ויין לקידוש ולהבדלה - יין משובח לכבוד שבת ויו"ט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג מארטש 10, 2015 3:31 pm

און איך האב אנגעפאנגען צי טרינקען קאווע אן צוקער זייט די אינטערוויאו כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז ס'איז אזוי גוט...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוקטובער 11, 2015 10:21 pm

האמיר געהאט דעם חג האסיף א פיינעם הערצאג "בעסין וויניארד", דארף איך נישט זאגן דאס איז גאר געשמאק אין אלע צייטן, פרוכטיג און אויקיג.

דערנאך האב איך געהאט א "קאווענענט" דאס איז פול באדי, און איך מיין טאקע פול פול באדי, זייער העווי, פון אלע פול באדיס וואס כאב געהאט ביז אהער מיין איך איז דער קאווענעט געווען די שטערקסטע. אפילו איך וואס טרונקט יעדע וואך פון אלע סארטן וויין האב נאר סובל געווען די ערשטע צוויי כוסות, עס האט א שטארקע טעקסטשור ביים שלונג צו וואס איך בין נישט געוואוינט.
קאסט ארום 100 דאלאר, 80 אויף סעיל.

פאר א טויש פון קאבארנעי האב איך דערנאך געהאט ראזע וויין פון "לע ראטשילד" מיט זעקבאך הכשר, זייער געשמאק אין טעם און כאראקטער. ארום 26 דאלער.


אגב, נאכן פרובירן אזויפול סארטן וויינען די לעצטע פאר יאר בין איך צוריקגעקומען צו די 35-45 רעינזש. אנערקענענדיג אז די טייערערע מאכן בכלל נישט עפעס א בעסערע זשאב.. אויב איז מען נישט גרייט דערצו.
עס ארבעט מיטן כלל פון מיינד אווער מעטער, אז וויבאלד מען ווייסט עס איז טייער פלאש מוז זיין סיז גאר גוט, אבער אין מציאות איז נישט אלעמאל אזוי. און אויב גיסטו פאר א פרעמדן מענטש וואס ווייסט נישט דאס איז א הונדערש דאלארדיג פלאש וועט ער כלל נישט זיין ענציקט דערפון.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אוקטובער 11, 2015 10:24 pm

פראבלעם איז ווען מען וויל א וויין מיט ווייניג עסיד, פול באדי, און פרוטי, און נאר לייכטע טענינס..... פארשטייסטעמעך ... נישט גרינג צו טרעפן ביי די ביליגע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5676
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אוקטובער 11, 2015 10:32 pm

אגב, איז דא נאך אייינער ואס באמערקט עס? די אר"י'דיגע וויינען זענען עפ"י רוב מער עסיד'דיג און האט אזא איידעלע ציפ וואס איך גלייך נישט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » זונטאג אוקטובער 11, 2015 10:50 pm

די טעפערבערג לעגעסי קארבענע פראנק 2012 איז זייער געשמאק.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוקטובער 11, 2015 11:04 pm

ענדע,
וועלכע פון גליל אדער גולן?
איך מיין די פון גליל האט א עקסטרע ציפ, אבער די ציפ איז נישט עפעס וואס איך נעם אין באטראכט ביים פארזוכן א וויין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוקטובער 11, 2015 11:07 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:פראבלעם איז ווען מען וויל א וויין מיט ווייניג עסיד, פול באדי, און פרוטי, און נאר לייכטע טענינס..... פארשטייסטעמעך ... נישט גרינג צו טרעפן ביי די ביליגע.

נאך ווי איך פארשטיידעך..
און קאליפארניע וויינען למשל מיין פעוואריט הערצאגס זענען כלל נישט לייכט אין טענינס, איך בין אויף אגאנצע נאכט מיט מאגן ברענען נאכן ענדיגן אזא פלאש. אבער די אויסטערלישע טעם און וואונדערליכע באלאנס פון די סאנאמא און בעסינס לאזן מיך פארקוקן אויף די סייד עפעקט.

אגב כאב נאכנישט געהערט פון דיר גארנישט איבער וועלכע וויין דו גלייכסט א שבת אדער יו"ט (חוץ דיין היימישע וואס דו מעגסט מיר געבן פארזוכן), אדרבה לאז דיך הערן.
לעצט פאראכטן דורך שוועמל אום זונטאג אוקטובער 11, 2015 11:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5676
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אוקטובער 11, 2015 11:10 pm

גליל. טערסאנט וואסי טאקע פשט?

ביי מיר איז די ערשטע זאך וואס איך קוק אויף די פרוכטיגקייט און טעם, אפילו פאר קידוש וועל איך נישט נעמען עפעס וואס פיהלט זיך וואסעריג. צו די סעודה קויפט מען יא עפעס מער דיקער און טיפער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4980
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אוקטובער 11, 2015 11:13 pm

שוועמל האט געשריבן:דערנאך האב איך געהאט א "קאווענענט" דאס איז פול באדי, און איך מיין טאקע פול פול באדי, זייער העווי, פון אלע פול באדיס וואס כאב געהאט ביז אהער מיין איך איז דער קאווענעט געווען די שטערקסטע. אפילו איך וואס טרונקט יעדע וואך פון אלע סארטן וויין האב נאר סובל געווען די ערשטע צוויי כוסות, עס האט א שטארקע טעקסטשור ביים שלונג צו וואס איך בין נישט געוואוינט.
קאסט ארום 100 דאלאר, 80 אויף סעיל.
אגב, נאכן פרובירן אזויפול סארטן וויינען די לעצטע פאר יאר בין איך צוריקגעקומען צו די 35-45 רעינזש. אנערקענענדיג אז די טייערערע מאכן בכלל נישט עפעס א בעסערע זשאב.. אויב איז מען נישט גרייט דערצו.
עס ארבעט מיטן כלל פון מיינד אווער מעטער, אז וויבאלד מען ווייסט עס איז טייער פלאש מוז זיין סיז גאר גוט, אבער אין מציאות איז נישט אלעמאל אזוי. און אויב גיסטו פאר א פרעמדן מענטש וואס ווייסט נישט דאס איז א הונדערש דאלארדיג פלאש וועט ער כלל נישט זיין ענציקט דערפון.

האמיר זיך שוין איבערצייגט אפאר יאר צוריק אז "קאווענענט" איז שטארק איבערגעפרייזט און ס'איז סתם א הייפ "לפי עניית פאלאט שלי" (לפענ"פ)
וגא"מ צו דיין השערה אז רוב מאל זענען יענע רעינדזש בעסערע וויינען.
ענדע צדיק! האט געשריבן:אגב, איז דא נאך אייינער ואס באמערקט עס? די אר"י'דיגע וויינען זענען עפ"י רוב מער עסיד'דיג און האט אזא איידעלע ציפ וואס איך גלייך נישט.

אדרבה! איך שפיר פונקט פארקערט רוב א"י וויינען וואס זענען געווען אביסל אינעם הילצערנעם פעסל שפירט מען סאך ווייניגער עסיד, און מיט דעם אלעם פילט מען שטערקערע טעם, למשל שילה - סיקרעט ריזערעו, תניא - הלל, אור הגנוג - שמאי; פרענטש בלענד; ספעישעל ריזערוו, וכו' אטו כי רוכלא ...

חוץ די טעפערבערג ליניע (כווייס נישט אויב אלע, עכ"פ די ביליגערע סארט) האבן יא א שטערקערע ציפ.

****
האמיר געקויפט עטליכע פלעשלך הערצאג אראנדזש מאסקאוט פאר די בני בית זיי האבן גאר שטארק הנאה געהאט דערפון (ווען ס'קאלט פארשטייטכעס), ביי די דע'זערעט האמיר אויך פארזוכט דערפון, ס'גאר געשמאק און טעם, ס'האט נאר גאר אסאך נעטרואל צוקער.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5676
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אוקטובער 11, 2015 11:20 pm

נא_שכל האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אגב, איז דא נאך אייינער ואס באמערקט עס? די אר"י'דיגע וויינען זענען עפ"י רוב מער עסיד'דיג און האט אזא איידעלע ציפ וואס איך גלייך נישט.

אדרבה! איך שפיר פונקט פארקערט רוב א"י וויינען וואס זענען געווען אביסל אינעם הילצערנעם פעסל שפירט מען סאך ווייניגער עסיד, און מיט דעם אלעם פילט מען שטערקערע טעם, למשל שילה - סיקרעט ריזערעו, תניא - הלל, אור הגנוג - שמאי; פרענטש בלענד; ספעישעל ריזערוו, וכו' אטו כי רוכלא ...

חוץ די טעפערבערג ליניע (כווייס נישט אויב אלע, עכ"פ די ביליגערע סארט) האבן יא א שטערקערע ציפ.

איי געס דיין צונג איז אנגעשטעלט אויף אינווערט...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » זונטאג אוקטובער 11, 2015 11:21 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אגב, איז דא נאך אייינער ואס באמערקט עס? די אר"י'דיגע וויינען זענען עפ"י רוב מער עסיד'דיג און האט אזא איידעלע ציפ וואס איך גלייך נישט.

אדרבה! איך שפיר פונקט פארקערט רוב א"י וויינען וואס זענען געווען אביסל אינעם הילצערנעם פעסל שפירט מען סאך ווייניגער עסיד, און מיט דעם אלעם פילט מען שטערקערע טעם, למשל שילה - סיקרעט ריזערעו, תניא - הלל, אור הגנוג - שמאי; פרענטש בלענד; ספעישעל ריזערוו, וכו' אטו כי רוכלא ...

חוץ די טעפערבערג ליניע (כווייס נישט אויב אלע, עכ"פ די ביליגערע סארט) האבן יא א שטערקערע ציפ.

איי געס דיין צונג איז אנגעשטעלט אויף אינווערט...

חחחח...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5676
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אוקטובער 11, 2015 11:27 pm

קאווענענט איז שוין צי שווער פאר מיר
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוקטובער 11, 2015 11:31 pm

אויף אינווערטס.. געוויס אזוי.

איך האב באמערקט נאך א נקודה לגבי וויין אז די קעמיקעל באלאנס אין א מענטש טוישט זיך און לויט דעם האט ער א געשמאק אין אלקאהאל.
למשל איך האב געהאט וויינען וואס ביים ערשטן פלאש בין איך געגאנגען ניסן דערפאר, אבער שפעטער נאך א צייט קען איך עס מער נישט טרונקן למשל טעפערבורג רעזערוו. ווידעראום האב איך געהאט געציילטע וויינען ממש שלעכט געווען די ערשטע מאל כמעט אויסגעגאסן אין סינק, איך גלייב אז היינט ווען איך פרוביר עס וועל איך שוין בעסער גלייכן אדער צולייגן מער אויער דערצו אויפצוכאפן זיין יוניקנעס, כאב עס נאר נאכנישט פראבירט. סא סיז זיכער די קעמיקעלס טוישן זיך אין די באדי און זאכן ווערן אנדערש אויפגעכאפט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 12:06 am

וועלכע טעבעבערג רעדט עטס? עס איז יעצט אינגאנצן ניי אויף יו"ט. קדם האט עס איבערגענומען און עס איז אינגאנצן א נייע זאך.

די קאלעפארניע וויינען קענעך מער ווייניגער ליידער נישט דערליידן, עס האט אזויפיל טענין, ווי א בער פארן זיך לייגן אויפן ווינטער. עס שפירט זיך מיט ווי איך לעק פאפאענדעקל!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה שטינקאוויטש » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 12:22 am

I see there is a talk of MIVNIM of wine. I just made must from concord grapes it has a little too much asid. What can I add for sweetniss? Maybe a blend of a other grape?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5676
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 8:37 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:וועלכע טעבעבערג רעדט עטס? עס איז יעצט אינגאנצן ניי אויף יו"ט. קדם האט עס איבערגענומען און עס איז אינגאנצן א נייע זאך.

דאס איז נייעס וואס כהאב נישט געוויסט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 10:38 am

משה שטינקאוויטש האט געשריבן:I see there is a talk of MIVNIM of wine. I just made must from concord grapes it has a little too much asid. What can I add for sweetniss? Maybe a blend of a other grape?

מאסט פון קאנקארד איז גאר גוט אבער איינער האט מיר אמאל געזאגט מען מוז עס מישן, איך געדענק שוין נישט מיט וועלכע טרויב.
כעל פרובירן יענעם איבערפרעגן בל"נ
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4980
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג מארטש 20, 2016 4:23 pm

האמיר פארזוכט דעם שב"ק זכור העעל"ט א פלעשעל אלכסנדר - סענדראו, ס'איז א בלענד, גאר גוטע פרוכטיגע טעמים, א רמז פון טשאקלאד אין די הינטערגרונד. לייט - מידיום באדי. טרינקט זיך לייכט אפילו אן עסען.

גאר גוט פאר די פרייז פון בערך 21-23 $ ביי סוריקא אויף בראדוועי
צוגעלייגטע
alexander_sandro.png
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

איך לאך
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:22 pm

תגובהדורך איך לאך » זונטאג מארטש 20, 2016 4:28 pm

יישר כח, פון וויא קומט די טרויבן?

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » זונטאג מארטש 20, 2016 4:51 pm

איך לאך האט געשריבן:יישר כח, פון וויא קומט די טרויבן?

א"י
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4980
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג מארטש 20, 2016 5:48 pm

ארץ ישראל גליל העליון - כפר שמאי
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
וואסערטרעגער
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 04, 2013 1:09 pm

תגובהדורך וואסערטרעגער » זונטאג מארטש 20, 2016 11:28 pm

וועלעכע מין טרויבען? איז דאס א טריקענע אדער א זיסע

אוועטאר
קברנה סובניון
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

תגובהדורך קברנה סובניון » דינסטאג מארטש 22, 2016 1:16 pm

שוועמל האט געשריבן:אויף אינווערטס.. געוויס אזוי.

איך האב באמערקט נאך א נקודה לגבי וויין אז די קעמיקעל באלאנס אין א מענטש טוישט זיך און לויט דעם האט ער א געשמאק אין אלקאהאל.
למשל איך האב געהאט וויינען וואס ביים ערשטן פלאש בין איך געגאנגען ניסן דערפאר, אבער שפעטער נאך א צייט קען איך עס מער נישט טרונקן למשל טעפערבורג רעזערוו. ווידעראום האב איך געהאט געציילטע וויינען ממש שלעכט געווען די ערשטע מאל כמעט אויסגעגאסן אין סינק, איך גלייב אז היינט ווען איך פרוביר עס וועל איך שוין בעסער גלייכן אדער צולייגן מער אויער דערצו אויפצוכאפן זיין יוניקנעס, כאב עס נאר נאכנישט פראבירט. סא סיז זיכער די קעמיקעלס טוישן זיך אין די באדי און זאכן ווערן אנדערש אויפגעכאפט.

בד"וו איך גיי באנאנעס פארן טעפערבערג רעזערוו, בין איך נאך גוט מיט אים נאך פאר קדם האט בכלל געוויסט פון די קאמפאני

קום ועשה
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 8:21 pm

תגובהדורך קום ועשה » דינסטאג מארטש 22, 2016 4:33 pm

גליינט דעם אשכול מרישא, דער שוועמל איז עפעס ריזיג!
נא שכל, אויך נישט אוועק צו מאכן ;l;p-



איך וויל קויפן וויין אויף פורים, צוויי מיקס קעיסעס פון באטלעך אין די רענדש פון 20-40

קען איינער אפשר העלפן מיט א ליסט?

ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 7:48 pm

תגובהדורך ראסטעוו » דינסטאג מארטש 22, 2016 5:50 pm

מ'דארף מיר אנהייבן גיין אויף א עסיד פרי דייעט ביז פורים צו קענען פארנעמען די וויינען..ביזדערווייל האב איך נאכנישט געטראפן א וויין אנע עסידס


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ממה נפשך, ר' יום טוב און 15 געסט