א היטש קיין בארא פארק...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעכענער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:38 am

תגובהדורך רעכענער » זונטאג דעצמבער 29, 2013 11:34 am

שוועמל האט געשריבן:ווי מעג מען לאכן אזויפול אין שובבים..?
דער שרייבט נישט נארמאל!

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך רייזענדער » זונטאג דעצמבער 29, 2013 12:50 pm

פערד און וואגן האט געשריבן:יוי רייזענדער ווען איך קען דיך ווען א היטש געבן אויף מיין וואגן וואלט איך געפארן ווי א שליטן אין א ים לויזע אייער ווי קען מען דיך אויפפיקן ? זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ.

Wow דאס וואלט געווען ריעלי אינטשערעסטינג....ועל שאלתך וואו די קענסט מיך אויפפיקן: כעת בין איך אינטערוועגנס מיט א צווייטן היטש-געבער - עפעס ענדליך'ס צו א פערד-און-וואגן באט נאט די סעים - איך ליג אויף א געלעכערטע פליי-וואד אין בעק פון א רויטע אויסגעהוילטע קאנסטראקשאן פיפטין-פעסענדזשער ווען, (אוי א שאד איך האב נישט אויסגעווארט מיטן ארטיקל ביז נאך דעם היטש...), קענסט מיך אויפפיקן קוואדער-נאך ביים מעין ענטרענס פונעם קרעטשמע, אז דו טרעפסט מיך נישט מאך א גרינטליכער חיפוש, וסימנך איך דרייוו א בלויע צעשאקעלטער פאר-וויל-דרייוו, איך וועל דיר א בלינק טאן מיט די אויגן ווען איך וועל דיר באמערקן....

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך רייזענדער » זונטאג דעצמבער 29, 2013 12:54 pm

רעכענער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:ווי מעג מען לאכן אזויפול אין שובבים..?
דער שרייבט נישט נארמאל!

שלוםאלייכעם רעכענער! גוט "אויסגערעכענט" ווען אריינצוסיינען...

פערד און וואגן
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2013 5:16 am
לאקאציע: פונקט אינדערמיט

תגובהדורך פערד און וואגן » זונטאג דעצמבער 29, 2013 1:53 pm

אהה רייזענדער שיינער ערשט יעצט געזעהן דיין ענטפער א שאד איך האב דיך געמיסד אבער וויסן זאלסטו אז נא וואן און איי מיען נא וואן ביעטס מיי פערד און וואגן ס'לוינט זיך אפ' צו ווארטן ביזן נעקסטן קוואדער נאך אז איך האב שוין די לייצעס אין די הענט וועל איך שוין שמייסן די ביסט מתוק מדבש ווופלים מצופים א דאנק דיר ! איך העל דיר צוריקבלינקען אי"ה

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 2:54 pm

שמן זית האט געשריבן:איך האב שוין אסאך געכאפט היטשעס פון יענע היטש פלעיס קיין בארא פארק און אסאך געגעבן היטשעס,
איך האב שוין מיטגעהאלטן די אלע מעשיות פון ביידע זייט, הן אלץ דרייווער הן אלץ היטשער,

אזא לאנגע תגובה צו מאכן פון 20 מינוט פון לעבן דארף מען קענען

אפשר אן ארטיקעל פונעם היטש געבער'ס קוק ווינקל. איינער וואלונטירט? רייזענדער, מען קען רעדען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך ינואר 01, 2014 1:43 pm

איי רייזענדער, האסטע מיר צוווארפן אלע איברים פאר געלעכטער, אזוי אקוראט צו באמערקן און געדענקן יעדע דעטאל און מיט אזא שפראך עס אראפצולייגן איז וואן אף עי קיינד.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:37 pm

וואס דארף א בנש"ק אדער אן ארץ ישראל יוד (אדער זיין קינד\ברודער וואס וואוינט דא) פילן ווען ער ליינט דעם ארטיקל?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:55 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:וואס דארף א בנש"ק אדער אן ארץ ישראל יוד (אדער זיין קינד\ברודער וואס וואוינט דא) פילן ווען ער ליינט דעם ארטיקל?

קענסט זיין זיכער זיי האלטן מען רעדט פון יענעם.
אזויווי ווען דו (כמיין נישט דיך ח"ו) לערענסט א מוסר ספר, טראכסטו אלס פון יענעם.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 01, 2014 4:06 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:וואס דארף א בנש"ק אדער אן ארץ ישראל יוד (אדער זיין קינד\ברודער וואס וואוינט דא) פילן ווען ער ליינט דעם ארטיקל?

האסט א פוינט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך ינואר 01, 2014 4:24 pm

סופער דופער, שמייכעלתי מאוד.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 01, 2014 4:25 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:סופער דופער, שמייכעלתי מאוד.

אריין אין "שפראך פארום"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך ינואר 01, 2014 4:27 pm

שוועמל האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן:וואס דארף א בנש"ק אדער אן ארץ ישראל יוד (אדער זיין קינד\ברודער וואס וואוינט דא) פילן ווען ער ליינט דעם ארטיקל?

קענסט זיין זיכער זיי האלטן מען רעדט פון יענעם.
אזויווי ווען דו (כמיין נישט דיך ח"ו) לערענסט א מוסר ספר, טראכסטו אלס פון יענעם.

וואס וואלסטו געפילט ווען למשל דו דרייווסט א טרעילער אדער גאר א גארביטש טראק, און דו הערסט א מגיד (שיעור ...) וויל אויסדרוקן די משל פון א פארגרעבטן מענטש און נוצט א מעשה פון א טרעילער דרייווער אלץ משל, (ער האט טאקע נישט געזאגט אז אלע טרעילער דרייווערס זענען אזוי, אבער צו נוצען זיין טיטול צו מאכן פון דעם א שפאטישן פעליטאן, מאכט שוין פילן דעם דרייוער ווען ער הערט עס, נאר מיך האסטו געטראפן אויסצונוצן פאר דעם דשאוק.

כמו"כ לענינינו דעם טיפ מענטש וואס דער פעליטאן צולייגט וואס זיצט אין פארענט איז עפעס א סארט נישט צו קלוגער מענטש, א צולייגער פארשטייט אז די וועלט איז באשאפן געווארן בשבילו, האט זייער הנאה פון זיך וכו' וכו', פארוואס דארף א בנש"ק פילן אז די אלע מעלות פיטן די בעסטע אויף א בנש"ק'ס פלייצעס. וכמו"כ לענין האיזרעלי בלע"ז.

כ'האב בכלליות זייער הנאה געהאט פון דעם פעליטאן, מיין פוינט איז אבער מ'זאל מער נזהר זיין נישט אנצוכאפן א טיפ מענטש וואס קען שמעקן פון שפאט אויף די גרופע מענטשען, ווען דו רעדסט פון דעם צארטן בחור'ל דעם עובד פילט נישט קיין איין בחור אז מ'מיינט עהם און קיין איין עובד אז מ'מיינט עהם ווייל ס'פעלט נישט קיין עובדים וואס זענען לגמרי נישט וואקעלדיג און אומזיכער, אבער ביי די צוויי קאטעגאריעס פיל איך אז ס'איז אביסל מער שטעכעדיגער אויב איינער פון די זאל עס ליינען, (כאטש כ'בין פערצופאל נישט קיין איינער פון די צוויי, האב איך אבער בטבעי א שטארקע הרגשה צו מרגיש זיין וויאזוי א צווייטער פילט אין זיינע שוך).
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

בדרך צחות נאר

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך ינואר 01, 2014 4:33 pm

דעם אר"י איד איז א עוולה צו צולייגן ווייל וואס איז ער שולדיג... אבער דער בנש"ק? זאל ער ווערן א מענטש...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 01, 2014 4:48 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:וואס וואלסטו געפילט ווען למשל דו דרייווסט א טרעילער אדער גאר א גארביטש טראק, און דו הערסט א מגיד (שיעור ...) וויל אויסדרוקן די משל פון א פארגרעבטן מענטש און נוצט א מעשה פון א טרעילער דרייווער אלץ משל, (ער האט טאקע נישט געזאגט אז אלע טרעילער דרייווערס זענען אזוי, אבער צו נוצען זיין טיטול צו מאכן פון דעם א שפאטישן פעליטאן, מאכט שוין פילן דעם דרייוער ווען ער הערט עס, נאר מיך האסטו געטראפן אויסצונוצן פאר דעם דשאוק.

האסט א גוטער נקודה.
אבער לדעתי א מגי"ש וואס נוצט א טרעילער דרייווער אלס פעליטאן ברויך אליינס א מגי"ש, און איך וואלט פארלאשן דעם טעיפ.
קיינמאל, קיינמאל אין א מוסר ספר וועסטו נישט טרעפן רעדן פון א געוויסע סארט מענטש אדער ארבייטער (עצם), אלעמאל רעדט מען פון די מעשים אדער מדות (תולדה) פונעם מענטש.

לענינינו קוק איך אן דער אשכול ווי א בדחן מאכט אביסל חוזק פונעם מחותן.. יעדער האט הנאה און געווענליך פארשטייט מען זיך לבסוף.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך ינואר 01, 2014 5:00 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:סופער דופער, שמייכעלתי מאוד.

אריין אין "שפראך פארום"!

עס איז א בחינה וואס מען זאגט אויף בני ארץ ישראל (איך האף רב שעפעלע לאזט) אז זיי זאגן א סענטענס פון גאנצע דריי ווערטער וואס איז כלל דריי שפראכען 'יאללא שלום ביי'.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 1:15 pm

:lol:
רייזענדער האט געשריבן:ס'איז גרינג זיך אויסצו'משל'ן וואס עס איז ווייטער פארגעקומען דארט אינעם קארעלע, אבער כגון דא זאגט מען: חסר הסיום וחבל על דאבדין!...

יע, איר קענט זיין זיכער אז דער משולח איז נישט ארויס פונעם קאר איידער ער האט באקומען א געהעריגע נדבה פונעם דרייווער.....

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 1:55 pm

מילכיגער האט געשריבן:דעם אר"י איד איז א עוולה צו צולייגן ווייל וואס איז ער שולדיג... אבער דער בנש"ק? זאל ער ווערן א מענטש...

גם אני מצטרף לדבריך, א בנעישעקל וואס פירט זיך אויף ווי די דאזיגע קערעקטער אינעם ארטיקל איז ווערט צולייגט צו ווערן, ווייל במחילת כבודו הרמה פארשעמט ער די ריכטיגע אפטייטש פון "בנן של קדושים". ווידער דער ארץ ישראל'דיגע איד איז, ווי איך האב פארשטאנען פון דעם מהות וואס דער האט דא אראפגעלייגט, אויך נישט אזוי אומשולדיג. ווייל כמובן רעדט מען פון אזא טיפ איזרעילי קערעקטער אין וואס א געווענליכע א"י איד וועט זיך נישט שפיגלען אדער עכ"פ זיך נישט שפירן געטראפן, וכפי ידיעתי קען מען אלס א"י איד אויך זיין א ציוויליזירטע מענטש, ובנוסף נאך אויך האבן דערצו דעם ריכטיגן ארץ ישראל'דיגן חן...
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 2:47 pm

שמחת החיים האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:דעם אר"י איד איז א עוולה צו צולייגן ווייל וואס איז ער שולדיג... אבער דער בנש"ק? זאל ער ווערן א מענטש...

גם אני מצטרף לדבריך, א בנעישעקל וואס פירט זיך אויף ווי די דאזיגע קערעקטער אינעם ארטיקל איז ווערט צולייגט צו ווערן, ווייל במחילת כבודו הרמה פארשעמט ער די ריכטיגע אפטייטש פון "בנן של קדושים". ווידער דער ארץ ישראל'דיגע איד איז, ווי איך האב פארשטאנען פון דעם מהות וואס דער האט דא אראפגעלייגט, אויך נישט אזוי אומשולדיג. ווייל כמובן רעדט מען פון אזא טיפ איזרעילי קערעקטער אין וואס א געווענליכע א"י איד וועט זיך נישט שפיגלען אדער עכ"פ זיך נישט שפירן געטראפן, וכפי ידיעתי קען מען אלס א"י איד אויך זיין א ציוויליזירטע מענטש, ובנוסף נאך אויך האבן דערצו דעם ריכטיגן ארץ ישראל'דיגן חן...

צו דען טאר מען מער נישט חוזק מאכן פון די אונגארישע? גאליציאנע? ממיינט דען א יחיד?

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 2:51 pm

בס"ד,

שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטס.

עס דערמאנט מיך די גוטע צייטן, די גאלדענע נישט-נארמאל-זאפטיגע ארטיקלען פון "נאטורליך'ס קאנטרי טאג-בוך."

זאג, ידידי נאטורליך, האסט נאך קיינמאל נישט געכאפט א היטש?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 2:59 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:;l;p- אוי לייגסטו עס גוט אראפ.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
תחקמוני
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 4:00 pm

תגובהדורך תחקמוני » זונטאג אפריל 22, 2018 5:02 pm

אלץ בחור פלעג איך אסאך ווארטען אויף היטשעס, אין איך פלעג זיך אלץ ווינדערען ווי אזוי קען זיין אידען וואס פארען סיי ווי קיין בארא פארק פארוואס מ'שטעלט זיך נישט אפ, אבער היינט צוטאגס אלץ דרייווער שטעל איך זיך אפ ווען ס'קומט מיר אויס צו פארן קיין בארא פארק אדער צו אנדערע פלעצער אין איך פראביר צו זאגען פאר אנדערע אידען ווי א גרויסע מצווה הכנסת אורחים איז,
לאמיר אייך דערציילען איין מעשה וואס איך האב לעצטענץ געהאט,

איך האב גענומען א קאר קיין בארא פארק איך האב אריין גענומען אפאר אידען פון די היטש פלאץ אין וויליאמסבורג אין איינער איז מיר אנגעשלאפען אין קאר נא ס'איז מיר נישט אנגעגאנגען,
אויפן וועג צירוק בין איך צירוק געפארען מיט א חבר איך דערצייל אים אז איך האב ליב צו נעמען היטשעס, אין די ערגסטע וואס איך האב נאר אמאל געהאט איז אז איינער איז מיר אנגעשלאפען אין קאר, מיין חבר א שטילער אינגערמאן דערציילט מיר אז ער האט נישט ליב צו געבען היטשעס אין ער ווייסט אויך נישט פארוואס, אבער אז איך האב אים יעצט געזאגט אז ס'געשעט נישט גארנישט,

איז מען אריבער די היטש פלאץ קיינער איז נישט דארט געשטאנען, אבער אפאר גאסען ווייטער איז איינער געשטאנען, האט מען אים אריין גענומען, נאכען הערען אז ס'געשעט גארנישט,

אין מ'איז אזוי געפארען אין מיטען וועג האט דער היטשער ארויס גענומען זיין גאנצע אנגעגרייטע פרישטאג אז די גאנצע קאר האט אנגעהויבען צו שמעקען אז ממש ס'איז געגאנגען א רויך אין אנגעהויבען צו עסען און מיין חבר האט זיך געביסען די ליפען אין ממש חרטה געהאט אויף די גאנצע געשעפט, ביז אפאר מינוט איז מען אנגעקומען קיין וויליאמסבורג ער האט געבעטען צו מען קען אים צו טראגען ווי ער וויל גיין אין מיין דרייווער האט אים געזאגט אז ער אלט זיך, מ'האט זיך אפגעשטעלט אין ער האט זיך אנגעהויבען צאם צו פאקען זיין גאנצע קארניוואל וואס ער האט זיך אויסגעפאקט אין ער איז ארויס פון קאר אין איבער געלאזט זיין שאל אין מיין חבר האט זיך שנעל געכאפט און אים שנעל צירוק געריפען אים אפגעבען זיין שאל אין ווען ער איז ארויס האט מיין חבר אפגעאטעמט,

אין זאגט מיר יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס איך האב נישט ליב צו געבען היטשעס ??? איך האב נישט געהאט קיין ווערטער אים צו אפ ענטפערן,

ווייל ס'איז דא אפאר אידען וואס ווייסען נישט ווי אזוי מ'פירט זיך אויף ביי יענעם אין קאר מאכען זיי שווער די גאנצע סיטואציע!!!

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » זונטאג אפריל 22, 2018 5:41 pm

אזאנס געלאכט. שכח פארן ארויפברענגען,
אגב ווען איך נעם א היטש, סוף וועג ווען איך פרעג די פאסאנזשירן ווי גייט עטס אראפ, כמעט אייביג איז דער ענטפער בדרך קשיא... ווי גייט איר?
זאג איך זיי אנטשילדיגט, אבער איך האב ערשט געפרעגט...
מ'טאר נישט אויספאפן א חבר, אבער לפנים משורת הדין זאל מען זיך זעלבסט אויך נישט פאפן. קרעדיט: רבי רבי בונם פין פרשיסחא

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » זונטאג אפריל 22, 2018 6:48 pm

תחקמוני האט געשריבן:אלץ בחור פלעג איך אסאך ווארטען אויף היטשעס, אין איך פלעג זיך אלץ ווינדערען ווי אזוי קען זיין אידען וואס פארען סיי ווי קיין בארא פארק פארוואס מ'שטעלט זיך נישט אפ, אבער היינט צוטאגס אלץ דרייווער שטעל איך זיך אפ ווען ס'קומט מיר אויס צו פארן קיין בארא פארק אדער צו אנדערע פלעצער אין איך פראביר צו זאגען פאר אנדערע אידען ווי א גרויסע מצווה הכנסת אורחים איז,
לאמיר אייך דערציילען איין מעשה וואס איך האב לעצטענץ געהאט,

איך האב גענומען א קאר קיין בארא פארק איך האב אריין גענומען אפאר אידען פון די היטש פלאץ אין וויליאמסבורג אין איינער איז מיר אנגעשלאפען אין קאר נא ס'איז מיר נישט אנגעגאנגען,
אויפן וועג צירוק בין איך צירוק געפארען מיט א חבר איך דערצייל אים אז איך האב ליב צו נעמען היטשעס, אין די ערגסטע וואס איך האב נאר אמאל געהאט איז אז איינער איז מיר אנגעשלאפען אין קאר, מיין חבר א שטילער אינגערמאן דערציילט מיר אז ער האט נישט ליב צו געבען היטשעס אין ער ווייסט אויך נישט פארוואס, אבער אז איך האב אים יעצט געזאגט אז ס'געשעט נישט גארנישט,

איז מען אריבער די היטש פלאץ קיינער איז נישט דארט געשטאנען, אבער אפאר גאסען ווייטער איז איינער געשטאנען, האט מען אים אריין גענומען, נאכען הערען אז ס'געשעט גארנישט,

אין מ'איז אזוי געפארען אין מיטען וועג האט דער היטשער ארויס גענומען זיין גאנצע אנגעגרייטע פרישטאג אז די גאנצע קאר האט אנגעהויבען צו שמעקען אז ממש ס'איז געגאנגען א רויך אין אנגעהויבען צו עסען און מיין חבר האט זיך געביסען די ליפען אין ממש חרטה געהאט אויף די גאנצע געשעפט, ביז אפאר מינוט איז מען אנגעקומען קיין וויליאמסבורג ער האט געבעטען צו מען קען אים צו טראגען ווי ער וויל גיין אין מיין דרייווער האט אים געזאגט אז ער אלט זיך, מ'האט זיך אפגעשטעלט אין ער האט זיך אנגעהויבען צאם צו פאקען זיין גאנצע קארניוואל וואס ער האט זיך אויסגעפאקט אין ער איז ארויס פון קאר אין איבער געלאזט זיין שאל אין מיין חבר האט זיך שנעל געכאפט און אים שנעל צירוק געריפען אים אפגעבען זיין שאל אין ווען ער איז ארויס האט מיין חבר אפגעאטעמט,

אין זאגט מיר יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס איך האב נישט ליב צו געבען היטשעס ??? איך האב נישט געהאט קיין ווערטער אים צו אפ ענטפערן,

ווייל ס'איז דא אפאר אידען וואס ווייסען נישט ווי אזוי מ'פירט זיך אויף ביי יענעם אין קאר מאכען זיי שווער די גאנצע סיטואציע!!!

איך האב געהאט ענליכ'ס אבער נישט ממש, ווען איינער נעבן מיר אויפן באס האט ארויסגענומען א טעללער מיט הייסע לאטקעלעך וואס די עזר כנגדו האט אים אנגעגרייט... (און ער האט מיר נאך איידעלערהייט מכבד געווען)... מהיום והלאה, נישט אז אז איך נעם נישט קיין מענטשן פאר קיין היטשע'ס, נאר איך פאר מער נישט מיט'ן באס פאר לאנגע שטרעקע'ס...
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג אפריל 22, 2018 6:48 pm

מען מעג לאכען יארן שפעטער? גארנישט האט זיך נישט געטוישט.

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » דאנארשטאג מאי 03, 2018 4:55 pm

שלום וברכה!
עס איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו ווארטן עטליכע מאל פאר א היטש פון וומסב"ג קיין ב"פ אדער פארקערט, און איך מוז אייך זאגן: עס איז זייער אומ'באטעמט ווען מ'דארף ווארטן אין די קעלט \ היץ \ ווינטן \ רעגן... וכו' צומאל פאר איבער א שעה! האב איך געטראכט צו מיר וואס איז טאקע פשט פונדעם אז עס פארן אריבער אזויפיל גוטע אידן מיט ליידיגע קארס און שטעלן זיך נישט אפ? און איך שטעל זיך פאר אז די סיבות זענען פילפאכיג, און איך שרייבן וואס קומט מיר יעצט אויף אין געדאנק:
1. איינער וואס ווייסט ניטאמאל אז אויף די באשטימטע פלעצער ווארטן אידן צו באקומען א היטש, און נישט נאר אויף א באס וכדו'
2. איינער וואס האט קיינמאל נישט געשפירט דעם טעם פון ווארטן אויף א היטש.
3. איינער וואס געווענדליך נעמט ער יא אריין אבער יעצט דארף ער די פריוואטקייט צו רעדן אויפ'ן טעלעפאן וכדו'.
4. איינער וואס פלעגט נעמען נאר ער איז נערוועז געווארן ווען מען האט אים געבעטן \ געצווינגען צוצופארן צו די אנדערע עק שטאט...! ביז ער האט מחליט געווען אז דאס איז עס!.
5. איינער וואס איז נערוועז געווארן ווען או\מענטשן פלעגן מאכן זייער וויכטיגע טעלעפאן קאלס בשעת די נסיעה.
6. איינער וואס האט אמאל געהאט שווערע ארבעט מיט'ן אויסרייניגן יענעמ'ס שמוץ וואס איז אראפגעפאלן פון יענעמ'ס טעלער \ בעג, צו איז סתם אזוי געגאנגען א רויעך פון יענעם'ס בעג!.
זאת ועוד זענען פון די פילע סיבות וואס האלטן אפ מענטשען פון טון א חסד מיט א צווייטע איד, און מיט רעכט! אבער די פראגע איז אויף די אידן וואס טוען פון די אויבערדערמאנטע זאכן און נעמען נישט אין באטראכט אז דער דרייווער האט נישט קיין כח און די העזה צו אייך זאגן לייג אראפ די טעלעפאן, אדער עס נישט אין מיין קאר, אדער אז אויב נעם איך צו אייער דעסטאנאציע וועל איך אנקומען שפעט אהיים שטייציך נאכ'ן זוכן פאר א לענגערע צייט פארקינג, וואס די היטשער האט נישט די דאגה!.
אלזא! טייערע היטשער! האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט אז מיט אייער אויפפירונג מאכט איר אז אנדערע אידן זאלן דארפן ווארטן פאר לאנגע מינוטן \ שעות!?
האט איר שוין אמאל געטראכט אז מיט'ן זיך אויפפירן ווי א מענטש ביי יענעם אין קאר העלפט איר אלע אנדערע אידן וואס גייען אמאל דארפן ווארטן אויף א היטש, אז זיי זאלן נישט דארפן ווארטן אזוי לאנג?
נאר וואס, איך האלט אז אויב איר זענט די דרייווער פארט דווקא נישט צו, מערקט אויף די פאסאנדשיר אויף יעדע זאך וואס געפעלט אייך נישט אין זיין אויפפירונג, און אזוי ארום וועט איר פארשפארן די ארבעט פון די אנדערע וואס קענען נישט נעמען די קוראדש צו זאגן מוסר פאר א פרעמדע גאסט, אדער פאר די וואס גייען צוליב דעם אויפהערן אריינעמען היטשעס.
וואס טוט מען ווען מען האט א קאמפיוטער פראבלעם, און מ'קען נישט טרעפן - באקומען א תשובה דא אויפ'ן וועלטל?
www.tenforums.com
https://forums.mydigitallife.net/


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט