פלייש וואס ווערט ערצייגט אין א לעברעטאריע.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

פלייש וואס ווערט ערצייגט אין א לעברעטאריע.

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:26 pm

ענדליך נאך יארן ארבייטען, האט מען ערצייגט פלייש, וואס איז געמאכט פון צעלען פון א בהמה.

כידוע איז אין די צעלען פון יעדע באשעפעניש דא אלע אייגענשאפטן פון די מענטש, און בעצם זענען אלע צעלען די זעלבע, נאר עס קומט מיט "אריינגעבויטע" אינסטראקשענס, וואס יעדע צעל זאל ווערן, בשעת א באשעפעניש ווערט דיוועלאפט. די צעל פון די מח פאר א מח, די צעל פון די נאז פאר א נאז, די צעל פון די אויגןו פאר א אויג וכו' וכו'.

דאס איז איינע פון די ווינדערליכסטע נפלאות הבורא!

עכ"פ מען קען ארום שפילען מיט די צעלען, און ערצייגען געוויסע אברים פון די צעלען. און אין רפואה, איז דא אסאך וואס ארבייטען אויף די זאכן, און האפןו אז עס וועט אין די צוקומפט זיין א מעגליכקייט, צו קענען "וואקסען" אברים פאר מענטשען וואס זייערע אייגענע איברים זענען ח"ו גשעדיגט.

אז איינער וועט האבן א פעלערהאפטיגע הארץ, וועט ער גיין אין די "פארט סטאר" און קויפן א נייע!!

בקיצור דאס איז נישט די עיקר שמועס דא. דא רעדט מען אז מען האט פון צעלען פון א בהמה געמאכט "וואקסען" פלייש. מיסטער "סערגעי ברין" פון גוגל האט מנדב געווען א 330,000 טויזענט טאלער, צו באצאלען די הוצאות, און היינט האט מען "פארזיכט די ערשטע פארציע.

דאס איז א גרויסע פרייד פאר די צער בעלי חיים גרויפעס, און פאר די וועדזשעטעריענס. זאלן זיי ביידע האבן א גאנצע רפואה.....

זענען די מיבינים מחולק, איינער זאגט עס איז כמעט ווי פלייש, איינער זאגט עס פעלט די פעט, איינער זאגט עפעס אנדערשט, וועלמער לאזען די "טעיסטער'ס ארום ארבייטען, און מיר וועלן צוגיין צו די "אידישע מאמענט". (חוץ פון דעם אז דער נדבן איז א איד!)

איז עס כשר???

עס איז נישט געשאכטען! די "רב" וואס האט גערעדט צו ען בי סי זאגט, אז נאר אויב די צעלען קומט פון א כשר געשאכטענע בהמה, איז עס כשר!! שיינע חידוש!

נא פאנג'טס אן ברענגען, פון בן פקועה, פון די עגל פון די גמ' וואס מען האט באשאפען מיט ספר יצורה, אא"וו.

אריין אין בית המדרש?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:28 pm

ווען משוגה מאכט בהמות

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 2:22 pm

דא ברענגט "באמבאסטיש", מקורות איבער "בהמה שנברא דורך ספר יצירה, לגבי שחיטה און בשר וחלב.

און דא ברענגט "זארעכפעפער", אז עס איז דעווען א שמועס אין "אלט שטאט" איבער מצרף זיין צו מנין, איינעם וואס איז געשאפען דורך ספר יצירה. קרעמער איז מסכים אז עס איז געען אזא שמועס, ברויך מען נאר א לינק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 2:58 pm

מאכן דורך ספר יצירה איז א ענין פון באשאפן א יש מאין

זיך ארומשפילן מיט צעלן פון בהמות איז אזוי ווי מאכן א מאכל מיט געמאלענע פלייש. קומט עס פון כשר'ע בהמות איז דאס כשר, קומט דאס פון טריפה'נע איז דאס טריפה

כן נראה לעניי"ד, ווען ס'וועט קומען למעשה וועל איך אי"ה פרעגן א שאלה
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:09 pm

געוואלדיג! נאך אביסל וועט יעדע שוהל האבן אזא מאשין וואס ווען באשאפן מנין ווען מען דארף.

אז א בנש"ק'ל וועט בייפאלן צו עפענען א בית מדרש, וועט ער בלויז זיכן א נדבן פאר א מנין מאשין....

דער לכתחילה מיט זיינע בייפאלן.....

ווען דמיונען מאכט ווען קליין וואלסט געזיצן אויף א ביר דעקל און געשאקלט מיט די פיס.....

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:14 pm

יישר כח לכתחלה.
כאפ איך נישט פונקטליך, וואס מיינט סעלס? אטאמס?
און פון פארדארבענע פלייש ווערט באשאפן אויך פארדארבענע פלייש?
אדער רעדט מען פון פערטיליטי, דאס איז שוין א געוואלדיגע חידוש. איך גלייב נישט מען האלט שוין דארט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:26 pm

הא הא

דאס איז וואס איך האב שוין לאנג צוריק געשריגן:
יגרסהדותא האט געשריבן:....
קודם האב איך געמאכט א מוראדיגע גרויסע פעקידזשינק מאשין, עפעס מייסטערהאפטיג, איר לייגט אריין אייזענעס מיט העלצער און אפאר קיען פון איין זייט מאשין, און פון די אנדערע זייט קומט ארויס פארטיגע הויכע פארענטשעס מיט הונדערטער בחורים דערויף! אבער יו נאוי, ווי יעדע גוטע זאך, האט יענע מאשין געהאט איין פראבלעם און דאס האט פאר'הרג'עט די גאנצע מערכה, די מאשין האט געהאטן פון אינטן א קליינע שמאלע קריץ, און איינער איז מיר געקומען זאגן אז מ'קען דארט אריינשטיפן א קליינע עס.די. קארד און פון דארט ביזן זאגן אחטא ואשוב איז א קאצן שפרינג

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:27 pm

שוועמל האט געשריבן:יישר כח לכתחלה.
כאפ איך נישט פונקטליך, וואס מיינט סעלס? אטאמס?
און פון פארדארבענע פלייש ווערט באשאפן אויך פארדארבענע פלייש?
אדער רעדט מען פון פערטיליטי, דאס איז שוין א געוואלדיגע חידוש. איך גלייב נישט מען האלט שוין דארט.

צעלן, פון וואס די מענטש איז צוזאם געשטעלט, א מענטש איז צוזאם געשטעלט פון בערך 100 טריליאן צעלן!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג אפריל 24, 2018 7:25 pm

בערקא האט געשריבן:געוואלדיג! נאך אביסל וועט יעדע שוהל האבן אזא מאשין וואס ווען באשאפן מנין ווען מען דארף.

אז א בנש"ק'ל וועט בייפאלן צו עפענען א בית מדרש, וועט ער בלויז זיכן א נדבן פאר א מנין מאשין....

דער לכתחילה מיט זיינע בייפאלן.....

ווען דמיונען מאכט ווען קליין וואלסט געזיצן אויף א ביר דעקל און געשאקלט מיט די פיס.....

:lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג אפריל 24, 2018 7:30 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:זענען די מיבינים מחולק, איינער זאגט עס איז כמעט ווי פלייש, איינער זאגט עס פעלט די פעט, איינער זאגט עפעס אנדערשט, וועלמער לאזען די "טעיסטער'ס ארום ארבייטען, און מיר וועלן צוגיין צו די "אידישע מאמענט". (חוץ פון דעם אז דער נדבן איז א איד!)


לכאורה ווענט זיך עס אויב מאיז צוגעוואינט צו מעקסיקאנע אדער אמעריקאנע פלייש


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: yeah, יצחק ראזענפעלד און 18 געסט