בלאט 10 פון 10

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 2:44 pm
דורך כאפצעם
האביך פונקט געהערט דעם שבת פון א ביהמ"ד אין קרית יואל ווי ס'קומט פאר יעדע נאכט מער אזא בעל בית'ישער שיעור פאר ארום צוויי מנינים יודן;
האט דער חשובער מגי"ש לעצטענס געמאכט א קאמפיין ביי זיינע מקשיבים און האט געפועלט ביי כמעט יעדעם איינעם- אינגאנצן אויפצוגעבן דעם סמארט פאון!

מי כעמך ישראל!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 2:48 pm
דורך לכאורה
דער מגי"ש דארט איז אפשר ר' י.א.ש.?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 2:57 pm
דורך אנכי
לכאורה האט געשריבן:דער מגי"ש דארט איז אפשר ר' י.א.ש.?

המגי"ש הוא ר' מרדכי הערש שפיטצער

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 2:58 pm
דורך אנכי
השיעור מתקיים בביהמ"ד תולדות צבי ד'ספינקא בקרית יואל

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 3:03 pm
דורך לכאורה
יישר כח.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 3:07 pm
דורך כאפצעם
אנכי האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:דער מגי"ש דארט איז אפשר ר' י.א.ש.?

המגי"ש הוא ר' מרדכי הערש שפיטצער

יאפ.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 3:21 pm
דורך שמעלקא טויב
אנכי האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:דער מגי"ש דארט איז אפשר ר' י.א.ש.?

המגי"ש הוא ר' מרדכי הערש שפיטצער


איז געשטאנען אויפ'ן מודעה חמישים אברכים, נישט אזוי?

געשריבן: זונטאג מארטש 22, 2015 2:23 pm
דורך ggg
מיט נאסע אויגן מיט א פארגליווערטע הארץ מיט א פארפרוינע מוח ברענגן איך ארויף די אשכול וואס האט געהאט די זכיה אויף צו וועקן אידישע קינדער נאך יענע ביטערע גלויבער טראגעדיע זאלן יעצט ווידער קימען די וואס קענען קלאגן אויפן פאפיר און אויפוועקן אידישע הערצער זאלן דערשפירן די שרעקליכע ריף וואס אינזער ליבע טאטע דער בעל הרחמים ריפט צו אינז מיט די שרעקליכע (איך ניץ די ווארט ווייל איך האב נישט עפעס אנדערשט אבער די ווארד איז בכלל נישט פאסיג פאר אזא געשענישט) אימגליק ווען 7 יא ליידער 7 קינדער נישט קיין בר ענשין זענען ליידער פארברענט געווארן לעבעדיגערהייט אוייייייי וויייייי טאטע ווי קראכט נישט די קיבארד פון אזאליכע ווערטער איך קען מער נישט שרייבן טייערע טאטע אויייייייייייי

געשריבן: זונטאג מארטש 29, 2015 4:29 pm
דורך פלאטשקע
ggg האט געשריבן:מיט נאסע אויגן מיט א פארגליווערטע הארץ מיט א פארפרוינע מוח ברענגן איך ארויף די אשכול וואס האט געהאט די זכיה אויף צו וועקן אידישע קינדער נאך יענע ביטערע גלויבער טראגעדיע זאלן יעצט ווידער קימען די וואס קענען קלאגן אויפן פאפיר און אויפוועקן אידישע הערצער זאלן דערשפירן די שרעקליכע ריף וואס אינזער ליבע טאטע דער בעל הרחמים ריפט צו אינז מיט די שרעקליכע (איך ניץ די ווארט ווייל איך האב נישט עפעס אנדערשט אבער די ווארד איז בכלל נישט פאסיג פאר אזא געשענישט) אימגליק ווען 7 יא ליידער 7 קינדער נישט קיין בר ענשין זענען ליידער פארברענט געווארן לעבעדיגערהייט אוייייייי וויייייי טאטע ווי קראכט נישט די קיבארד פון אזאליכע ווערטער איך קען מער נישט שרייבן טייערע טאטע אויייייייייייי

מורא'דיג, כ'ווייס נישט וואס מען וואלט געדארפט טוען, אבער עקארדינג וואס מען האט דאן געטון עטליעסט א "קאמפיין זיבן ארויף!!! דערווייל זעה איך שלאפט דער אשכול, מסתמא האט דער עולם גענצליך געזעצט אין ביהמ"ד און אפגעהאקט מיט די כלי, "קאמפיין 100 ארויף" גאנץ אפטימיסטיש ...

געשריבן: זונטאג מארטש 29, 2015 5:05 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד

היינט אינמיטן שרייבן פאר א קליענט ווער איך געוואויר אז אין ווייסן הויז שטייט א סטעף נעבן פרעזידענט'ס אפיס, און ווער עס גייט אריין לייגט אראפ די מכשירים, אלע טעלעפאנען, ביי דעם סטעף, ביז מען קומט צוריק ארויס און מען באקומט עס צוריק.


נו????????????????????????????????????????????

און אין ביהמ"ד, לפני מלך קל רם ונשא אדון עולמים?????????????????????????????????????


צוויי וואכן צוריק, ביים אויסברוך פונעם קלינטאן-אימעיל סקאנדאל, ווער איך געוואויר אז דריי פון די גרעסטע סענאטארן, שומער, מעקעין און גרעהעם, האבן "פליפ-פאונס אן טעקסט," און שטייען ווייט פון אימעיל כמטחוי קשת. יעדער האט זיין סיבה, און די סטעף נעמען קעיר דערפון מיט זייערע מכשירים. אבער ווי קען מען זיין אזוי וויכטיג אינעם וויכטיגסטן פארלאמענט אויפ'ן כדור העולם, אן האבן אליינס קיין שום וויכטיגע טעקסט, קיין שום אימעיל בכלל.

האאאאא?????????????????????????????


געשריבן לע"נ די זיבן קרבנות האש ז"ל, און לזכותי בתוך כלל ישראל.

געשריבן: פרייטאג יולי 03, 2015 5:24 pm
דורך aperlscript
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

היינט אינמיטן שרייבן פאר א קליענט ווער איך געוואויר אז אין ווייסן הויז שטייט א סטעף נעבן פרעזידענט'ס אפיס, און ווער עס גייט אריין לייגט אראפ די מכשירים, אלע טעלעפאנען, ביי דעם סטעף, ביז מען קומט צוריק ארויס און מען באקומט עס צוריק.


נו????????????????????????????????????????????

און אין ביהמ"ד, לפני מלך קל רם ונשא אדון עולמים?????????????????????????????????????


צוויי וואכן צוריק, ביים אויסברוך פונעם קלינטאן-אימעיל סקאנדאל, ווער איך געוואויר אז דריי פון די גרעסטע סענאטארן, שומער, מעקעין און גרעהעם, האבן "פליפ-פאונס אן טעקסט," און שטייען ווייט פון אימעיל כמטחוי קשת. יעדער האט זיין סיבה, און די סטעף נעמען קעיר דערפון מיט זייערע מכשירים. אבער ווי קען מען זיין אזוי וויכטיג אינעם וויכטיגסטן פארלאמענט אויפ'ן כדור העולם, אן האבן אליינס קיין שום וויכטיגע טעקסט, קיין שום אימעיל בכלל.

האאאאא?????????????????????????????


געשריבן לע"נ די זיבן קרבנות האש ז"ל, און לזכותי בתוך כלל ישראל.

איך האב געזען אין ביהמ״ד סקווירא אין מאנטריאל , א ספעיציעלע שאנק פון קליינע לאקערס מיט rechargers פארן סעלפאן אין יעדע לאקער.
עס איז א מורא׳דיגע געדאנק , אלע בתי מדרשים וואלטן געברויכט האבן אזאנס

געשריבן: מיטוואך יוני 29, 2016 12:17 pm
דורך קברנה סובניון
שאהן הענניטי האט געשריבן:איך נעם זיך אונטער בעז"ה צו אנהאלטן מיין קבלה וואס כ'האב לעצטענס אינטערגענומען, און ס'גייט שוין אהן פאר אפאר חדשים ב"ה, נישט צו הערן קיין ראדיא, נישט קיין חילוק וואס די ריזען איז. ציה איז דאס נייעס, וועטער, פאליטיק, טאלק שאוס, וכו'.
ווי איר קענט זעהן פון מיין ניק, פלעג איך זיין שטארק עדיקטעד צו איינע פון די טאלק שאוס. איך פלעג מיט מיין גרויס פקחות האלטן, אז די פראבלעם פון ראדיא איז עפעס נישט פאר מיר. איי פאר וועמען יא? א גוטע קשיא.
דאס איז אלעס געווען ביז כ'האב מיר געגעבן א כאפ, אז אזוי מיר נישט דיר נישט, הערט מען דארטן פיסטע געמיינע ניבול פה, אפי' נישט במכוון, אבער ביי א גוי איז יעדע צווייטע עפיזאד אדער נייעס, א שטיק ניבול, נו פארוואס זאל א איד וואס איז פונעם עם הנבחר- אפגעשיידט פון די אלע מעשים תעתועים - ברויכן הערן די אלע שטותים והבלים, וואס נאך אלעם, צינדט עס אהן דעם תאוות היצר אז מ'זאל זוכן און זיך אריינלייגן אין אייגענע נסיונות, און מ'כאפט זיך ניטאמאל אז דעיס קומט פון זיך אנהערן מיט די אלע גויאישקייטן.
ס'איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך צו איינהאלטן די קבלה. איך בין שוין כמה פעמים געזיצן אין טרעפיק, וואס כ'וואלט בדרך הטבע געקענט פארמיידן ווען כ'הער ווען פארדעם די ראדיא, אבער ס'ברענגט מיט זיך דעם גוטן געפיל, אז מ'ווייסט, מ'איז העכער פונעם גוי, אפגעשיידט פון אלע טומאת עמים.
דער אויבערשטער זאל אונז גיבן כח אנצוהאלטן די גוטע קבלות, און אונז אנשרייבן אלעם גוטן בזכות זה.
יישר כח פאר די צוויי נחשונים לדבר מצוה, זאלץ וואסער און שמעלקא. חפץ ה' בידינו יצליח.

חזק ואמץ!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:52 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
נו!! לאמיר ארויפברענגען דעם אשכול,
האמיר זיך איינגעהאנדעלט א פשוט'ן טעלעפאון און גענדיגט מיטן אייפאון,

@איינס ארויף!!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 8:02 am
דורך יאנקעלע קליגער
געוואלדיג יאנקעל! חזק ואמץ!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 3:03 pm
דורך קברנה סובניון
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:געוואלדיג יאנקעל! חזק ואמץ!

געשריבן: פרייטאג פאברואר 16, 2018 2:11 pm
דורך הצדיק
איך מיין עס איז צייט אויף צו פרישן די קאמפיין.!
א איד די וואך איז גיגאגען צום דאקטער פאר א קליינע פעסיזשער, אין האט געכאפט א הארץ אטאקע אויפן פלאץ,ל"ע.!!!!