קאמפיין: איינס ארויף!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג מארטש 10, 2013 9:17 pm

מיט וואס איז אנדערש\בעסער די נייע בלאג ווי היט דיינע אויגען?
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

נאך א שטאפל!!

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מארטש 10, 2013 9:21 pm

אני הקטן האט געשריבן:אוי וויי! אוי וויי!
א הימל געשריי
מה אומר אבתרי'ה
איך זעה דא חברים זיך מקבל זיין וועגן נייעס סייטס, הלואי וואלט מיין פראבלעם געווען נייעס עדיקשענס וכדומה! אבער נישט קיין חילוק וואו אויף וועלכע מצב מ'שטייט [אדער אפשר וואלט זיך בעסער געפאסט וואו מ'ליגט באגראבן] גייען מיר אלע בינאזאם "איינס ארויף!".
יך נעם מיר פאר לעילוי נשמתם [און פארשטייט זעך אז אויכעט לעילוי נשמתי] מער נישט ארומצווואנדערן אויף שמוציגע סייטס, און נאך היינט אנהויבן דעם gourd your eyes ניינציג טאגיגע טשארט, די תשעים ימי נקיים.
און דער אייבערשטער זאל העלפן אז עס זאל זיין א זכות פאר די קרבנות הציבור, און פאר מיין נשמה

איינס ארויף... צוויי ארויף...!!!
יום בשורה הוא לי,
השי"ת האט געשענקט כח דערצו.
זיך צוריקצוהאלטן,
פון פלעצער נישט אויסגעהאלטן.
איינס... צוויי...
ברוך ה' מ'האלט מיר שוין דערביי.

יא, ליידער ליידער, עס האט זיך אקארשט געענדיגט די שבעת ימי אבל פונעם טראגישן אומקום פון די קרבנות הציבור - דער גלויבער משפחה, וואס איז כמעט אין אן אויגן בליק אפגעווישט געווארן פונעם מאפע אויפן טראגישסטן אופן וואס נאר שייך, מען האט שוין אויפגעשטעלט א מצבה. און...
...אה! א נחת און פרייד [אויב מ'מעג דא נוצן דעם ווארט] צוצוקוקן און מיטצוהאלטן וויאזוי אחינו בני ישראל האבן נישט סתם א טרויער געגעבן און זיך אפגעווישט די נאז און געגאנגן ווייטער, עס איז דאך גזירה על המת שישתכח..., נַא בכלל נישט.
מ'האט פארשטאנען דער הימלישן רוף וואס שטייט און שרייט: "חזור בך"! מ'האט דיר געשיקט א וואונק און א שטריק, יעצט איז דער צייט, כאפ דיך אן אינעם שטריק "ואני אפתח כפתחו של אולם". און יעדער איז אריינגעטאנצן אינעם טאפ פון תשובה און תיקון המעשים זיך אפצוואשן פונעם שאור שבעיסה [ס'איז דאך עניני דיומא - כ"א אדר און פסח], און זיך אינטערגענומען קבלות טובות בסור מרע ועשה טוב, לזכרם ולעילוי נשמתם פון די קרבנות, און כדי נענטער צו ברענגן דעם ערווארטערטן טאג בביאת גואלינו בניסן נגאלו ובניסן עתידים ליגאל!
היידא כלל ישראל

יעצט בנוגע לקבלתי ולעניני: היינט האב איך בשעטומ"צ באקומען דעם גליקליכן אימעיל פון מערכת "gourd your eyes", און כ'וועל עס ברענגען בלשונם
Congratulations on reaching level 2!

7 days is a full week, Shleimus!

And tomorrow is 8 days. A physician specializing in neuroscience wrote me once that there is a lot of scientific evidence that doing a behavior at least eight (8) times changes things in the brain. For example, if someone wishes to eat a certain food, but does not initially like it, after about the 8th time they eat it, they are much more likely to want that food. So eight days of restraining from a behavior shoud also make it a bit easier!
אידן טייערע איר ווייסט וואס דאס מיינט?!! א גאנצע וואך פון אפגעהיטנקייט, פון הייליגקייט, פון נארמאלקייט, פון נאנטקייט צום בוכ"ע.
יא "קנאפער" ביסט ארויף א מדריגה, עס איז אבער אן אחת שהוא מיליאנען טריליאנען און אסאך מער, אן אומשאצבארע איינס!

און פאר אלע וואס האבן זיך נאכנישט אונטערגענומען: איר ווייסט נישט וואסארא געפיל איז זיך צו ברעכן, אה אומבארשרייבליך! נעמט די שטארקקייט און נעמט ענק אינטער דא בפני כל קהל עם ועדה מיר גיימיר ווערן בעסער און נאך בעסער! און עס איז נישט גענוג א קבלה אין הארץ נאר דווקא ברבים דא משום כמה טעמים, א תפילה בציבור איז אסאך חשובער, עס וועט געסן כח פאר נאך, ועוד ועוד ועוד...

--------------------------------------------

יוש! די טרערן פון התרגשות גיסן זיך ביי מיר ווי פון א טייך מוז איך מיך אפשטעלן דא.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג מארטש 10, 2013 9:39 pm

אוי אוי אוי אוי אוי אוי לעשות נחת רוח, לעשות נחת רוח, לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו,
אוי אוי אוי אוי אוי אוי לעשות נחת רוח, לעשות נחת רוח, לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו,

לעשות נחת, נחת רוח, לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו,
לעשות נחת, נחת רוח, לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו!

וואס נאך קען איך זאגן?

איך בין מרוגש ביז'ן סוף!

הייליגע ברודער, כאפט אייך אלע מיט, מיר האבן א חבר וואס איז לוחם מיט'ן אלטן נער, ער שוואכט אים אפ יעדען טאג, WOW WOW WOW, נאך אביסל גייען מיר אינאיינעם פראווען דעם חג העשירי, זאגן מזל טוב און זיך פרייען מיט'ן שר האלפים.

ער איז בייגעקומען א מלך, יא א מלך, טאקע א כסיל, אבער פארט א מלך, מיט כוחות עצומות, און רבותי, כאפט אייך מיט!

-

איינער האט זיך שוין אנגערופן צו אפיל היינט און געמאלדן אז ער נעמט זיך אונטער אינעם ראם פון "איינס אויף ארויף" אז ער גייט מער נישט ארויף אויף זיין פעיסבוק אקאונט לע"נ נחמן וזוג' ריזל עליהם השלום.

ברוך המקש שמו ברבים!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג מארטש 10, 2013 9:50 pm

קנאפער, ברענגט מיר אומבאשרייבליכע התרגשות!

טאטע אין הימל, קוק זיך צי!! אה, רצונינו לעשות רצוניך! כי אנו בניך ואתה אבינו!
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג מארטש 11, 2013 1:26 am

ניין!...
דא דרייען זיך נישט מלאכים, בעלי רוח הקודש, בעלי השגה אין דבקות...

דא דרייען זיך געהעריגע אידן מיט נסיונות, שווערע נסיונות, נסיונות אזעלכע וואס בינדן צו בכבלי ברזל דעם באטרעפנדן...
מ'רייסט אויף די נסיונות קייטן מיט מסירות נפש! מ'ראנגלט זיך מיט העראיש גבורה קעגן די שווערקייטן צו אן האלטן די קבלות טובות!...

אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו, דער באשעפער זעהט די ערנסקייט, און העלפט!

טאטע זיסער, הביטה וראה בניך!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מארטש 11, 2013 2:13 am

לפי ידיעתי איז געווען זונטאג א דרשת התעוררות אין סאטמאר (ראדני), איינער ווייסט וואס מען האט גערעדט און וואס זענען די הויכפונקטן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג מארטש 11, 2013 10:17 am

איך וויל נאר לאזן וויסן אז רבו עלי חבירי, און עס איז אויס מיטן בלאג... יעצט זוך איך נאר דעם שליסל מיט וואס עס צו פארשפארן...

ישר כח אלע

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » מיטוואך מארטש 13, 2013 9:15 am

איינער שרייבט מיר און אישי אז ער איז זייער געריט געווארן פון די אשכול און ער וויל זיך אויך מחזק זיין אבער ער וויל נישט לייגן זיין ניק צוליב סאיז דא וואס ווייסן ווער ער איז בעט ער מיך איך זאל ארויף לייגן זיין קבלה טובה

דא האט איר זיינע ווערטער

ממש פאר מגילה ליינען האב איך אריין געבליקט אונעם הייליגן ספר קדושת לוי און אינמיטן שרייבט ער דארט אז בשעת מגייט ליינען די מגילה זאל מען זיך פארנעמען א קבלה טובה האט איך זיך פארגענימען אז איך עפענן מער נישט די וועב אויפ'ן סעל אפי' נאר פאר אימעל אדער וועטער פאר גארנישט (יעצט האב איך א פאלם ביי פעטדש פלאס און מ'קען נישט בלאקן קיין וועב אויף דעם איך האף אריבער צוגיין צי ווערייזן דירעקט אזוי קען מען יא בלאקן אזוי זאגט מען) אבער נאך אפאר טעג איז דער מלאך המות אנגעקימען און געטרייט צו מאכן דערפון גארנישט אזוי ווי ליידער מיט אסאך קבלת טובות וואס מענטשן זענען זיך כסדר מקבל אבער ווען דער זעלבער מלאך המות האט אויסגעפירט די באפעל פינעם באליבטן טאטע'ן און הימעל און אוועק געריסן די בלינדע משפחה אזוי טראגיש האב איך תיכף באשלאסן אז יעצט האט דער מלאך המות פארלוירן איך גיי עס אי"ה אנהאלטן מיט א פעסקייט און ווען איך האב געזען די אשכול האט עס מיר געגבן א גרויסן חיזוק.

לייג עס ביטע ארויף מיך מחזק צי זיין מיט מיין קבלה און אפשר אויך נאך אידן.
לעצט פאראכטן דורך האלץ האקער אום מיטוואך מארטש 13, 2013 4:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך מארטש 13, 2013 9:58 am

הודו לה' כי טוב.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך מארטש 13, 2013 5:29 pm

כ'האב מורא אז ס'שלאפט באלד איין דא...

רבותי, שוין זינט פאריגע זונטאג איז שמעלקא טויב נישט ארויף אויף קיין איין נייעס זייט'ל, ס'איז א געוואלדיגע זאך! מ'שפירט זיך אסאך בעסער ב"ה.

טייערע אידן, מעלדט איבער אייערע קבלות טובת דא ברבים און זייט מזכה אנדערע אידן אויך, ס'איז א "ווין ווין סיטואציע", כ'זאג אייך!

(אויב מ'וועט זיך צופלייסן וועט קומען א פיינע ארטיקל בעז"ה, טראץ מיין פארנומענע טאג ב"ה)
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך מארטש 13, 2013 5:35 pm

ווער שלאפט? מיין קבלה האלט איך נאך אן!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך מארטש 13, 2013 5:39 pm

derech eretz האט געשריבן:ווער שלאפט? מיין קבלה האלט איך נאך אן!

גם אני מצטרף!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך מארטש 13, 2013 11:17 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:ווער שלאפט? מיין קבלה האלט איך נאך אן!

גם אני מצטרף!


אט אזוי, דא דארף מען כסדר מעלדן איבער די קבלות, נישט ווארטן אויף חיזוק ווען ס'איז צרות, זיך כסדר מחזק זיין, איינס אויף ארויף!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 1:09 pm

איך אליינס האב ב"ה באוויזן צוריק האלטן זיך פון די סייטס וואו איך האלט אז איך באלאנג נישט.

ה' יעזור הלאה.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 1:21 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:איך אליינס האב ב"ה באוויזן צוריק האלטן זיך פון די סייטס וואו איך האלט אז איך באלאנג נישט.

ה' יעזור הלאה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21986
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 1:34 pm

חזקו ואמצו!
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 5:44 pm

נורא נוראות!!!!


יעצט געליינט דעם גאנצן אשכול פון אנהייב! נישטא קיין ווערטער!

ישקיף ה' וירא בעני עמו, וישמחנו כימות עניתנו, וכמי צאתנו מארץ מצרים (מטומאת מצרים) אראנו נפלאות במהרה דידן! אמן.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 5:57 pm

ב"ה קיין נייעס זייטליך נישט געזעהן די אלע טעג,
השי"ת העלף מיר ווייטער אויפ'ן לאנגן וועג,
ביז משיח'ס טאג צו בלייב א ערליך איד איך מעג,

בעטן א תפילה צום טאטן אין הימל,
הבט משמים - זעה דעם טומעל,

אונזערע הערצער צו דיר עס רייסט,
נאכדעם וואס די אונז שמייסט,

מיט דיין שבט מוסר א גלעט,
טאטע האסט צו אונז גערעדט,

קלארע דיבורים שארפע,
אריין אין הארץ שאפע,

מיר האבן גוט דערהערט דיין רוף,
זיך אומקער - דיר געבן א זוך,

אנא אמצאך רבונו של עולם,
מלא כל הארץ כבודו,
הקטנים עם הגדולים,
קענען צוקומען נהנה זיין מהודו,

טאטע אין הימל הער,
עס זאל זיין באוויליגט פאר די מער און מער,

אונזערע שטארקע קבלות,
אונזערע גוטע כוונות,

זיך צו דיר צו אומקערן אינגאנצן,
אן אייביגע קניפ זיך מיר אנקניפן,
בלייבן געטריי פון די טוסט פארלאנגן,
ביז די וועסט אונז משיח שיקן
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג מארטש 15, 2013 12:12 am

דאכט זיך דער תגובה באלאנגט דא.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג מארטש 15, 2013 10:12 am

א גוטן ערב שבת טייערע חברים,

דאס האב איך באקומען אין אישי פון א חשבון ניק דא.

איך וויל דא מעלדן בשער בת רבים איבער א מורא'דיגע סטעפ וואס איך האב מיר פארבעסערט אין ליכט פון דער התעוררות בכלל און בפרט דער שטראם פון קבלות טובות דא אין דעם אשכול, אבער אזויווי איך שעהם זיך עס צו לייגן מיט מיין ניק אשע"כ שיק איך עס צו הרב שמעלקא שליט"א [פון די מייסדים פונעם אשכול] און ער זאל עס ארויפלייגן אן מיין נאמען!!
אין מיין קבלה איז... צו צוריק אנהויבן לייגן תפילין דרבינו תם יעדן טאג!
יא, שוין ליידער אריבער בערך צוויי יאר פון ווען איך האב ס'לעצטע מאל געלייגט תפילין דר"ת, בתוצאה פון מיין ווערן קאלט אין אלע אידישקייט ענינים האב איך געדראפט דעם ר"ת תפילין אין טלית בייטעל, ולא מש תפילין דר"ת מהבייטעל כל אותן הימים, עד שבא הקב"ה והזכיר לנו - ליידער אויף גאר א שווערע אופן - שיש דין ויש דיין, און בס"ד פון היינט און ווייטער איז חק ולא יעבור אז נאכן דאווענען לייג איך תפילין דר"ת!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג מארטש 15, 2013 10:54 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:ווער שלאפט? מיין קבלה האלט איך נאך אן!

גם אני מצטרף!

אט אזוי, דא דארף מען כסדר מעלדן איבער די קבלות, נישט ווארטן אויף חיזוק ווען ס'איז צרות, זיך כסדר מחזק זיין, איינס אויף ארויף!

אז מ'הייסט מעלדן פארשריט איז פאלג איך! דאס פאלגענדע האב'ך היינט באקומען פון "גאורד יור אייס" אין אימעיל:
" Congratulations on reaching level 3!

Wow, 14 days! Imagine how many times you already said no to the Yetzer Hara in this amount of time."
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » פרייטאג מארטש 15, 2013 11:30 am

כה לחי! אין מילים!

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג מארטש 15, 2013 11:36 am

מזל טוב קנאפער ידען.

מ'זעהט דא דעם י"ד השם, גייסט ממדריגה למדריגה ב"ה, דער רבוש"ע זאל העלפן ווייטער
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג מארטש 17, 2013 12:57 am

שמעלקא, מגלגלין זכות על ידי זכאי

די תפילין דר"ת פרשה האט מיך אויפגעטרייסלט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

לבנה קריכער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 2:20 am

תגובהדורך לבנה קריכער » זונטאג מארטש 17, 2013 9:57 am

זיך פארגענומען צי אריינעמן אין קאר מענטשען ווען איך שלענגעל מיך אדארך דעים בּעדפארד,מארסי וואלבּאט וכּדומה ,טראכטן פין א צווייטן.ניטאמאל טראכט מען דערפון פארשטייט זיך סאיז נישט אייגענעם אייבּיג אבּער ווען יא פּרובּיר, הכנסת אורחים


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: sholom88, לצבאותיכם, ר' יום טוב און 19 געסט