ויין לקידוש ולהבדלה - יין משובח לכבוד שבת ויו"ט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מארטש 30, 2014 3:08 pm

איך זוך אויף פסח א פיינעם וויין פאר די ד' כוסות.
געשמאק אין טעם, גוט געבעלענסט סזאל נישט שאפן עקסטרע הארט-בורן (גענוג פון די מצות), נישט עפעס וואס מאכט איינשלאפן נאך קדש זיצנדיג צוויי שעה מיט א ליידיגע מאגן וכו,.

פארשטייט זיך אויף פסח בין איך מער מקפיד אויף די הכשר למשל עדה החרדית, ווי אויך אויף די פירמע זעלבסט (ארבייטן שבת וכדו').

איינער ווייסט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אפריל 30, 2014 6:23 pm

דעם פסח העעל"ט האמיר געהאט גאר געשמאקע וויינען פון די באקאנטע הערצאג פירמע, פון די טייערע סינגעל וויניארד סעריע.

פאלגענד איז מיין רעיטינג
MT. VEEDER
זייער סמוט, דינע באדי, נישט אזוי גוט ווי די אנדערע סינגל וויניארדס. מיין רעיטינג 86
פרייז $75


OAK KNOLL
סמוט, מידיום באדי, פרוכטיג, געשמאק, וועל בעלענסד, מיין רעיטינג 93
פרייז $75


OAKVILLE
סמוט, רייכע OAK טעם און ארוימע מאכט א פול באדי, פרוכטיג, זאפטיג, אויסגעלעקט יעדן טראפן, מיין רעיטינג 95
פרייז $75


CLONE SIX
גוט באלאנסד, מידיום באדי, פרוכטיג, מיין רעיטינג 92
דאס איז זייער א געשמאקער וויין, און קאסט $120 צי מער, אבער סיז ווייט אווער-רעיטעד!
איך האב פול מער געגליכן די OAKVILLE מיט איר רייכן באדי, קען זיין דאס איז מיין פערסאנעל טעיסט.


ALEXANDER VALLEY
דארף איך נישט זאגן, גאר א געשמאקע וויין און ענדעלט אין איר צווילינג די NAPA VALLEY, דאס איז גוט פאר ווען אימער. מיין רעיטינג 82
פרייז $38


BLACK TULIP
פרוכטיג, האט א טיפישע טוליפ פלעיוואר (פאר ווער סגלייכט דאס), גע'עיזשט פאר צוויי און אהאלב יאר, דאס מאכט א טיפע טעם.
די $70 איז אפשר איבערגעטריבן. אוועראלל קען זיך נישט אפרעדן. מיין רעיטינג 83
דאס קומט פון ארץ ישראל מיט הרב אונגאר צי גרובערס הכשר.


אויב דארף איך קויפן נאכאמאל פון די דערמאנטע, גייט עס זיין OAKVILLE אדער OAK KNOLL.
אבער $75 צו צאלן א פלאש איז אסאאאאך געלט. מילא איין מאל לכבוד יום טוב אבער נישט יעדע וואך.

איך האב באמערקט אז געוויסע וויינען איז נישט די טעם וואס באשטימט די טייערע פרייז נאר אנדערע פאקטארן למשל זעלטענהייט פון די טרויבן, פלאנצונג וכדו'. אדער די ארבעט וואס גייט אריין. און צומאל בלויז די ברענד ספעציעל ביי די הערצאג\קדם\גאולה\שווארץ\גפן פירמעס..

אמאל געליינט אז דייווערס האבן געפונען פעסער וויין אין א געזונקענע שיף, מ'האט דאס ארויפגעברענגט און פארקויפט פון $15 אלפים א פלאש!
צוגעלייגטע
pass14-wine.jpg
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » דאנארשטאג מאי 01, 2014 2:01 pm

שוועמל האט געשריבן:דעם פסח העעל"ט האמיר געהאט גאר געשמאקע וויינען פון די באקאנטע הערצאג פירמע, פון די טייערע סינגעל וויניארד סעריע.

OAK KNOLL
סמוט, מידיום באדי, פרוכטיג, געשמאק, וועל בעלענסד, מיין רעיטינג 93
פרייז $75


OAKVILLE
סמוט, רייכע OAK טעם און ארוימע מאכט א פול באדי, פרוכטיג, זאפטיג, אויסגעלעקט יעדן טראפן, מיין רעיטינג 95
פרייז $75


CLONE SIX
גוט באלאנסד, מידיום באדי, פרוכטיג, מיין רעיטינג 92
דאס איז זייער א געשמאקער וויין, און קאסט $120 צי מער, אבער סיז ווייט אווער-רעיטעד!
איך האב פול מער געגליכן די OAKVILLE מיט איר רייכן באדי, קען זיין דאס איז מיין פערסאנעל טעיסט.


אויב דארף איך קויפן נאכאמאל פון די דערמאנטע, גייט עס זיין OAKVILLE אדער OAK KNOLL.
אבער $75 צו צאלן א פלאש איז אסאאאאך געלט. מילא איין מאל לכבוד יום טוב אבער נישט יעדע וואך.



אמאל געליינט אז דייווערס האבן געפונען פעסער וויין אין א געזונקענע שיף, מ'האט דאס ארויפגעברענגט און פארקויפט פון $15 אלפים א פלאש!


איך גלייך נאל אלס מער די OAK KNOLL, אפילו מער ווי די CLONE SIX.

זייער א גוטע ארבעט געמאכט מיטן דעסקרייבן יעדע וויין.

ביים קומענדיגע מאל וואס די ערלויבסט'ך אזויפיל צי ספענדן פאר וויין רוף מיך צי א סעודה!!!
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מאי 01, 2014 2:08 pm

אבי נאך איינער ווי מיר.
די OAKS זענען סאאאאך בעסער פון CLONE SIX !!!!
יעדע לעק האט א טעם
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 4:35 pm

"פלאם קלאסיקא ווינטעזש" האט שוין איינער פראבירט?

Flam Classico Vintage
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מאנטאג אוקטובער 13, 2014 1:59 pm

וואס האט דער עולם געטרינקען יו"ט?
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4980
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אוקטובער 13, 2014 4:06 pm

פלעכטער האט געשריבן:וואס האט דער עולם געטרינקען יו"ט?


א געשמאקער וויין, אויפ'ן צינג און אינעם טאש, בערך א צוואנציגער, די וויין איז א נייער, עס איז בערך אזוי ווי די באקנטע אודם volcanic, נאר עס איז נישט אזוי טייער און עס איז נאכנישט אזוי העווי, ווייל עס איז נאכנישט געזעצען אזוי לאנג אין די פעסלעך.
זייער שטארקע פלעווער'ס, שטארק טריקענע פילינג אויפן צינג, לאנגע smooth finish, זייער גוטע גערוך פאר די נאז, מיטלגארטיג - לייכטער - באדי, מען פילט נישט קיין עסיד, דאך האט עס זייער א שטארקע טעם, געשמאק פאר קידוש.
עס איז גרייט צו טרינקען גלייך ביים עפענען, פארט איז עס אסאך בעסער אויב מען טוט עס ליפטערן אינעם דיקענטער.
עס וועט (לכאורה) ווערן נאך בעסער און רואיגער מיט די צייט.
צוגעלייגטע
odem forest2.jpg
odem forest - Copy.jpg
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוקטובער 19, 2014 1:17 am

געהאט דעם סוכות 5-6 פיינע וויינען.

YATIR - FOREST, יתיר
יא די מיטן רויטן לייב/פערד עמבלעם.
אהה געשמאק, מלא טעם וחן אין יעדן הינזיכט, פרוכטיג. זייער בעלענסד אין סטראקטשור, גאר גוט אויפן צינג און אויפן האלז.
מייט רעיטינג 93
פרייז $76


THE CAVE, המערה
גאר גאר איידל, סמוט ווי א חלף מעסער. מ'קען אויסטרונקן א גאנצע פלאש און בכלל נישט כאפן.
זייער בעלענסד אין טעם, מידיום טו פול באדי. מיכאל שניצלער גייט ניסלעך פאר דעם.
איין חסרון: צו איידל! פאר איינעם וואס גלייכט סאליד אדער העווי וויין וועט דעס זיין ווי א ראזינקע.
מיין רעיטינג 92
פרייז $90 (געווען אויף סעיל 65)


ODEM, VOLCANIC
פיין אין טעם, גוט אבער נישט ספעשל.
איך וויל נאך פרובירן די אדום - לימיטעד.
מיין רעיטינג 80
פרייז $30


בלעק טוליפ
שוין געשריבן אויבן, א געוואלדיגע וויין.


נאך אפאר איטאליענע וויינען, כדארף נאכקוקן די נעמען פונקטליך..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מאנטאג אוקטובער 20, 2014 10:48 pm

בס"ד

און דער עולם רעדט נישט פון לויפער'ס וויין?

ער מאכט אלעס גוט לויט די לעוועל פון יענע וויין, אבער זיין קאבערנעי סאוויניאן, די פערציג דאלארדיגע, איז ווערד יעדע פעני.

איך האב שוין געטרונקען אסאך קאבערנעי, די א"י'דיגע זענען כמעט אלע רוי און אומגעצייטיגט, עסידיק, די פארקערטע פון סמוט, אבער אפילו די טייערע באראן הערצאג - שוין אמאל פארזוכט זייער'ס א 90-טאלערדיגע פלאש - קומט נישט נאנט צו לויפער'ס. נישט אומזיסט איז ער "אינווייניג" ביי קדם.

ביי מיין מקוה איד, וויפיל ער לייגט אויפ'ן פאליצע פון די "מ"א" לויפערס, פליט אראפ נאך שנעלער.

אויך האב איך דעם יו"ט די ערשטע מאל געלופטערט די וויין דריי שעה פאר די סעודה, אההההה, אן אנדערע וועלט.

אגב, כ'האב גערעדט צו א ידיד וועגן דעם, זאגט ער, ער האט לאנגע יארן געזוכט א גוטע קוואליטי וויין פאר ד' כוסות, און זייט ער האט געטראפן לויפערס קאבערנעי אפאר יאר צוריק רירט ער זיך נישט אוועק דערפון. כלשונו, "עס טוט די עבודת הקודש, אבער מען שטייט נישט אויף ממחרת הפסח מיט א שווערע קאפ-ווייטאג."

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 7:02 am

יוםטובערליך האט געשריבן:ער מאכט אלעס גוט לויט די לעוועל פון יענע וויין, אבער זיין קאבערנעי סאוויניאן, די פערציג דאלארדיגע, איז ווערד יעדע פעני.

עס איז א טרוקענער?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 10:45 pm

בס"'ד,

פיין טרוקן, אבער מיט א בייכל, שווענקט אויס דאס מויל, געשמאק און דעלישעס, סמוט און גלאט ווי עפעס מעין עולם הבא.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 1:24 pm

וויאזוי ליפטערט מען וויין?
איז עס נישט בעסער ווען ס'איז פארמאכט מיטען פימסעם שטאפער?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 1:40 pm

יענקעלע,

ווילאנג די וואס פארשטייען ענטפערן, וועל איך פראבירן צו נאכשרייבן וואס איך האב געהערט.

וויין קומט גוט פארמאכט, און לכבוד דעם איז דא וויינען וואס קומט אין די באקס ליגעדיגערהייט, אז די האלצערנע דעקל זאל נישט טריקן ווערן, און די לופט זאל נישט טרעפן א וועג אריין. דאס איז אלעס ווען עס איז אוועקגעלייגט, ווייל א פלעשעל וויין מיט ליפט איז נישט גוט פאר די לאנג ראן.

יעצט ווען מען נעמט ארויס א פלעשעל ווין צו טרינקן, איז דא וויינען וואס איז זייער וויכטיג (פאר די וואס ווייסן וואס צו פילן) יא לופטערן די וויין. אבער ווי געזאגט איז עס נאר פארן טרינקן. עס איז דא וויינען וואס פארלאנגן מער אדער ווייניגער לופט.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 1:45 pm

@שוועמעל,

איך האב שוין געטרינקן אפאר מאל פלאם קלאסיקא ווינטעזש, פאר מיר איז עס זייער גוט געווען. לעצטענס האב איך מיר באקוועם געמאכט מיט אייזיקס רעם. נאכן ליינען וואס נא_שכל האט געשריבן וועגן אדום פארעסט, טראכט איך עס צו טרייען.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 1:58 pm

ייש"כ טריאו
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 24, 2015 12:00 pm

נו איינער עפעס גוטע סחורה אויף פורים?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג פאברואר 24, 2015 12:08 pm

משה פון וויינקעיוו, זאגט אינעם טריביון אינטערוויוא, די וואס טרינקן קאווע אן צוקער די קענען פארשטיין צו וויין..

מיר קענען די ערשטע אבער נישט די צווייטע.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21988
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג פאברואר 24, 2015 12:24 pm

פריילאך האט געשריבן:משה פון וויינקעיוו, זאגט אינעם טריביון אינטערוויוא, די וואס טרינקן קאווע אן צוקער די קענען פארשטיין צו וויין

גם אני בחלומי כנ"ל, מ'קאן דאס כאטש איינקעשן ערגעצוואו?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג פאברואר 24, 2015 12:44 pm

פריילאך האט געשריבן:משה פון וויינקעיוו, זאגט אינעם טריביון אינטערוויוא, די וואס טרינקן קאווע אן צוקער די קענען * פארשטיין צו וויין..

מיר קענען די ערשטע אבער נישט די צווייטע.

*בעסער, און 'בדרך כלל' מער ליב האבן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דינסטאג פאברואר 24, 2015 1:00 pm

מיר טרינקען לעצטענ'ס די 1848 FIFTH GENERATION, זייער באטעמ'ט

סמאאט, פול באדי, און קאסט ארום 30

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג פאברואר 24, 2015 1:31 pm

א ווייסע וויין, ניין?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דינסטאג פאברואר 24, 2015 1:34 pm

CABERNET FRANC רויטע % 14.5

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 24, 2015 2:24 pm

פריילאך האט געשריבן:משה פון וויינקעיוו, זאגט אינעם טריביון אינטערוויוא, די וואס טרינקן קאווע אן צוקער די קענען פארשטיין צו וויין..

ליהוי ידוע איך טרינק קאווע אן קיין צוקער..
אבער דער משה איז א זיס אידל סתם אזוי
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דינסטאג מארטש 10, 2015 3:09 pm

איך בין מגלה דעת אז איך טרינק קאלאמביען קאווע אנע צוקער, אבער וויין קען איך נישט אין מויל נעמען

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14224
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג מארטש 10, 2015 3:10 pm

און איך טרינק קאווע מיט צוקער, אבער איך קען זייער גוט פארנעמען וויין אן צוקער.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לפנות בוקר, סיפורי צדיקים, ר' יום טוב און 23 געסט