קאמפיין: איינס ארויף!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
motorola
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2012 3:30 pm

תגובהדורך motorola » מיטוואך מארטש 06, 2013 4:45 pm

און פאר ענק שמעלקע און זאלץ וואסער א גרויסן יישר כח פארן געבען אזויפיל חיזוק! עטץ זאלטס וויסן אז יעדעס מאל וואס איך האלט מיר איין צו דריקען דעם קנעפל עס צוהערן באקומט איר שכר פאר דעם!! וועגען ענקער קאמפיין האב איך מיר עס אינטער גענומען!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מארטש 06, 2013 8:30 pm

מען קען ממליץ זיין אויף די שמועסערייען צווישן זאלצי און שמעלקיש "אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו - ויקשב ה' וישמע ויכתב בספר זכרון לפניו ליראי ה' ולחושבי שמו"!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9632
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 2:02 am

אז ענק רעדן וועגן א עצה אויף בשעת מעשה ווען מען באגעגענט זיך מיט א נסיון, האב איך אמאל געהערט א געוואלדיגע עצה, יענער זאגט אזוי, ווען מען שטארקט זיך אויף א נסיון איז דאס א סגולה אז די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן יראי ה', ממילא בשעת עס קומט אן דעם נסיון זאל מען טראכטן איך גיי זיך יעצט איינהאלטן כדי די זכות זאל ביישטיין פאר מיינע קינדער אז זיי זאלן זיין ערליכע אידן, און פאר די קינדער טוט מען דאך אלעס אויף די וועלט.

נאך א שטארקע עצה איז רעדן צום באשעפער אפי' אין פשוטע אידיש, "טאטע טייערע, האסט מיר געשיקט יעצט א נסיון א שווערע, איך בעט דיר ברחמים, העלף מיר איך זאל עס ביישטיין און נישט דורכפאלן".

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 10:02 am

איך ווייס נישט צו יא שרייבן אדער נישט שרייבן אבער איך רעדט מיר איין אז איך מיין באמת נישט מיך צי רימען ע"כ האב איך באשלאסן יא צושרייבן מחזק צו זיין אנדערע.

ס'איז אזוי שוין ליידער א שטיק צייט ווען מדארף און שטיב עפעס א גרעסערע זאך ווייסט מיין בני בית אז איך גלייך קודם צו קיקען אויב איך קען טרעפען ביליגער אויפן נעט (מיין יצר הרע האט מיר צוגעשעלט אפי' א גיט געפיל סאיז דאך אידיש געלט..) און די לעצטע טעג האמיר געזען אז איך דארף האבן עפעס אויף פסח און ממאך מיר די חשבון מיט די בני בית אויב מהאמיר יעצט די געלט דערפאר און אזוי אינמיטן די שמיעס זאגט מיר מיין בני בית אז איך זאל קיקען אויב אויף די נעט קען איך עס האבן ביליגער און איך געב איר א זאג יא אבער אויב טרעפ איך אן איין נישט איידעל בילד בין איך שוין ארויס מיט גרויס שאדן און מיין ווייב געט א קיק אויף מיר צי זי רעדט מיט איר מאן ווייל זי האט עס נישט געהערט פון מיר ביז יעצט (ליידער..) און זי פרעגט וואס?! און דעמאלטץ האב איך געכאפט וואס איך האב איר גענפערט און איך געב א טראכט אריין וואס ס'מיינט זיך אינטער צונעמען א גיטע זאך ווי שטארק דעס האט א השפעה אויפן מענטש!

א מענטש דארף נאר אנהייבן מיט איינס ארויף אין דערנאך גייט עס ווייטער נישט איינס ארויף נאר אסאך ארויף!

און יעצט טייערע אידן שטארק אייך זייט אייך מחזק מיט אייערע גיטע קבלות די גיטע געפיל אז מ'טיט עפעס לע"נ די טייערע קרבנות ציבור און אז מווערט נענטער צים טאטע'ן און הימל איז ווערט אלע געלטער!!
לעצט פאראכטן דורך האלץ האקער אום דאנארשטאג מארטש 07, 2013 3:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 10:08 am

געוואלדיג האלץ האקער, ס'איז גארנישט אוועקצומאכן, אידן ווערן נאר בעסער, WOW, לאמיר עס אנהאלטן ווייטער!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 10:28 am

למעלה משבעים האט געשריבן:אז ענק רעדן וועגן א עצה אויף בשעת מעשה ווען מען באגעגענט זיך מיט א נסיון, האב איך אמאל געהערט א געוואלדיגע עצה, יענער זאגט אזוי, ווען מען שטארקט זיך אויף א נסיון איז דאס א סגולה אז די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן יראי ה', ממילא בשעת עס קומט אן דעם נסיון זאל מען טראכטן איך גיי זיך יעצט איינהאלטן כדי די זכות זאל ביישטיין פאר מיינע קינדער אז זיי זאלן זיין ערליכע אידן, און פאר די קינדער טוט מען דאך אלעס אויף די וועלט.

נאך א שטארקע עצה איז רעדן צום באשעפער אפי' אין פשוטע אידיש, "טאטע טייערע, האסט מיר געשיקט יעצט א נסיון א שווערע, איך בעט דיר ברחמים, העלף מיר איך זאל עס ביישטיין און נישט דורכפאלן".


איינע פון די זאכן מוסף צו זיין אויף וואס למעלה האט געשריבן:

איך האב געהערט פון איינע פון מיינע מגידי שיעור, און איך געדענק עס שטיין אין די ספה"ק נאר אויף די מינוט געדענק איך נישט דעם מקור (אדרבה: די תלמידי חכמים שבינינו זאלן מעיר זיין וואו דאס איז) אז ווען א איד האט א נסיון פון הסתכלות, און בשעת מעשה בעט ער פאר זיי וואס, האט ער א כח ווי א פועל ישועות...

די עצה איז בדוק ומנוסה, וד"ל.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 10:55 am

כ'האב עס געהערט בשם הגה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל, אז אין יענע רגע קען מען אלעס פועל'ן, און מ'זאל אינזינען האבן וועם מ'געדענקט אז ער דארף א ישועה.

אבער זאלץוואסער, לאמיר דיר זאגן, כ'האב געהאט א לאנגע שמועס מיט א עקספערט, ער זאגט אז די אלע זאכן העלפן נאר ווען איינער איז נאכנישט איינגעזינקן תוך תוכו אין שמוץ, ליידער די וואס זענען שוין צו שטארק אריין דערינען, העלפט נישט די אלע זאכן, דער כוח היצר איז ביי זיי נעבעך צו גרויס.

פאר זיי איז דא דער צוועלעף שטאפל פראגראם פון גאורד יור אייס.

אבער מיר גייען ווייטער, איינס אויף ארויף!!!

איך האב נישט נעכטן און נישט האנט געקוקט אויף די נייעס סייטס וועגן דעם מערדער, סיי ווייל איך האב זיך פארגענומען נישט צו גיין אויף נייעס סייט'ס, און אויך ווייל איך האלט "אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן פאר אונז צו רעדן וועגן דעם מערדער".

לדעתי פארגעסט מען פון די התעוררות ווען מ'רעדט פונעם מערדער. איך האלט קלאר אזוי, ווער איז נאך היינט בהתעוררות וועגן לייבי קלעצקי? כמעט קיינער!

רבותי, ווארפט אלעס אוועק, דאס אלעס איז נארישקייטן, זייט פארנומען מיט תשובה ותיקון המעשים מתוך שמחה, און נישט מיט דעם דרייווער און דער מערדער וכו' וכו' וכו' וואס פארדרייט דעם קאפ!

איך בעט ענק
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 11:01 am

זאלץוואסער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אז ענק רעדן וועגן א עצה אויף בשעת מעשה ווען מען באגעגענט זיך מיט א נסיון, האב איך אמאל געהערט א געוואלדיגע עצה, יענער זאגט אזוי, ווען מען שטארקט זיך אויף א נסיון איז דאס א סגולה אז די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן יראי ה', ממילא בשעת עס קומט אן דעם נסיון זאל מען טראכטן איך גיי זיך יעצט איינהאלטן כדי די זכות זאל ביישטיין פאר מיינע קינדער אז זיי זאלן זיין ערליכע אידן, און פאר די קינדער טוט מען דאך אלעס אויף די וועלט.

נאך א שטארקע עצה איז רעדן צום באשעפער אפי' אין פשוטע אידיש, "טאטע טייערע, האסט מיר געשיקט יעצט א נסיון א שווערע, איך בעט דיר ברחמים, העלף מיר איך זאל עס ביישטיין און נישט דורכפאלן".


איינע פון די זאכן מוסף צו זיין אויף וואס למעלה האט געשריבן:

איך האב געהערט פון איינע פון מיינע מגידי שיעור, און איך געדענק עס שטיין אין די ספה"ק נאר אויף די מינוט געדענק איך נישט דעם מקור (אדרבה: די תלמידי חכמים שבינינו זאלן מעיר זיין וואו דאס איז) אז ווען א איד האט א נסיון פון הסתכלות, און בשעת מעשה בעט ער פאר זיי וואס, האט ער א כח ווי א פועל ישועות...

די עצה איז בדוק ומנוסה, וד"ל.

איך האב דאס אמאל געזעהן אין א קונטרס בשם תולדות אהרן רבי'ן זצ"ל.


אבער איין מינוט, מ'לויפט נישט אריין אן גריסן...
יישר כח אייך ביידן הני צנתרי דדהבא, ר' שמעלקא און זאלצעלע, פאר די שיינע דברי חיזוק, ממש א כנסיה לשם שמים.

איך בייג מיך צו די שמועסן צוווישן ענק ביידן מיטן האנט אויפן אויער, הערן יעדן שארך און גארנישט פארפאסן, הייב זיך נישט אויף ביז ווען די שמועסן ענדיגן זיך.
רעקארדעט, אפגעשריבן, און הענגט העכערן סקרין.

עכט פארצייטיש שמועסן פון חסידים ואנשי מעשה, יא, געהעריג חיזוק אן מיט ערנסקייט. דער עולם רופט זיך אן, מקבל אויף זיך דברים טובים, איינער פארציילט עמידה בנסיון, א צווייטער א קבלה טובה, א דריטער אן עצה...
באשעפער זיסער קוק אראפ אויף דיינע זיסע קינדעלעך, ווי לעכטיג זיי זענען...

ברידע טייערע זייטס ממשיך, איך דארף נאך כח 'אויסצופאקן' מיין ווידוי... האלטס אן!...
פמליה של מעלה האלט מיט די שא שטילע - אבער הייליג קאכעדיגע - שמועסן אויפן וועלטל דא...

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 11:18 am

עס ווערט גברענגט בספר קדושת עינים עמוד קע אות תס"א בשם הרה"ק בעל שומר אמונים.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 6:09 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:איך נעם זיך אונטער בעז"ה צו אנהאלטן מיין קבלה וואס כ'האב לעצטענס אינטערגענומען, און ס'גייט שוין אהן פאר אפאר חדשים ב"ה, נישט צו הערן קיין ראדיא, נישט קיין חילוק וואס די ריזען איז. ציה איז דאס נייעס, וועטער, פאליטיק, טאלק שאוס, וכו'.
ווי איר קענט זעהן פון מיין ניק, פלעג איך זיין שטארק עדיקטעד צו איינע פון די טאלק שאוס. איך פלעג מיט מיין גרויס פקחות האלטן, אז די פראבלעם פון ראדיא איז עפעס נישט פאר מיר. איי פאר וועמען יא? א גוטע קשיא.
דאס איז אלעס געווען ביז כ'האב מיר געגעבן א כאפ, אז אזוי מיר נישט דיר נישט, הערט מען דארטן פיסטע געמיינע ניבול פה, אפי' נישט במכוון, אבער ביי א גוי איז יעדע צווייטע עפיזאד אדער נייעס, א שטיק ניבול, נו פארוואס זאל א איד וואס איז פונעם עם הנבחר- אפגעשיידט פון די אלע מעשים תעתועים - ברויכן הערן די אלע שטותים והבלים, וואס נאך אלעם, צינדט עס אהן דעם תאוות היצר אז מ'זאל זוכן און זיך אריינלייגן אין אייגענע נסיונות, און מ'כאפט זיך ניטאמאל אז דעיס קומט פון זיך אנהערן מיט די אלע גויאישקייטן.
ס'איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך צו איינהאלטן די קבלה. איך בין שוין כמה פעמים געזיצן אין טרעפיק, וואס כ'וואלט בדרך הטבע געקענט פארמיידן ווען כ'הער ווען פארדעם די ראדיא, אבער ס'ברענגט מיט זיך דעם גוטן געפיל, אז מ'ווייסט, מ'איז העכער פונעם גוי, אפגעשיידט פון אלע טומאת עמים.
דער אויבערשטער זאל אונז גיבן כח אנצוהאלטן די גוטע קבלות, און אונז אנשרייבן אלעם גוטן בזכות זה.
יישר כח פאר די צוויי נחשונים לדבר מצוה, זאלץ וואסער און שמעלקא. חפץ ה' בידינו יצליח.


ג"א מצטרף אי"ה צו די קבלה טובה בל"נ ביז ר"ח חשון תשע"ד לפ"ק

שאהן: דיין קרעדיט!!! לאז נישט נאך!!!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 6:33 pm

מילכיגער האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:איך נעם זיך אונטער בעז"ה צו אנהאלטן מיין קבלה וואס כ'האב לעצטענס אינטערגענומען, און ס'גייט שוין אהן פאר אפאר חדשים ב"ה, נישט צו הערן קיין ראדיא, נישט קיין חילוק וואס די ריזען איז. ציה איז דאס נייעס, וועטער, פאליטיק, טאלק שאוס, וכו'.
ווי איר קענט זעהן פון מיין ניק, פלעג איך זיין שטארק עדיקטעד צו איינע פון די טאלק שאוס. איך פלעג מיט מיין גרויס פקחות האלטן, אז די פראבלעם פון ראדיא איז עפעס נישט פאר מיר. איי פאר וועמען יא? א גוטע קשיא.
דאס איז אלעס געווען ביז כ'האב מיר געגעבן א כאפ, אז אזוי מיר נישט דיר נישט, הערט מען דארטן פיסטע געמיינע ניבול פה, אפי' נישט במכוון, אבער ביי א גוי איז יעדע צווייטע עפיזאד אדער נייעס, א שטיק ניבול, נו פארוואס זאל א איד וואס איז פונעם עם הנבחר- אפגעשיידט פון די אלע מעשים תעתועים - ברויכן הערן די אלע שטותים והבלים, וואס נאך אלעם, צינדט עס אהן דעם תאוות היצר אז מ'זאל זוכן און זיך אריינלייגן אין אייגענע נסיונות, און מ'כאפט זיך ניטאמאל אז דעיס קומט פון זיך אנהערן מיט די אלע גויאישקייטן.
ס'איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך צו איינהאלטן די קבלה. איך בין שוין כמה פעמים געזיצן אין טרעפיק, וואס כ'וואלט בדרך הטבע געקענט פארמיידן ווען כ'הער ווען פארדעם די ראדיא, אבער ס'ברענגט מיט זיך דעם גוטן געפיל, אז מ'ווייסט, מ'איז העכער פונעם גוי, אפגעשיידט פון אלע טומאת עמים.
דער אויבערשטער זאל אונז גיבן כח אנצוהאלטן די גוטע קבלות, און אונז אנשרייבן אלעם גוטן בזכות זה.
יישר כח פאר די צוויי נחשונים לדבר מצוה, זאלץ וואסער און שמעלקא. חפץ ה' בידינו יצליח.


ג"א מצטרף אי"ה צו די קבלה טובה בל"נ ביז ר"ח חשון תשע"ד לפ"ק

שאהן: דיין קרעדיט!!! לאז נישט נאך!!!

קאנגראטאלאציעס!!!

ז"ל מדרש תנחומא פרשת כי תשא סימן ב: "וכי יש אדם סג שדהו בשושנים דרך העולם גודרים שדותיהם בקוצים ובדרדרים בשיחין ובסגיין ומה הוא סוגה בשושנים אלו מצות הרבה כשושנים כיצד וכו'." ועיי"ש דברים מלהיבים לענינינו.
איך מיין אפי' וואס ס'ווערט געטוהן ברבים אין וועלטל איז פשוט אז ס'הייסט בסתר, ווער ווייס ווער און וואו?...

מדה טובה מרובה, אזעלכע אונטענעמוגן וואס טוטסעך דא אויפן וועלטל. איז א מגין אויף כלל.
און ס'האט נאך דערצו א בחינה פון מתן בסתר, די פראצענטן זענען פיל מער...

ר' שמעלקא זאלצער, מעג איך אויך שטופן אביסל דעם וואגן? וועל דורך דעם קענען זיין אין האלוועי פון ענקער היכל?

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 7:48 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:ג"א מצטרף אי"ה צו די קבלה טובה בל"נ ביז ר"ח חשון תשע"ד לפ"ק

שאהן: דיין קרעדיט!!! לאז נישט נאך!!!

קאנגראטאלאציעס!!!
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 8:40 pm

גלייבטס מיר איך האב טרערן אין די אויגען אין פין מיין מויל רייסט זיך ארויס א פסוק "מי כעמך ישראל"

איך פארשטיי שוין א טראפ פארוואס אינז זעמער אן עם סגולה.

א יישר כח פאר די מייסדים "שכרך הרבה מאוד"

אין פאר די וואס האבען אנטייל גענומען "אשריך וטוב לך" דער הייליגער בארדוטשיבער העט זיך ווען מחי-ה געוועהן מיט אזאנע יודען ווי ענק!

כדאי צו האבען א חלק אין די געוואלדיגע אויפטוה.

כ'האב ליידער א סך וואס צו מתקן זיין, אבער אזוי ווי איך זעה דער עולם דא האט זיך אזוי אוועק געגעבען פאר סור מרע, וועל איך פראבירען עס צו מאכען א דבר השלם מיטען זיך אינטערנעמען אן עשה טוב.

איך נעם זיך אינטער בל"נ צו לערנען 10 מינוט מוסר א יעדן טאג ביז שבת הגדול.

וחפץ השם בידינו יצליח.

איינס ארויף!
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג מארטש 08, 2013 11:04 am

יעצט דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול אין איין אטעם (כמעט),
אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרין...... איך פיל פאר א זכיה צו זיין א חלק פון אזא פלאץ,
די גרינדער פונעם אשכול און אלע חבירים וואס האבן אנטייל גענומען חזק ואמץ זכות הרבים תלוי בידכם,
איך פון מיין זייט שטעל זיך אויך ארויף אויפן עסקעלעיטאר, מיר הייבן אן יעצט מיט איינס ארויף און מיר האפן ווייטער ארויפצוגיין, ומדריגה למדריגה תעלינו.

יישר כח פאר די התעוררת.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג מארטש 08, 2013 12:09 pm

הרב בעאבאכטער,
אויב איר מעגט שטיפן דעם וואגן? מיר שטיפן עס? דער בורא עולם שטיפט עס! און יעדער איז א חלק דערפון.

מיליכיגער, דיין קבלה טובה וועט זיכער שטארק עושה רושם זיין אויף אלעס ארום.

איך האב זיך פאר זעקס חדשים צוריק אונטערגענומען א זאך, ס'האט גארנישט מיט אידישקייט וכו', נאר בלויז וועגן עצלות, און כ'זעה בחוש אז ווען כ'האלט זיך דערצו איז אלעס אנדערש.

רבותי, איך קוק נישט קיין נייעס זייטליך זינט מכול לגרש, יא, צו פארטרייבן דעם יצר, איז דא געווארן אקטיוו מיט'ן איינס אויף ארויף קאמפיין, און כ'בין א אנדערע מענטש.

AHA, דיין קבלה אויף מוסר איז א מוסטער פון עשה טוב. איך בין אייך מקנא, הלואי אויף מיר געזאגט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » פרייטאג מארטש 08, 2013 12:27 pm

איך קען נישט אבער פאר די וואס קענען יא וואלט כדי געווען צו מאכן אויף עפעס א וועג א שיינעם פי די עף פון די ניצליכע ארטיקלן און קבלות פון דעם אשכול כדי מזכה צי זיין נאך מענטשן.

גיט שבת אלע אידן פאר די וואס האבן זיך אינטער גענימען א קבלה טובה זאלן זיך מחזק זיין און נישט נאכלאזן יא איך בין א עדות ס'איז שוווער אבער סלוינט זיך!
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג מארטש 10, 2013 1:41 pm

אויפן ראט פון אונזערע גוטע פריינט האבן מיר געעפנט א בלאג ספעציעל פאר דעם נושא. ווער עס וויל העלפן זאל זיך מעלדן.
מ'קען שוין באזוכן דעם בלאג אויף babystepsup.wordpress.com
וואו מיר וועלן אי"ה נעמען בעבי סטעפס ארויף צו גיין איינס ארויף, איינס אויף אמאל.

מיר זענען אפן פאר פרישע איידיעס אין די בלאג אדמיניסטראציע, און דאס איז נישט קיין סתירה ח"ו מיט דעם אשכול, נאר עס איז כדי צו נעמען דעם נושא צו א מער פערזענליכן לעוול וואו מ'וועט מער קענען אויסשמועסן די ענינים...

ישר כח פאר אלע מחזקים און מעוררים, לאמיר גיין ווייטער צוזאמען "איינס ארויף"

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

לינק

תגובהדורך derech eretz » זונטאג מארטש 10, 2013 1:59 pm


אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג מארטש 10, 2013 2:01 pm

מיין פילטער לאזט מיר נישט גיין קיין בעיבי-סטעפ-ארויף...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג מארטש 10, 2013 2:01 pm

אוי וויי! איינער האט אנ'עצה פאר לכאורהס פראבלעם?
אדער ווייסט איינער א בעסערן וועג פון דאס טוהן?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג מארטש 10, 2013 2:03 pm

איך כאפ נישט וואס עס פעלט אויס א בלאג..
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג מארטש 10, 2013 2:04 pm

עס איז אריינגעקומען א שטארקער פארלאנג, דאס צו מאכן פאר א עקסטערע מערכה, וואס זאל נישט כסדר ארויף קומען אויפן אויבן אן, און עס זאל זיין באגלייט דורך מומחים וואס קענען באמת בייהילפיג זיין. אבער אויב איז דער דעת הקהל אז עס דארף נישט אזוי זיין, יה"ר כאילו לא אמרנו כלום, עס נעמט א מינוט צו צושפארן די גאנצע זאך, איך זוך נישט עקסטער ארבעט, איך האב ב"ה אזוי אויך.
לאמיך הערן פארוואס נישט? און אדרבה לאמיר עס אויסשמועסן

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג מארטש 10, 2013 2:11 pm

קודם זיי מסביר וואס א בלאג וועט צוהעלפן פאר די מערכה?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג מארטש 10, 2013 2:44 pm

ר' שנאפס, לאמיך דיר נאכאמאל מסביר זיין:

דא אין דעם אייוועלטל איז דאס זייער א גוטע התחלה, אבער עס קען זיך לכאורה נישט לאנג דרייען, עכ"פ לויט ווי איך הער פון מענטשן, עס וועט טאקע אנהאלטן פאר א שטיק צייט אבער עס וועט איינשלאפן.

לעומת זה אויב שרייבן זיך אידן איין אויף איין פלאץ וואס דער גאנצער תכלית איז נאר דאס, איז אפשר גרינגער אויפצוטוהן.

מיר פערזענליך איז נישט קיין חילוק, איך בין זייער צופרידן וואו אימער עס איז... איך ווארט צו הערן פון אונזערע חשובע פריינט ווי דו און אלע ארום וואס זייער אפיניאן איז. (דיין אפיניאן איז מיר שוין לכאורה קלאר... ישר כח)

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג מארטש 10, 2013 3:49 pm

אזויווי היינט ענדיגט זיך די שבעה, און מיין קבלה איז געווען נאר אויף די שבעה, נעם איך זיך יעצט פריש פאר אז ביז קומענדיגע זונטאג איז נייעס זייטלעך אויסגעשלאסן פון קוקן דערין, אחוץ די צוויי זייטן וואס מ'האמיר שוין פאריגע מאל אויסגעשלאסן.

-

בנוגע א בלאג: איך נעם נישט קיין שטעלונג אין אזאליכע ענינים, איך קלער נאר אז אפשר לוינט זיך צו ווארטן, אויב עס וועט דא אנשלאפן וועט מען אריבערגיין צום בלאג, אבער דערווייל זאל מען זיין נאר דא.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ?אפשרטאקע, איישישאק, שרייב-פעדער און 19 געסט