איך וויל שלאגען כפרות מיט GMAIL

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

איך וויל שלאגען כפרות מיט GMAIL

תגובהדורך חזקיהו המלך » זונטאג פאברואר 02, 2014 10:41 pm

gmail ימ"ש האט מיך היינט אויפגערעגט,

כ'האב געוואלט דאונלאודען א גרופע בילדער וואס איינער האט מיר געשיקט, אין זיכענדיג די אפציע צי דאונלאודען אלע אטעטשמענטס אויף איין מאל, זעה איך אז הילד איננו, פארשווינדען געווארען ווי אין וואסער אריין, גוגעל לייגט נאר די אפציע עס צי לייגען אין זיי פארשטינקען "גוגעל דרייוו", אין טאמער ווילסטע עס דאונלאודען צי דיין קאמפיוטער דאן קענסטו גיין כי רוכלא דאונלאדען יעדעס בילד באזינדער,

אין אנדערע ווערטער דער גוגעל ימ"ש וואס ארבעט האנט ביי האנט מיט די NSA, וויל אז דער עולם זאל ענדרעש האלטען די פיילס אויף זייער סערווער ענדרעש ווי עס סעיווען צי אייגענעם קאמפיוטער, מאכען זיי עס שווער צי דאונלאודען צים קאמפיוטער,

און איך זאג פאר גוגעל, גייטס אין דער אדמה, מען גייט זיך נעמען זיכען אן אלטערנאטיוו צי דעם פארשטינקענעם אויסגעפרעסענעם גוגעל,

אראפ מיט גוגעל, דעם טריפה'נעם גוגעל, דעם טמא'נעם גוגעל,

מ'וועט זיך אי"ה אן עצה געבען אן גוגעל,

ביטע ווער ס'ווייסט פין א גוטע אלטערנאטיוו פאר דזשימעיל זאל עס ביטע שרייבען,

אוי הייליגע באשעפער, שפוך חמתך על הגוגל, אשר לא ידעוך, ועל דזשימעיל אשר בשמך לא קראו, כי אכל את העטעטשמענטס ולהNSA עבדו, שפך עליהם זעמך וחרון אפך ישגם תרדוף באף ותשמידם מתחת כל האינטערנעט,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג פאברואר 02, 2014 10:43 pm

קענסט עס נישט קידנעפן און לייגן נעבן בלומבערג?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג פאברואר 02, 2014 10:53 pm

ערעב איד, כאפט אייך דאס אטעם און זעצט אייך אוועק

ווען איר זענט אין א גוטע גוסטע דאן שפאצירט אריין צו outlook.com וואו זיי געבן נאך דעם אפציע פון דאונלאודן אלע עטעטשמענטס אינאיינעם.

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » זונטאג פאברואר 02, 2014 10:54 pm

שוין לאנג נישט געלאכט אזא גוטס. גם אני מצטרף למחאה למחוק הגוגל מעל פני אדמה.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג פאברואר 02, 2014 10:55 pm

חחח אויסגעפלאצט ביים ליינען דעם אויפברויז..

כ'נוץ אוטלאוק.קאם אביסל, אבער גוגל איז נאך אלץ בעסער אין אסאך ענינים.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג פאברואר 02, 2014 10:57 pm

האסט געליינט דעם שפוך חמתך?

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » זונטאג פאברואר 02, 2014 11:04 pm

חחח דער זשימעיל קענסטו נאכדעם אויסטיילען פאר די בחורים אין ישיבה פאר די גאנצע יאר.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג פאברואר 02, 2014 11:21 pm

אוי ביסטו גוט!!! ביי שפוך חמתך האב איך אויסגעפלאצט.
כ'האב געקוקט ביי מיין גימעיל און איך האב יא די אפשון פון download all attachments קוקט אויס זיי ווייסן פאר וועם עס צו באהאלטן...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג פאברואר 02, 2014 11:38 pm

חזקיהו המלך האט געשריבן:ביטע ווער ס'ווייסט פין א גוטע אלטערנאטיוו פאר דזשימעיל זאל עס ביטע שרייבען

פעקס...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:43 am

זאכליך האט געשריבן:אוי ביסטו גוט!!! ביי שפוך חמתך האב איך אויסגעפלאצט.
כ'האב געקוקט ביי מיין גימעיל און איך האב יא די אפשון פון download all attachments קוקט אויס זיי ווייסן פאר וועם עס צו באהאלטן...

גם אני מצטרף.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » מאנטאג פאברואר 03, 2014 1:23 am

יעצט קוק איך זעה איך אז ביי אנדערע אימעילס האב איך יא די אפציע, סאו כ'ווייס נישט וואס פינקטליך גייט פאר,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 03, 2014 2:11 am

די פראבלעמען זענען נאר ביי די נייע UI.
מען קען נוצן גימעיל מיט די אלטע UI אן די אלע אישוס, איך מיין אז דאס איז די לינק https://mail.google.com/mail/h/wn10kqmkssqgg/?zy=h&f=1

דארפסט שוין זיין אריינגעסיינט ווען דו נוצט די לינק. אויב סיינסטו אריין פון דעם לינק וועט דער 'סיין-אין' לינק דיך פירן אוטאמאטיש צום נייעם אינטערפעיס. דעריבער קליק נאכאמאל די אויבערשטע לינק צו גרייכן דעם אלטן UI.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג פאברואר 03, 2014 8:33 am

האט די פראבלעם לעצטנס ביים דזשימעיל ענדרויד עפפ, אז ס'נעמט לאנג צו לאודן די פיקטשערס, אויך מיט דעם? אויב יא, קען מען עס מסדר זיין מיט אנאינסטאולן די לעצטע אפדעיטס?

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג פאברואר 03, 2014 10:11 am

און אויב די NSA וועט זעהן די בילדער פון די פורים קלאוניס און די פיקטשערס פון רבי'נס חתונה וואס איינער האט געשיקט עט וואס זיין???

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג פאברואר 03, 2014 10:23 am

שוועמל האט געשריבן:די פראבלעמען זענען נאר ביי די נייע UI.
מען קען נוצן גימעיל מיט די אלטע UI אן די אלע אישוס, איך מיין אז דאס איז די לינק https://mail.google.com/mail/h/wn10kqmkssqgg/?zy=h&f=1

דארפסט שוין זיין אריינגעסיינט ווען דו נוצט די לינק. אויב סיינסטו אריין פון דעם לינק וועט דער 'סיין-אין' לינק דיך פירן אוטאמאטיש צום נייעם אינטערפעיס. דעריבער קליק נאכאמאל די אויבערשטע לינק צו גרייכן דעם אלטן UI.

איך ווייס נישט וועגן וואספארא פראבלעמען איר רעדט מיטן נייעם?
איך האב אויבן העכער די אלע בילדער א 'דאונלאוד אלל' קנעפל:
Download all.JPG
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פריילאכער
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 18, 2014 10:43 pm
לאקאציע: אין מיינע שיך...

תגובהדורך פריילאכער » מאנטאג פאברואר 03, 2014 11:00 am

כ'האב שוין לאנג נישט אזוי געלאכט...
מ'דארף עס מתרגם זיין אויף ענגליש און שיקן ככתבו וכלשונו לכ"ק אדמו"ר מגוגל ימ"ש


the odious Hat Mich gmail Heint Aoifgaragt ,

As Father Gawalt Daonlaudan a Grofa Bilder vos Aeinar Hat Mir Gashikt , there Zichandig pretty Aftzia fleet Daonlaudan al Atatshmants oif Ayn al , shifted how so the child does not , Farsoweindan Gawaran Wei No vasser Arjen , Gogal Liigt Nar pretty Aftzia As Fleet Liigan No Zee Farstenkan " Gogal Driioo " no Tamar and Oilsta As Daonlaudan Dane the Computer Chip Dunn Kansto Gein that Rocla Daonladan Iadas child Bazindar ,

No Andara and ERTER Der Gogal yemach vos Arbat Bay Hunt Hunt Mitt pretty NSA , Will then Der world Ghazal Andras Haltan pretty Files oif Zayer Sa'rooar Andras Wei As Sa'iooan fleet Ayeganam The Computer , Macan Zee As Sooar fleet Daonlaudan Zim The Computer ,

On how Zog glory Gogal , the Gates der Land , mailing Gate sich Naman Zichan Ann Altarnatioo fleet dem Farstenkanam Aoisgafrasa'nam Gogal ,

Arap Mitt Gogal , dem predation Noam Gogal , dem unclean Noam Gogal ,

M pen sich God willing Tip Gaban Ann Ann Gogal ,

Mata and goalkeeper S. Haste Pin a luxury Dzshimail Gute Altarnatioo Ghazal As Mata Sriiban ,

Oh Heiliga Bashafar , Pour out your wrath on Google, which is not Idoc and Dzshimail that your name is not called that ate Vela Hatatshmants NSA worked , poured their anger and rage nose achievement will pursue any and all Hayntarnat

:lol: :lol: :lol:
ב"ה איך קען נישט English

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:42 pm

זייט איך האב דאס אינסטאלד
דרייווט מיר ניט גוגעל דעם קאפ מיט DRIVE

בילד
https://chrome.google.com/webstore/detail/fix-compose-for-gmail%C2%AE-to/hpoidnelefpoofhdioielagfklahfcjg]

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג פאברואר 03, 2014 2:24 pm

קיקיון: גוגל דריידט קיינעם נישט קיין קאפ מיט Drive!
זיי האבן נישט אראפגענומען קיין שום אפציע פון ביז היינט, נאר צוגעלייגט א אפציע - וואס איז גראדע זייער נוצבאר - אז מ'קען סעיווען די עטעטשמענטס צו דרייוו 'אויכעט'.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מאנטאג פאברואר 03, 2014 2:31 pm

חחח,

דערווייל קוקט אויס ווי גוגעל האט געשלאגן כפרות מיט דיר,

לעבן זאל דער קעניג.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 04, 2014 6:39 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:קיקיון: גוגל דריידט קיינעם נישט קיין קאפ מיט Drive!
זיי האבן נישט אראפגענומען קיין שום אפציע פון ביז היינט, נאר צוגעלייגט א אפציע - וואס איז גראדע זייער נוצבאר - אז מ'קען סעיווען די עטעטשמענטס צו דרייוו 'אויכעט'.

זאג נאר דאס הייסט ניט פאדרייט ??
איז דאס ניט בעסער ווען איך וויל נור דורך בליקען זעהן
צי עס איז כדאי אראפשלעפען, מען קען בלעטערען א מחי'

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג פאברואר 04, 2014 6:46 pm

דער קורצע תירוץ איז: ניין.
ביי ביידע קענסטו מישן און איבערקוקן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 04, 2014 7:29 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:דער קורצע תירוץ איז: ניין.
ביי ביידע קענסטו מישן און איבערקוקן.

פיין יהי' לך אשר לך אין איך וועל בלייבען מיט דעם אלטען


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 30 געסט