קען מען אויף בויען א גאר שטארקע רעספעקטפולע ״צד שכנגד״. וואס זאל זיין רעספעקטירט אין די גאס (און דורך דעם...) און אויך אין קארט, סיי מחמת פי אר און סיי מיט פאקטישע ראיות און הוכחות, לעת עתה איז נאך נישט געבוירען געווארן דער צד שכנגד.
איינמאל עס איז דא א צד, דאן קען מען ערווארטען פונעם יוסטיץ זאל איינערקענען אינעם צד שכנגד, אבער בלויז קארט מיט לויערס זיך שלאגען מיט סטאטיסטיק נומערען צו איבערצייגן א דזשארדזש אז מציצה בפה איז נישט קיין סכנה איז נישט קיין מהלך, דער דזשארדזש פארשטייט צו דעם פונקט ווי מיר און דיר אין נעמט דאס אן כאילו אלע געפינסען ווערן גבויעט אויף סטאטיסטיקס וואס מען קען אפווענדענן, ווי דער דזשארדש האט טאקע געפרעגט דארט: ווי ווילסטו אז דער קארט זאל מחליט זיין וועלכע זייט איז גערעכט מיט די נומערען אויסרעכענונג?? אבער אז מען קומט מיט סטאדיס שווארץ אויף ווייס באין חולק דאס קען מען נישט אפווענדען נאר מיט א קאנטער סטאדי וואס די שטאט האט נישט געוואלט מאכען ווייל זיי האבען מורא פון די רעזולטאטען, און אפילו זיי וועלן יא מאכן ביזטו נאך אלץ אין א שטערקערע פאזיציע.

אוודאי קען מען נישט באשטעלן פון פאראויס תוצאות פון א סטאדי, אבער ווען עס האנדעלט זיך פון צענדליגע טויזענטע ברית׳ן א יאר אן קיין שום מכשול, און מיט גאר זעלטענע אינפעקשענס בכלל פיל ווייניגער ווי אפאראציעס (ווי דערמאנט דורך דר׳ ווירצבערגער) שרייען דאך די פאקטען פאר זיך אליינס, און מיר זענען קאנפידענט אין די עווענטועלע רעזולטאטען. נאר די דאזיגע פאקטען און רעזולטאטען דארף ווערן פובלעצירט דורך מעדעצינישע ליטראוטור, און נישט אויף אידיש אין ראדני סטריט, ווי שאץ מאץ זאגט.

[אגב מעינן לענין באותו ענין, (אויפן שפיץ גאפל ממש) דארף מען וויסן אז פונקט וואי יוסטיץ איז דורכגעפוילט פון קאפ ביז פיס, פינקט אזוי, צי אפשר מער, איז קלינקעל געזונהייט אויך דורכגעפוילט, [אכמ״ל מיט די ראיות און הוכחות דערצו, עוד חזון], און גאר גרויס פאבריקאנטען אינוועסטירן אין סטאדיס וואס זאל ווייזען די גוטסקייט פון זייער פראדוקט, וואס ווי פארשטענדליך האבן זיי זייער אייגענע מאלטי ביליאן׳דיגע דאלארס ביזנעס און געלט אינטרעסען אין די סטאדי. (און דערפאר דארף טאקע ארויסשטיין די ספאנסער פון די סטאדיס). איי, שטעלט זיך א קלאץ קשיא, זיי ווייסן דאך נישט פון פארויס די תוצאות? אפשר וועלן די פאקטען זיי צוריק פאטשען אין פנים? פארוואס ווארפן זיי געלט אין מיסט? לאמיר אייך אויסזאגן סודות פון חדר: זיי ווייסן עפעס וואס אנדערע אדער קיינער ווייסן נישט, מען קען זיך ארומשפילען מיט סטאדיס תוצאות דורך׳ן adjusten די נומערן און סטאטיסטיק פון סטאדיס, דורך פארשידענע טיפע סייענטיסטישע חשבונות אשר אכמ״ל ועל אף מען קען נישט אינגאנצען פארדרייען א סטאדי און מען קען נישט אויסשטעלן אז סטאדי זאל פונקטליך טאקע שטימען מיט די תוצאות וואס מען וויל דערפון פריער. מ״מ קען מען מיט חשבונות זיך פארלייגען נאר אויף געוויסע פונקטען און איגנארירן אדער אראפשפילען וואס מען וויל נישט זאל מפורסם ווערן. בקיצור פאר געלט קען מען אלעס טרעפן, אפילו א שונא בצע… און אפילו א סייענטיסט וואס וועט צונעמען די סטאדי וועט קענען טרעפן די לעכער פונם סטאדי, אבער דשורנאליסטען ליינען נאר דעם קעפל וואס דאס איז דער עיקר, ממילא ה״ה לענינינו אז מיט א גוטע פי אר וועט דאס ווערן געדעקט מיטן קעפל פאזיטיוו וועט דאס קענען טוישן דעם דעת הקהל וואס דאס איז דער עיקר צו געווינען אין קארט, און צו מאכן די שטאט זאל זיך אפלאזען פון דעם וד״ל.]

אויף די אנפאראגע צי לאזן די גזירה אדורכגיין, קודם כל איך האב שוין געשריבן דער מהלך וויאזוי עס צי פייטען, צווייטענס, עס איז נישט אזא אפגעפרעגטע זאך אדער ווילדע מהלך מצדד זיין אז ׳קען׳ גאר זיין אז ענדערשט יא! אז עס איז ענדרעש צו לאזן די גזירה אדורך גיין ווי איידער צו טון וואס מען טוט איצט, ד.מ. פייטען דאס, וויבאלד פייטן אין קארט קען חלילה פירן מען זאל אנקומען צו אסאך ערגער ווי מען האלט איצטער, ווי ארויסגעברענגעט שוין, אז ווען זיי וועלן קענען זיי ארויסגעבן א נייע כללותדיגע געזעץ וואס זאל ״כולל״ זיין מציצה בפה אומדערעקט, און נישט זיין געצילט דירעקט קעגן אידן, וואס דאן איז נישט דא קיין שום לעגאלע טשאנס דאס צו פייטען, און קיין ׳איין׳ גוי וועט דאס נישט אנקוקען אז מען באקריוודעט דא אידן עס וועט נישט זיין מעגליך צי געפינען א ווארעם הארטץ פאר א רפואה.
מען דארף געדענקען אז זייער ציל איז קלאר ווי דער טאג מבטל צו זיין ברית מילה אינגאנצען לפי מנהגנו, איי פארוואס מאכן זיי גראד נישט קיין געזעץ אז מען מעג נאר מאכן א ברית אין שפיטאל דורך א דאקטאר, ווייל זיי וויסן אז דאס וועט זיין א מלחמה און זיי ווילן נישט קיין מלחמה, אבער אויב מיר וועלן יא פירן די מלחמה שוין דא, וועלן זיי ווארשיינליך שוין דא נישט אינפאסירן דעם געזעץ, על אף עס וועט לעגאל זיין אימגעזעצליך, לאמיר נאר טראכטן איין מינוט וואס וועט זיין אויב דער גזירה קומט ח״ו יא אריין אין קראפט, היימישע אידן וועלן דאך ממילא נישט פאלגן, און טוהן עפ״י הוראת הרבנים, ווויאזוי וועט אויסקוקען די קארט זאלן, די תפיסות, און די צייטונגען, זיי זוכן דאס נישט!

איבער די טענה אז מארגען וועלן זיי ארויסגיין קעגן מקואות און שרייען מאכטץ א סטאדי וכו׳. איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה און די דאזיגע מהלך, איז אלא מאי אז מען וועט יעצט פייטן אין קארט, דעמאלס וועלן זיי שוין ״יא״ איינזעהן אז מקואות קען מען נישט אסר׳ן? פון קארט גייען זיי זיך מער שרעקען אויף לעולם ועד? אויב זוכן זיי זיך אנשטעפענען וועלן זיי ממילא זיך אנטשפענען ח״ו, קארט ארויף קארט אראפ, געלט שפילט ביי זיי אסאך ווייניגער א ראלע ווי ביי אונז. דאס יא, אויב וואלט מען געמאכט א שתיקה פון דער גאנצע עסק, דאן וואלטן זיי אפשר איינגעזעהן אז ס׳לוינט נישט צו ארויסקומען מיט גזירות ווייל עס ווערט ממילא א פורים, קיינער פאלגט נישט, ווי דערמאנט, דאן איז דא אויסזיכטן אז מקואות וכדומה זאל פארשוויגן ווערן. אבער אויב וויל מען נישט שווייגען, און מען האט אנגענומען א מהלך אז מען גייט דוקא ״יא״ פייטען, דארף מען גוט וויסן וויאזוי צו פייטען, און די מלחמה זאל זיך חלילה נישט פארברייטערן אויף א ברייטערע פראנט, [איינמאל עס ווערט א נצחון זאך], און אויף צו פייטען האבן זיי שטערקערע כוחות לדורון ולמלחמה.

משמש, קען זיין אז דער שרייבער איז טאקע נישט אויסגעקאכט אין דער פאליטיק און דו יא, ממילא מיינסטו טאקע אז היות לגבי יעדע נושא אין דער וועלט האבן די צוויי פארטייען חילוקי דיעות, צי איז דאס גלויבעל ווארמינג, (א טיפע סייענטיסטישע שיטה, וואס האט דאס מיט דעמעקראטען???), צי אויספלאגען די מאשין אויף קליניש טויטע מענטשען מענטשען, אדער העלפן שטערבעליך כראנישע קראנקע זיך נעמען דאס לעבן, וכו׳ וכו׳ יעדער זאך ווערט באלד א לשיטתו פון א פארטיי, דערפאר מיינטסטו אז שנאת ישראל איז אויך עפעס א לשיטתו פון דאזיגע פארטייען. און אז איינער פון זיי צוויי האבן געמיינט שנאת ישראל קען ״זיכער״ נישט דער אנדערע זיין אייניג דערמיט...
ווייסט וואס איך וועל דיך זאגן, אויב איז דא א נושא וואס ביידע פארטייען זענען איינשטימיג איז דאס טאקע בלויז ביי איין זאך ״שנאת ישראל״, ווייל סוף כל סוף זענען זיי ביידע פאלנע גוים. וואס זאגט נאר רש״י מיט די צווי בלוט שונאים מדין און מואב? ממילא איז טאקע נישט קיין סתירה פון רובאשקין, מיט מציצה בפה. וקושיא מעיקרא ליתא, אגב לידעתך די פראסוקיוטערס און דשזארדשז ריעד זענען פון באזונדערע פארטייען

אגב אזוי ווי איך קען נישט קומען אפט קוקען די תגיבות און ענטפערן, (איך בין רעסטריקעט) איז אויב עס איז דא א ברענעדיגע תגובה וואס פאדערט א באלדיגע ערקלערונג ביטע מיר אימעילן צו miserzuger@gmail.com. מיט אנטשולדיגונג
מוסר זאגער

miserzuger
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2012 2:11 pm

תגובהדורך miserzuger » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 1:43 pm


אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג ינואר 01, 2013 7:23 pm

צוזאמגעשטעלט
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » דינסטאג ינואר 01, 2013 7:42 pm

איך האב נישט אליעס געליינט זייט די ארטיקל זעבסט, אזויפיל האב איך באמערקט אז מען זאגט אז זייער טאריע איז נישט געבויט אויף א סטאדי וויל איך אייך זאגן אז עס האט זיך אנגעהויבן מיט א סטאדי וואס זיי האבן ארויס געגעבן און א מעגעזין (עס איז געווען די ארבעט פון טענדלער זעלבסט) פאר אפאר יאר צירוק ווען עס האט זיך געהאנדלט מיטן איין געוויסע מוהל.

נאכער וויל איך זאגן אז די האסט א גערעכט אז א סטאדי איז דער ריכטיגע וועג, נאר אזוי ווי יעצט האנדלט מען מיט א העלט דיפארטמענט א יוד א מייער א יוד און זיי האבן קלאר געוויזן במשך די האנדליגען אז זיי ווייסן וואס זיי ווילן דאס איז די זאך וואס די ווילסט נישט נישט קיין חילוק יא סטאדי נישט סטאדי,ווייל אפילו די סטעט העלט דיפארטמענט האט באשטעטיגט און אלבעני באותו זמן אז זיי זעהן נישט קיין שום סכנה דערון, און דאס האט פאר דעם אפקורס גארנישט געהאלפן, איז די יעצטיגע מהלך לויט מיין פארשטאנד איז צו שלעפן צייט עס זאל נישט ארויס גיין מכח אל הפועל ווי לאנג מען קען, אלע דיינע עצות וועט מען קענען ניצן ווען אינז וועלמיר האבן א גוישען מייער ליידער.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, שלמה מולכו און 23 געסט