1432 ווייזט אויף השלמה!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

1432 ווייזט אויף השלמה!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך ינואר 09, 2013 6:21 pm

ספרים הקדושים זאגן אז פון יעדע זאך דארף א מענטש ארויסנעמען עפעס פאר עבודת ה'.

דער ציפער 1432 ווייזט אויף געוואלדיגע השלמה, גאנצער פון אלע גענץ צוליב כמה טעמים כמוסים, און וויפיל מ'קען וועלן מיר מגלה זיין בבחינת מגלה טפח ומכסה מכנסיים. (ועיין באריכות בהאשכול הנפלא של ידידי הצעיר באלפי ישראל במערכת ידיעת התורה ותמצע לאכעס)

1 איז א סוד גדול וואס נישט יעדער מעג וויסן, אז ס'איז נאר דא איין שמעלקא טויב אויף אייוועלט. ווי אויך אז אין מיין אפיס איז נאר דא איין ארבייטער (די אנדערע זיצן אין באזונדערע קיוביקס). ווי אויך איז עס א רמז פאר די "איין מאן מאכט" וואס זאלץוואסער האט אנגעטראגן מיט א צייט צוריק איינצופירן (ווען ער האט געזעהן אז ס'איז כלתה אליו הרעה האט ער צוריקגעצויגן דערפון.)

4 זענען די ד' רוחת העולם (עפעס האט איינער פארדרייט די פאקטן מיט זעקס רוחות, זאל אים דער רוח באטרעפן, אזא שטות צו פארקויפן, און עולם לאקשן קויפט עס אפ) - דא מעג מען מרחיב בדיבור זיין. אז די ד' עולמות אבע"י, זענען דאך די אותיות פון אל"ף בי"ת עי"ן יו"ד, וואס אינאיינעם באטרעפט עס 83, בבחינת הכ' ויפ"ג לבו כי לא האמין, אז 4 איז א סגולה פאר די וואס גלייבן נישט אז די וועלט האט ד' רוחות, ווי אויך איז עס בבחינת כי פ"ג ריחו, ווען איינער לויפט אויס פון געדאנקן און ער איז מוז עס מכסה זיין כאילו ער לופט ארויס וכו'. ווי אויך ליגט דא א גילו נפלא, ווייל פ"ג במספר קטן וגדלו, ס'הייסט ע"פ קבלה מאכט מען גרעסער דעם ג' צו א ל' און דער פ' ווערט א ח', ווערט עס לח, און לח על גבי יבש ווייסמען דאך איז טהור כלי"ח ודו"ק.

3 זענען די שלש רגלים, פסח מיט געזאלצענע מצות, שבועות מיט די קעז וואס יהודת האט געזאלצן פאר העליפורניס קאפ, און סוכות מיט זאלץ אין די אתרוג קאמפאוט, קומט אויס דריי, חושבנא דידן כחושבנא נצח.
ווי איז דעם מרומז א גילו נפלא ווייל די דריי בחינת פון חכמה בינה דעת זענען רעין דלא מתפרשין, און דער כלל איז ווער ס'האט נישט חכמה האט נישט בינה וכו', און אם אין זקנה כאן אין חכמה כאן, מילא קומט אויס אז דער אינגערמאן וואס איז מיינט אז ער איז בקי אין די שבע חכמות, ער ווייסט וועם איך מיין, וכו', כ'וועל מקצר זיין ווייל ס'איז שפעט.

2 זענען מיר אונז צוויי, ווייל פאקטיש איז עס א שותפות און מ'דארף זיך רעכענען דערמיט. ווי אויך ליגט אין צווי דער הונט באגראבן ווייל א כלב שוטה וואס ווערט געברענגט אין חז"ל מיינט דאך דאס, כלב במספר קטן איז צוויי, און שוטה איז דריי וואס גראמט מיט צוויי, עכ"פ, ס'איז איין זאך.
אין צוויי ליגט אויך א געוואלדיגע זאך וואס נישט יעדער פארשטייט, דאס זענען מיינע צוויי צענט וואס כ'לייג דא אריין און אויב איינער ליינעט נאך האט דער דאקטאר א עפענונג מארגן פיר דרייסיג.\

אינאיינעם באטרעפט עס "מ' קשר"ק קשר"ק ג'", און מקובלים זאגן אז דאס איז עלול צו ארויפברענגן נאך א אשכול וכו' עכ"פ ס'בלייבט נאר איבער צו וואנטשן אז וכו'.

מזל טוב, שר האלף וארבעה מאות שלושים ושתיים!

און רבותי, יא, כ'גיי נישט אריין אין באהעלטעניש, כ'האב פאר אים נישט קיין מורא!

שלח לחמיך וכו'.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך ינואר 09, 2013 6:32 pm

1 + 4 + 3 + 2 = 10 דא היא עשר עולמות.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך ינואר 09, 2013 6:34 pm

שמעלקא שמעלקא... נאט בעד... כאב שוין געלאכט ווען כא'געזעהן ס'קעפל! ווילסט אזא תגובה וואו זאלצי האט געקריגן?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך ינואר 09, 2013 7:02 pm

ש-מ-ע-ל-ק-א-!-!-!

יא ס'איז דא נאר איין שמעלקא ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך ינואר 09, 2013 7:02 pm

איך האב עטליכע מאל ממש אויסגעשאסן וואס דער שמעלקא ווארט דא צוזאם. ממש א ידען נפלא בגילי (נו!) און בנסתר. :lol:
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך ינואר 09, 2013 7:16 pm

גוט.

גראדע שמעלקא באטרעפט צייטליך ווען ער איז אין כולל, צוזאמען באטרעפט עס תשר"ק, והבן.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 09, 2013 7:22 pm

א שאד,
קענסט ווארטן ביז 1492 האסטו שוין אויך 5 פאר קולומבוס-טאג
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

שמיראכץ
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2012 12:50 am

תגובהדורך שמיראכץ » מיטוואך ינואר 09, 2013 7:38 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:גוט.

גראדע שמעלקא באטרעפט צייטליך ווען ער איז אין כולל, צוזאמען באטרעפט עס תשר"ק, והבן.


דאס אז שמעלקא איז אין כולל איז א אלטע מעשה, אבער וואס זוכט דארט צייטליך?

שמעלקא האסט מיר ארויפגעצווינגן א שמייכל ערב איינפאסטן יום ה' שובבים!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך ינואר 09, 2013 7:39 pm

שמיראכץ האט געשריבן:
יגרסהדותא האט געשריבן:גוט.

גראדע שמעלקא באטרעפט צייטליך ווען ער איז אין כולל, צוזאמען באטרעפט עס תשר"ק, והבן.


דאס אז שמעלקא איז אין כולל איז א אלטע מעשה, אבער וואס זוכט דארט צייטליך?

שמעלקא האסט מיר ארויפגעצווינגן א שמייכל ערב איינפאסטן יום ה' שובבים!!

שמיראכץ, כ'ווייס נישט ווער די ביסט, אבער סאום האו האסטו גאר גוט געשריבן דא! והמכין יכין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך ינואר 09, 2013 8:04 pm

שמעלקא טויב ווייזט אויף אז רצון ברעכט אייזן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3769
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך ינואר 09, 2013 8:21 pm

צייטליך האט געשריבן:איך האב עטליכע מאל ממש אויסגעשאסן וואס דער שמעלקא ווארט דא צוזאם. ממש א ידען נפלא בגילי (נו!) און בנסתר. :lol:


גם אני מצטרף להנ"ל בדבריו הנ"ל.

;l;p-
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך ינואר 09, 2013 9:17 pm

האלאו האלאו, איר זענט פון זינען? שמעלקא אין כולל? קיינמאל! א באנק זאל אייער הויזן קוועטשן!

צייטליך, כ'האב קיינמאל געוויסט אז איך באטרעף דיר, זאל מיר ענדערש דער דאך באטרעפן. אין ישיבה ביזטו נישט געווען צום געפינען, דער משגיח ר' ישראל הערש האט געזאגט פאר דיין לייט זעליגער פאטער ר' אפרים פונקטליך ווען ער איז דיר געקומען נעמען צו דיין כמעט באשערטע אסתר בת אברהם די גיורת פון ראבלינג סט. (האסט געמאכט א גוטע אקציע מיט'ן נעלם ווערן און דער שידוך איז געווארן אויס, בראווא!) "יואלי'ש איז נישט צום טרעפן!" און דא טרעפסעך אין שמעלקא!

אויב די געדענקסט, איך פלעג רייכערן אונטערן ארון הקודש, און די פלעגסט גיין ביי די גרינע באקס מיט דיין מרדכי בן דוד טעיפרעקארדער, שא, זאג נישט אויס.

ואגב, צייטליך באטרעפט יא וויכטיג מאכער, ווייל עטץ פלעגטץ אינאיינעם אויסהערן די סקענער יעדע ליל שיש, עיטש בעיס קיו בעיס אן דע סיען, און א אלטע באבע האט זיך אויסגעגליטשט אין בארא פארק, טאקע זייער וויכטיג געווען מיר אויפצוועקן פארדעם, גזל שינה איז א דאוריתא!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מיטוואך ינואר 09, 2013 9:20 pm

אריין אין יואלי פרידמאן אשכול

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מיטוואך ינואר 09, 2013 9:25 pm

שמעלקא גוט גוט

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך ינואר 09, 2013 9:33 pm

שמעלקא האט אויך געלערנט אין לעיקוואד?
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך ינואר 09, 2013 9:51 pm

שמעלקא!!!! וואס דו קענסט נישט.


(דו האלטסט טאקע אז זאלצי איז אנטלאפן ווייל ער איז אויסגעלאפן פון געדאנקען? נע... - אריין אין 600 אשכול)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך ינואר 09, 2013 9:52 pm

ווער איז דער זאלצי פון וועם יעדער רעדט מיט אזא התפעלות? נישט מער ווי איינער וואס האט ארויסגעלאזט א קליין ביסל פון זיין הייסע ווארע און ביי שלש מאות רכב בחור רוהט ער זיך אפ. (אריין אין אשכול השישי, עה, אויב האסט מעדיקעיד גיי שוין אריין אין שפיטאל!).
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך ינואר 09, 2013 10:15 pm

געהערט אמאל אז א ראש ישיבה האט געטייטשט אזוי:

אשה כי תזריע: א בחור וואס וועט פוילעצן.
וילדה זכר: און ער וועט נישט אויפשטיין פארטאגס.
זאל ער וויסן; וטמאה שבועיים: כוועל אים ארויסווארפן פון ישיבה!!!

שמעלקי טייטשט אזוי:

שלש מאות: דריי הונדערט
רכב בחור: דאפלט ווי א בחור.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מיטוואך ינואר 09, 2013 10:17 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:געהערט אמאל אז א ראש ישיבה האט געטייטשט אזוי:

אשה כי תזריע: א בחור וואס וועט פוילעצן.
וילדה זכר: און ער וועט נישט אויפשטיין פארטאגס.
זאל ער וויסן; וטמאה שבועיים: כוועל אים ארויסווארפן פון ישיבה!!!

פלצתי עד מאוד

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 8:43 am

קוקט אויס אז רעב שמעלקא גרייטזיך שוין אויף זיין 2בשבט סעודה, אנגעהויבן מיט די 80 פייגן, אתרוג קאמפאט, א נייע מנהג ארויפ-צולייגן אלע מאכלים פון יאמטובים אויפן 2בשבט מעניו, אינקלודינג מצות מיט קרעפליך און כדי נישט צו עסן לשם תאוה, באזאלצט ער אלעס, כמנהג אבותיו הק., ס'בלייבט נאר איבער געוואר צו ווערן אויף וועכע פןן 4 רוחות ער גייט פראווען טיש, מ'זאל קאנען אהין שיקן אלע כל העולם'ס.
ר' שמעלקע, דאען גוד, קיפ איט אפ.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 11:09 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:האלאו האלאו, איר זענט פון זינען? שמעלקא אין כולל? קיינמאל! א באנק זאל אייער הויזן קוועטשן!

צייטליך, כ'האב קיינמאל געוויסט אז איך באטרעף דיר, זאל מיר ענדערש דער דאך באטרעפן. אין ישיבה ביזטו נישט געווען צום געפינען, דער משגיח ר' ישראל הערש האט געזאגט פאר דיין לייט זעליגער פאטער ר' אפרים פונקטליך ווען ער איז דיר געקומען נעמען צו דיין כמעט באשערטע אסתר בת אברהם די גיורת פון ראבלינג סט. (האסט געמאכט א גוטע אקציע מיט'ן נעלם ווערן און דער שידוך איז געווארן אויס, בראווא!) "יואלי'ש איז נישט צום טרעפן!" און דא טרעפסעך אין שמעלקא!

אויב די געדענקסט, איך פלעג רייכערן אונטערן ארון הקודש, און די פלעגסט גיין ביי די גרינע באקס מיט דיין מרדכי בן דוד טעיפרעקארדער, שא, זאג נישט אויס.

ואגב, צייטליך באטרעפט יא וויכטיג מאכער, ווייל עטץ פלעגטץ אינאיינעם אויסהערן די סקענער יעדע ליל שיש, עיטש בעיס קיו בעיס אן דע סיען, און א אלטע באבע האט זיך אויסגעגליטשט אין בארא פארק, טאקע זייער וויכטיג געווען מיר אויפצוועקן פארדעם, גזל שינה איז א דאוריתא!

וואס זאליך דיר זאגן שמעלקא. האסט א פיינעם זכרון!! (נאר א שאד עס ארבייט נישט)

משגיח ר' ישראל הערש.. ס'שוין גארנישט קיין לעיקוואד מעשיות, פארווער עס ווייסט, די גרינע באקס אויך נישט, אבער דארט האט מען קיין טעיפס נישט געהערט. דארט האט מען פארלוירן געלט פון פאוקער... און די סקענער... בעסער אז מ'רעדט נישט, ווייל וואס דיך באדערט איז אז מיטן סקענער ביניך געליבן ווידעראום א רעדיאו פאר ספורטס האסטו געדארפט קויפן יעדען טאג א ניייע בשעת ר' יוסף לייב האט אנגעפילט זיין לעדל דערמיט.

איי.. נאסטלאגיע!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 2:28 pm

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:געהערט אמאל אז א ראש ישיבה האט געטייטשט אזוי:

אשה כי תזריע: א בחור וואס וועט פוילעצן.
וילדה זכר: און ער וועט נישט אויפשטיין פארטאגס.
זאל ער וויסן; וטמאה שבועיים: כוועל אים ארויסווארפן פון ישיבה!!!

פלצתי עד מאוד

מפי' ר' יונה פארסט ע"ה

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 2:50 pm

פשי-הא, זוינע ידיעות התורה אין די קליינע אותיות, אויף אזוינס, נישט געראכטן! ניטאמאל פורים קאן איך דאס באווייזן, ווייל אין לי עסק בניסתרים...

אריין אין קבלה אשכול
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 3:31 pm

1432 ווייזט אויף השלמה?? לאמיר זעהן!

ה איז 5, ש איז 300, ה טיימס ש איז 1500.
ל איז 30, מ איז 40, ל פלאס מ איז 70.
1500 מיינעס 70 איז 1430, פלאס ה איז 1435 מיינעס די דריי תגובות וואס זענען אויסגעמעקט געווארן (די ווייסט זייער גוט וואס איך רעד...) איז עס...

1432

די איינציגסטע פראבלעם איז... אז ס'שטימט עעעעככככטטטט!!!
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 5:06 pm

ס'שמעקט פון חבד משלים
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי גאר!, מטעמים און 23 געסט