בלאט 1 פון 2

" קענדי קראש " - מלחמת היצר

געשריבן: זונטאג פאברואר 02, 2014 10:42 pm
דורך א גראם מיט טעם
לכבוד חודש אדר וואס כידוע איז עס א זמן אויף מחיית עמלק בכלל און אויפען פערזענליכען עמלק דהיינו דעם יצר הרע בפרט , זענען די פאלדגענדיגע שורות געשריבען געווארען
ליינט מיט הנאה , קאמענטס אר אפרישיעיטעד.



אין שול האב איך אריין געוואקט
צו מנחה מעריב נעכטען ביינאכט
מיינע אויגען ווערען סטאק
צו א יונגערמאן וואס זיצט מיטען טעלאפאן פארטראכט


ס'זעהט אויס ווי עפעס אינטערסאנט האט מען עם געשיקט
אן אומצופרידענקייט אויפען פנים -כ'ווער שוין באלד נערוועז
עפעס שרעקליך האט מסתמא פאסירט און דאס עם עס דריקט
כ'ווייס נאר נישט ווי אפשר גאר אין אואטער ספעיס


ווען מיטאמאל צושמייכעלט ער זיך און געט א שריי , יעסס !!
ער זעהט ווי איך קוק עם אן האט ער געבלאשט
אויף מיין פראגע וואס איז שוין די גרויסע נס
ווייזט ער מיר ווי ער שפילט קענדי קראש


קליינע באליס אלע מיני קאלירען
דארף מען שטעלען אין שורה וואס מער פינעם זעלבען סארט
אויף פלאצען אלע דזשעליס מיזטו אויך פראבירען
כדי אנצוקימען צום נעקסטען בארד


שוין ריסעטעד זיין זייגער זעקס מאל ער האט עס
צו קענען באקומען נאך און נאך א לייוו
דערנאך ריקט זיך אן די טשאקלעד און פארשפרייט אירע בלאטעס
ווייסטו דען ווי שווער ס'איז צו ערלעדיגען אויף איין מאל באליס - פייוו


אזוי לאנג וואס אויף דעם לעוועל איך טו זיך מיטשען
און ענדליך האב איך עס דערגרייכט
די טשעריס און ניסלעך געטון אראפ גליטשען
נעבעך, נעבעך האב איך זיך צו מיר געטראכט


ווען פלוצלונג בליצט אויף ביי מיר מיט פארשטענדינעש
אונזער לעבען איז דאך פינקט דער זעלבע געים
דער יצר הרע מיט אזא פארבלענדינעש
פראבירט אנרייצען, סחורה צו קויפען ביי עם


יעדען טאג אויף אן אנדערע לעוועל פושט ולובש צורה
זיינע בלאטעס אין הארץ פארשפרייט ער
מאך נאך יענעם זיי די זעלבע ווי אלע פין דיין שורה
הרג'ט מענטשליכע לייווס איינס נאך די צווייטע


ס'בליטשקעט די גאס מיט קאלירען גאר אסאך
דער יוד מיטשעט זיך, נישט אייבעג טיט עס עם געלינגען
אבער ווען יא ,דעם יצר'ל ער געט א צוקראך
וועט ער זיין שמחה פאר קיינעם נישט פארדינגען


נאך א בארד נאך א לעוועל אויב טיט ער באזיגען
פיל נענטער צום באשעפער דאן פילט ער
ווער קען שאצען זיין פארגעניגען
ווען דעם יצר הרע אויסשפילט ער


פארדעם דאס נעקסטע מאל ווען ער שורה'עט אויס זיינע ציקערליך
ווייז עם מיט גבורה מי בראש
ווייל אויב ווילסטו באמת זיין גליקליך
צושטויס די קענדי מיט א געזינטע קראש

געשריבן: זונטאג פאברואר 02, 2014 10:50 pm
דורך private
אייזן גיט. אין יא שיער פארגעסן אויך אמת.

געשריבן: זונטאג פאברואר 02, 2014 10:57 pm
דורך אנעים זמירות
זייער א פיינע געדאנק. ייש"כ

געשריבן: זונטאג פאברואר 02, 2014 11:01 pm
דורך היימישער איד
זיס...

געשריבן: זונטאג פאברואר 02, 2014 11:01 pm
דורך OverSize
שכוח שיינע גראמן

געשריבן: זונטאג פאברואר 02, 2014 11:02 pm
דורך AHA
זייער פיין

געשריבן: זונטאג פאברואר 02, 2014 11:29 pm
דורך לכתחילה אריבער
געוואלדיג!!

און פונקט ווען מען מיינט אז מען האט שוין דערגרייכט די העכסטע שטאפל,
קומט ער צוגיין מיט גאר א נייעם סעריע פריווינגען!!

געוואלד!!

געשריבן: זונטאג פאברואר 02, 2014 11:40 pm
דורך לכאורה
פיר אויס, אז מיט תשובה מען דרייט צוריק דעם זייגער און מען באקומט פרישע לעבנס... כאילו מען איז אן אנדערער מענטש, נישט דער וואס האט זיך פארזינדיגט.

געוואלדיג גוט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:45 am
דורך fiena nieas
שכוח פיין געזאגט, מעקען נאך צולייגן א מוסר השכל, ביי אסאך לעוועלס איז די איידוע וויזוי צו מאכן די לעוול פונקטפארקערט וואס דו טראכסט דאס הייסט די געים מאכט דיך טראכטן אז דו דארפסט לאמיר זאגן נאכלויפן די קענדיס, און דערווייל מיט דעים פארלירסטו! און ווי אויך פאנגט אן אסאך מאל צו בלינקן ווי גלייך דאס איז די גיטע מאוו און דערווייל א נעכטיגן טאג טאקע מיט די מאוו פארלירסטו.

די זעלבע זאך די יצר הרע, ער מאכט דיר טראכטן אז ס'געשמאק לויף נאך גי תאווה אין יענע הנאה ווי אויך מאכט ער די עולם הזה בליטשקענען אין שיינען, און דערווייל די שיינידיגע זאכן דאס פירן אראפ.
ממילה ווען מ'האט שכל און מעלאט זיך נישט פון זיינע זיסע זאכן און מזיכט עס דייקא צו אויסקרויסן..... 'געווינט מען דעים שפיל'

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2014 2:26 am
דורך שוועמל
כהייב ערענסט אן טראכטן קענדי קראש האט מחבר געווען איינער פון די גדולי בעלי מוסר..

גראם;
דיינע גראמען זענען גוט און אויפריכטיג.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2014 8:15 am
דורך הערליך
מעירידיג!!!

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2014 9:12 am
דורך ענדע צדיק!
די געדאנק - משל איז פיין!

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2014 9:19 am
דורך געלעגער
זיסע צוזאמשטעל! פיינע גראמען

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2014 9:24 am
דורך פאמיליעמירעלס
מה זאת קענדי קראש?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:46 pm
דורך זאכליך

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2014 1:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
מען קען גיין ווייטער און ווייטער!!

אסאך ארומיגע בליטשקעדיגע זאכען איז נאר דארט צו פארבלענדען די אויגן!

טראכט גוט פארן שטעלן א טריט, יעדע שריט וואס מען טוט קען האבן שטארקע נאכווייכען אויף סאך שפעטער און מרובה מידה טובה.

זיך נישט אויסמישן, און האלטן צוזאמען מיט אנדערע פון דעם שטאנדארט (קאליר וכו') האלפט אנצוקומען צום ציל, און טאקע די "תערובות" פון פרעמדע, ברענגט צו פארלירן.

אפי' מען האט פארלוירן, - דארף מען טאקע עטוואס צוריקגיין ביז אנהייב שטאפל - אבער עס איז קיינמאל נישט פארפאלן, מען קען אייביג נאכאמאל פראבירן.

יעדער פאנגט אן מיט די זעלבע שאנסן פאר סוקסעס, עס ווענט זיך אין דיינע מעשים, צו דו וועסט מצליח זיין.

ועוד ועוד.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2014 4:51 pm
דורך א גראם מיט טעם
איז וואס זאגט איר זאלעך מיר אצינד נעמען צו ענגרי בירדס?
דהיינו ווי צו צו אנטלויפען פינעם יצר'ס קעידזש........

געשריבן: מיטוואך פאברואר 05, 2014 10:03 am
דורך מוזיקאליש
יוש ביסטו גיט האסט נאך געמאכט א מוסר סדר אין אדר נאכדערצו, א קענדי קענדי קענדי, קענסט האבען מיין בייק פאר דע גיטע קענדי..
און די גראמען? געבלאשט!! אריין אין נייע ווערטער אשכול
שכח האביך שוין א תירוץ צו שפילען קענדי קראש.....

געשריבן: מיטוואך פאברואר 05, 2014 11:22 am
דורך מאנ-יימער
זיסע צוזאמשטעל, שיינער געדאנק הערליכע גראמען, יישר כח גראם פאר דיינע כסדר'דיגע שיינע געדאנקען.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 05, 2014 11:48 am
דורך ניגון עתיק
מאנ-יימער האט געשריבן:זיסע צוזאמשטעל, שיינער געדאנק הערליכע גראמען, יישר כח גראם פאר דיינע כסדר'דיגע שיינע געדאנקען.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 05, 2014 12:22 pm
דורך מוזיקאליש
שוין אין גן עדן....

געשריבן: פרייטאג פאברואר 07, 2014 4:40 pm
דורך זאכליך
איז עס טאקע אזוי אדיקטיוו?

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 08, 2014 6:38 pm
דורך קנאפער ידען
זאכליך האט געשריבן:איז עס טאקע אזוי אדיקטיוו?

נישט 'אזוי' נאר אסאך מער!

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 08, 2014 8:28 pm
דורך זאכליך
וועלן מיר עס מיזן אויסטשעקן...

# just kidding

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 08, 2014 9:50 pm
דורך דניאל
פיין פיין!!!